"מיר וועלן זיי איבערלעבן"

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
[NAMELESS]

"מיר וועלן זיי איבערלעבן"

שליחה דורך [NAMELESS] »

מען פרעגט מיר פארוואס איך רעאגיר נישט, ווי כאילו מיר אינטערעסירט נישט די טראגעדיע. ראשית כל, איך האב געשפילט גאלף, ס'נישט מער ווי נארמאל בשעת א קריזיס.

ס'טוט זיך הימל און ערד און קאווע שטיבל. די הימלען וויינען די ערד שפייט ברענעדיגע לאווע, און דאס קליין הייפעלע ווארפט זיך אינדערמיט ווי רינעדיגע גאלע. די אראלין און מצוקין ראנגלען זיך ווי די איטאליענער מאפיע, ליאדע סעקונדע פאלט א פרישער צום טויט. די מאווי מפולשת'ן וואס דערמאנט פון די בחוקתי תוכחה באקומט קאלירן, פארצוקענדע וועלף פייערדיגע שלענג מיט געשארפטע דיינאעזערן ציינער וואס שפריצט שוועבל מיט שלויכען בלוט ביינעזאם.

די קליין נעבעכ'דיגער הייפעל האלט פאר א טאטאלער צוזאמענבראך. ס'טוט זיך א געלויף, די פיאנערן פונעם קרעמעל, די "רעוואלוציאנערישער גיווארדיע" וואס האט אונז אויסגעטראטן דער שביל החיים ארויס פונעם ענדלאזן פעך שווארצן וואלד. קומען אלע צו לויפן פונעם חוני המעגל דרימעל... אבער אנשטאט זיין די גענעראלן מיט די שטויס מעדאלן און ראטעווען די דערשראקענע הייפעלע וואס זייער סיטואציע קאמפיט צו די יאזידיס; איז ווי די שורות פאר די אומ'געצייטיגטע ערב פסח מצות שטייט מען דא צו קלאפן על חטא. די עבירות זענען א געמיש פון ערשטע גראד מערדער ביז צווייטער גראד מאלעסטאציע. דער שטן הינקעט אונטער ווי דער אייזל הרובץ. איינער שווערט זיך ביי פרעה'ס בארד איינער ביי תהלים כולל און א דריטער ביי טראמפ'ס יודזזזששש חפץ של מצוה...

באריכטן קומען אריין פון מירון אז הארט ביי כניסת השבת איז אריין געקומען א דאזען הזכרות צום רעבי'ן אז א פרישע אנעקסעישען גייט זיי ארויס פון גוש קטיף, אנטשולדיגט, וואס זאג איך? פון צימעס...

א פסק פון באבא יחזקאלי האט קלאר געשטעלט, אומ'צוויידייטיג: אז ארויס שלעפן די אינטערווינעס רערן פון א גוסס אפי' א מילי רגע פארדעם איז ביהרוג ועל יעבור.

======

קאווע שטיבל טראגט אויף זיך א געלע לאטע וואס שרייבט בדיו שחור על גבי אש לבנה: סערווייוועל!!! קאווע שטיבל האט שוין דורך געלעבט צענדליגער געשעענישן און איבערלעבענישן, פיזישע און גייסטישע קריזיס'ן.

רבותי!!! מיר האבן געוויזן חזקה אין סערווייוועל מער ווי די הארבסטע חזון איש שיעור! לאמיר אפיהר קומען מיט א מהלך ווי אזוי צו לייזן דעם קריזיס און ווי ברודער האנד געשלאסן, אריבער שפרייזן דעם קריזיס!!!

מיר וועלן זיי איבערלעבן!!!
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

היות עס איז נישטא קיין זיי און קיין אונז איז מיין לאזונג

מיר וועלן זיך איבערלעבן
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
פארשפארט