אלבערט איינשטיינ'ס אנדערע פראדיקשאן!
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
וואס הייסט דו זעהסט נישט אז די רייכע ווערן רייכער און די ארימע ווערן ארימער? דו בעצם קענסט עס נישט זעהן! אבער קוק אויף די נומבערס ס'איז דא דאטא אויף דעם, דו קענסט דען גאנץ אמעריקא? צי אפילו נאר א צענטל פון אמעריקא? דו קענסט נישט פסק'נען אזא זאך אן אריינקוקן אין דעם.
בנוגע פראגרעמס ביסטו נישט גערעכט, אונז זעמיר די רייכסטע לאנד פון אלע לענדער און אונז געבן פיל ווייניגער פאר אונזערע בירגער ווי עני נארמאלע ציוויליזירטע לאנד אויף דער וועלט!
איז קודם דארפסטו מודה זיין אין פאקטן און נישט קיין אייגענע אבזערוואציעס:
1) אז די לעצטע פערציג יאר זענען רוב אמעריקאנער ארימער געווארן בשעת די רייכע איין פראצענט זענען phenomenal רייכער געווארן!
2) אז אמעריקע געט פאר די ארימע די ווייניגסטע פון אלע ציוויליזירטע לענדער - בשעת ווען זיי זענען די רייכסטע לאנד!
3) אז ריזיגע קארפערעישאנס באקומען טעקס ברעיקס פון די גאווערמענט אין די ווערד פון טריליאנען דאללער א יאהר!
4) אז מ'קען היינט נישט לעבן קיין נארמאלע לעבן אויף די געהאלט וואס א געווענטליכע וואלמארט ארבעטארער (די גרעסטע ארבעטסגעסער אין אמעריקא) מאכט.
די אלע פיר זאכן זענען פאקטן וואס יעדער קען אליינס שטודירן - און די פאקטן רעדן פאר זיך אליינס!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
אמת! און אויף דעם ארויף האב טאקע גערעדט װעגן אונזער צודרײטע טעקס סיסטעם, װאס װען מען שטעלט עס אװעק געהעריג װאלטן אסאך פון די פראבלעמען זיך אויס געלײזט. אין אנדערע װערטער, װײניגער מענטשן װאס דארפען צוקומען צו פראגרעמס אויף עסן!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום petergrifin, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
.And they lived happily ever after
באבע מעשיות
באבע מעשיות
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
און אגב די עצם מושג אז מענטשן האבן פארלוירן די זעלבסט רעספעקט און זוכן דײקא צו לעבן פון פראגרעמס איז א נײע זאך װאס איז עפעס װאס אסאך עלטערע מענטשן פלעגן פרובירן צו שטײן װײט פון דעם װי שטארק מעגליך. פארשטײט זיך אז מען דארף דארף מען, איך בלעים נישט קײנעם, מען ברויך דאך לעבן. אלס קינד פלעג איך מיר זײער שעמען װען איך געדארפט באצאלן פאר חלות מיט די פוד סטעמפ בילס!
.And they lived happily ever after
באבע מעשיות
באבע מעשיות
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
איך האב נישט קיינע פון די פראגרעמס און איך באקום נישט צוריק קיין פעני די ענדע פון די יאהר! איך צאל נאך צו ווי א טאטלע! און העלט קעיר אינשארינס קאסט מיר א הון רב פאר מיין פאמיליע! דאך פארשטיי איך אז אנדערע דארפן עס יא און ס׳איז וויכטיג פאר אונזער סאסייעטי אז די ארימע זאלן אויך קענען דורכלעבן און אז ס׳זאל זיין א שטארקער מיטל קלאס אין אמעריקא!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
petergrifin האט געשריבן:און אגב די עצם מושג אז מענטשן האבן פארלוירן די זעלבסט רעספעקט און זוכן דײקא צו לעבן פון פראגרעמס איז א נײע זאך װאס איז עפעס װאס אסאך עלטערע מענטשן פלעגן פרובירן צו שטײן װײט פון דעם װי שטארק מעגליך. פארשטײט זיך אז מען דארף דארף מען, איך בלעים נישט קײנעם, מען ברויך דאך לעבן. אלס קינד פלעג איך מיר זײער שעמען װען איך געדארפט באצאלן פאר חלות מיט די פוד סטעמפ בילס!
דאס קומט פון לעבן מער אינעם חרדי'שן באבל און נישט געבן קיין דעמן וואס די גאס זאגט, אדער טראכט. ביי אונז אין אונזער געזעלשאפט איז דאס א לכתחילה, און עס ווערט נישט באטראכט ווי א שנארערישקייט, א שטייגער ווי חתונה מאכן אין די אלטע ברכה סימא זאלן. מילא פארוואס זאל מען עס נישט טון?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:3) אז ריזיגע קארפערעישאנס באקומען טעקס ברעיקס פון די גאווערמענט אין די ווערד פון 14 טריליאן דאללער א יאהר
הא? דאס איז א טייפא?
איך בין נישט באקאנט מיט די נומערן, אבער דער ציפער מאכט נישט קיין סענס. פון וואו נעמסט די נומבערס?
יא ביסט גערעכט! ס׳איז 1.5 טריליאן דאללער א יאהר מיט סובסידיס פון די גאווערמענט!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
איך ווייס טאקע נישט פארוואס כהאב גשריבן פערצן טריליאן.ערגעץ האב איך געלייענט אז עקענאמיסטן האבן א חשבון אז די לעצטע פאהר יאהר האבן די רייכע זיך ארויסגעדרייט פון באצאלן טעקסעס און די ווערט פון טריליאנען אריינגערעכענט אין דעם איז אויך א שאצונג פון די געלטער וואס ווערן באהאלטן אין טעקס העיווענס ווי די קעימען איילענדס.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: אלבערט איינשטיינ׳ס אנדערע פראדיקשאון!
שבת אחים האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:וואס האט קלוגשאפט אין סייענס, מיט עקאנאמיע, סאציאלאגיע, א.א.וו.? איינשטיין האט געהאט א נערוון בראך ביי די 16, און לויט סאטמאר רב איז ער אפילו געווען א שוטה אין סתם זאכן.
קארל מארקס איז סאך א גרעסערע מאן דאמר דא ווי איינשטיין.
איינשטיין האט געהאט א נערווען בראך? פון ווי נעמסטו דעס? קיינמאל נישט געהערט פון דעם און איך האב זייער אסאך געלייענט וועגן אים.(מקור?)
הער אויס איך זאג דאך קלאר אז איינס האט נישט צוטהן מיטן צווייטן, ס׳איז נישט קיין Argument of authority דא! איך זאג נאר אז אויב איז עס טאקע אמת וואס איינשטיין האט פרידיקטעט איז אינטערסאנט אז מען האלט הונדרעט יאהר שפעטער און מ׳זעט איין אז ער איז מעהר ווייניגער גערעכט געוועהן, היינט איז בכלל נישט ראדיקאל צו טראכטן אז אויב גייט די אמעריקאנע קעפטיליסטישע סיסטעם ווייטער אן אויף די זעלבע וועג וועלן רוב אמעריקאנער הונגערן אין הונדרעט יאהר ארום! מ׳זעט קלאר ווי יעדער יאהר ווערן די רייכע רייכער און די מיטעל קלאס און די ארימע ארימער! דעס איז א פאקט וואס יעדע עקאנאמיסט אין אמעריקא וועט דיר דעס מודה זיין! איז למעשה איז די קוואט שטארק אמת!
ס׳געפעלט מיר וויאזוי די מאכסט אוועק אזא חכם ווי איינשטיין וואס יעדע נארמאלע מענטש אויף דער וועלט האט גאר שטארק רעספעקט פאר אים איך האב נאך דערווייל נישט באגעגענט קיין מענטש זאל אוועקמאכן איינשטיין ווי דיר! אבער ווי האט נאר יענער געזאגט ״ האסט א רעכט צו דיין אייגענע אפיניאן אבער נישט צו דיינע אייגענע פאקטן!״ אמעריקאנע קעפיטיליזים איז א מיאוסע דורכפאל און איז נישט קיין דעמקראטישע סיסטעם אזויווי מ׳האט אונז אלע יאהרן איינגערעדט!
קודם, בארואיגט אייך. איך מאך בכלל נישט אוועק איינשטיין. ער דארף נישט מיר איך זאל אים אויסרימען. איך האב נאר ארויס געברענגט א פשוט'ע פאקט אז איינשטיין'ס פעלד איז געווען סייענס נישט עקאנאמיע אדער סאציאלאגיע.
די נערוון בראך חלק האב איך געליינט יארן צוריק אין א חרדי'שע פובליקאציע. למעשה האב איך געזען דו לייקנסט עס אזוי קאטעגאריש, האב איך געזוכט אביסל, זע איך טאקע אז קיינער ברענגט דאס נישט עמטליך, נאר אז ער האט דאס גענוצט פאר א תירוץ צו סקיפן סקול, האט ער געברענגט א צעטל פון א דאקטאר אז ער האט א נערוון בראך. (אמת אדער נישט, די היסטאריקער און ארכעאלאגן אין אפאר דורות וועלן עס מסתמא אננעמען פאר א פאקט, זינט עס איז דאך דא א צעטל פון א דאקטאר).
בנוגע קאפיטאליזם, ווי דו שרייבסט אליין ברויך מען נישט זיין קיין איינשטיין דאס אויס צו פיגור'ן. דאס איז די פרייז וואס מ'צאלט פאר א פרייע מארקעט און שוואכע טעקס. קאנסערוואטיוון לעומת זה האבן אויך א פוינט, אז אויב די טאפ 1 פראצענט איז מצליח העלפט דאס די גאנצע עקאנאמיע. די פראבלעם איז אז מיט די פארמערטע טעכנאלאגישע מעגליכקייטן ווי ראבאטן נעמען איבער מענטשן, און קאמבינירט מיט די מעגליכקייט צו נוצן אויסלענדישע ארבעטער וואס קאמפיטן מיט די אמעריקאנע ארבעטער און אפערן די זעלבע ארבעט פאר א צענטל די קאמפענסעישאן, איז קאפיטאליזם א פשוט'ע באנקראט פאר די 99 פראצענט. די רייכע ווערן רייכער און די עקאנאמיע בומט, אבער עס האט גארנישט מיטן עולם, מיט די ארבעטער קלאס.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
[tag]שמעקעדיג[/tag] לייען דעס:
ק/פ פון א אלטע תגובה
ק/פ פון א אלטע תגובה
שבת אחים האט געשריבן:יא יא, זיי מאכן א פיינעם לעבן און דרייען זיך ארויס צו באצאלן זייערע טעקסעס און זיי באקומען געשוואלנע סובסידיס פון די גאווערמענט מיטן אפקויפן פאליטשאנס אין וואשינגטאן בשעת רוב אמעריקע מיטשעט זיך אויף טאג טעגליך!
אומגלויבליך!!!
!Taxpayer Handouts to the Super Rich That Will Make Your Blood Boil
Big oil subsidies $37.5 billion/year
Tax Breaks for obscene CEO bonuses $7 billion/year
Tax cuts for luxury corporate jets $300 million/year
Pharmaceutical subsidies $270 billion/year
Capital gains tax breaks $51 billion/year
Corporate tax subsidies from state and local governments $80.4 billion/year
Handouts to Big Ag $18 billion/year
Welfare for Wall Street $83 billion/year
Export-Import bank subsidies $112 billion
Federal contracts for the top 200 biggest companies $880 billion/year
The combined cost of these 10 corporate welfare programs is $1.539 trillion per year. The three main programs needy families depend upon — Temporary Assistance for Needy Families ($17.3 billion), food stamps ($74 billion), and the Earned Income Tax Credit ($67.2 billion) — cost just $158.5 billion in total. This means we spend ten times as much on corporate welfare and handouts to the top 1 percent than we do on welfare for working families struggling to make ends meet.
http://usuncut.com/class-war/10-corpora ... lood-boil/
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
[tag]דעת תורה[/tag] פרייע מארקעט מיינט נאך נישט אז אפאר מענטשען אדער אפילו אפאר טויזענט מענשטען זאלן אלעס איבערנעמען און נישט דארפן באצאלן זייערע ארבעטארערס א מענשטליכע געהאלט! אין די 1950 יאהרן האט א עוורידזש ארבעטארער געמאכט א שעה אין אמעריקא לויט די היינטיגע געלט א ערך פון $50 דאללער א שעה היינט איז עס בערך ניין דאללער א שעה! אין אייזענהאורס צייטן האבן די רייכע באצאלט העכער זיבעציג פראצענט אינקאם טעקס און היינט איז עס א חוזק וויפל זיי באצאלן און ס׳ווערט נאר ווייניגער! בקיצור מיין פוינט איז אז ס׳קען נאך אלץ זיין א פרייע מארקעט און האבן א שטארקע מיטל-קלאס! ס׳דארף נישט זיין אזויווי ס׳איז יעצט- די וואס האבן יא און די וואס האבן נישט, די וואס האבן א ווארט און די גאווערמענט פאליסיס און די וואס האבן נישט! ס׳איז געווארן צו עקסטרעם אויף יענע זייט און אביסל סאושליזים אין אמעריקא קען נישט שאטן!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
דעס וואס די קאנסערוועטיוון טעהנן אז אויב די טאפ איין פראצענט איז מצליח העלפסט עס יעדעם איינעם איז א קלארע ליגענט! די רייכע זענען זייער רייך געווארן די לעצטע פערציג יאהר און זיי האבן נישט געגעבן קיין ש*ט פאר די ארימע! דעס איז א ליגענט וואס קעפיטיליסטן זאגן איבער אפילו זיי גלייבן אליינס נישט דערינען!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: אלבערט איינשטיינ'ס אנדערע פראדיקשאן!
איך האב דיר מסביר געווען די 2 זייטיגע סיבות וואס האבן גורם געווען דעם מצב, עס מיינט נישט אז קאפיטאליזם איז געווען ראנג למפרע. כהיום, און ספעציעל אין א גלאבאלע עקאנאמיע, ביסטו גערעכט אז קאפיטאליזם איז מער נישט רעלעוואנט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
אדנירם האט געשריבן:פתח באלבערט איינשטיין, וסיים בשיטת בערני סענדערס.
בכה רבי ואמר: 'איי, ירידת הדורות'...
די גאנצע פלפול איז דאך צו צאמישן איינשטיין מיט בערני סענדארס און מאכן פון דעם איין קוגעל. חוץ מזה בערני סענדארס איז נישט קיין ירידות הדורות ס׳איז עלי׳ לדורות. . שוין איך רעד שוין צופיל שטותים. א גיטע נאכט!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
נאך א אינטעלעקטול איינע פון מיינע רבי׳ס די באוואוסטע קארל סעיגאן ז״ל רעדט איבער סאושליזים
Wow!
http://youtu.be/BYdxFKTYJIQ
Wow!
http://youtu.be/BYdxFKTYJIQ
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 25, 2015 6:06 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
Re: אלבערט איינשטיינ'ס אנדערע פראדיקשאן!
דולה ומשקה האט געשריבן:אינעם קונטרס ווארט-ביי-ווארט פונעם טעיפ, ביו"ד פון דער קדושת יום טוב, איז געדריקט אז דער בעל ויואל משה האט זיך אויס געדריקט אויף איינשטיין אז ער איז א 'שוטה'.
מען זאגט פונעם דער "מלאך" אז ער האט זיך אויסגעדרוקט אויף איינשטיין "ער איז ווי א קינד וואס שפילט מיט צואה"
Sent from my SM-G900V using Tapatalk
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
Re: אלבערט איינשטיינ'ס אנדערע פראדיקשאן!
א ''שוטה'' א קינד וואס שפילט מיט ''צואה''. די אויסדרוקען שטימט בכלל מיט די מציאות? מיט אא'ס רעקארד?
א מצווה צו באגראבן איינעם וואס איז נישט פרום-קען זיין אבער עס טוט גארנישט אויף עס הייבט נישט אידישקייט די תוה'ק אדער ווי קלוג אונז חרדים זעמיר אויב עפעס ווייזט עס אז אונז זענען עפעס נישט אזוי זיכער מיט אונזערע אידישקייט.
א מצווה צו באגראבן איינעם וואס איז נישט פרום-קען זיין אבער עס טוט גארנישט אויף עס הייבט נישט אידישקייט די תוה'ק אדער ווי קלוג אונז חרדים זעמיר אויב עפעס ווייזט עס אז אונז זענען עפעס נישט אזוי זיכער מיט אונזערע אידישקייט.
.And they lived happily ever after
באבע מעשיות
באבע מעשיות
י.ל.פרץ האט געשריבן:דולה ומשקה האט געשריבן:אינעם קונטרס ווארט-ביי-ווארט פונעם טעיפ, ביו"ד פון דער קדושת יום טוב, איז געדריקט אז דער בעל ויואל משה האט זיך אויס געדריקט אויף איינשטיין אז ער איז א 'שוטה'.
מען זאגט פונעם דער "מלאך" אז ער האט זיך אויסגעדרוקט אויף איינשטיין "ער איז ווי א קינד וואס שפילט מיט צואה"
Sent from my SM-G900V using Tapatalk
'דל גאה' איז שוין א טיטול פארן בעל המימרא. איז ער אינגאנצן אויפן קאפ געפאלן?? לאז מיר זעהן איין מינדערוויכטיגע אשר יצר פאפירל אין פיזיקס וואס איינשטיין האט געשריבן און דער בעל המימרא זאל עס אפילו קענען אפליינען. זיצט זיך נעבעך ווי א ווארים אין חריין אין דאכט זיך אז חכמה בינה און דעת איז א פארקנייטשטע שטערן ביי ברכת יוצר. דער אנדערער תנא מילא, ס'איז ביי אים מסתמא א שיגרא דלישנא קלילא. אין אן אנדערע געלעגענהייט האט ער זיך אויסגעדרוקט אויף רבי משה פיינשטיין אז ער קען נישט קיין לערנען. נו מן הסתם איז איינשטיין אזא שוטה בערך ווי עם הארץ רבי משה איז. די עיקר פלא איז נישט אויף די וואס האבן געזאגט וואס זיי האבן געזאגט, נאר אויף די וואס שעמען זיך נישט עס איבערצוזאגן. ס'קען נישט זיין אן ערגערע מספר אחר מטתן של תלמידי חכמים ווי איבערפארציילן אזעלעכע הבלים בשמם.
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
כ'בין חושד אז ער האט עס געזאגט אין קאנטעקסט פון אלוקות ווס. גשמיות.
ביי חסידים איז גשמיות בא'טיטול'ט געווארן 'צואה' ע"פ המאמר אז עס האט זיך געשאפן פון די שמרי האופנים.
ביי חסידים איז גשמיות בא'טיטול'ט געווארן 'צואה' ע"פ המאמר אז עס האט זיך געשאפן פון די שמרי האופנים.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: אלבערט איינשטיינ'ס אנדערע פראדיקשאן!
ס'בכלל נישט שווער צו פארשטיין די מימרא, און איך פארדעכטיג אז איינשטיין וואלט מיט געשטימט מיט אים. פוינט איז אז וויפיל ער האט שוין משיג געווען - בחכמת הטבע! לאו דוקא אלקות - איז עס כערך א קינד וואס שפילט מיט צואה קעגן וויפיל עס איז גניז בגווי'.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
כעלעמער מגיד, ס׳איז אכשר דרא אין א עוועלאושענערי פראסעס!
איך האב נישט קיין הוא אמינא שבעולם אז אויב איינשטיין וואלט געלעבט אין די חז״ל׳ס צייטן וואלט ער דערמאנט געווארן אין די גמרא און זיי וואלטן מסתמא נאכגעזאגט געוויסע פון זיינע מימרות און זיי וואלטן אים באטילט אלץ א חכם, און אפגערעדט אויב וואלט ער געלעבט אין רמב״ם׳ס צייטן וואלט די רמבם אסאך גענאשט פון אים פונקט אזויווי זיי האבן גענאשט פון די ערשטע גריכישע חכמים און פילאסעפערס!
נאר וואס דען? די לעצטע הונדרעט יאר איז דא א אנדרע תורה אינגאנצן! זיצן אפאר אויסגעדראשענע יושבי חושך רבנים אין א בעיסמעינט, זיי האבן נעבעך נישט די מינדענסטע אהנונג וויפל צוויי מיט זעקס באטרעפט, זיי ווייסן נישט וואס א אטאם און א מאליקועל איז, זיי קענען אפילו נישט נאכזאגן די ווארט אקסידזשיען און זיי ווייסן נישט ווי דער זון גייט ביינאכט און ווי די לבנה גייט בייטאג. אבער איין זאך ווייסן זיי יא אז ביי שאלישידעס דארפן זיי פארקויפן באבע מעשיות פאר זייערע 16 מענטשען וואס האבן זיך אריינגעשטיפט אין זייער סעמעדריש, נו? וואס זאגט מען? וואס קענען שוין אזעליכע חכמים און נבונים וואס וואשען ראציגע מקוה האנטיכער יומם ולילה זאגן ? ״נעה דער איינשטיין וואס ווייסט ער? ער שפילט זיך מיט צואה!!!״ און פארטיג ס׳איז א פארזיגלטע done deal מיטן חותם פונעם שארמעשער בי״ד והגלילות!!!
אמאל האט ״חכמה״ עפעס געמיינט סהאט געשפילט א ראלע ביי אלע אידישע חכמים ז״ל אבער נישט די היינטיגע רע-בנים! אז עפעס האט נישט מיט זייער אגענדע אדער זייער באקוועמליכקייט איז עס אויטעמאטיש צא טמא! סהאט גאנץ ווייניג צוטהן צי ס׳איז חכמה צי ס׳איז טיפשות וואס איינשטיין זאגט, זיי האבן גארנישט פון איינשטיין׳ס חכמה אין פיזיקס זיי דארפן ווייטער אויפווישן די שריים פון די הערינג זאפט און אפרייניגן די טישן פון די אויליגע סארדינס וואס דער עולם האט פארחזרט ווען די לעקטער איז געוועהן פארשפארט ביי די געהויבענע רעוא דרעוין און מ׳האט נישט געקענט פונקטליך זעהן צו מלייגט אריין דאס פישל אין מויל צו אין דער נאז אריין, זיי דארפן ווייטער קלינען די ביסקעס און טוישן די טוילעט פאפיר און אנגרייטן הויפנס פון קאצקע צוקער מיט גאלדען פלאו מילך, ווי קומט דער טמנע גוי דער שוטה איינשטיין אריין דא? ער לייגט דאך נישט קיין תפילין ??? עס ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט פון אים אין די עלים לתרופה און די דבר יום ביומו!?
בלייבט נאר איבער צו וויסן וואס די היינטיגע חכמים די הני כלבין דחציפין ווי שאול יצחק ראבינאוויטש, יוסף מזרחי, שרגא פרידמאן, הלל מילך-קעסטלך, איצא גליק, משה בער בעק, דער טיליפ פון ספרינג וואלי מיט זיינע אורים ותומים טשערי לעיטס, דער פ*ה א**מה רבי פון 53 סטריט,און יואלי צימערמאן האבן צו זאגן אויף איינשטיין
#חכמה_בכל_העולם_כולו_תאמין!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 21 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius