פיהר-יאריגע הספד אויף א פארשאלטענע וועלט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

פיהר-יאריגע הספד אויף א פארשאלטענע וועלט

שליחה דורך ונבנתה העיר »

נו, די פערטע יאהרצייט...

וואס זאל איך שרייבן? נאו איידיע, כ'מיין ס'איז דאס ערשטע מאהל כ'הייב אהן שרייבן אהן וויסן וואס כ'רעד בכלל.

כ'בין שוין ב"ה א איד אין די יאהרן, כ'האב מחליף געווען עתי ועיטי באיטי. דער עיתי מיינער לויפט המדברה. נו גוט, זאל ער גיין לעזאזל...

דער מחותן זז"ג האט פריער דערמאנט, דער מדרש זאגט אנפאנג דברים, שלמה מיילעך ישראל זאגט הבל הבלים הכל הבל. ווען סתם אן אפגעריסענער נאר זאגט עס איז נישט אינטערעסאנט, אבער דער חכם מכל - ער קען זאגן אזא סטעיטמענט.

נו, אז מ'רעדט פון חכמה...

מסתמא האט מען אייך אלע אויך פרובירט איינרעדן וואספארא חכמה ס'האט זיך אמאהל געגאסן אין די גאסן, חכמת שלמה [אופס...].

יא, און פון וואס איז די געוואלדיגע חכמה באשטאנען? אויסערגעווענדליכע קולטור, פלאי פלאות'דיגע בנינים, אריסטוס אין די גאסן האבן אריינגעקלאפט אין ווענט און זיך אנטשולדיגט, תכסיסי מלחמה, און – כאפט אייך גוט אן אין בענקל – מען האט געריקט ריזיגע שטיינער.

פרעגט בעסער נישט, עפעס א שטיין פונעם כותל האט מען נישט קיין אאאאאאנונג וויאזוי עס איז גערוקט געווארן.

נורא.

ריעלי? איהר האט שוין אמאהל באטראכט די מייסטער-שטיק בנינים אין רוים און גריכלאנד? טאקע מורא'דיג, הא? איי בעט יו אז דער סאטמערער ראש הקהל וואלט עס אויפגעשטעלט אין צוויי וואכן.

אז מען גייט אריין אינעם רוימישען קאלאסיום ווערט דאך דער אטעם פארכאפט! א מתנגד וואלט שוין געהאט גענונג התפעלות אויף א גאנץ לעבן, איין שורה שטיינער, און נאך א שטאק, און נאך א שטאק. און אלעס אזוי געריבערנערהייט אויסגעשטעלט אז מען זאל קענען מיטהאלטן...

אינטערעסאנט, איך, ווען כ'זעה עס, לא קולטור אני רואה, לא חכמה, ולא כ'ווייס וואס. זענען געזיצן אפאר פארגרעבטע פויערן שלא קראו ולא שנו, צוזאמגעקלאפט אפאר שטיינער, אויסגעקריצט אפאר לאטיינישע אותיות, און גע'יובל'ט ווען א לייב האט פארציקט א מענטש.

וואס מיינט איהר וואלט געווען זייער רעאקציע צו די קלענסטע שטות פון די היינטיגע חכמה? עפעס א פיצי השגה אין ליכט-כוואליעס, שטעלט אייך פאר א טיים-טרעוולער וואלט זיי באוויזן א פשוט'ער האנט-זייגער, זיי וואלטן זיך געשוואוירן אז מיר זענען די געטער אליין.

תכסיסי מלחמה? עפעס אויסגע'דמיונ'טע מעשיות מיט אלכסנדר דע גרעיט. אנגעפולט קופערנע צורות מיט הייסע קוילן און די עלעפאנטן זענען אנטלאפן, טאקע חכמת שלמה.

איי בעט ראמעל און פעטאן וואלטן זיך באגראבן פאר בושה פון איהם.

-----------

סאו וואטס דע דיעל מיט דעם פארגעטערונג וואס מיר אלע האבן קעגן אזעלכע זאכן?

פילאסאפן, פראפעסארן, דענקער, קאלעדזש גייער, שוסטער און שדכנים, אלע האבן דעות איבער די גרויסע פראגן: יא דא א גאט, נישט דא, יא דא א נפש, נישט דא.

99 פראצענט וועלן אבער נישט קומען צו א מסקנא אז אלעס איז איין גרויסע מיזירעבל דזשאוק.

ס'איז מיר אויסגעקומען צו הערן עטליכע שיעורים פון א פראפעסאר וועלכער האלט אז ס'איז נישט דא קיין נפש, מענטשן זענען פשוט פיזישע מאשינס, אבער ער רעדט פונעם לעבן מלא חיות: מיר זענען די איינציגע וועלכע זענען קעיפעבל פון 'לאוו', מיר קענען פלאנירען אויפן עתיד און דערנאך אויספירן דעם פלאן, וכו' וכו', אלע הויכבאשפריצטע ווערטער און מושגים.

ווער איז אבער געקומען קודם, דער איי אדער דער האן?

האלט איהר סיריעסלי אז פאר עס עקזעסטירט א בריאה וואלט איינער מסכים געווען צו אזא נאנסענס? יא, ביטע, הונדערט מיליאן גאלעקסיס טו גאו, דארט וועט מען מאכן עפעס פון פלייש און ער וועט ליב האבן [וואט עווער דעט מיענס] א צווייטע שטיק פלייש.

עס קומט מיר פאר ווי איין לאנגע פסיכאלאגישע שוואכקייט: נעם וואס איז עוועילעבעל און רעד זיך איין אז ס'איז טאקע פלאי פלאים.

-----------

מיין כתה ט' מלמד, הידוע לשמצה, פלעגט שרייען אז עס איז נישט דא אזא זאך ווי א שווער שטיקל גמרא. סיי וועלכע גמרא: פאר דו פארשטייסט עס – איז עס אומפארשטענדליך, און איינמאהל דו פארשטייסט עס איז עס דאך נישט שווער...

דער אמת איז אז מיר זענען גארנישט קיין גרעסערע חכמים ווי די אור-אלטע. נעם עלעקטריסיטי – גרויסע חכמה. די גאנצע חכמה באשטייט פון די אי-ידיעה. עס איז גארנישט מער ווי די חכמה פון בויען א טיש: ווען מען האט א ברייטע ברעט און מ'נעמט פיר שטעקענס אונטער די פיר עקן האט מען א טיש.

ס'איז פון די פלאי הבריאה – מה רבו מעשיך ה' – אויב זאל פעלן נאר איין פיסל וועט זיך עס נישט האלטן! ענריקאו קלאצענשטיין האט געוואונען דעם נאובעל ווען ער האט מגלה געווען אז אלע פיר פיס אינאיינעם מאכן דעם מעכאניזם ארבעטן.

פאני? מיט וואס איז עלעקטריק אנדערש? מיט חסרון ידיעה.

איהר פארשטייט: ווילאנג מען ווייסט נישט ווייסט מען נישט, ווען מען ווייסט ווייסט מען שוין.

------------

מען ווייסט דאך שוין היינט אז עס איז נישט 'מיר' וועלכע שטייען אויף א פלאץ און 'צייט' לויפט אונז פארביי, פארקערט, זמן איז פונקט ווי מקום, די גאנצע זמן און מקום געפונט זיך, און 'מיר' זענען די וועלכע רוקן זיך פאראויס 'אינערהאלב' דעם גרויסן שטיק 'זמן' – מיט די ריכטיגע טעכניקן קען מען פארויסגיין אדער צוריקגיין אין זמן, עס געפונט זיך געהעריג במציאות.

מה שהי' הוא שיהי': עס איז קיינע עצמ'דיגע זאכן נישט פארהאן, חכמה איז נישט חכמה בזכות עצמו – אין א ליידיגע וואלד איז עס קיין חכמה. עס איז די אייביגע דעספערעיט פרואוו פון די מענטשהייט אריינצושטויסן עפעס א משמעות און תוכן אין זייער אומגליקליכע קאנדישאן.

פאר די יוניווערס גופא איז עס זייער באורינג. יא, זי האט איייייביג געוואוסט אז גראוויטי קען שאפן כוואליעס.

-------------

נאר וואס, איין זאך איז יא דא: די עצם מציאות, די עצם הויה.

למען הפראקטישקייט, ומסיבות שאי"כ מקומם, לאמיר עס א נאמען געבן 'אלוקות'.

כ'וויל נישט צופיהל אריינקריכען אין דעם, אבער מסיבות שלא נודעו וויל איך דערקלערן אז ווען מען קריכט אראפ צו שורש המציאות קען זיך דארט נישט געפונען מער ווי איין אינגרידיענט. עס איז אפגעפרעגט מצ"ע אז עס זאל זיך אנהייבן מיט צוויי. עס מוז זיין אחדות פשוטה.

עכ"פ, דאס איז די איינציגע בעקראונד צו וואס מען קען צושטעלן סיי וואס, אויף איהם, ארום איהם, פריער, שפעטער, דא, דארט, אלעס שפילט אויף דעם סטעידזש.

----------

די גמ' זאגט אשר הכין לו, תנא, לו הכין. המן האט באמת אנגעגרייט דעם בוים פאר זיך אליין.

וואו איס עס מרומז? זאגט דער בארדיטשוב'ער רב, ס'שטייט א לשון 'הכנה', און הכנה איז נאר שייך צו א מצוה.

א פיין חסידיש ווערטל, אבער עס איז א שטארקער לומדות.

א זאך וואס איז קעגן דעם רצון העליון איז א שלילי, עס איז נישט קיין אמת'ער מציאות. ממילא, ביז די רגע וואס זי ווערט נישט אפגעטוהן ברחל בתך הקטנה איז זי נישט בעולם, איז וואספארא הכנה איז שייך? מיט וואס איז מיין יעצטיגע הכנה פארבינדן מיט דעם אנטי-מעטער וואס גייט זיך באלד אפשפילן?

----------

די לצים זאגן אז די ליובאוויטשער רעביצין איז די איינציגע וועלכע האט זוכה געווען צו ביאת המשיח...

און איך זאג: מיר פארן דורך זמן, נישט זמן פארט אונז פארביי.

משיח איז דא, מען דארף נאר עפענען די אויגען, ווי דער ליובאוויטשער רבי ז"ל פלעגט זאגן.

מען דארף נאר מכיר זיין אין די איינציגע מציאות, אוועקנעמען די לעצטע חסרון ידיעה, וראו כל בשר יחדיו כי פי הויה דיבר.

דער חזן איז עומד וצווח הן גאלתי אתכם אחרית כבראשית, 'הן' הייסט: העלא! עפען די אויגן! זעה כ'האב דיר אויסגעלייזט ווי דאס ערשטע מאהל, ווערט נישט נאכאמאהל פארטעמפט מקוצר רוח ועבודה קשה.

לחיים! טו לייף!
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אומגלויבליך!
ונבנתה, דו האסט א כח מיר צו מאכן שאקירט יעדעס מאל באזונדער.
אזא אריגינאלע דרך המחשבה, אזא אריגינאלע דרך הכתיבה, אזא שילוב.
נו, על כרחך איז פארהאן אלוקות אויפן וועלט...

-----------
ונבנתה העיר האט געשריבן:וואס זאל איך שרייבן? נאו איידיע, כ'מיין ס'איז דאס ערשטע מאהל כ'הייב אהן שרייבן אהן וויסן וואס כ'רעד בכלל.

איך קלער אז פון היינט און ווייטער זאלסטו טאקע שרייבן אן וויסן וואס דו רעדסט. ס'איז געלונגען דאס מאל, ס'וועט אי"ה געלונגען דאס קומענדיגע מאל...

און אין א זייטיגע [אדער שוין גארנישט אזוי זייטיג] נאטיץ: דער ליובאוויטשער רבי זצ"ל האט 'צוגעגרייטערהייט' געזאגט זיינע שיחות, אבער 'אומצוגעגרייטערהייט' האט ער געזאגט א טיפע דערהויבענע מאמר [והמבין מבין החילוק שביניהם]. צומאל האט זיך דער רבי צוקאכט, און אינמיטן א שיחה איז עס אריבער צום פארם פון א מאמר [והרש"ג היה הבר סמכא להכריע, כשעמד ממקומו, ואכמ"ל]. אויב [tag]ונבנתה העיר[/tag] איז א הולך בדרכי רבו, דאן זעען מיר בחוש דעם כח פון אן 'אומצוגעגרייטע' מאמר.

איי איי איי, לחיים!
טו לייף...
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

Re: פיהר-יאריגע הספד אויף א פארשאלטענע וועלט

שליחה דורך בר-כוכבא »

הפשטת הגשמיות [emoji106]
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

הערליך שיין!

דיין פאלגענדע מאמר איז זייער וויכטיג:
ונבנתה העיר האט געשריבן:מיט חסרון ידיעה. איהר פארשטייט: ווילאנג מען ווייסט נישט ווייסט מען נישט, ווען מען ווייסט ווייסט מען שוין.

מענטשן מאכן שטענדיג א ברידזש צווישן צמצום און חסרון ידיעה. א זאך וואס איז אויסגעשטעלט אז מען קען דאס וויסן איז: חסרון ידיעה. א חסידישע בעטשעלער וואס ווייסט נישט כלה למה נכנסת לחופה איז נישט קיין מצומצם ווייל די ידיעה איז אויפן וועג צו אים. א מצומצם איז בדרך כלל די שווארצע חלק פון אי-ידיעה, און דאס איז זאכן וואס איז אויסגעשטעלט צום מוח און דאך ווייסט ער נישט.


ונבנתה העיר האט געשריבן:א זאך וואס איז קעגן דעם רצון העליון איז א שלילי, עס איז נישט קיין אמת'ער מציאות.

דער מהר"ל ערקלערט אויף א פלאץ, פארוואס קרח איז באשטראפט געווארן מיט אזא מיתה משונה ווי איינגעשלינגען צו ווערן אין דער ערד חיים שאולה. ער זאגט: עמיצער וואס קריגט אויף תורת משה איז נישט קיין מציאות, קיין שום שטראף וואלט נישט געקענט זיין פעאיג ארויסברענגן די עוולה פון קרח, און נאר דער ערד האט דאס געקענט טון. קרח האט געדארפט פארשווינדען ווערן פון דער וועלט לעבעדיגערהייט, אויס מציאות, אויס קרח.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב געגעבען א לייק וועגען די ארבעט וואס איז אריינגעלייגט און למעשה האט עס מיר געמאכט טראכטען. אבער איך זעי נישט די חכמה אין אוועק מאכען אלע חכמות און בילדונג פון די וועלט. קרומען די נאז איז לייכט, אבער מ'קען אראפלייגען וואס איז די געוואלדיגע חכמה פון עלעקטריסיטי, וואס איז די שיינקייט פון א קאליסיאום ועוד ועוד. נאר צו אלקות קומט עס נישט, דער אייביגער עקסטאז פון דער כל יכול פארנעמט די אלע זאכען און מאכט זיי פאר ווייניגער וויכטיג. אבער כשלעצמו האט עס א געוואלדיגע מיין און א חכמה, טאקע פונקט ווי די מאמרים פון ונבנתה זענען עקסטער גוט געשריבען און ארויסגעברענגט מחשבות וואס פאר אנדערע קען זיין שווער עומד צו זיין דערויף, און פון דעסטוועגען צו אלקות קומט עס נישט.

ס'דערמאנט טאקע די מאמרים פון די ליובאוויטשער רבי, וואס בצעירותו האט ער געפרעגט פיינע קשיא'ס אויף א רש"י, גע'ענטפערט געווענדליך פיל שוואכער ווי דער קשיא אבער כאטש עפעס, און אויסגעלאזט א הוראה בפועל וואס איז נאך א טריט ווייטער, אבער למעשה פאר א מאמר פון א רבי איז עס גאנץ פיין. ווען ער איז עלטער געווארען האט ער אנגעהויבען צוזאמען שטעלען מחשבות און דערהערען אן א עק און אן א סדר, צוגעשטעלט פון די מציאות וואס ער האט געזען כאילו ס'איז תורת משה, און אויפגעבויט טאקע די נאנסענ"ס פון 'עפענען די אויגען און משיח איז שוין דא', א זאך וואס איז ווייט פון יעדער אידישער באגריף, און יעדער שכל'דיגע, בלויז chicken soup for the soul לופטיגע רייד איינצושלאפען די מח. קוקט'ס דא און צייגט אייך איבער למשל. זאג מיר צו דאס האט עפעס אן אחיזה אין תורה, און לויט ווי מ'זעט היינט, אין די מציאות אויך. ר' [tag]ונבנתה העיר[/tag], איהר ווערט שוין אביסל אלט, פרישט אייך אויף און רעדט צו דער זאך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

איר האט נישט תופס געווען קיין אפס פון ונבנתה'ס ארט.
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

Re: פיהר-יאריגע הספד אויף א פארשאלטענע וועלט

שליחה דורך בר-כוכבא »

אחד העם האט געשריבן:איר האט נישט תופס געווען קיין אפס פון ונבנתה'ס ארט.


מיר דאכט זיך אויך אזוי.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

[tag]ונבנתה העיר[/tag] איר הייבט אן צי עינדלען און די לובאביטשע רבי זז"ג
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: פיהר-יאריגע הספד אויף א פארשאלטענע וועלט

שליחה דורך קל וחומר »

@ליטוואק, מ'וועט מוזן זאגן אז דעי מאמר דיינעם קומט פון חלק הבודאפעסט שבך, אנדערש האט עס קיין פשט.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: פיהר-יאריגע הספד אויף א פארשאלטענע וועלט

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך בין מקבל באהבה, נאר זאל מיר איינער עפענען די אויגען צו מיין גרייז.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: פיהר-יאריגע הספד אויף א פארשאלטענע וועלט

שליחה דורך קל וחומר »

בסך הכל האט ער געטייטשט אפאר פסוקים אין קהלת אויף אונזער שפראך, מיט א צוגעלייגטן שטיקל הומור אין די זייט שטייצעך.

הער אויף צו לומדעווען איבער אלעם!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ונבנתה העיר האט געשריבן:די לצים זאגן אז די ליובאוויטשער רעביצין איז די איינציגע וועלכע האט זוכה געווען צו ביאת המשיח...

בזמן שאשה מספרת עם בעלה חי' מושקה מה היא אומרת: אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח ואף על פי שיתמהמה עם כל זה אחכה לו בכל יום שיבוא
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: פיהר-יאריגע הספד אויף א פארשאלטענע וועלט

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

פליז! פארשמוץ נישט די אשכול!

קהלת לייקענט נישט די חכמת העולם. נאר אז ס'איז צייטווייליג. ס'איז דא חכמה און גוט'ס, אבער ס'האלט זיך נישט.
דאס איז ווייט פון שפעטען אין די תוכן דערפון

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
י.ל.פרץ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 25, 2015 6:06 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

Re: פיהר-יאריגע הספד אויף א פארשאלטענע וועלט

שליחה דורך י.ל.פרץ »

ונבנתה:
איין קליינע הערה. ווען נישט אלכסנדר דע גרעיט ודומה ליה, וואלט נישט געוועזן קיין פעטאן און ראמעל.
א קינד קען נישט לויפן פאר ער האט זיך אויסגעלערנט שטיין אויף די פיס


Sent from my SM-G900V using Tapatalk
באניצער אוואטאר
נקודת החבדית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 12:16 pm
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך נקודת החבדית »

שיחת ש"פ וארא תשי"ב
דיברתי פעם (בחיי כ"ק מו"ח אדמו"ר) עם יהודי שאינו מחוג החסידים ("אן עולם'שער איד") אודות ענין ההתקשרות אל הרבי, ואמרתי לו פתגם אדמו"ר (מהורש"ב) נ"ע58: "א מתנגד ווייס נאר ער מיט דעם אויבערשטן"!... והשיב לי, שאם כן, מרוצה הוא מדרכו ושיטתו, שכן, זהו היחוד האמיתי, שישנו אך ורק מציאותו של הקב"ה והאדם העובד. - הי' קשה להסבירו שאין זה "היחוד האמיתי"... (כ"ק אדמו"ר שליט"א חייך ואמר:) "גיי גיב פארשטיין א מתנגד" מהו ענין הביטול והיחוד האמיתי עם הקב"ה!... -
"בכל דרכיך דעהו" "ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא"
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: פיהר-יאריגע הספד אויף א פארשאלטענע וועלט

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

און דער מתנגד איז גאר דער בעל גאווה! אזויפיל ישות אן קיין שום תוכן!
איך גלויב נישט ער האט עס געזאגט. איזה תלמיד טועה האט עס אריינגעשמוגל'ט אינ'ם ליקו"ש

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

פיהר-יאריגע הספד אויף א פארשאלטענע וועלט

שליחה דורך מי אני »

פרייוויליג האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:א זאך וואס איז קעגן דעם רצון העליון איז א שלילי, עס איז נישט קיין אמת'ער מציאות.

דער מהר"ל ערקלערט אויף א פלאץ, פארוואס קרח איז באשטראפט געווארן מיט אזא מיתה משונה ווי איינגעשלינגען צו ווערן אין דער ערד חיים שאולה. ער זאגט: עמיצער וואס קריגט אויף תורת משה איז נישט קיין מציאות, קיין שום שטראף וואלט נישט געקענט זיין פעאיג ארויסברענגן די עוולה פון קרח, און נאר דער ערד האט דאס געקענט טון. קרח האט געדארפט פארשווינדען ווערן פון דער וועלט לעבעדיגערהייט, אויס מציאות, אויס קרח.

מ׳קען אויף דעם צולייגן לויט ווי אזוי [tag]ונבנתה העיר[/tag] האט דאס משלב געווען מיט׳ן ענין הכנה פון המן אז עס האט געמוזט זיין א מציאות, אז די גמרא (סנהדרין לז:) זאגט אז זייט די ערד האט פארדעקט הבל׳ס (לשון נופל על לשון מיט וואס דער מאמר האט זיך אנגעהויבן - הבל הבלים אמר קהלת) בלוט האט זי מער נישט געעפענט איר מויל, נאר ענדערשער זאגט זי שירה דורכ׳ן כנף. איי ביי קרח? דאס איז לרעה, אבער לטובה איז נאר דורכ׳ן כנף ע״ש.

יעצט, אין הלכות טריפות לגבי א שבר ב״כנף״ (יו״ד סימן נג סעיף ב) זאגט דער רמ״א אז ס׳איז נאר כשר אויב ס׳איז דא א שיעור אגודל בין השבר בהכנף להגוף ע״ש. יעצט, דער חת״ס בתורת משה עה״פ זה יתנו זאגט (עפ״י הפרקי דר״א פמ״ח והובא ברמתו במ״א באו״ח סימן תעג ס״ק כח) אז מיט׳ן ענין אצבע אגודל/בהן האט הקב״ה כביכול געוואוזען דעם מחצית השקל און המן האט געגעבן זיינע שקלים מבטל צו זיין דעם זכות הבהן ע״ש.

ולפי כל הנ״ל קען מען אפשר זאגן אז דאס איז די רמז. דהיינו, די הכנה פאר׳ן מפלה פון המן איז מרמז דערצו אז עס קען נאר זיין א מציאות ווען ס׳איז א רצון ה׳, וכדברי [tag]ונבנתה העיר[/tag]. וואס המן׳ס מפלה איז געקומען דורך זיין דורכפאל פונ׳ם נישט קענען מבטל זיין דעם זכות אגודל/בהן של ישראל בשקליהן. וואס די שיעור פון אגודל נוצט מען אויף משער צו זיין כשרות בשבר הכנף, וואס ביי די מעשה פון קרח, וואס האט געמוזט אויך בטל ווערן ממציאות לגמרי וכעין ההכרח להכנתו של המן, שטארצט ארויס דאס אז לטובה איז ביי די ערד נאר דא א בחינה פון ״כנף״ ווי איידער א פה וכהגמרא בסנהדרין.

צום ערגסטענס איז דאס א פורים תורה... ס׳אינוואלווד דאך המן...
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט