א פחד פון א מעשה: די נעבעכדיגע אלמנה

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
[NAMELESS]

א פחד פון א מעשה: די נעבעכדיגע אלמנה

שליחה דורך [NAMELESS] »

הערט א מעשה וואס איז פארגעקומען אינעם נישט ווייטן פארגאנגנהייט:


[center] פרק א'.

מעשה באלמה שהצטננה מן הקור.[/center]

געווען א אידענע, שרה'קע האט זי געהייסן, וואס איז געווען אן אשה כשרה שעשתה רצון בעלה, וואס איז ל"ע אויף דער עלטער געבליבן אן אלמנה, וויבאלד איר מאן האט זיך אפגעזעקלט צום עולם שכולו טוב.

וויבאלד איר מאן איז געווען דער שפייז ברענגער אין שטוב, און איר מאן האט שוין מער נישט געלעבט, איז זי נעבעך פארבליבן בעירום ובחוסר כל, אזש זי האט נישט פארמאגט די מינימאלע הוצאות הבית. די הייצונג סיסטעם [סטיע"ם] האט זי נישט אנגעצונדן, ניטאמאל נייע קליידונג האט זי זיך ערלויבט, וויבאלד זי האט נישט געהאט פון וואו צו דעקן די בילס.


ווי פארשטענדליך האבן זיך עסקנים אריינגעלייגט אינעם נושא, נאכן זען אז זי ווערט פשוט פארקילט און האט ניטאמאל קיין ווארימע דאכענע מיט וואס זיך צו דערווארעמען אירע גלידער. אן אפיעל איז פאררופן געווארן, פלאקאטן זענען פארשפרייט געווארן אין גרויסמעדריש 'הצילו אלמנה מחרפת הצטננות', און מ'האט געהאפט אז עס וועט זיך שאפן א געהעריגע קרן פארן נעבעכדיגן אלמנה.

ליידער אבער האט זיך ארויסגעשטעלט, אז זי איז געווען היבש אומבאוואוסט, און מענטשן האבן נישט געשפירט קיין ספעציעלן קשר מיט איר משפחה, און מ'האט קוים צוגעווארפן אפאר פרוטות, וואס נאכן אפציילן די גאנצע סכום וואס איז אריינגעקומען האט מען געזען אז ס'נישטא קיין געלט פאר קליידונג, אדער פאר הייצונג. קוים אפאר פיאסטער.


זענען די עסקנים זיך ווידעראמאל צאמגעקומען מטכס עצה זיין, וואס צו טון מיטן קליינעם סומע געלט, וואס קלעקט ניטאמאל פארן ציל פארוואס מ'האט געמאכט דעם אפיעל. אזוי אויך, האבן זיי פארט געזוכט א מיטל צו לינדערן איר קעלט און סכנה'דיגע פארקילונגען.

ביז איינער איז אויפגעקומען מיט א גראנדיעזע פלאן: לאמיר איר קויפן א 'טשייניק', מיט אפאר פושקעלעך טיי, און יעדעס מאל זי וועט קאלט ווערן, וועט זי זיך קענען דערווארימען אירע גלידער איבער א גלעזל הייסע טיי. אומר ועושה, מ'האט איר געקויפט א פעסל פאר הייס וואסער, מיט טיי, און איר געזאגט אז כאטש זאל זי האבן מיט וואס זיך צו דערווארעמען.

דא האט אבער די אלמנה שרה אויסגעדריקט אנטריסטונג, אז טיי איז א ביטערע געטראנק וואס איז נישט אין מויל צו נעמען. אן עסקן איז שנעל אהיימגעלאפן, און אפירגעברענגט גאנצע פארמאכטע פושקעס צוקער וואס ער האט צאמגעקליבן פון פילע 'פדיון הבן'ס', אז זי זאל האבן מיט וואס צו פארזיסן אביסל דעם ביטערן טעם פון טיי.

די עסקנים האבן זיך שיין אפגעזעגנט פון איר, און געהאפט פארן בעסטן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]פרק ב'.

בין ההתבודדות, ללימוד התורה.[/center]

קנאפע צוויי טעג זענען אדורך, ווען דער טעלעפאן האט געקלינגען ביי איינע פון די עסקנים. שרה'קע די אלמנה איז געווען אויפן ליין: 'די צוקער פארזיסט טאקע די ביטערע טעם פון טיי, אבער איך בין נישט געוואוינט צו אזא זיסע טעם ווי צוקער, אויף די עלטער איבעלט עס, און ווי אויך לייד איך אויף צוקער דרוק. איך קען נישט נעמען די צוקער, אבער אנדעם איז די טיי צו ביטער פאר מיר' - האט זי אויסגעפירט איר קוועטשעריי.

דער עסקן האט שוין פארלוירן זיין געדולד, און איר קורץ אפגעענטפערט: 'לעק דיין פיס', כלומר 'קוש מיך' [פאסט נישט צו זאגן פאר א פרעמדע פרוי, האט ער איר עס געזאגט בלשון סגי נהור]. ווי צו זאגן, פארדריי נישט קיין קאפ, דאס זענען דיינע אפציעס און מער קענט איר נישט טון.


די פרוי איז אבער געווען א תמימות'דיגע [און וועלכע פרוי איז דען נישט?], און האט געמיינט אז דורכן לעקן די פיס וועט זי אוועקנעמען די הרגשה פון די צוקער וואס זי לייגט אריין אינעם טיי, און זי האט געזאגט צום עסקן אז זי וואלט עס גערן געטון, נאר זי איז נעבעך אזוי פארפרוירן פון קעלט, אז נאר פון צורירן די פיס ווערט זי אדורכגעפרוירן פון קעלט, און ממילא קען זי ניטאמאל צורירן אירע פיס.

דער עסקן האט געזען מיט וועם ער איז אריינגעפאלן, האט ער איר געזאגט אז אין ברסלב פלעגט מען גיין רעדן צום באשעפער דירעקט, דורכן מאכן התבודדות אין וואלד וואו קיינער זעט נישט ווי דער מענטש רעדט מיטן באשעפער: 'גיי אין וואלד, און גיס דיך אויס דיין הארץ צום באשעפער, אולי יחוס עליך אולי ירחם', האט דער עסקן פארענדיגט זיין דברי חיזוק.


שרה'קע אלמנה איז אויפגעשפרינגען פון שמחה פונעם געדאנק, אבער גלייך דערנאך האט זיך אראפגעלאזט א פארוואלקענטע כמארע אויף איר אזוי אויך צוקנייטשטן געזיכט: 'עסקן טייערע, איך ציטער צו גיין אין וואלד אליינס. אפשר וועל איך מיך פארבלאנדזשען, אפשר וועט מיר א חיה אטאקירן, איך בין עלענד ווי א שטיין און איך האב מורא צו גיין אליינס אין וואלד'.

דער עסקן האט פרובירט א נייע ריכטונג: די גמרא זאגט אז חש בראשו יעסוק בתורה, נו דורכן לערנען תורה וועסטו אוודאי ניצל ווערן פון די קעלט, און תורה קענסטו לערנען אפילו ביי דיר אין שטוב! ענדליך האט די אלמנה פארמאגט אן עצה, און זי האט זיך געזעצט לערנען גמרא.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]פרק ג'.

לכו אכלו בלחמי, עיפוש וסרחון.[/center]

א יאר צוויי זענען פאריבער, די עסקנים האבן זיך שוין געפרייט, שרה'קע האט טאקע דורכגעלעבט מיט ניסים. ווען איין שיינעם דינסטאג אינדערפרי האט דער טעלעפאן זיך פון פריש צוקלינגען ביים אויבנדערמאנטן עסקן. שרה'קע אלמנה איז געווען אויפן אנדערן זייט טרייבל, און מיט א היסטערישע שטימע האט זי דראמאטיש ערקלערט, אז מער עפנט זי נישט קיין גמרא חס ושלום!

אויפן עסקנ'ס פראגע מה יום מיומיים, האט זי געענטפערט צובראכענערהייט, אז זי האט נעכטן געלערנט אז 'כל המלמד בתה תורה, כאילו מלמדה תפלות', און פון דעם איז משמע אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן אז פרויען זאלן לערנען תורה: 'זעט אויס די תורה איז צו הייליג פאר אזא פשוט'ע אידענע ווי מיר', - האט זי אויסגעפירט מיט א קוים דערהערבארע קול.

אלע זיינע טענות אז זיי מעגן יא, פאר זיך, וכו', האבן נישט געארבעט. 'איך בין נישט גענוג הייליג צו לערנען תורה'. און טאקע באלד דערויף, האט זי ווייטער אנגעהויבן פרירן פון די שניידנדע קעלט, אזש זי איז ווידער אריין אין א חשש סכנה.


די עסקנים האבן לאנג פארבראכט מיט פארשידענע הצעות, ביז דער חכם שביניהם האט זיך אנגערופן: וויבאלד זי טרינקט ממילא נישט די טיי, קען מען פארקויפן די קעסל, טיי און צוקער, און מיט די געלט וועט מען קויפן ברויטלעך וואס זי זאל עסן יעדעס מאל זי ווערט קאלט, וויבאלד די ווייץ ווערט אלקאהאל אינעם מענטשנס קערפער, וועט דאס איר דערווארעמען. נאר וויבאלד די 'יעסטערדעי'ס' [נעכטיגע] ברויט, קאסטן האלב פרייז פון די פרישע, זאל מען קויפן כסדר 'נעכטיגע' ברויט, וויבאלד ס'קלעקט קוים איר בודזשעט.

ווען שרה'קע אלמנה האט צוערשט געזען ווי מ'ברענגט איר אפאר עקסטערע ברויטלעך/זעמלעך א וואך, האט זי נישט געקענט פארשטיין וואס זי דארף טון מיט דעם. זי פלעגט עסן סאך ווייניגער יעדע וואך. אבער זיי האבן איר ערקלערט אז די ברויט האבן א נייעם תפקיד: נישט איר צו מאכן 'זאט', נאר איר צו האלטן אביסל 'ווארימער'.

שרה'קע האט פרובירט די נייע טעאריע, וואס האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין א ווירקזאמע - טראץ א פראוויזארישע - מיטל, איר צו דערווארימען אביסל אין די פרעסטן.

אבער צרה רודפת צרה, און נאך א קורצע צייט, האט זי אנגעהויבן באמערקן גרינע שימל אויף די ברויטלעך. זי האט גלייך פארשטאנען די סיבה: די ברויט זענען אלטע, ביליגע, ברויטלעך, און דערפאר וואקסט שימל אויף זיי.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]פרק ד'.

שרה'קע ושרי, ארור המן וברוך מרדכי, וחלומות שוא ידברו.[/center]

שרה'קע אלמנה האט פארבראכן אירע הענט, אריינגעלייגט איר קאפ צווישן אירע פיס, און אויסגעפלאצט אין א הילכיגן געוויין: טאטע'ניו, וויפיל איז די שיעור? איך שעם זיך שוין צו בעטן די עסקנים יעדן שני וחמישי עפעס אנדערש, און דא פריר איך פון קעלט! באשעפער טייערע, העלף מיך שוין ארויס! 'א-לי א-לי למה עזבתני'?! - - -

[center]***[/center]
שרי וויינגארטן האט זי געהייסן. א פיינע מיידל פון פערצן יאר אלט, וואס האט מחליט געווען צו 'טרינקען אביסל' לכבוד פורים. זי איז שנעל אריין אינעם 'עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי', און שיכור'עהייט איז זי איינגעשלאפן ווען בייזע רוחות לויפן איר נאך אין חלום...

[center]***[/center]
"שרי, א גוט מארגן"! - האט איר מאמע אויסגערופן שושן פורים אינדערפרי. שרי האט געעפנט אירע אויגן, ווען אויף איר געזיכט ליגט אויסגעשפרייט א דערשראקענע מינע: 'מאמי, איך בין נישט קיין אלטע באביטשקע וואס פרירט פון קעלט?' - - -
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]פרק ה'.

משל משלו חכמים, רמזים וסודות התורה.[/center]

אמרו חכמי אמת, שמכאן רמז לשיר ישן נושן, אשר מצאו בכת"י במוזיאון אוקספורד הידוע, והיודע לכוין צירופי שמות יראה שכל המעשה הנ"ל טמון באלו שורות [וכמעשה דשבעה בעטליר'ס בספר המעשיות], ואין מגלין רזין דאורייתא אלא לצנועין.

וז"ל השיר אשר יסודתו בהררי קודש:


די אלטע באבע שרה ליגט אין בעט,
מיט א שמאטע צוגעדעקט.

אוי וויי,
געב מיר טיי.

די טיי איז צו ביטער,
געב מיר צוקער.

די צוקער איז צו זיס,
לעק דיין פיס.

די פיס איז צו קאלט,
גיי אין וואלד.

אין וואלד האב איך מורא,
לערן תורה.

די תורה איז צו הייליג,
עס בייליג.

די בייליג איז פארדארבן,
המן איז געשטארבן.

א גוט מארגן...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אדנירם: איך שלאף נאכנישט. האביך פונקט באמערקט דיין ניי אויפגעמאכטן אשכול. וויבאלד כ'האב עס געזעהן האב איך געקוקט אויפ'ן העדליין, צן זעהן אין וועלכן פארום ס'איז ארויסגעוואקסן. מטבע הדברים האביך פארשטאנען אז ס'איז אנגעקומען אין ..."מ'אחורי". אבער זעענדיג אז ס'איז אין .."שמייכל"...האביך מיך צושמייכלט...!
איך וויל דיר נישט אויסכאפן די העפפי ענדינג פון די מעשה. אבער מתוך הדברים למדתי. כ'האב מיך דערמאנט אין די וועלט'ס קשיא...פארוואס זאגט מען פאר א מענטש וואס פגע'ט א צווייטן סתם אין די וועלט אריין..."פליז האק נישט אין טשייניק"...ווען מ'וויל זאגן..."דריי נישט קיין קאפ"...ווי קומט א קאפ צו א טשייניק?...
נאר דער תירוץ איז...כ'על עס מסביר זיין מיט א צווייטע מעשה, וואס כ'האב געהערט. אז אין רוסלאנד, אין קאלטן סיביר איז געווען א מנהג קדמונים. נאך פון די טעג פון דעם גרויסן צאר ניקאליי דעם ערשטן. אז די רעגירונג האט ברוב טובם וחסדם געוואלט מהנה זיין די פארפרוירענע באפעלקערונג. האבן זיי אויפגעשטעלט א פלאץ וואו די רעגירונג וועט טיילן הייס וואסער, בחינם. נו, די רוסן האבן געהערט אז מ'געט עפעס אומזינסט (און מ'דארף עס נישט גנב'נען) זענען זיי געקומען צו לויפן אין די מאסן. נאר איין תנאי האט די רעגירונג געשטעלט. אז א יעדער דארף זיך מיטברענגען זיין/איהר אייגן טשייניקל. וויבאלד ס'איז געווען זייער א לאנגע שורה, זענען עטליכע מענטשן געווארן לאנגווייליג. וואס מ'רופט אין אמעריקע..."באור'ד"...און זיי האבן זיך גענומען האקן אויף זייערע טשייניקלעך. ווען איינער האט געהאקט אין זיין טשייניק, און ס'האט געמאכט א הויכן גערודער, האטציך דער שכן אנגערופן..."האק נישט אין טשייניק"......עד כאן הסיפור. יעצט ווארטן מיר (ס'איז נישט דא קיינער אין שטוב. מיין ווייב איז געפארן קיין פלארידע אויף וואקאציע) ...מיט שפאנונג אויפ'ן המשך פון די מעשה מיט די אלמנה. וואס איז געווארן מיט איהר. דער ראש הקהל (וועלכער איז געווען א גרוש, ל"ע) האט האט מיט איהר חתונה געהאט...?!... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אדנירם: נ.ב.: בשעת איך האב געשריבן מיין תגובה צו דיין זיס ווי צוקער'דיגע מעשה'לע. האט דיין קאמפאזיציע נאכנישט געהאט קיין 5 חלקים. האביך געשריבן לויט מיינע ידיעות דאן. אבער זייט כ'האב באמערקט אז די מעשה'לע האט פינעף חלקים (כדרכך בקודש) איז שוין אלעס, ב"ה פארענטפערט. אצינדער קאן מען שוין גיין זאגן ברכת המפיל...ווען איז דער עלות...?! א גוטע נאכט...!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

די סיפה פון די ברייתא האסטו נישט מפרש געווען...

מאמי קויף מיר א היט , די היט איז צוקראכט, איך געב דיר א פראסק
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קאצקע ציקער האט געשריבן:די סיפה פון די ברייתא האסטו נישט מפרש געווען...

מאמי קויף מיר א היט , די היט איז צוקראכט, איך געב דיר א פראסק

ווייל ס'דא פארשידענע חילופי גירסאות. למשל, אין מיין כת"י איז געשטאנען:
א גוט מארגן ---

מארגן איז צו שפעט,
בוי א געיט.
די געיט איז צושטופט,
קויף א הוט.
די הוט איז צוקוועטש,
מאמי געבט פעטש.
וכו' וכו' וכו'...

דערפאר, כדי כ'זאל מיך נישט אריינמישן במקום גדולים האב איך געענדיגט די פירוש אויפן שיר ביי די ווערטער 'א גוט מארגן'. ואידך פירושא - זיל גמור...
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

[tag]אדנירם[/tag]

דיין מעשה האט זיך נישט גענדיגט איך האב ערשט האנטיגע אינפאמאציע

ווען שרי האט זיך אויפגעכאפט האט זי געקאלט א בראקער, און שנעל געמאכט לייף אינשארענץ כדי זי זאל נישט ברויכן אויסגיין פון עסן פארדארבענע בייליג אין וואלד בשעתן טקינקן טיי אויפן קבר פון המן בשעתן לערנען דעם דף פאר דרשו אדער זכרו כדי צי קענען אויפהערן לעקן איר פיס, אדער חתונה האבן מיט א גראבער חזר א טאטע פון ניין פיציס וואס איז זאגער געווארן א אלמן וואס ארבייט ביי מוסד אדער לערענט פריוואט מיט קליינע קינדער און האט יא סעקשן עיט.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שש!!!!!!! :lol: :lol: :lol: :lol:

(ויש גורסין המעשה עם אברהמעלע מלמד, וכל אחד כפי נוסח המקובל מבית אבותיו)

viewtopic.php?p=8658#p8658

viewtopic.php?p=8708#p8708
וירח ה' את ריח הניחוח
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: א פחד פון א מעשה: די נעבעכדיגע אלמנה

שליחה דורך קל וחומר »

ששי איז מילידי הענק!

א ריכטיגער אריגענעלע ארטיסט!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

היות איבערן גאנצן וועלט נעמען אלע קינדער אויף מיט גרויס פרייד די אנטוויקלונג פונעם מעשה מיטן אלטן באבע שרה, און די עלטערע קומען נישט צו זיך פון גרויס איבערראשונג פונעם אנטפלעקונג אינעם העכסטס אינטרעסאנטן מעשה'לע מיט וואס זיי האבן זיך געהאדעוועט אין די קינדער יארן, אן פארשטיין פשט פונעם מעשה.

דערפאר האב איך מיך אונטערגעגארטלט להפיצו בישראל להנאת הציבור, און כ'האב עס געמאכט אין איין לאנגן פי. די. עף.


הרי שלך לפניך:
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: א פחד פון א מעשה: די נעבעכדיגע אלמנה

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ארטיסט'ן! פוי! ארויס פון וומסב"ג!

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 561
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל

Re: א פחד פון א מעשה: די נעבעכדיגע אלמנה

שליחה דורך ביליג »

איך האב נישט געוויסט אס די גירסא איז 'בייליג' (אלטע ברויט?) כ'האב געמיינט 'בייליק' (די אויבערשטע חלק פונעם טשיקען)
כך קבלתי מרבותי
ביליג איז טייער...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ביליג האט געשריבן:איך האב נישט געוויסט אס די גירסא איז 'בייליג' (אלטע ברויט?) כ'האב געמיינט 'בייליק' (די אויבערשטע חלק פונעם טשיקען)
כך קבלתי מרבותי

הרב ביליג, איר קענט די מעשה מיטן אלטן סערעטער רבי מיט סאטמארער רב?
ווען דער סערעטער רבי האט אים דערציילט אז ער איז געווען ביי קבר דוד, האט אים סאטמארער רב געזאגט אז ס'דא א שטארקע דעה אז ער ליגט נישט דארט נאר אין א צווייטע פלאץ. האט דער סערעטער רבי געענטפערט מיט א שמייכל: צו ער ליגט דארט, צו ער ליגט אפאר מעטער געריקט, איז נישט מעלה ומוריד. איין זאך איז זיכער, אין וומסב"ג ליגט ער זיכער נישט...

רבי'ניו, צו די גירסא איז 'בייליג', צו די גירסא איז 'בייליק'. איין זאך איז זיכער, די גירסא איז זיכער נישט '[tag]ביליג[/tag]'...
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: א פחד פון א מעשה: די נעבעכדיגע אלמנה

שליחה דורך שמערל »

אדנירם האט געשריבן:הרב ביליג, איר קענט די מעשה מיטן אלטן סערעטער רבי מיט סאטמארער רב?
ווען דער סערעטער רבי האט אים דערציילט אז ער איז געווען ביי קבר דוד, האט אים סאטמארער רב געזאגט אז ס'דא א שטארקע דעה אז ער ליגט נישט דארט נאר אין א צווייטע פלאץ. האט דער סערעטער רבי געענטפערט מיט א שמייכל: צו ער ליגט דארט, צו ער ליגט אפאר מעטער געריקט, איז נישט מעלה ומוריד. איין זאך איז זיכער, אין וומסב"ג ליגט ער זיכער נישט...

א גוטע מעשה אבער עפעס שטימט נישט ווייל דער מקור ברוך איז אוועק תשכ"ד פאר די באפרייאונג פון ירושלים, ווען האט ער געקענט באזוכן קבר דוד? פאר תש"ח? און ווען האט ער עס איבערגעציילט פארן סאטמארער רבי וואס איז שוין דאן געווען אין אמעריקא?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די מעשה איז געווען מיט די בית ישראל און סאטמאר רב וועגן 'קברי האבות' אין חברון ווי די סאטמאר רב האט מעורר געווען א ספק צו ס'ריכטיגע מקום, האט עם די ב"י געענטפערט אז אין וויליאמסבורג איז עס זיכער נישט.
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 561
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל

Re: א פחד פון א מעשה: די נעבעכדיגע אלמנה

שליחה דורך ביליג »

שמערל האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:הרב ביליג, איר קענט די מעשה מיטן אלטן סערעטער רבי מיט סאטמארער רב?
ווען דער סערעטער רבי האט אים דערציילט אז ער איז געווען ביי קבר דוד, האט אים סאטמארער רב געזאגט אז ס'דא א שטארקע דעה אז ער ליגט נישט דארט נאר אין א צווייטע פלאץ. האט דער סערעטער רבי געענטפערט מיט א שמייכל: צו ער ליגט דארט, צו ער ליגט אפאר מעטער געריקט, איז נישט מעלה ומוריד. איין זאך איז זיכער, אין וומסב"ג ליגט ער זיכער נישט...

א גוטע מעשה אבער עפעס שטימט נישט ווייל דער מקור ברוך איז אוועק תשכ"ד פאר די באפרייאונג פון ירושלים, ווען האט ער געקענט באזוכן קבר דוד? פאר תש"ח? און ווען האט ער עס איבערגעציילט פארן סאטמארער רבי וואס איז שוין דאן געווען אין אמעריקא?

די ויילסט פרעגן קשוית אדער די ווילסט הערן א גיטע מעשה ?
העניך האט געשריבן:שיין און זיס שטיקל ארבעט!
כ[tag]ביליג[/tag], בייליג צי בייליק מיינען דאס זעלבע: הון פלייש.
ביליג איז טייער...
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

בן אדם האט געשריבן:די מעשה איז געווען מיט די בית ישראל און סאטמאר רב וועגן 'קברי האבות' אין חברון ווי די סאטמאר רב האט מעורר געווען א ספק צו ס'ריכטיגע מקום, האט עם די ב"י געענטפערט אז אין וויליאמסבורג איז עס זיכער נישט.

ס'דא פיפציג גרסאות אויף די מעשה. איך האב עס געהערט אופן ברך.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

רבותי, פארפאטשקעט נישט א גוטע מעשה מיט די אמת'ע פאקטן...
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געוואלדיג האט געשריבן:רבותי, פארפאטשקעט נישט א גוטע מעשה מיט די אמת'ע פאקטן...

ס'איז אזויווי די מעשה מיטן אלמנה שרה'קע זעלבסט, א גוטע מעשה וואס מ'פארפאטשקעט מיט אמת'ע פאקטן [בייליק או בייליג]...
פארשפארט