בד"ה הרה"ג רבי משה יודא מייזעלס זצ"ל, אבד"ק אבני שלמה

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
דעת זקנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 12:38 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

בד"ה הרה"ג רבי משה יודא מייזעלס זצ"ל, אבד"ק אבני שלמה

שליחה דורך דעת זקנים »

ס'קומט יעצט אן די בשורה איבער די פטירה פון הרה"ג רבי משה יודא מייזעלס זצ"ל.

רבי משה יודא איז געווען א איד וואס איז געזיצן אין געלערנט אויפן קול פון אינדערפרי ביז אויפדערנאכט, ווען אימער מ'איז אריינגעקומען בבית מדרשו האט מען אים געזעהן איבער א שולחן ערוך אדער א גמרא.

ווי אויך פלעגט ער פארהערן אין אלע היימישע מוסדות התורה אין חדרים, ישיבות און כוללים. ער פלעגט זייער אסאך מאל פארהערן אן א גמרא אדער שולחן ערוך און געקענט יעדע רש"י צו מגן אברהם אויפן לשון.

ווי זיינע נאנטע דערציילן האט ער קיינמאל נישט געהאט א גוטן קאפ, ער האט זיך אבער אייביג שטארק געפלאגט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום דעת זקנים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

Re: בד״ה רבי משה יודא מייזעלס

שליחה דורך [NAMELESS] »

בד''ה
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

rps20160227_213548.jpg
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דעת זקנים: (מבעלי התוספות...?) איהר שרייבט זייער שטארק בקיצור. איהר פארפעלט א סאך פרטים איבער דעם חשוב'ן נפטר. וואו. אין וועלכע שטאט האט ער געלעבט. געהאט זיין ביהמ"ד. צו וועלכע קרייזן האט ער זיך אנגעהערט...וכו'...?
דער עולם. (עכ"פ אני הקטן) איז אינטרעסירט צו וויסן אט די אלע פרטים......!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

הלויה של הרב הגאון הצדיק רבי משה יהודה מייזעלס רב דקהל אבני שלמה זצ''ל
בבית מדרשינו הגדול 152 ראדני בשעה 8:00 בבוקר
בבית מדרשו במאנסי 23 Elishe parkway בשעה 10:00
בבית מדרשינו בקרית יואל בשעה 12:00
בבית החיים החדש בשעה 1:00
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
דעת זקנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 12:38 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך דעת זקנים »

berlbalaguleh האט געשריבן:דעת זקנים: (מבעלי התוספות...?) איהר שרייבט זייער שטארק בקיצור. איהר פארפעלט א סאך פרטים איבער דעם חשוב'ן נפטר. וואו. אין וועלכע שטאט האט ער געלעבט. געהאט זיין ביהמ"ד. צו וועלכע קרייזן האט ער זיך אנגעהערט...וכו'...?
דער עולם. (עכ"פ אני הקטן) איז אינטרעסירט צו וויסן אט די אלע פרטים......!

דער נפטר איז א זון פון רבי נתן יוסף מייזעלס סאטמארע ראש ישיבה, ער האט געוואינט רוב ימיו אין וויליאמסבורג, ווען זיי טאטע איז אוועק האט ער זיך געצויגן קיין מאנסי איבערצונעמען די בית מדרש, (כמדומה לי אז די ערשטע פאר יאר נאך זיין חתונה האט ער געוואינט אין קרית יואל).
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ייש"כ. ווען ר' ליפא האט געשריבן אז זיין ביהמ"ד איז געווען אויף עלליש פארקוועי האביך שוין געכאפט דעם גאנצן יחוס...

בד"ה. שנשמע ונתבשר בשורות טובות...!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

באקומען פון איינעם

ער האט במשך השנים פארהערט טויזנטער קינדער און בחורים פון אלע מוסדות און אברכי הכוללים בכל המקצועות. ער האט אין איין טאג געקענט פארהערן צען אנדערע לימודים, אן דארפן זיך פארקוקן א רגע. זיין איבערמענטשליכע עמל התורה איז געווען דער בעסטער פארקוק.
איך בין אמאל אלס בחור אריבער צו אים אין שטוב זיך פארהערן מסכת פסחים, ער האט פארהערט אויסעווייניג, דף נאך דף, ״יא, וואס זאגט די קליינע רש״י דארט אינמיטן דף״.. זיין גאונות און בקיאות איז געווען מבהיל׳דיג.
דערצו איז ער געווען א פארצייטישער עובד ודחיל חטאין. געלעבט מיט יראת ה׳ ואהבת הבורא יעדע רגע. נישט אויפגעהויבן די אויגן אין גאס. ויראת ה׳ חופפת על פניו כל היום.
אבער דאס אלעס איז צוגעגאנגען מיט אזא איידלקייט, מיט אזא מורא׳דיגער מאירת עינים, מיט זיינע ליכטיגע אויגן וואס האבן געפינקלט מיט ליבשאפט צו יעדן קינד און בחור׳ל. דעם גוטן געפיל וואס ער פלעגט יעדן געבן. א גאון הגאונים אין כבוד הבריות!

אפגעזען וואס ער האט מיטגעמאכט אין זיין לעבן, האט זיין געהויבענע צורה אלס געשטראלט, עבדו את ה׳ בשמחה בואו לפניו ברננה, זיין איידעלער ״גוט מארגן גוט מארגן״, מיט דעם הארציגן בא׳חנ׳טן שמייכל בכל לב ובכל נפש.

אוי ס׳דערמאנט זיך צוריק זיין ״חובת הלבבות״ שיעור, אין קעמפ, ס׳געדענקט זיך ווי היינט, אין זופניק ביהמ״ד, מיר פלעגן צאמשלעפן צוויי טישן און ער פלעגט פארלערנען, זיין פנים פארפלאמט, יעדעס ווארט האט געברענט אין אים, בהגיגי תבער אש. זיין דאווענען, ער איז דאך ממש נישט דאהי געווען. בינו לבין קונו זיך אויסגעבן זיין הארץ. אזא ווארעמער מענטש געווען, אן איבערגעפולט הארץ מיט הרגשים האט ער פארמאגט. איין שטיק גוטסקייט. פאר זיך גארנישט געדארפט. פת במלח תאכל, כך הוא דרכה של תורה.

ער איז געווען פון די שענסטע און גרעסטע תלמידים פון רבינו הקדוש זי״ע, א שטאלץ פאר די סאטמארער עדה הקדושה, א פארצייטישער תורה ריז וגאון אדיר, א מושלם בכל מדה ומעלה, אן עובד ה׳ מנעוריו, חסיד במעשיו וצדיק בדרכיו. איך געדענק ווי מיין טאטע פלעגט מיר ווייזן, ״קוק דעם איד ער קען כל התורה כולה!״ ליידער איז דאס מער נישט דא!

אוי נא לה לק״ק סאטמאר שאבדה כלי חמדתה!
CP
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

IMG_20160228_002450.jpg
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

ליפא האט געשריבן:באקומען פון איינעם

אוי נא די תורה וועלט וואס האט פארלוירן אזא תורה ריז, עס האט גארנישט מיט סאטמאר! ער האט דען געלערנט פאר די כבוד פון סאטמאר? עפעס אזא סארט חסידישע קורצזיכטיגקייט אריינצולייגן אלעס און אלאמאל לרומם קרן החסידות של מלכות כבוד בית תפארת סאטמאר!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פרייוויליג: איך האב געהאט אן ענליכ'ן געפיהל. אבער דאך. דו מעגסט אמאל פארגינען...!
[NAMELESS]

Re: בד״ה רבי משה יודא מייזעלס

שליחה דורך [NAMELESS] »

[
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געפעלט מיר די קעפל רבי משה יודא כאילו מען רעדט פון א בעה"ב אן עסקן דאס שפיגעלט אפ די מהות פון די אדם גדול געזיצען און געהארעוואט אויף די הייליגע תורה הקדושה לעשות נחת רוח לבורא אן קיין נגיעות פון נתעלה ווערן צו א שטעלע.

פון די תגובות דא און אין אנדערע מקומות קוקט עפעס אויס ווי מען האט עם מעריץ געווען אין שטאט, א נעכטיגע טאג ער האט געהונגערט פאר ברויט כמעט קיינער האט נישט געקוקט אויף זיין שייט,

איך געדענק ווען מען האט עם ארויס געשטעלט פון זיין דירה נישט א אומוויסענדע בעה"ב וואס האט קיין השגה אין די תורה אדרבה א איד וואס איז מחשיב תלמידי חכמים האט קינדער און איידעמער תלמידי חכמים שטעלט צוזאם גרויסע סכומים פאר תלמידי חכמים שבאר"י, רעדט מיט הערצה פון די גדולים אין אר"י.
אבער ר' משה יודל ווי קומט ער צו צי זיי ?? יא פיין ער לערנט 20 שעה א טאג א מייגע בתורה מתוך הדחק ממש אבער נע ער האט נישט די ירושלמי חן וויאזוי צו חנ'פן די אמעריקאנע בייכער, ער ווייסט אפילו נישט צו קנייטשען אין א ר' חיים.

שעם אן יוא ווילימסבורג!! אפילו אין איי וועלט איז לכתחילה געווען א שוואכע טיטול אויף עם ביז מען האט זיך געכאפט און מתקן געווען...

@ליטוואק ביי אונז פעלט נישט פון די סארט תלמידי חכמים נאר אונז ווייסען נישט וויאזוי זיי אפיר צו זיכען...
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: בד״ה רבי משה יודא מייזעלס

שליחה דורך טאמבל סאס »

ווען כ'האב מיך צואמפערט מיט מיין ישיבה איז ער געווען איינע פון די גוטע יידן, ובתוכם רב יאזעפאוויטש פון ראסס סטריט, צו וועמען מרדכי ברילל האט מיך גענימען כדי ער זאל זאגן אן אפיניאן אויף מיך און זאל מיך ווייזן די נעימות הת'. פאר א קורצע צייט האט ער געלערנט מיט מיר כסף נבחר יעדן עש"ק בביתו. וואונדער איך מיר ווי גוט ער האט געדזשאזשט? נו, ברוך דיין האמת והנסתרות והנגלות וכו'

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

עמעזאן האט געשריבן:געפעלט מיר די קעפל רבי משה יודא כאילו מען רעדט פון א בעה"ב אן עסקן דאס שפיגעלט אפ די מהות פון די אדם גדול געזיצען און געהארעוואט אויף די הייליגע תורה הקדושה לעשות נחת רוח לבורא אן קיין נגיעות פון נתעלה ווערן צו א שטעלע.

פון די תגובות דא און אין אנדערע מקומות קוקט עפעס אויס ווי מען האט עם מעריץ געווען אין שטאט, א נעכטיגע טאג ער האט געהונגערט פאר ברויט כמעט קיינער האט נישט געקוקט אויף זיין שייט,

איך געדענק ווען מען האט עם ארויס געשטעלט פון זיין דירה נישט א אומוויסענדע בעה"ב וואס האט קיין השגה אין די תורה אדרבה א איד וואס איז מחשיב תלמידי חכמים האט קינדער און איידעמער תלמידי חכמים שטעלט צוזאם גרויסע סכומים פאר תלמידי חכמים שבאר"י, רעדט מיט הערצה פון די גדולים אין אר"י.
אבער ר' משה יודל ווי קומט ער צו צי זיי ?? יא פיין ער לערנט 20 שעה א טאג א מייגע בתורה מתוך הדחק ממש אבער נע ער האט נישט די ירושלמי חן וויאזוי צו חנ'פן די אמעריקאנע בייכער, ער ווייסט אפילו נישט צו קנייטשען אין א ר' חיים.

שעם אן יוא ווילימסבורג!! אפילו אין איי וועלט איז לכתחילה געווען א שוואכע טיטול אויף עם ביז מען האט זיך געכאפט און מתקן געווען...

@ליטוואק ביי אונז פעלט נישט פון די סארט תלמידי חכמים נאר אונז ווייסען נישט וויאזוי זיי אפיר צו זיכען...

קודם כל דו האסט גענוצט א דאפעלטן לשון: הייליגע תורה הקדושה. In case דו ביסט מקפיד אויף תוארים. והשנית, שמו הולך לפניו, תוארים אין אייוועלט אדער אין קאווע שטיבל אדער אין דער בלאט גייט אים נישט גרעסער אדער קלענער מאכן. דאס זענען נארישע Arguments.
דעת זקנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 12:38 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך דעת זקנים »

עמעזאן האט געשריבן:געפעלט מיר די קעפל רבי משה יודא כאילו מען רעדט פון א בעה"ב אן עסקן דאס שפיגעלט אפ די מהות פון די אדם גדול געזיצען און געהארעוואט אויף די הייליגע תורה הקדושה לעשות נחת רוח לבורא אן קיין נגיעות פון נתעלה ווערן צו א שטעלע.

גערעכט, שוין געטוישט.
דעת זקנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 12:38 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך דעת זקנים »

כ'וועל קיינמאל נישט פארגעסן איינע פון מיינע יארן אין חדר ווען איך האב מיר אנגעליטן פון א מלמד א רוצח וואס האט נישט געשוינט קיין מכות, געווען איינמאל ביי עפעס א חזרה (דאס ווארט אליין ברענגט מיר קאשמארן) דער עולם האט געציטערט פון דער פארהער, איך ווי מיין שטייגער האב נישט געקענט קיין תיבה אחת, און שוין געקומען אין חדר מיטן חשבון אז היינט גייט זיין א שווערע טאג, ווען דער נפטר האט מיר אנגעהויבן צו פארהערן האט ער מיט זיין חוש אויפגעכאפט ווי דערשראקן איך בין און מיט זיין חכמה האט ער זיכער געמאכט אז דער מלמד וואס איז געזיצן לעבן אים זאל נישט כאפן אז איך קען נישט, און תיכף נאכן פרעגן זיין שאלה האט ער ווי אנגעהויבן מיטצוזאגן די תירוץ מיט מיר און מיר כאילו אויסגעכאפט דער תירוץ, תיכף דערנאך רופט ער זיך אן, אז דו קענסט יא וואס ביזטו אזוי דערשראקן?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פרייוויליג האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:

קודם כל דו האסט גענוצט א דאפעלטן לשון: הייליגע תורה הקדושה. In case דו ביסט מקפיד אויף תוארים. והשנית, שמו הולך לפניו, תוארים אין אייוועלט אדער אין קאווע שטיבל אדער אין דער בלאט גייט אים נישט גרעסער אדער קלענער מאכן. דאס זענען נארישע Arguments.

איר האט פארפעלט די נקודה. די תוארים איז נאר די דוגמא אז די שמו הטוב הולך לפניו איז עפעס נישט געווען אזוי איי איי איי מילד גערעדט, מען האט עם גאנץ קנאפ מחשיב געווען,

אין אייוועלט ברענגט יעצט אויך איינער ארויס די נקודה אז מען באשרייבט אזוי שיין לאחר פטירתו שענער וואלט ווען געווען אז מען וואלט עם מחשיב געווען בחייוו.

שיין פון ווילימסבורג! לויפסט צו פריינד פון ירושלים וואס איז בקיאי בשבילי דראדני כשבילי הנגידים אמערקאי און שטעל ארויס ר' משה יודל אויפן גאס בעירום ובחוסר.

עס איז ממש אן עקל ווי די בעה"ב וואס רעדן זיך איין אז זיי פארשטייען צו גדולים לויפן נאך יעדע אטיק און פריינד און רעדן מיט התפעלות פון די בנות ציון, וואס בו בזמן איז עבודת הפרך פון די עסקן ארויס צוריקן א פופציגיר פאר די תלמיד חכם וואס זיין גורל איז נעבעך צו זיין א סאטמערע.
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

כ'מיין טרייבסט איבער עמעזאן. ר' לייבוש לעפקאוויטש האט עם געברענגט פון קרית יואל קיין ווילי צו ווערן דער בוחן כללי אין סאטמאר מוסדות און ער האט אים באצאלט זיין דירה
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פון וועלכע דירה רעדסטו פון? ער האט געוואינט אין א דירה אין מינוסיפל אלס טענענט ביי הנגיד מוקיר דרבנן ואיהו גופא וכו' ביז ער האט עם ארויס געשטעלט פאר בערך 15 יאר צוריק און דעמאלטס האט מען עם פארשאפט א דירה אין דושינסקי דעוועלעפמאנט אויף ווייט
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

זכרני ימים מקדם כשהייתי בחור צעיר בקעמפ של סאטמאר שהנפטר היה שמה כמה פעמים ראיתי אותו ביום ראשון בבוקר בשעה שבע שהיה עוד יושב על הפארטש שלו עם השטריימל ולומד

גם שמעתי ממישהו שהיה עמו בנסיעה למקומות הק' שנת תשס"ג, יום הנסיעה היה שושן פורים ונסעו לליזענסק, ומעת שהעראפלען התחיל לנסוע עד שסיים למד ברציפות הל' פסח שלשים יום קודם החג. ערל אחד דיבר עם הבחורים ואמר להם, יהודי כמותכם לאכול כשר גם אני יכול, אבל ללמוד כמותו (והראה על הנפטר) זה באמת יהודי
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
medic
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 2:04 pm
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל

שליחה דורך medic »

א שאד איך האב אים נישט גענוג גוט געקענט, אבער וויפיל איך האב געהערט פון מענטשן האט מען אים גאר שטארק מחשיב געווען, ער איז געווען די לעצטע יארן פון די גרעסטע רבנים וואס האבן געגעבן התרת הוראה, זיינע שכנים זאגן אז ווען מ'איז דורך זיין טיר ביינאכט האט מען אים געהערט לערנען, ער איז כמעט נישט געשלאפן, אויך רעדן אלע פון זיין שמייכל און סבר פנים יפות.

מיט בערך א יאר צוריק האט ער געהאט א הארץ אטאקע, ער איז כמעט געווען אויף יענער וועלט, מ'האט אים צוריקגעברענגט, אבער ער איז זינט דאן נישט צוריק געווען געהעריג, אצינד בעצם יום השבת קודש האט זיין הארץ רעזיגנירט, און די איידעלע נשמה איז צוריק למקור חצבתה.

זי"ע ותנצב"ה
פארשפארט