כִּי מִזַּרְעוֹ נָתַן לַמֹּלֶךְ

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
ישראל גלויבער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 3:19 pm
געפינט זיך: גיבראלטאר
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

כִּי מִזַּרְעוֹ נָתַן לַמֹּלֶךְ

שליחה דורך ישראל גלויבער »

עס טוט מיר זייער וויי, אז איך שריי אויס מיין ווייטאג אין פארעם פון בוכשטאבן, אויפן טעמע, פון די וואס זענען מקריב די טייערע קינדער, ספעציעל טעכטער, פאר יחוס פאר כבוד.
[און אפשר איז געלט אויך אריינגערעכענט אפשר נישט]
ס'קומט צו טון א שידוך, און איר האט א קינד, וואס איז זייער געראטן, שיין, געלונגען, און איר ווערט פארבלענדעט די אויגן, אז יענע גרויסע הויף, צו יענע גרויסע יחסן, וויל דיך אלץ מחותן.
צו די האסט א טאכטער א פיינע, צווישן פינעף זונען וואס זענען נישט עפעס אזוי אויסגערופן, און דיר שמעקט א מחותן א דיין, א בעל דרשן אין די וועלט, און יענער פארקויפט לאקשן פון זיין צד, און איר זענט מקריב אייער קינד צו חתונה האבן מיט יענעמס – ווייסעך וואס..
פארוואס? כ'וועל האבן כבוד, כ'וועל האבן א מחותן א וועלט! א יחסן אין די עולמות..
און דיין טאכטער? א כפרה מיין טאכטער, זאלן זיך די קינדער אפמוטשען די גרינע גאל און שלום בית און דורות אחריו, אבער איך האב געטאנצן פאר די קעמרעס, און געדעקט בלעטער, געווארן פאצייכענט אלץ 'שיינע שידוך'.
אזעלכע שידוכים וואס רוב ברענגט נעבעך צום סוף גארנישט קיין כבוד, אבער וואס זאל איך טון? דער האט דאך מיר באוויליגט אלץ מחותן.. א געלעגנהייט..
און יענער האט דיך געוואלט, מסתמא נאר צוליב א בת קול.. גארנישט עפעס אנדערש, ער וויל 'דיך' זייער זייער שטארק האבן.. א ביטערע געלעכטער.
ווי האט א טאטע די הארץ, צו פארקויפן די לעבן פון זיין טאכטער, ווייל ער וועט קענען זיצן ווי א שיינע מחותן אויפן דעקל פון כבוד.
כִּי מִזַּרְעוֹ נָתַן לַמֹּלֶךְ פשוט און פראסט! ער פארברענט זיינע קינדער פאר כבוד און יחוס, און אזעלכע זיסע נשמות, איידער זיי זאלן נהנה זיין פונעם לעבן ווי זייערע פשוטע איר עלטערן, און טרעפן א פשוטע 'וואוילע בחור' טאקע א באלעבוס, אבער א נהנה מיגיע כפו, און א ערליכער, בעסער א גראבע יחסן מיט טייטע טאשן און שפיציגע נאז, ווייל ער שטאמט פון ווייסעך ווער הייליג, און איך וועל ווייסעך ביי וועם הייסן חשוב, און דאס איבריגע איז היסטאריע.
היסטעריע.. א בכיה לדורות, א עפעלע א נאטורליכע פארקויפט פאר פינאטס..
כ'האב נישט וואס מוסיף זיין, ס'טוט וויי אז די קרענק פארשלעפט זיך און פארכאפט גדולים וטובים.
איך הער! נו נו..
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

היסטעריע.. א בכיה לדורות, א עפעלע א נאטורליכע פארקויפט פאר פינאטס..

:like
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: כִּי מִזַּרְעוֹ נָתַן לַמֹּלֶךְ

שליחה דורך דעת תורה »

הייליגע גערעכטע ווערטער. אין דעם כלל איז זעלבסט פארשטענדליך אריין גערעכנט נישט בלויז יענעם'ס תאוות וואס דו קענסט נישט משיג זיין (שיינע שידוך, יחוס, רבי'ש, כבוד וכו') נאר אויך אזאלכע תאוות וואס דו קענסט דיך יא אידענטיפיצירן מיט, א שיינע בעל בתי'שע שטוב, געלט, יענער צאלט דיר אויס דיין צד, צי יענער מאכט א אויפרייסערישע חתונה, וואטעווער מ'קען זיך נאר גלוסטן אין א מחותן, אויב גייט דאס אבער אויפן חשבון פון די קינדער'ס עתיד איז דאס אלעס טאקע בכלל מזרעו נתן וכו'.

(וועל, נישט ממש. 'יחוס' איז למעשה - ע"פ חז"ל - א וויכטיגע פאקטאר אין שידוכים, אמער מ'גייט דאך אויפשטעלן דורות וויל מען די קינדער זאלן זיין די מערסטע מיוחסים, אבער דאס מיינט לאו דוקא וואס מ'רופט היינט יחוס אז מ'איז א אייניקל פונעם האצעפלאצער זיעועכי"א. עס מיינט נאר א משפחה מיוחסת אן קיין פסולים. לאפוקי פון אזאלכע וואס וועלן - פייגערנדיג זיך משדך צו זיין מיט רבני'שע משפחות - זיך משדך זיין אפילו מיט אזאלכע מיט א עטוואס מפוקפק'דיגן יחוס, ענדערש ווי מיט א בעה"ב וואס האט דאס נישט. דאס הייסט ממש מהפך געווען קערה על פיה.

ווי אויך מיין איך אז אלע אנדערע קוואליפיקאציעס און פארצוגן וואס חז"ל געבן ביי שידוכים, איז אלעס אזאלכע אומשטענדן וואס טוען למעשה אפעקטירן די מדוברים אליין. א בת ת"ח איז א אנדערע סארט כלה ווי א בת ע"ה, וכדו'. כנלענ"ד מקופיא).
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
ישראל גלויבער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 3:19 pm
געפינט זיך: גיבראלטאר
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

שליחה דורך ישראל גלויבער »

איך רעדט נישט פון קיין עתידות, אז מ'טוט יעצט עפעס וואס גייט מארגן אפשר זיין נישט גוט פאר דיין טאכטער.
ניין, איך רעדט פון אזעלכע שידוכים, וואס זענען שוין געווארן אפאר יאר צוריק, און מ'זעט שוין היינט די ביטערע רעזולטאטן, און די פארשאלטענע עלטערן זעען נאכאלץ נישט דעם בראך!
גענומען א קינד פון קוים זיבעצן, וואס זענען נאכנישט קלאר וואס מיינט פירן א שטוב, האבן נאך די ערשטע שטאפל תמימות דורכאויס, ווייסן נאכנישט ווי מ'זאגט וואס זיי פארמאגן.. און געבן איר איבער פאר א פאץ!
ממילא ווען מ'געבט זיי איבער פאר א בחור א פרומער, און מ'דארף זיך מסדר זיין נאכן חתונה, איז א צרת רבים.. וואס דארף תיקון אבער ס'ווערט מתוקן ביי רוב עולם גולם, אבער דא איז די מדובר פון א פרעכע רציחה, פון כאטש דאס אייגענע בלוט און פלייש, און מ'זעט שוין היינט די ביטערע ווייען, וויפיל האבן פארקויפט די קינדער פאר שיכורים = הייליגע שיכורים.. און מ'לערנט זיך נישט דעם לעקציע, מ'שיקט זיי אויף הפקר, אבי כ'זאל באקומען א פראנט סיט!
שומו שמים, ס'טוט וויי, נישט פארן משפחה, נישט פארן טאכטער וואס איז נאך אביסל אויף הויעך רינדעכיגע.. נאר פאר יענע פאסיגע בחורים וואס וואלטן געלעבט א וואוילע לעבן מיט דיין טאכטער, און ווייל ס'האט עפעס א הייליגער צו פיין שמעקעדיגער שכם בן חמור געלייגט א אויג אויף איר, צו א שדכן וואס האט אויסגעפלאסטערט דיין הארץ מיט ברוטאלע געלט גייציקייט, איז אויסגעשטאנען א יונגע נשמה אויף א צוקונפטיגע גט! נאך א שטיק צייט נישט לאנג, אדער גאר לעבנס לענגליכע תפיסה, ביים הייליגן פריץ אין חצר.
איך הער! נו נו..
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ריכטיגע נקודות, דו רעדסט פון עפעס א ספעציפישע פאל?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

און וויאזוי פארענטפערט מען די אייגענע חסידות ווי מ'ווייקט זיך און ווי מ'דינט דארט זייער גאט?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בן אדם האט געשריבן:און וויאזוי פארענטפערט מען די אייגענע חסידות ווי מ'ווייקט זיך און ווי מ'דינט דארט זייער גאט?

בן אדם, פארוואס די העק טערארעזירסטו אים? וואס האט ער דיר געטון? ער שרייבט א שיינע רואיגער אשכול, וואס ווילסטו פון אים? ער האט געפענט אן אנדערע אשכול איבער טראמפ ביסטו ווייטער געקומען זיך רייצן מיט אים פארוועמען מען וואוט אין סקווירא...

ער האט דא געעפענט אן אשכול (מסתמא שוין געווארן אויסגעשמועסט צענדליגער מאל, אבער) ער מיינט ס'איז א גוטע טעמע, און מיט רעכט.איז חוץ וואס אנשטאט אים לייקן פארן עפענען די אשכול האסטו געלייקט א צווייטן... גייסטו נאך און שמירסט אריין דא א פרישע טשעפע אויף אים פאר דיין פערזענליכע אגענדע! ווי קומט זיין גאט דא אריין פאר א פריקן יאר?!

מיר וואלסטו אפשר אויך פרובירט צו טשעפען, נאר פון מיר האסטו מורא איך וועל דיר שטעלן אין פלאץ... ווייל ער איז (נאך) נעבעך'דיג מיינסטו די קענסט אים אונטערדריקן?
ישראל גלויבער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 3:19 pm
געפינט זיך: גיבראלטאר
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

שליחה דורך ישראל גלויבער »

געוואלדיג האט געשריבן:ריכטיגע נקודות, דו רעדסט פון עפעס א ספעציפישע פאל?

איך רעדט פון עטליכע פעלער, ווען ס'וואלט געווען איין פאל, ממילא, יעדע זאך האט א אויסנאם, און איינער נארט זיך אמאל.
אבער כ'זע אז ס'איז א סארט געפירעכטץ ביי היבש אפאר שוין.
דער יענער וואס רעדט איבער א צווייטן צו מפקיר זיין יענעמס טאכטער, צו ס'איז א שדכן צו ס'איז א הויף צו א שיינע מחותן מיט געלט צו כבוד און יחוס, האב איך נישט קיין טענות, אז ס'דא ווער ס'זאל זיך לאזן אריינכאפן אין נעץ, פארוואס זאל ער נישט פראבירן אז ס'גייט גוט.
די קשיא איז נאר אויפן טאטן דער וואס נעמט זיין בלוט און פלייש, נישט קיין שטיף קינד, א אייגענע טאכטער [קען זיין ווייל ס'איז זיין זעכצנטע טאכטער איז עס ביליגער?? חחח] און ער לאזט איר לויפן אין וואנט אריין.
איך הער! נו נו..
פארשפארט