שליחה
דורך [NAMELESS] » פרייטאג מערץ 18, 2016 3:30 pm
[justify]דער באן פארט ווייטער, שטעלט זיך נישט אפ פאר גארנישט. געבט נישט קיין זבל פאר קעלנער און אפי' נישט פאר רעכניטץ. קאווע שטיבל איז א מקום וואס צייגט פשרה'לאזע שטארקייט אין איר עקזיסטענץ. קאווע שטיבל איז א געבוי וואס עס רינט קושטא אין אירע אדערן. מיט די הילף פון אלע חברים ביינעזאם קענען מיר הייבן דעם מקום, און מיר זענען דא צו הויערן לעולם ועד, we are here to stay ווי מען זאגט אין אידיש. עס גלייבט זיך מיר נישט, אבער איך האב נאר וואס אריבער געשניטן די דראטן, אריין אין מחנה לויה, די פיליאלע ווי עס נעסטיגן די מאגנאטן מאצינעטן. איך טראג זיך ארום אין טייסטער מיט[/justify] [center]2,000 גאלדענע לייקס![/center] [justify]איך בין נישט דער תובע בכתב פאר א לייק, אבער איך וועל נישט פאר ליי"קענען אז יעדער לייק באזונדער איז א גוט געפיל פאר די גלות פרטי'דיגער צעפראסקעטער גוף. ס'איז טאקע נישט קיין גאזעלין אבער פארט שמירט עס די רעדער.[center]~~~[/center] אז איך טרעט שוין אויף פאר די פארזאמעלטע מאסע, וויל איך זיך באדאנקן פאר די וועם איך פיל דאנקבארקייט: ~~ א יישר כח הרב קעלנער פאר אונז סערווירן די אלע יארן. צייטן געווען, גרינגע ווי שווערע, צומאל אן עם הנבחר איד'ל און צומאל א טרחני'סט און סרבני'סט אנהענגער. איר האט געדינט אלטץ אן אויסערגעווענליכע קעלנער אנע באקומען די מינימאלע 'טיפ' פון די באקוועמע געצערטעלטע סערווירטע. קעלנער: "יור מישען איס עקאמפלישט!" ~~ א יישר כח הרב קאפיטאן. איר זענט ווארשיינליך רעלאטיוו ניי צו אייער פאזיציע. ייש"כ פארן זיין די רוקנביין פונעם שטיבל, ווי א פינעוו שטערנדער קאפיטאן האט איר מייסטערהאפטיג מאנעוורירט די זעגלען און געראטעוועט דעם שיפל איידער איר זינקונג. ~~ א יישר כח פאר די אלטע גווארדיע רעוואלציאנערן, וואס האבן געגרינדעט און געגאסן די פונדאמענטן פונעם יעצטיגן לייכט-טורעם. באזונדער פאר די וויזיטן וואס די שטיבל איז לעצטענס זוכה. במיוחד [tag]כוכב[/tag] האר"י. ~~ א יישר כח פאר אלע חברים וואס הייבן דאס ארט מיטן שרייבן און מגיב זיין, דאדורך דעם האט דער שטיבל א קיום און א פלאץ צו וואקסן. ~~ א יישר כח פאר די אלע וואס האבן אינזינען געהאט אויב זיי האבן הנאה געהאט פון מיר האבן זיי ארויסגעוויזן זייער דאנקבארקייט און געגעבן א לייק צו א גוט ווארט.[/justify] [center]לאוו יו אלל. געוואגטער.[/center] #בעיסט אן א 2,000 קעלארי דייעט.