מחט בבשר החי

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

מחט בבשר החי

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

מאז היתה אדם לגוי, פון ווען מענטשהייט האט געזוכט א באדייט פאר איר עקזיסטענץ, אן עקזיסטענץ וואס זאל אויסלייזן דעם בהמיות׳דיגן ישות און איר מעלה זיין צו העכערע ספערן, אן עקזיסטענץ וואס זאל מבחין זיין און אויסברייטערן די הבחנה צווישן ״חי״ און ״מדבר״, האט מען זיך געמוזט אנדראפעווען אויפ׳ן לייטער פונעם מח, דער כח המחשבה און שבילי דשבילין פונעם שכל האנושי וואס רגליו מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה, אויפצווועקן די געפילן און צו פארענטפערן דעם יחיד ורבים׳ס כסדר׳דיגער עקזיסטענץ.

חז״ל׳ס “אם אין דעת הבדלה מנין” און דעקארט׳ס ״cogito ergo sum״ מאלן ביידע קלאר אפ דעם בילד, אנע חכמה, אנע וויסנשאפט, איז קיין זין נישט פארהאן צום גאנצן שפיל, ס׳מיינט גארנישט און ס׳איז גארנישט, לא קיום ולא נעלים, סארא א מין געלעבעכץ, אם אין מתה אנוכי, דאס הייסט נישט געלעבט.

דער קאצקער האט געמאכט דערפון א געפרעגלטער לאטקע ווען ער האט אנגעפרעגט: וואס איז דאס דער גרעסטער רשות היחיד אויפ׳ן וועלט? און שארפזיניג דערקלערט: דער מח פונעם מענטש. נישט קיין גדר און נישט קיין תגין קענען איינצוימען איר חלל, מעג דער וואנט זיין אזוי לענגליך ווי כינע׳ס און דער תפיסה אזוי שטארק ווי אלקאטראז, דער מח׳ל וועט זיך האלטן ביי זיינעם, כל זמן שהנר דולק וועט ער אנגיין מיט א פעסטקייט בבחינת סובב כל עלמין, ומים רבים לא יוכלו לכבות.

ובכל זאת, ענדלט ער צום גוף, ווייל ער קען אויך פארדזשאוועט ווערן.

ער קען זיך אנשטויסן אינעם ארבעים לבינה ווי אין א קריזיס, ער ברעכט שוין פון שאקאלאד, איז נמאס פון שערוריות, שוין דורכגעקייעט אלע ליקוטים, טרעפט שוין נישט קיין חידושים, אנטיק איז ניי און ניי איז אנטיק, ס׳איז אלץ דאס זעלביגער, א קנאפע נפקא מיניה? ער לאזט אלץ לויפן, שטעלט שוין נישט אפ דעם באן, מישט נישט צוריק קיין בלעטער, טוישט שוין נישט גרינוואלד/זאבערמאן צו דזשעקעבסאן, איז איבערגענומען מיט׳ן הרגשה פון מה שהיה היא שיהיה ואין כל חדש תחת השמש, און דער געדאנק גאנג נעמט זיך פרירן.

דאס איז דער קללה פון דעמאקראטיע און חזון הימים פון ״מלאה הארץ דעה״, צופיל איז נישט גענוג, אז אלעס איז מגולה טרעפט מען זיך נאקעט און אנגעפאשעט, פון אזויפיל אכילה קען מען שוין נישט זאט ווערן מער, דער מח איז געליימט, די פונקציע ארבעט נישט מער, נישט Siri און נישט Google Now פארמאגן ענטפער׳ס וואס פארגיטיגן, ס׳איז cardiac arrest וגומר.

פארבלייבט בלויז איין עצה, מען נעמט אפיר דעם defibrillator און מען שיסט עלעקטראנישע כוואליעס אויף כח אין הארץ אריין, דער שפיץ נאדל שטעכט טיף, absence makes the heart grow fonder, אז מען וועט דיר אוועקנעמען וועסטו קומען לויפן, וועסט דיך שלאגן דערפאר, ס׳טייטש? כ׳קען דא ערנסט דערלייגן, א אבידה עולמית!

צוביסלעך ערוועקן זיך די געפילן, דאס אייז צולאזט זיך, נישטא מער קיין שעמום, אין שום יאוש בעולם כלל, דער מח ברויזט צוריק, ברוך מחיה המתים.
כאן, חבל טבור הארץ.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: מחט בבשר החי

שליחה דורך קל וחומר »

א פענע, פון וועלטל יענע.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הערליך!
די שאלה איז ווען די הרגשים זענען שוין אויך פארפרוירן פון אזויפיל פאלשע רגש, מעלאדראמא און ארטיפישעל פילינגס
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

קרה עלי מועד!
כמעט וואס עס האט שוין געלוינט די סומאטוכע פאר אזא מאמר.
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

קופערניקוס האט געשריבן:די שאלה איז ווען די הרגשים זענען שוין אויך פארפרוירן פון אזויפיל פאלשע רגש, מעלאדראמא און ארטיפישעל פילינגס

יא יא, דער טריק קען נישט ארבעטן מער ווי איין (יש אומרים צוויי...) מאל.
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: מחט בבשר החי

שליחה דורך מי אני »

דאס גייט אין איינקלאנג מיט וואס דער רס״ג זאגט אינ׳ם פתיחה פון מאמר ב פון זיין האמונות והדעות אז מדע פאר א מענטש איז פיניט און מוגבל ביז וואו ער קען אנקומען; ידוע האחרון. דאס איז ווייל די גוף פון א מענטש, וממילא הכח שבו וואס מדע איז איינס פון זיי, איז מוגבל. ווי אויך די חושים, וואס פון זיי פאנגט זיך אן און זיי זענען די שורש פון א מענטש׳נס מדע, זענען מוגבל. ווי אויך אז טאמער וואלט די מדע וואס א מענטש קען תופש זיין געווען אינפיניט, וואלט ער מעיקרא נישט געקענט תופש זיין גארנישט ע״ש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט