זעלבסט היפנאזיע

הילף, עצות און טיפס
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

זעלבסט היפנאזיע

שליחה דורך קל וחומר »

וואס איז דאס היפנאזיע?

וואס איז עס נישט?

ווי אזוי ארבעט עס?

ווער קען ווערן היפנאזירט?

ווי אזוי טוט מען זיך אליין היפנאזירן?

פארוואס איז דאס געמאכט פאר יעדעם?

האסטו געוואוסט אז דו קענסט זייער גרינג טוישן אלע דיינע הרגלים, ווערן מער קאנפידענט, פטור ווערן פון סטרעס, פאביעס, געוויסע אלערגיעס, טוישן מידות, ווערן מער פראדאקטיוו, וכו'?

די אלע פראגעס בנוסף צו נאך אסאך אינטערעסאנטע ענינים אויף דעם נושא ווי אויך אן הלכה למעשה'דיגן טריט ביי טריט אנווייזונג אויף זעלבסט היפנאזיע (ומבשרי אחזה וד"ל), האף איך אי"ה אויסצושמועסן דא, ווי אויך וויל איך בעזר ה' איבערטייטשן אן אינדאקציע ווי אויך אפאר נוסחאות אויף זאכן וואס די עולם וועט ווייזן אינטערעסע דערין, געשריבן דורך פראפעציענאלע היפנאטיסטן, (כ'וועל מסתמא נעמען הילף פון די גוטע שרייבער דא אין שטיבל כדי ס'זאל זיין א דבר השלם).
ווי פארשטענדליך גייט דאס זיין א שווערע און לאנגע ארבעט, ממילא וויל איך קודם זעהן אויב ס'איז בכלל דא אן אינטערעסע אין די ענין, ולפי התוצאות אמשיך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קל וחומר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

הייבן אן שרייבן זאכלעך, און גיב עס עטליכע טאג, דאן בליק וויפיל לייקס דו האסט געזעקלט, אזוי וועסטו קענען מעסטן די אינטערעסע
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

שליחה דורך קל וחומר »

האמת אגיד, אז מתחילה איז דאס געווען אין פלאן, נאר די סיבה פארוואס כ'האב עס נישט געטוען איז, וויבאלד יעדע לענגערע אשכול באקומט א היבשע צאל לייקס וואלטעך נישט געוואוסט אויב ס'אינטערסירט איינעם באמת אדער סתם די עולם איז מסכים צו ליינען וועגן נאך א נושא (פאר די לייקס איז מיר נישט ווערד די ארבעט, כ'קען באקומען סאך מער פאר סאך ווייניגער ארבעט... די זאך וואס וואלט מיר געשטיפט דאס צו טוהן איז אז כ'ווייס אז ס'דא אנדערע וואס זענען אינטערעסירט אין די למעשה חלק), לכן קיינער דארף נישט לייקן מיין הודעה, מ'קען מיר שיקן אין אישי אדער שרייבן דא א תגובה אז מ'איז אינטערסירט און טאמער וועט זיין אפאר וואס זענען באמת אינטערסירט וועל איך ממשיך זיין בעזר העליון.
יעלה ויבא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:51 pm
האט שוין געלייקט: 1997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

Re: זעלבס היפנאזיע

שליחה דורך יעלה ויבא »

Please don't keep us in suspense. I'll definitely take out a big "toieles" from this subject
דעת זקנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 12:38 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך דעת זקנים »

אוודאי זעמיר אינטערסירט, האסט אונז נאכנישט אנטוישט ברענגסט געשמאקע ענינים צום טיש, כה לחי, מיר ווארטן מיט שפאנונג.

קל וחומר האט געשריבן:האמת אגיד, אז מתחילה איז דאס געווען אין פלאן, נאר די סיבה פארוואס כ'האב עס נישט געטוען איז, וויבאלד יעדע לענגערע אשכול באקומט א היבשע צאל לייקס וואלטעך נישט געוואוסט אויב ס'אינטערסירט איינעם באמת אדער סתם די עולם איז מסכים צו ליינען וועגן נאך א נושא (פאר די לייקס איז מיר נישט ווערד די ארבעט, כ'קען באקומען סאך מער פאר סאך ווייניגער ארבעט... די זאך וואס וואלט מיר געשטיפט דאס צו טוהן איז אז כ'ווייס אז ס'דא אנדערע וואס זענען אינטערעסירט אין די למעשה חלק), לכן קיינער דארף נישט לייקן מיין הודעה, מ'קען מיר שיקן אין אישי אדער שרייבן דא א תגובה אז מ'איז אינטערסירט און טאמער וועט זיין אפאר וואס זענען באמת אינטערסירט וועל איך ממשיך זיין בעזר העליון.

איך האף אז דיין כוונה דערמיט איז נישט צו היפאטייזאן דעם עולם צו ווערן אינטערסירט דערין.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

שליחה דורך ירא שמים »

in
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דעת זקנים האט געשריבן:אוודאי זעמיר אינטערסירט, האסט אונז נאכנישט אנטוישט ברענגסט געשמאקע ענינים צום טיש, כה לחי, מיר ווארטן מיט שפאנונג.

:געוואלדיג:
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 561
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל

Re: זעלבס היפנאזיע

שליחה דורך ביליג »

ביטע ! דאנקע שיין!
ביליג איז טייער...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיינע אויערן זענען אנגעשפיצט צו הערן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער עולם פארנעמט שוין די פלעצער, ס׳הערט זיך א גערודער פון בענקלעך וואס ווערן באזעצן, מער ווייניגער איז שוין אלע זיצן פארנומען, די וואס דארפן אייביג זיין לעצט מינוטיג גרייטן זיך אנצוקומען אין די נעקסטע צוואנציג מינוט, אט דארט שטייט דער שטענדער מיט שטאלץ צוויי קעפ העכער פון אירע ארומיגע, אלעמענס אויגן זענען אהין געוואנדן, דער אונטער שמש האט שוין אראפגעלייגט דארט א גלעזעל וואסער און אט קומט ער נאכאמאל מיט א באקסל טישו פאפיר, אלעס איז גרייט אלעמענס אויערן זענען אנגעשפיצט, דער עולם ווערט שוין אביסל אומגעדולדיג, טייל גייען שוין ארויס כאפן א סיגריה פון אזוי לאנג ווארטן, אנדערע שטייען שוין כדרכם אין די ליניע ביי די טוילעט׳ס, אט אט עפענט זיך דער טויער און דער אויפגייענדער פרישער שטערן הרב קל וחומר פארנעמט זיין פלאץ ביים שטענדער און הייבט אן דעם לעקציע.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: זעלבס היפנאזיע

שליחה דורך ירא שמים »

נו, כוויל שוין מאכן א יאגע!
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

מיר אנטשולדיגן זיך פאר דעם הויעכגעשעצטן עולם אויף די אומערוואטענדע פארשפעטיגונג, אבער די טעלעפראמטער ארבעט נאך נישט געהעריג, :קראץ: :קראץ:
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בשם די הנהלה דריק איך אויס אנטשולדיגונג, פארן אריינלאזן [tag]קל וחומר[/tag] פונקט יעצט אינעם שרעקוועדיגן פלעי 'אונטערן פורהאנג', המכונה במחנינו 'מאחורי הפרגוד'.

וואס דאס מיינט אז עס האט זיך אנטפלעקט פאר אים א נייע וועלט פון מושגים, וואס דאס מיינט אז ער וועט יעצט שלינגען אשכולות נאכאנאנד מיט פארגלייזטע אויגן, וואס דאס מיינט אז ער וועט יעצט נישט קענען שרייבן קיין 'זעלבסט היפנאזיע' אפשאצונגען, וואס דאס מיינט - אז מיר קענען אלע ווארטן און קראכן...

ביי ביי... :בייביי:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שלום שטיסל האט געשריבן:דער עולם פארנעמט שוין די פלעצער, ס׳הערט זיך א גערודער פון בענקלעך וואס ווערן באזעצן, מער ווייניגער איז שוין אלע זיצן פארנומען, די וואס דארפן אייביג זיין לעצט מינוטיג גרייטן זיך אנצוקומען אין די נעקסטע צוואנציג מינוט, אט דארט שטייט דער שטענדער מיט שטאלץ צוויי קעפ העכער פון אירע ארומיגע, אלעמענס אויגן זענען אהין געוואנדן, דער אונטער שמש האט שוין אראפגעלייגט דארט א גלעזעל וואסער און אט קומט ער נאכאמאל מיט א באקסל טישו פאפיר, אלעס איז גרייט אלעמענס אויערן זענען אנגעשפיצט, דער עולם ווערט שוין אביסל אומגעדולדיג, טייל גייען שוין ארויס כאפן א סיגריה פון אזוי לאנג ווארטן, אנדערע שטייען שוין כדרכם אין די ליניע ביי די טוילעט׳ס, אט אט עפענט זיך דער טויער און דער אויפגייענדער פרישער שטערן הרב קל וחומר פארנעמט זיין פלאץ ביים שטענדער און הייבט אן דעם לעקציע.


ר' שלמה שמש קלאפט אויס אויפן באלעמער: א גוט מועד...
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: זעלבס היפנאזיע

שליחה דורך קל וחומר »

מורי ורבותיי, כ'וועל ענק נישט צו לאנג אויפהאלטן, מ'העמער עס מאכן קורץ, כ'האף אפירצוקומען מיט פרק א' אינעם נאנטן צוקונפט, ס'האט זיך מיר געמאכט פונקט לעצטנס אפאר פארנומענישן, אבער כ'האב נאכנישט מסיח דעת געווען פון די פילע נהמא דכיסופא'דיגע לייקן וואס מ'האט מיר דא אנגעמאכט.

דערווייל קען מען נאך לערנען אפאר בלאט גמרא רש"י.

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קל וחומר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

[
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

אדנירם האט געשריבן:בשם די הנהלה דריק איך אויס אנטשולדיגונג, פארן אריינלאזן [tag]קל וחומר[/tag] פונקט יעצט אינעם שרעקוועדיגן פלעי 'אונטערן פורהאנג', המכונה במחנינו 'מאחורי הפרגוד'.

וואס דאס מיינט אז עס האט זיך אנטפלעקט פאר אים א נייע וועלט פון מושגים, וואס דאס מיינט אז ער וועט יעצט שלינגען אשכולות נאכאנאנד מיט פארגלייזטע אויגן,

וואס דאס מיינט אז ער איז יעצט היפנאזירט...
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

שליחה דורך קל וחומר »

פרק א'

אין דעם קאפיטל וועט ארומגערעדט ווערן די קאנטשעס (באוואוסטזיין) און סובקאנטשעס חלקים פונעם מח און זייער צוזאם ארבייט, ווי אויך וועט אויסגעשמועסט ווערן די סיבה פארוואס טוישן א הרגל איז זייער שווער דורך סתם ארבעטן אויף זיך, און פארוואס דורך היפנאזיע איז עס זייער גרינג. ובזה החלי.

שוין אמאל אריינגעקלערט פארוואס דו קענסט נישט פון איין טאג צום צווייטן אויפהערן רויכערן, עסן געזונט, אדער סתם אזוי זיין א מער רואיגער מענטש און מער הנאה האבן פונעם לעבן?
די תירוץ איז וויבאלד איין חלק אין דיר זאגט 'יא, איך גיי זיך טוישן', בו בעת וואס א צווייטע חלק זאגט מיט א פעסטקייט 'ניין, כ'גיי זיך נישט טוישן'.

ווי באקאנט באשטייט די מח פון צוויי חלקים (לפחות) קאנטשעס און סובקאנטשעס.

די קאנטשעס חלק איז די חלק וואס האט געמאכט די החלטה אריינצוגיין אין דעם אשכול, ער מאכט אפ וואס ד'עסט פאר פרישטיג, וואו איר גייט גיין נאכן ארבעט (חוץ אויב איר גייט יעדן טאג בקביעות צו די זעלבע פלאץ איז עס שוין סובקאנטשעס...) וכו' בקיצור ער איז דער וואס מאכט החלטות.

די סובקאנטשעס ווידער ארבעט פון אונטערן באוואוסטזיין, ס'איז די חלק וואס אנאליזירט די סימבאלן וואס דו זעהסט יעצט, וואס ד'האסט געלערנט שוין לאנג צוריק אין חדר און ווערן יעצט אוטומאטיש איבערגעטייטש אויף ווערטער און זאצן.
די סובקאנטשעס איז אויך אחראי אויף די מערכת הגוף, א שטייגער ווי ווי שנעל דאס הארץ זאל קלאפן, פארדייען דאס עסן וכו' זאכן וואס ד'האסט מסתמא נישט צוגעלייגט קיין סאך פון דיין קאנטשעס מח דערצו.
די סובקאנטשעס אנטהאלט אלע דיינע זיכרונות מיום שיצאת לאויר העולם ועד עתה! דארט זענען דיינע דעות, שיטות, אמונות, וכדו' (ומהאי טעמא האט דער חזו"א נישט געוואלט זיך מתוכח זיין מיט הגר"ח נאה ואיכמ"ל).

א נייע דרייווער דרייווט מיטן קאנטשעס חלק, נאכן ווערן גוט צוגעוואוינט נעמט דער סובקאנטשעס איבער און פיהרט דעם ראד. (חוץ ווען ס'מאכט זיך א שוועריגקייט אויפן ראוד וואס פאדערט א החלטה וואס מ'איז נישט געוואוינט צו מאכן, וואס דאן איז די קאנטשעס דער מחליט).

דער סובקאנטשעס מיט די קאנטשעס טוהן קאמיוניקירן איינער מיטן אנדערן, לדוגמה ווען דיין קאנטשעס איז מחליט אז ער וויל רוקן ס'האנט שיקט ער סיגנאלן צום סובקאנטשעס אז דו ווילסט יעצט רוקן דאס מייזל צום 'לייק' קנעפל... און דער סובקאנטשעס וועט כהרף עין אויסמעסטן די פונקטליכע כח וואס עס פאדערט פאר פונקטליך וועלכע מוסקולן ס'פעלט אויס צו אויספירן דעם באגער און וועט דאס אויספירן מכח אל הפועל תיכף ומיד. וויבאלד ער איז שוין געפראגרעמד און קען די אלע חשבונות מיט א פונקטליכקייט.

הגם די צוויי ארבעטן נישט איינס קעגן דעם אנדערן, קען עס צומאל אויסקוקן ווי זיי זענען אין א קריג, ווען א מענטש איז מחליט מיט זיין קאנטשעס מח צו פרובירן עפעס ניי, אדער טוישן אן אלטע געוואוינהייט, וועט די סובקאנטשעס עס נישט צולאזן אזוי גרינג, ער לאזט נישט אריין קיין נייע זאכן און לאזט נישט ארויס קיין אלטע אזוי שנעל, ספעציעל ווען די רעדע איז איבער טוישן א געוואוינהייט/אמונה/דעה וואס גייט שוין אן פאר א לענגערע תקופה.

אביסל צו פארשטיין דעם ענין וועל איך עס מער מסביר זיין.
די מח פון א מענטש האט אסאך ענליכקייטן צום קאמפיוטער, א מענטשנס מח באשטייט פון פיהלע פראגרעמס אזוי ווי א קאמפיוטער, טייל פון זיי זענען אינסטאלירט געווארן דורך דיר זעלבסט, ווי למשל ווען ד'האסט ס'ערשטע מאל געגעסן אייס קריעם און ד'האסט הנאה געהאט פונעם טעם און טעקסטשור און אזוי ארום אנגעהויבן עסן נאך און נאך ביז ד'האסט דיך איינגעוואוירן א געוואוינהייט פון עסן אייס קריעם.
טייל פון זיי קומען פון דיינע עלטערן ומחנכים, לדוגמה אהבת התורה (בעצם אלע מצוות) וואס זיי פלעגן שטענדיג שעצן דאס חשיבות דערפון און דיר מעודד געווען צו לערנען פלייסיג ביז ד'ביזט עלטער געווארן און דעוועלאפט דיין אייגענארטיגן מהלך און טעם דערין(?...).
טייל פון זיי קומען פון חברים, ווי למשל זיך צוגעוויינען צו קאווע טרונקעריי וכדו' לו (אפי' אינדרויסן פון ק"ש), וואס ד'האסט געזען ביי זיי (און געהאלטן אז טאמער וועסטו אויך אזוי טוען וועט עס דיר מער מחשיב זיין בעיני העם, ביז ד'ביסט געווארן עדיקטעד דערצו).

אסאך מאל אבער, קומט די מענטש צום החלטה אז ער וויל פטור ווערן פון א געוויסע פראגרעם, אדער וויל ער זיך איינהאנדלען א נייעם פראגרעם, אדער גאר אפדעיטן אן אלטער פראגרעם, דא טיילט זיך דער מענטש פונעם קאמפיוטער, בעת וואס ביים קאמפיוטער וועט עס נישט פאדערן מער ווי אפאר קליקס אויפן מייזל, איז עס ביים מענטשליכע מח בכלל נישט אזוי גרינג, בבחינת ומותר האדם מן המחשב אין.

די מח פון א מענטש קומט מיט א פילטער (פארשטייט זיך ארונים האבן גדר, זלונים משומר וכו'), דאכט זיך אז ס'ווערט דעוועלעפט בערך ביי די ניין יאר, דער פילטער איז ווי אן אריינגעבויעטער סעקיוריטי סיסטעם וואס גייט דורך אלע נייע מחשבות, מנהגים, דעות, שיטות, מהלכים, דרכים, וכדו' און טוט זיי אלע שוקל זיין לפי אירע ביז יעצטיגע ידיעות און אמונות, ער איז בכלל נישט געיאגט אריינצולאזן פלוצלינגדיגע שינויים וואס פארן נישט מיט מיטן אלטער באן (פראגרעמס).

דאס איז בעצם א געוואלדיגע חסד וואס דער רבש"ע טוט מיט אונז, שטעל זיך נאר פאר ווי צומישט דו וואלסט געווען נאכן זעהן צענליגע עדס און זיך אנהערן מיט כל מיני דעות והצעות און אלס אנגענומען!

עכ"פ אויף אנצוקומען צום סובקאנטשעס מיט עפעס ניי דארף מען דורכגיין סעקיוריטי.
ס'פארהאן אפאר אופנים וויזוי מ'גייט דורך דעם סעקיוריטי, א שטארקע כאראקטער קען זיך באניצן מיט געוואלד און איבערטוען א געוויסע נייע מנהג ביז ס'רייסט זיך דורך דעם סעקיוריטי, אבער דער מהלך קען זיין א ביטערע דורכגאנג און אויך נאר געציילטע קענען דאס באווייזן.
אן אנדערע וועג איז דורך איידעלערהייט איבערזאגן פאזיטיווע זאצן איבער דעם נושא ביז צוביסלעך נעמט ער עס אהן, אבער דאס איז א גאר לאנגער פראצעדור און רוב מענטשן וועלן אויפגעבן אין די אנהייב שטאפלען.

היפנאזיע שטעלט צו א גרינגן מהלך פארן טויש, ער טרעפט זיין וועג זיך דורכצושמוגלען סעקיוריטי אויף גענוג לאנג צו קענען אריינלייגן די נייע פראגרעם אינעם סובקאנטשעס, און ווי נאר ער איז פארטיג געט ער א פיץ ארויס כאילו לא היה און די זאך איז מסודר!
אין אנדערע ווערטער ער ארבעט שנעל און גרינג!

לאמיר געבן א משל, די גביר פון לאנד מאכט חתונה, פארשטייט זיך ס'דא א גרויסע געבויטע גארד וואס לאזט נאר אריין באקאנטע, יעדער וויל דאך אריינגיין, די שטארקע מענטשן וועלן פרובירן צו גיין איינס אויף איינס, אנדערע וועלן זיך פרובירן איינטענה'ן און בעטן בתחנונים, דער חכם קומט מיט א הערליכע נקבה וואס וועט ציען דעם גארדס אויגן, זי וועט כאפן א זאפטיג שמועס מיט אים, אינצווישן וועט ער מאכן זיין וועג אריין.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

שליחה דורך קל וחומר »

פרק ב' בקרוב אי"ה
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 561
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל

Re: זעלבס היפנאזיע

שליחה דורך ביליג »

עעעעענדליך שוין אזוי לאנג געווארט ש'כח we want more !
ביליג איז טייער...
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

זייער שיין הערליך ארויסגעברענגט.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

שליחה דורך קל וחומר »

יישר כחכם,
א גוט ווארט גיבט חיזוק אויף ווייטער!
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

שליחה דורך קל וחומר »

איז עס זעלבס היפנאזיע, אדער זעלבסט היפנאזיע?
פארשפארט