ברעיקינג: קאווע טרינקער'ס ערשטע סינגל!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8035 מאל

ברעיקינג: קאווע טרינקער'ס ערשטע סינגל!

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ס'נישט זעלטן ווען גוטע-פריינד - וואס ווייסן פון מיינע באהאלטענע טאלאנטן - האלטן מיך פאר: נו, קאווע'לע, ווען קומסטו שוין ארויס מיט א סינגל?

דר'אמת איז, איך וואלט שטארק געוואלט ארויסקומען מיט א סינגל, אבער איך קען נישט באווייזען דעם קונץ פון זינגען יעדע שורה אין אן אנדער פלאץ, איך בין ממש פארגאפט וויאזוי די היינטיגע סינגעל-מאכערס קענען אנהייבן די פארשטעלע אינעם סטודיאו, פון דארט איז מען ממשיך – מיט איין אטעם – ביים וואסער, א רגע שפעטער איז מען צוריק אין סטודיאו, מ'פליעט אהער מ'פליעט אהין, און ס'הערט זיך ווי ס'וואלט געזינגען געווארן ברציפות ממש.

חוצמזה, לויט ווי די סינגעל-מאכערס טענה'נען, לייגן זיי אריין שעות שעות ארבעט אין שרייבן דעם סינגעל, און נאך עטליכע וואכן צו שרייבן די מוזיק-שטריכן, און דערנאך קומט די ארבעט פון "צוזאמשטעלער", ס'קען נעמען חדשים!, און – אויב מ'האט סייעתא דשמיא, און הילף פון נאך 20 30 מענטשען וואס זענען אויסגערעכט לשבח אינעם סינגעל-האלטער, איז כלל ישראל זוכה צו א סינגעל וואס ווערט געזונגען ביי די קומענדיגע צוויי דינער'ס, און שפעטער – אין די זוממער חדשים – ביי די געהויבענע קומזיצען.

ס'האט מיר אלעמאל געוואונדערט צי ס'איז טאקע אזוי. וואו שטעקט די גרויסע טאלאנט פון פאבריצירן א תנועה'לע אויף א פסוק מיט נאך אייןline אין אידיש?! מ'קען שוין מיינען. רוב מאל קלעבן נישט די ווערטער און זענען אינהאלט-לאז.

אין ערגעסטן פאל, אז די תנועה'ס שטימען נישט איינס מיטן צווייטען קען מען אלץ זאגן אז יוסי גרין איז דער מחבר, און קיינער וועט זיך נישט דערוואגען צו קריטיקירן. און אויב ס'איז נאר אין תנועה, אן קיין ארויף און אן קיין אראפ, איז אלץ דא א וועג ארויס: זאג זיי אז דאס שלמה'ס, און אלע וועלן עס ליב האבן.
האב איך זיך צוקלערט אזוי, צו פראבירן שרייבן א סינגעל, לאמיר זעהן ווי לאנג ס'נעמט. – יעצט קלאפט די זייגער 9:15

ס'נאכט, ס'טינקל, וואו גייט מען, וואו?
די לבנה שטראלט, כשם שאני
מארגן א טאג, זאג מודה אני

אין חדר מ'גייט
אין ישיבה מ'שטייגט
אין כולל מ'קייט
א שאד די צייט!

ווען וועל איך שוין בויען מיין שטוב
אוי, טאטע, איך האב דיך ליב
נעם מיך ארויס פון גרוב

אפילו כ'האב געטוהן נישט גוט
אוי, רבי, נעם מיך מיט
ראש השנה, צו דיך איך פאהר
בן פיגא, גליק אויף א גאנץ יאהר

ווייל א מאמע ווערט א באבע
ווען קינדער האבן קינדער
און אויך אן עלטער-באבע צומאל

תם ונשלם מיין ערשטן סינגל
א חרוסת בינגל און מינגל
ווי א כיתה אלף אינגל

9:30 – נישט שלעכט. 15 מינוט נאר פאר די ליריקס, איך שיק ארויס דעם סינגעל פאר די גרעסטע ערעינדז'ערס, און ס'איז צום האפן אז בקרוב ממש וועט עס זיין צו באקומען אויף וואצ-עפפ.

איין בקשה האב איך, איך בעהט
איך גלייב אין אייך, איך האב פעיהט
אז איר וועט נישט מאכן קאפי-פעיסט
מיין ארבעט, מיין יגיעה, דו זעהסט
Under influence

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר