אין אומרים בפני המת אלא דבריו של מת, אזוי ווי [tag]שמעקעדיג[/tag] קוקט אן די 4 יאר פייערונג אלס א יארצייט סעודה, האב איך גענומען אביסל צו נישטערן אין די דבריו של מת צו זעהן הכצעקתה, צו איז טאקע די לעצטע יאר געווען אזוי טויט ווי מען מאכט דאס,
האב איך געזעהן אז עס איז דא קאמפעטישן אונז צו היפנאטיזירן אז אונז זאלן דווקא יא אדער נישט צופליקט ווערן אין א זיץ וואס איז גענוג לצור על פי צלוחית אויסהערנדיג א קול קורא של דופי אבער לא אלמן ישראל, דער בארדיטשובער האט פארט א לימוד זכות אויף אונז אבער ווי לאנג אונז קוקן אן די גאולה ווי עפעס א גזירת הגאולה ווערט די הכנה צו גאולה פארוואנדלט אין נאך א גלות און אויפן טויט בעטל ווערן אונז דערמאנט דורך אונזערע פארבלאנדזשעטע ברודער אזוי אויך ממש ביי גסיסה שמעקן מיר די 14,000 נאמבער און פארנדיג צו משלים זיין מנין צו יציאת נשמה האבן מיר עובר געווען און געטאנצן מענער און פרויען צוזאמען אויסהערנדיג וויאזוי צו טרינקען עפעס א נייע סארט קאפי וואס די יציאה איז מער ווי די הכנסה.
א עקסטערע שיעור לכבוד די סוף האבן מיר געהערט אויפן נושא פון זיין אייגנארטיג איבעלעבנדיג אונזערע מהרסיך ומחריביך, ווען צו דער זייט העלפט ארויס אונזער אלעמען באליבטער סענדער פון בודאפעסט,
וועט איהר אוודאי פרעגן פון ווי ווייס איך די אלע אינפאמאציע, נו איך בין דאך א היימישער והא ראיה ביי מיר קען מען כמעט אלעס פאראויס וויסן וויבאלד איך בין פון די ריכטיגע אידן וואס ווייסן אז מען קען נישט צוגלייכן אידן צו גוים.
צום שלוס פארן פארלעשן די לעקטער זענען מיר געגאנגען זיך געזעגענען פון ארצינו הק' כאטש אז נישט לאנג פארדעם זענען מיר אויך דארט געווען דארט האבן מיר געהערט פון די אראבישע שעיכן עפעס א מעשה מיט א נביא פון אונזערע צייטן וואס האט אונז דערמאנט די אייביגע געשריי פונעם בית הכבוד.
אבער וואס דארפן מיר רעדן פון טויט אז מיר קענען רעדן פון לעבן אונטער אונזער מלכות של חסד וע"ז געוואונענדיג די לאטערי נישט וואוסנדיג וואס צו טוהן מיט דעם אבער צומאל איז אפילו נאר די דמיון פון די געווינס שוין די ישועה, ווייל דאס קען מרבה זיין אחדות אין שטיבל נישט איינמאל נאר צוויי מאל, און איין קוקו וועט ברענגען נאך איינס און דערווייל האט אונזער חכם הרזים דער זעקס איינגעדרייט שוין פארכאפט דעם אויבן אן מיט כמעט א עשרת אלפים.
אונז האבן זיך אזוי פארבענקט צו א פארגעסענע שפראך ווען מען האט נאך נישט געהאט די פונקטליכע ליסטע וואס השי"ת האט ליב.
ואטו כי רוכלא וועלן מיר אויסרעכענען עפעס אלע שמייכלען פון פחדים'דיגע מעשיות צו די כח פון שלשול אדער אפשר אויסדעכענען אלע מאדנע מעשיות וואס איז גאר א קוגל פון סיפורים פון פארקערטע וועלטן אויף וואס מען איז מרבה תפילות ותחתונים אז די חתונה זאל דורך גיין בשלום מיטן רעכטן הוט וויבאלד דער חתן וואקט נישט געהעריג ווי פלטיאל האט איבערגעגעבן,
און ווי קענען מיר איבערלאזן די ריכטיגע מהפיכה בעולם התורה מיט די ריכטיגע ערנסטקייט.
און ווי עס איז לעצטנס געווארן געמאלדן איבער צוויי נאכמאכערס פון אונזער שטיבל, וואס קומען נישט אן לקרסולינו און כל מי שעמדו רגליו על הר סיני טרעטן נישט אריין אהין, וויבאלד מען פארלירט די אייגענע אידענטיטעט פיינט האבנדיג ראסיסטן און שווארצע.
פארן פארשליסן קענט איהר אריין כאפן צו זיך לערנען פון די לעצטיגע באריכטן און שטודיעס איבער אונזערע ברכיים אשר לא כרעו לבעל חלילה, און זיך פארטיפן אין די טיפע לייק סוגיא, כאפנדיג מפעם לפעם א רפואה פאר יעדע קרענק אנע דאגות אין די יוגנט מיט דראסטישע שינוים אויף דער עלטער, אייערע בריוון וועלן פובליצירט ווערן אומזינסט לרגל הסגירה און א ברייטע קידוש איז אנגעגרייט, מיט א טרונק מיסיאנערישע קאווע צו דער זייט,
ועוד ועוד ועוד
קאווע שטיבל חי וקים
דור בא ודור הולך והארץ לעולם קיימת.
יארצייט אדער פייערונג?
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
יארצייט אדער פייערונג?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-