כִּי מִזַּרְעוֹ נָתַן לַמֹּלֶךְ

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
ישראל גלויבער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 3:19 pm
געפינט זיך: גיבראלטאר
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

כִּי מִזַּרְעוֹ נָתַן לַמֹּלֶךְ

שליחה דורך ישראל גלויבער »

עס טוט מיר זייער וויי, אז איך שריי אויס מיין ווייטאג אין פארעם פון בוכשטאבן, אויפן טעמע, פון די וואס זענען מקריב די טייערע קינדער, ספעציעל טעכטער, פאר יחוס פאר כבוד.
[און אפשר איז געלט אויך אריינגערעכענט אפשר נישט]
ס'קומט צו טון א שידוך, און איר האט א קינד, וואס איז זייער געראטן, שיין, געלונגען, און איר ווערט פארבלענדעט די אויגן, אז יענע גרויסע הויף, צו יענע גרויסע יחסן, וויל דיך אלץ מחותן.
צו די האסט א טאכטער א פיינע, צווישן פינעף זונען וואס זענען נישט עפעס אזוי אויסגערופן, און דיר שמעקט א מחותן א דיין, א בעל דרשן אין די וועלט, און יענער פארקויפט לאקשן פון זיין צד, און איר זענט מקריב אייער קינד צו חתונה האבן מיט יענעמס – ווייסעך וואס..
פארוואס? כ'וועל האבן כבוד, כ'וועל האבן א מחותן א וועלט! א יחסן אין די עולמות..
און דיין טאכטער? א כפרה מיין טאכטער, זאלן זיך די קינדער אפמוטשען די גרינע גאל און שלום בית און דורות אחריו, אבער איך האב געטאנצן פאר די קעמרעס, און געדעקט בלעטער, געווארן פאצייכענט אלץ 'שיינע שידוך'.
אזעלכע שידוכים וואס רוב ברענגט נעבעך צום סוף גארנישט קיין כבוד, אבער וואס זאל איך טון? דער האט דאך מיר באוויליגט אלץ מחותן.. א געלעגנהייט..
און יענער האט דיך געוואלט, מסתמא נאר צוליב א בת קול.. גארנישט עפעס אנדערש, ער וויל 'דיך' זייער זייער שטארק האבן.. א ביטערע געלעכטער.
ווי האט א טאטע די הארץ, צו פארקויפן די לעבן פון זיין טאכטער, ווייל ער וועט קענען זיצן ווי א שיינע מחותן אויפן דעקל פון כבוד.
כִּי מִזַּרְעוֹ נָתַן לַמֹּלֶךְ פשוט און פראסט! ער פארברענט זיינע קינדער פאר כבוד און יחוס, און אזעלכע זיסע נשמות, איידער זיי זאלן נהנה זיין פונעם לעבן ווי זייערע פשוטע איר עלטערן, און טרעפן א פשוטע 'וואוילע בחור' טאקע א באלעבוס, אבער א נהנה מיגיע כפו, און א ערליכער, בעסער א גראבע יחסן מיט טייטע טאשן און שפיציגע נאז, ווייל ער שטאמט פון ווייסעך ווער הייליג, און איך וועל ווייסעך ביי וועם הייסן חשוב, און דאס איבריגע איז היסטאריע.
היסטעריע.. א בכיה לדורות, א עפעלע א נאטורליכע פארקויפט פאר פינאטס..
כ'האב נישט וואס מוסיף זיין, ס'טוט וויי אז די קרענק פארשלעפט זיך און פארכאפט גדולים וטובים.
איך הער! נו נו..

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר