פאראייביגט אייער לעגענדע אין קאווע שטיבל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

פאראייביגט אייער לעגענדע אין קאווע שטיבל

שליחה דורך כוכב »

אין דעם אשכול בעט מען יעדן איינעם אז ער זאל פערזענליך פאראייביגן זיין לעגענדע ארום קאווע שטיבל, און וואס קאווע שטיבל האט געמיינט פאר אים און איבערלאזן קאנטאקט אינפארמאציע וואו מ'זאל זיך מיט אים קענען פארבינדן.דער אשכול וועט פארבלייבן א לעבעדיגע מציבה למען יעמדו למשמרת לימים רבים.
אט שטעל איך מיך די ערשטע אין דער רייע און איר קענט נאכפאלגן מיין סעמפל. (לייגט ביטע א נומער # ביי אייער נאמען.)
1#
מיין נאמען איז כוכב, איך בין פאר א לאנגע תקופה געווען א געטרייער חבר אין ק"ש, קאווע שטיבל איז געווען פון די גרעסטע איינפלוסן אויף מיין לעבן און האט געעפנט פאר מיר די זיבן הימלען פון חכמה, עס האט מיך געשאנקען אזויפיל לאגיק, וויסנשאפט, הנאה, חברים, טאלעראנץ און פארשטאנד, אז איך קען מיך נישט אויסמאלן א וועלט אן ק"ש.
איך וויל פאראייביגן אז איך האב געהאט די זכי' אנצופירן מיט פארשידנארטיגע פראיעקטן, וואס טייל דערפון ווערן דערמאנט אין מיין אינטערשריפט.
איך האב אייך אלע ליב, עס שטעכט מיך אז איך דארף מיך פון אייך שיידן, האפנטליך פאר נישט צולאנג, מיין אימעיל אדרעס איז shternks עט גמעיל.קאם
איך וועל מיך פרייען צו הערן פון אייך.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

וואס מיינט קאווע שטיבעל'ס פארמכונג פאר דיר?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך בין פארקלעמט, צוקלאפט, צושמעטערט, כמעט ווערטערלאז,. אבער ליפטר בלא כלום אי אפשר, און פאר דעם דארף מען זיך שטארקען, דערהייבען, באפעסטיגען און שטייען העכער די געפילען און אריינכאפען די לעצטע געלעגענהייט אויסצורעדען דאס הארץ בפני קהל ועדה. רבותי! באלד וועט מען שוין נישט קענען.

וזה החלי:
פון היינט איז די וועלט איינפארביג. טאמער איהר ווערט נערוועז פון מיין ליטווישקייט, שטעלט ענק פאר ווערען ארומגערינגעלט נאר מיט אזעלכע ווי מיר. אלע האנדל'ען די זעלבע נושאים, אלע קלערען פון די זעלבע חקירות, אלע טראכטען אין די זעלבע גאנג. דאס איז פון היינט מיין גורל אין די וועלט. די ברייטקייט פון געדאנק, די פילפארביגקייט פון באגריפען, די פארשידענארטיגקייט פון פארשוינען וואס מ'קען זיך מיט זיי דא באגעגענען, האב איך נישט דא אין לעיקוואוד.
און נאך מער. ווען א טאפ ווערט אויפגעקאכט, קען עס פלאצען. מ'דארף נאר אביסל עפענען א וואל"וו און ארויסלאזען די פארע און דער לחץ איז אראפ און מ'קען ווייטער לעבען. קאווע שטיבעל איז פאר מיר געווען דער היכי תמצי זיך אויסצוגעבען נישט צו פילען דערדרוקט פון די ארומיגע וועלט. און יעצט וועט עס זיך מערען און מערען ביז........

ביטע צולייגען אייער שטיקל אין די אשכול.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אוי, איך האב גע'עפענט אן ענדליכע אשכול. אז מ'קען עס צוזאמשטעלען, מה טוב ומה נעים
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

2# יין שרף אני
ושמי לא נודעתי
על של עכשיו באתי
בפתח כעני
ירדתי מים בעיני
משמועה נפחדתי
עבור אחותי רעיתי
נשמה יתירה שלי
סגר דלתותיה עלי
כל מחמדי
לשבור עתי
בבית הנוכחי
והצלת נפשי
מכאב ראשי
את חטאי
מזכיר אני
בבוא יומי
אשר קץ קצי
מאשר להשאר בי
קצת מכחי
לשומעי לקחי
על נפשותינו
יכפר בעדנו
אוי מה היה לנו





איך בין פאר א לאנגע תקופה געווען א געטרייער חבר אין ק"ש, קאווע שטיבל איז געווען פון די גרעסטע איינפלוסן אויף מיין לעבן און האט געעפנט פאר מיר די זיבן הימלען פון חכמה, עס האט מיך געשאנקען אזויפיל לאגיק, וויסנשאפט, הנאה, חברים, טאלעראנץ און פארשטאנד, אז איך קען מיך נישט אויסמאלן א וועלט אן ק"ש.

איך האב אייך אלע ליב,עס שטעכט מיך אז איך האב מיר געשיידט פון אייך,האפנטליך פאר נישט צולאנג, מיין אימעיל אדרעס איז YSUREF @gmail.com
איך וועל מיך פרייען צו הערן פון אייך.
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

לול פאר קעלנער'ס לייק.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

שליחה דורך קל וחומר »

באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

מיין וועלט איז צושמעטערט, איך קען נישט קומען צום ווארט, אבער ליפטר בלא כלום אי אפשר.

זינט איך האב מיר אנגעשלאסן אין קאווע שטיבל פאר צוויי יאר און אכט חדשים צוריק האט זיך פאר מיר געעפנט א נייע וועלט, א וועלט פון תורה, חכמה, ידיעות במילי דשמיא ובמילי דעלמא, מיין לעבן האט זיך געטוישט.

צו די אלע טייערע חברים וידידים, עס איז באמת געווען א פארגעניגן צו פארברענגען און קונה זיין פון יעדעם איינעם פון ענק, קשה עלי פרידתכם איז אלעס וואס איך קען יעצט ארויפברענגען אויף מיינע ליפן

בנוגע די הנהלה פון איין זייט בין איך מוראדיג דאנקבאר פאר אהערשטעלן די געוואלדיגע מקום קדוש, אבער פון די אנדערע זייט ווייס איך נישט צו איך קען מוחל זיין פארן עס אוועקנעמען, אפשר וואלט שוין בעסער געווען אן דעם.

על כל פנים מען קען זיך פארבינדן מיט מיר דורך
Shishanpurim@gmail.com

נ.ב.איינער האט די נאמבער פון די סואיסייד האטליין?
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שושן פורים האט געשריבן:נ.ב.איינער האט די נאמבער פון די סואיסייד האטליין?

:lol: :lol: :lol:
[tag]קעלנער[/tag], זיין בלוט אויף דיין האנט... :D
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: פאראייביגט אייער לעגענדע אין קאווע שטיבל

שליחה דורך פליקער »

מיר וואלטן ווען ענדערש אוועק געלייגט קעלנערן, נאך א מזל ער באהאלט זיך אינעם נאז לאך
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שושן פורים האט געשריבן:נ.ב.איינער האט די נאמבער פון די סואיסייד האטליין?

מיך האט אמאל איינער געשיקט דא

און ס'האט געהאלפן... והא ראיה איך בין נאך דא....
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 561
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל

Re: פאראייביגט אייער לעגענדע אין קאווע שטיבל

שליחה דורך ביליג »

טייערע חברים איך בין גאנץ ניי דא.
דאך נהנה געווען אין מהנה געווען. מיר שיידן זיך נישט!
די משפחה בלייבט צוזאמען אפילו די זיידע איז געשטארבן
מיין אימייל איז פרעג אין אישי
ביליג איז טייער...
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

אודה ולא אבוש, די לעצטע שטיק צייט האב איך געלעבט אן א קאווע שטיבל, און נישט געשפירט אז כ'ברויך דאס אזוי ווייט. אז ס'פארשפארט זיך אבער, קומט מיך ארויף זכרונות און ס'שטיקט מיך אין האלדז. לפחות וויל איך און מוז איך מיך באדאנקען פאר דער הנהלה און חברים מעומק לבי.

קאווע שטיבל האט געמיינט פאר מיר גאר גאר א סך, און בלי ספק דראמאטיש געטוישט מיין לעבן. אנגעקומען בין איך דא צעקלאפט, און מיט זייער ווייניג סיפוק אין אקטועלן לעבן. כ'האב מיך נישט געטראפן אין קיין שום סביבה. קאווע שטיבל איז געווען מיין היים, מיין בית מדרש, מיין געזעלשאפט, מיין פריינט, מיין ערי מקלט און וואס נישט.

מיין נאמען איז טאקע באקאנט דא פאר שמייכל ארטיקלען. דאס איז אפשר געווען וואס אנדערע האבן הנאה געהאט פון מיר, און דערביי אוודאי געשאפט גרויס הנאה פאר מיר זעלבסט, אבער דער צאל ידיעות און שליסלען צו ידיעות וואס כ'האב דא קונה געווען אויף אזויפיל פראנטן, ספעציעל אין תורה ודעת, איז ממש עד אין לשער, און וועט מיך באגלייטן אויף מיין גאנץ לעבן.

אפילו אבער בנוגע די ארטיקלען וואס כ'האב געשריבן, דאס האב איך אויך קונה געווען אין קאווע שטיבל. קאווע שטיבל האט מיך געגעבן די געלעגנהייט אויסצושארפן און אנערקענען אין מיינע טאלאנטן — עפעס וואס כ'וואלט בלי ספק נישט געהאט דערגרייכט אן דעם.

ליתר שאת האט מיך קאווע שטיבל געגעבן א געלעגנהייט אנצוקניפן באציאונגען מיט אנדערע וואס איך קען מיך מיט זיי פארשטיין, און אריינגעבלאזן א רוח החיים אין מיין לעבן.

ס'פארגייט מיך א טרער, כ'האב נישט געוואוסט אז אויך איך קען וויינען ביי א לוויה.


נ.ב. כ'ווייס נישט צי דאס גאנצע פארמאכונג איז אמת אדער נישט, מיין תגובה איז זיכער אמת בכל אופן.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

יואב׳ל איך גיי מיך שטארק בענקען נאך דיר און נאך דיינע וואונדערבארע ארטיקלן פול מיט תוכן און הערליך געפלאכטן מיט דיין הומאר וואס איז איינס אין דער וועלט! טרערן רינען מיר אראפ בשעת איך שרייב די תגובה! :( , יואב׳ל דעס וואס איך האב קונה געוועהן פון דיר אין ק״ש וועט בלייבן אייביג אין מיר לנצח נצחים!!! איך שטיק פאר געוויין... עמיר רעדן שפעטער :cry:


י

:lol:
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איין זאך זאג איך אייך שוין אויב עפענט מען א נייע שטיבל און מ׳גייט מיך אריינלאזן דארט זאלט איר וויסן אז מיין ניק ״שבת אחים״ איז מיינס! אויב וועט איינער פראבירן צוצונעמען מיין ניק זאלט איר וויסן אז איך וועל אייך רופן אין דין טורא ביי אברהם ברוך ראזענבערג - איך האב אים שוין געגעבן א דיפאזיט (עקטקשיולי ער איז מיר נאך שולדיג געלט פון די פאריגע די״ת ווי ער האט מיך בארויבט ליידער) איר זאלט וויסן אז איר גייט זיצן פאר פינף יאהר אין די״ת מיט מיר און נאכדעם וועט איר זיך קענען רופן שבת אחים 69 אדער שבת אחים 45 אבער ארגעניעלע ״שבת אחים״ ברענד זאלט איר נישט פרובירן צו גנבנ׳ן ווייל אחת דתו...

געדענקט!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

פאראייביגט אייער לעגענדע אין קאווע שטיבל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

כווייס נישט ווי אנהייבען.
כהאב דא פארברענגט זיכער איבער א חודש פון מיין לעבן, כהאב הנאה געהאט יעדער מינוט, נישט געווען קיין נאכט די לעצטע דריי יאר (חוץ שבת) כהאב זיך נישט געלייגט אין בעט מיטן שטיבעל, ממש ווי א קינד מיטן בערעלע.
יעדער אינדערפרי אויפן באנק אין מקווה טאג אן טאג אויס האב מען זיך געזעצט מיטן שטיבעל, סאיז געווען ביי מיר א רעג רוטיען, מטוט זיך אויס סרעקל, מזעצט זיך אוועק פאר צוויי מינוט אין קוקט שטיבעל. אויפן וועג צום ארבייט אונעם קאר איידער אריין גיין אין אפיס האט מען געלאסט דער קאר געפארקט אין באזוכט די שטיבעל, כהאב יעדער טאג געגעסן לאנטש מיטן שטיבעל, אין אזוי ווייטער, כקוק צירוק אויפ מיין ערשטע הודעות ווי כבין געוואקסען זייט דעמאלטס, כבין קלוגער געווארן, באקומען מער קוראש, פארשטאנען א צווייטע גאנג, אוי די שמוסען אין אישי אפי גערעדט אין לערנען אפאר מאל,
ImageUploadedByTapatalk1457677898.755495.jpg


שוין, כוויל נישט אויפהאלטען די עולם דא, כבין צוקלאפט, כבין צובראכען, כווייס נישט וואס כגיי טוען די קומענדיגע מאנטיג? ווי גיי איך זיך ווענדן? כבין ב״ה נישט באקאנט אין די גוישע וועבזייטלעך, ווי וועל איך אויסקלארן מיין טאג נאך א שווערע ארבייט? וואס וועל איך טוען אין ביה״כ ליינען די שעמפו אינגרידיענס?
כהאב געהאט א נאנטע קרוב וואס איז מיר אוועק, כגין געווען אויסמענטש, יעצט אזוי שנעל נאך א פאטש, וויפיהל קען איין שוואכע שטילע אינגערמאן שלינגען? באשעפער טייערע כבין נאר א בשר ודם. וועק מיר אויף פון די בייזע חלום, כוועל שוין זיין גוט, כהאב געכאפט די רמז, כוועל זיין ערליך כוועל ליינען קריאת שמע בזמנו, כוועל דאוונען דריי מיט א מנין אזוי ווי א איד דארף, כוועל לייגן א שטערקער פילטער אויפן סעלל. כהאב געכאפט די רמז. לאז פליז די באן פאהרן ווייטער.
כוויל זיך געזעגנען בשם מיין משפחה, מיין ווייב תחי׳ ( זי פרעגט טאמער כגיי יעצט האבן מער צייט פאר זי,) בשם מיין לעכטיגע קינדער, זאלסט זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע, רייס אן פאר אונז... אין.... אוי סהייס.... אוי ברענג וואסער..... אוי כפיהל נישט גוט. הצלה הצלה ה-צ-ל-ה. שטילע האט געחלשט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שושן פורים האט געשריבן:מיין וועלט איז צושמעטערט, איך קען נישט קומען צום ווארט, אבער ליפטר בלא כלום אי אפשר.

זינט איך האב מיר אנגעשלאסן אין קאווע שטיבל פאר צוויי יאר און אכט חדשים צוריק האט זיך פאר מיר געעפנט א נייע וועלט, א וועלט פון תורה, חכמה, ידיעות במילי דשמיא ובמילי דעלמא, מיין לעבן האט זיך געטוישט.

צו די אלע טייערע חברים וידידים, עס איז באמת געווען א פארגעניגן צו פארברענגען און קונה זיין פון יעדעם איינעם פון ענק, קשה עלי פרידתכם איז אלעס וואס איך קען יעצט ארויפברענגען אויף מיינע ליפן

בנוגע די הנהלה פון איין זייט בין איך מוראדיג דאנקבאר פאר אהערשטעלן די געוואלדיגע מקום קדוש, אבער פון די אנדערע זייט ווייס איך נישט צו איך קען מוחל זיין פארן עס אוועקנעמען, אפשר וואלט שוין בעסער געווען אן דעם.

על כל פנים מען קען זיך פארבינדן מיט מיר דורך
Shishanpurim@gmail.com

נ.ב.איינער האט די נאמבער פון די סואיסייד האטליין?

יא: 1-800 דזשאמפ...פון וואו...? וואו דו ווילסט...דזשי דאבליו. ווערראזאנא ,ווילי, ברוקלין, מאנהעטן, געטהאל'ס, אוטערברידזש, וכו' וכו'... :lol: :roll:
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

שליחה דורך ווייל אזוי »

אפשר באנייען די טעפאן-זי ? :lol:
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

berlbalaguleh האט געשריבן:
שושן פורים האט געשריבן:מיין וועלט איז צושמעטערט, איך קען נישט קומען צום ווארט, אבער ליפטר בלא כלום אי אפשר.

זינט איך האב מיר אנגעשלאסן אין קאווע שטיבל פאר צוויי יאר און אכט חדשים צוריק האט זיך פאר מיר געעפנט א נייע וועלט, א וועלט פון תורה, חכמה, ידיעות במילי דשמיא ובמילי דעלמא, מיין לעבן האט זיך געטוישט.

צו די אלע טייערע חברים וידידים, עס איז באמת געווען א פארגעניגן צו פארברענגען און קונה זיין פון יעדעם איינעם פון ענק, קשה עלי פרידתכם איז אלעס וואס איך קען יעצט ארויפברענגען אויף מיינע ליפן

בנוגע די הנהלה פון איין זייט בין איך מוראדיג דאנקבאר פאר אהערשטעלן די געוואלדיגע מקום קדוש, אבער פון די אנדערע זייט ווייס איך נישט צו איך קען מוחל זיין פארן עס אוועקנעמען, אפשר וואלט שוין בעסער געווען אן דעם.

על כל פנים מען קען זיך פארבינדן מיט מיר דורך
Shishanpurim@gmail.com

נ.ב.איינער האט די נאמבער פון די סואיסייד האטליין?

יא: 1-800 דזשאמפ...פון וואו...? וואו דו ווילסט...דזשי דאבליו. ווערראזאנא ,ווילי, ברוקלין, מאנהעטן, געטהאל'ס, אוטערברידזש, וכו' וכו'... :lol: :roll:


איך וואלט געטשאזט די ברוקלין ברידזש אבער איך האב א קאנפליקט אוו אינטערעסט זינט איך האב עס פארקויפט פאריגע וואך
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

[justify]כדי נישט צי נעמען קיין שאנסן, און זיכער מאכן אז איך קען אפגעבן מיין לעצטע מחשבה אפדריקן דא אין שטיבל וועל איך עס זאגן אין קורצע שורות. קאווע שטיבל וועט מיך באגלייטן לאורך ימי חיי, איך האב גענאסן פון דעם באר מיים חיים, אוצורת מיט ידיעות און חכמה. און איך האלט נאך אינמיטן געניסן - by the time איך וועל ענדיגען די אלע זאפטיגע אינפארמאטיווע אשכולות איז מעגליך אז איך וועל זיך באקענען מיט א צאל פרישע ניקים וואס איך האב נאכנישט באגעגענד, און מיין תודה וועט מוזן איינעמען א שטימעניש. איך וועל קוקן אויף די אייז קאלטע הערמאטיש פאשלאסענע שטיבל, און מוזן לייקן א באנק. איך האב געוואלט זיך נעמען אויסרעכענען נעמען, אבער איך וועל ענדערש מאכן א כל הנערים ווייל איך קען נישט דורכגיין אזויפיל ניקים אן אויסלאזן איינעם. אבער עס אן קיין ספק אז איך האב אסאך רעספעקט פאר א ריזיגע צאל שרייבער דא אינעם שטיבל. און מיין הארץ איז מעלטעט פון ליבשאפט און הודאה צו זייערע שריפט און מחשבה. דער וואס מיינט אז אים מיין איך, טאקע אים מיין איך.[/justify]
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

פארגעסן צו צולייגן, די לאנגע פארצויגענע פריאעקט פון איבערזעצן "עת לאהוב", וועט לכאורה ליידער ארויפגיין אין רויעך צוזאמען מיט 'קאווע שטיבל', און מיט די שווייס פון [tag]אבטולמוס[/tag] און [tag]פרייוויליג[/tag] און נאך אנדערע. חבל על דאבדין.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

שליחה דורך קל וחומר »

חלילה לך מעשות כדבר הזה.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: פאראייביגט אייער לעגענדע אין קאווע שטיבל

שליחה דורך א איד »

איך בין געווען קאווע שטיבלס, 200טסטע מעמבער, איך האב אסאך געליינט און הנאה געהאט, און ווייניגער געשריבן, צוליב מאנגל און צייט, און ווי אויך צוליב ווייניג סעלף קאנפידענס.
איך וועל זיך שטארק אהער בענקען, אבער איך גלייב אז איך וועל טרעפן אנדערע סיפוק, מיט וואס זיך צו אויסלופטערן, לעטס האופ אנלי קאושער אינטערטעימענט.
אויב עס עפנט זיך עפעס אנדערש, לאזט מיר וויסן און איך וויל זיך צושטעלן.
מקען מיר טרעפן ביי shalomimyisroe@gmail.com

א איד
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
פארשפארט