געמישטע געפילן פון א גר-גיורת חתונה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

געמישטע געפילן פון א גר-גיורת חתונה

שליחה דורך קאווע טרינקער »

זענט איר שוין געווען ביי א חתונה?
סארא שאלה? ווער האט דען נישט קיין חתונה יעדע שני וחמישי? אונז זענען עפעס משפחה-לאזע גרים?
יא יא, דאס פרעג איך טאקע, צו זענט איר שוין אמאל געווען ביי א חתונה פון א גר?

איך קום יעצט צו גיין פון אזא חתונה. אנצורופען דעם שמחה "חתונה", איז אונטערגעשאצט. די אלעמען באקאנטען מחזה, ווי פוילע פיס שלעפן זיך קוים קוים אין א דריי-פערטל צובראכענע רינג, אבי "יוצא" צו זיין דעם שווערען לאסט און יאך פון זיך "באווייזען" פאר די מחותן, דאס האב איך היינט נישט געזעהן. בעצם האב איך גארנישט "געזעהן", אלץ וואס איז דארט געווען האט מען געקענט טאפן מיט די הענט. דאס התרגשות פון די משתתפים, די שמחה, און ועל כולם, דאס "אידישע ארגינעלע חן" וואס דער גר-צדק האט ערגעץ ווי פארשאפט, איז אומביישרייבלעך! איך האב באטראכט דעם חתן, מיט גאנצען פראכט, שיך און זאקען, דיקע גארטעל, גרויסע קאפעל, און א שיין שטריימעל, א לעכטיגע צורה, זיין שמייכעל, זיין פיאות!

איך האב – קיין וויץ – זיך נישט געקענט באלאנצירן פון התרגשות. איך שטיי פארגליווערט און טראכט: וואס גייט דא פאר? שטייען הונדערטע חסידישע אינגעלייט (+דר. קעסלער פון אסיסא) און מ'טאנצט אין די הייעך "אבינו מלכינו, אבינו מלכינו. אבינו מלכינו, אבינו מלכינו.. פתח שערי שמים" – בעוד, וואס דער חתן אינדערמיט קען ניטאמאל זאגן "אבינו"! זיין מאמע איז א גויטע!!! אבער קיינער באמערקט נישט גארנישט, דר'עולם איז באמת דערהויבן! – איך זאג אייך, איך בין שוין לאנג נישט געווען ביי אזא פרייליכע חתונה.

די חיבוק ונישוק ווי דער חתן טאנצט מיט זיינע חברים, אזוי ארגינעל! אזוי הייליג! אזוי ריין! אזוי עכט! – פארוואס קען איך נישט באקומען, געבן, דעם love .איך האב ממש אנגעהויבן וויינען און זיך באהאלטן אין בית-הכבוד עד כי יעבור.

רבש"ע! העלף מיר ארויס דא! וואס גייט דא פאר? צו ווייסט דער חתן אז אין עטליכע שעה ארום גייט זיין זייגער אים וועקן צו "סוף זמן קריאת שמע" און זיין באגלייטער גייט קלינגען זיין בעלל צו דאווענען אין רב'ס מנין? צו ווייסט ער אז ביים מצוה טאנץ ווער ער נישט מער ווי אנכאפן זיין כלה'ס הענט מיט פארמאכטע אויגן? צו ווייסט ער אז נאכן צג אגוז ברכה קומט אן הפסקה פון דריי וואכן? צו ווייסט ער אז מארגען אינדערפרי גייט מען טוהן צו זיין כלה וואס דער כהן האט געטוהן מיט א מצורעת? צו ווייסט ער אז אויב זיין האלבע שיך איז אים נישט באקוועם וועט אים נישט העלפן פודינו ומצילנו? צו ווייסט ער אז פון מארגן אן דארף ער לייגן נאך א זוג תפילין, און זאגן ד' פרשיות? צו ווייסט ער אז מ'איז נישט יוצא די מגילה אויב מ'פארפאסט איין ווארט? אז מ'דארף עסען 6 כזיתים מצה פסח ביינאכט? און חול המועד טאר מען נישט ארבעטען?

יא, ער ווייסט! און קוק אויף זיין פנים: ס'שיינט!! ער איז פרייליך! ער טאנצט!!

איז וואס גייט דא פאר?? דא שטייט מען און מ'רייסט זיך די האר פון קאפ, מיט טענות, קשיות, און ספיקות. און דא קומט א גוי, וואס האט געקושט א צלם פאר יארן לאנג, וואס האט געהאט חברים און חברות, ביליג עסן, ביליג קליידונג, עדיוקעשאן, פעמילי לייף, און וואס נישט?? טשולענט!! איז פאר דעם דארף מען אנטוהן א שטריימעל? חסידיש-באבוב לייף-סטייל איז דען אזוי געשמאק אז ס'לוינט זיך אפצולאזען אלץ-דינג, און זיך אונטערווארפען אונטער א סיסטעם וואס חדשים לבקרים פאבריצירט זי חרמות ואיסורים??

כ'הער אז חתן-דנן איז פיינע נייעס, א בר דעת, א גראפיקער, - סאו, ווער איז משוגע? איך אדער ער?
Under influence
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: געמישטע געפילן פון א גר-גיורת חתונה

שליחה דורך ירא שמים »

דו!
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

The grass is greener on the other side
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

איך קום אויך יעצט פון די געהויבענע חתונה און איך קען צושטימן צו יעדעס ווארט פון קאווע. חתן דינן ישעי' דארפמאן איז עפעס גאר אן אינטערסאנטע נשמה. ער האט פונקטלעך געוויסט וואס ער וויל און ער האט עס דערגרייכט, ער האט זיך געדרייט אין מאנרא נאך פאר ער איז אנגעקומען קיין בארא פארק דארט האט מען אים קודם מקרב געווען דערנאך האט ער זיך מגייר געווען, פון דארט איז ער געגאנגען צו שענדעשיווער רבי שליט"א אין פלעטבוש פאר 2 יאר און פון דארט צו רבי שלום קעסלער פון באבוב. עס איז דא גאר אסאך צו שרייבן איבער אים. ועוד חזון למועד.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: געמישטע געפילן פון א גר-גיורת חתונה

שליחה דורך ירא שמים »

מרעדט דא כאילו די נושא איז צי די לעבנס שטייגער שמעקט אים יא צו נישט… ווען באמת געוועלניך א גר זוכט דאך רוחניות און נישט קיין ספיסיפישע לעבנס שטייגער, מצד שני אז ער גייט קיין באבוב… אפשר האט ער זיך יא מגייר געווען וועגן די ווייסע זאקן און די פערטל שיך… פרעגט דא קאוועלע יא גוט…
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

[tag]ירא שמים[/tag] איך פארשטיי דיר נישט. ווייל ער וויל רוחניות, וויל ער נישט קיין גשמיות? טראכט אריין ביי דיר וויפיל דיין פארטיי און געזעלשאפט גיבט דיר אין דיין לעבען, און ווי פארלארען דו וואלסט געשפירט ווען דו האסט עס נישט, און קלער אריין אינ'ם לעבען פון א גר וויפיל ס'פעלט איהם. דאס וואס אונז האבען נישט קיין הו"א פון אן אנדער'ן לעבען גיבט אונז דער כח צו פארשטייען וואס מיר טוהן און גלויבען. אזוי ווי אין דער לעבען פון א פארהייראטע ביי אונז וואס האט אין זיין לעבען קיין הו"א זיך צו גט'ן ווייסט וויאזוי איבערצושטייגען די פראבלעמען פון די לעבען.
אוודאי איז פארטיי א גאנג פון שקר, אבער דאס איז ווייל מ'האט איבערגעטריבען דער מושג פון א געזעלשאפט און א קהלה און געמאכט דערפון א גאנצע געטשקע. וואס זאל דער גר אבער טוהן? מאכע אליינס א קהלה? ער האט דאך נישט אזא ברירה פון לעבען געניסען און נאך דעם שפעטען אין א קהלה.
דורך זיין א חלק פון א קהלה פילט ער אפשר אז ער האט א סטאבילקייט וואס אונז נעמען פאר אונזער בורצ-רעכט אזש מ'קען נאך שפעטען דערין. און טאקע דאס גייען קיין באבוב מיינט בעיקר זאקען וכדו', נישט מער און אזוי קען ער זיך פארלאזען אויף זייער חברשאפט און געזעלשאפט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

Re: געמישטע געפילן פון א גר-גיורת חתונה

שליחה דורך [NAMELESS] »

/
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

.
Ben-Shishim
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל

שליחה דורך Ben-Shishim »

He had the choice to stay a Gentile but became a jew
You do not have the choice to become a Gentile.
אויב האסטו א יאר אין א מיטוואך איבריג, וועל איך שרייבען אין יודיש
Otherwise I will type in English, sorry about that.
פארשוויגען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 91
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

שליחה דורך פארשוויגען »

איך פארשטיי בכלל נישט די קשיא, עס איז אזוי שווער זיך פארצושטעלן איינער פארגלוסט זיך צו זיין א באבובער? איך געדענק ווען איך בין געווען א יונגל האב איך געהאט חברים באבובע און איך בין געגאנגען אין באבובע בית מדרש אדער פלעי חול המועד מיט זיי האט זיך מיר געגלוסט אויך צו זיין א באבובער, נו בסך הכל דער איז געבליבען מיט די השגה וואס איך האב געהאט ביי די צען יאר, נישט אזוי שוווער צו פארשטיין..
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

מזל טוב צום געבורטס פון א אינגעלע בעבי!
Under influence
פארשפארט