פארקויפט כלל ישראל פאר אפאר פיאסטער

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

פארקויפט כלל ישראל פאר אפאר פיאסטער

שליחה דורך חקרן »

מורי ורבותי!

עס דרייען זיך ארום שמועות, אז די מנהלים פון שטיבל האבן באקומען 200 אלפים אז דאס שטיבל זאל פארשפארט ווערן. איך ווייס נישט אויב עס איז אמת, בעסער געזאגט איך גלויב נאך אלס אז קאווע שטיבל בלייבט אפן. אבער אין פאל אז דאס איז אמת מוז איך שרייבן אפאר ווערטער.

אויב וואלט קאווע שטיבל געשלאסן געווארן צוליב פינאנציעלע סיבות, החרשתי... אויב וואלט זי געשלאסן געווארן ווייל די בעלי בתים האבן באקומען א הרהור תשובה, וואלט איך אויך גארנישט געזאגט. אבער אויב איז אמת אז זיי זענען פארקויפט געווארן פאר אפאר דאללער, דארף מען דאס פארדאמען בכל לשון לחישותא. סטייטשט, זיי זענען גרייט מפקיר צו זיין אן עדה אידן, דערשטיקן קולות וואס דארפן דערהערט ווערן, בלויז צוליב זייער טאש. דאס איז מיעס, דאס איז עקלדיג. דאס דארף מען פארדאמען אויף יעדן אופן וואס נאר שייך.

דאס איז א דוגמא פון ביליגע מענטשן.
Chasidishmashpia
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 263
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך Chasidishmashpia »

וואס טוט מען נישט פאר פרנסה...
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ער זאל טשעקן מיט ליפא שמעלצער אויב עסקנים באצאלן הבטחות.
Under influence
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

שליחה דורך קל וחומר »

איז דאס די חינוך וואס מיר האבן אין אים אריין געאקערט די לעצטע פיר יאהר??? שומו שמים!!!
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: פארקויפט כלל ישראל פאר אפאר פיאסטער

שליחה דורך קל וחומר »

לאמיתו של דבר דארף באמערקט ווערן, אז טאמער ליגט דא די נעגל פון איינער וואס האט מורא פאר אן אמת ווארט וכו', פארוואס לאזט ער עס נאך אפען פארן עולם זיך אנצוליינען מיט די אלע אנליינעכץ? עפעס שמעקט מיר נישט דעם טעאריע.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

עס איז נישט מסתבר וויל מארגן קייט זיין א פרישע סייט, און וועט מען יענת אויך אויסקויפן? און דער נאכדעם?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

מ'זעהט באשיינפערליך ווי די כח הפועל בנפעל ארבעט. אויף דעם האט די רבי פארגאסן טרערן ביי של"ש. פאר אפאר דאלער זאל מען פארקויפן די נשמה פאר'ן שטן?!

אומגלויבליך
Chasidishmashpia
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 263
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך Chasidishmashpia »

ירח, מען קען נישט אזןי שנעל עפענען נאך אזא סייט...
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

שליחה דורך קל וחומר »

אויפן צד אז די טעאריע איז יא אמת, וויל איך דערמאנען פאר [tag]קעלנער[/tag] די מעשה מיט ר' יוסעלע ראזענבלאט, ווען מ'האט אים אנגעבאטן גרויס געלט אז ער זאל זיך שערן די בארד, האט ער געענטפערט, אויב איז מיין בארד טאקע אזוי טייער וויל איך עס האלטן... והנמשל מובן!
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

המלוכה והממשלה האט געשריבן:
דערווייל האמיר נאך צעהן טעג , איך ווייס נישט וועגן ענק , אבער איך גיי באמבעדירן ק''ש מיט סחורה. איך גיי נישט אוועק אהן א פייט.

איך בעט אייך, אז דו בלייבסט שטיל... אפשר וועט מען עס לאזן אפען..
Under influence
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

שליחה דורך קל וחומר »

אבער טאמער בלייבט דאס אפען בין היום ובין מחר סופו אז עימיצער וועט עפענען דאס גלייכן (ער קען אפילו ק/פ אלע חומר פון דא) ואין לדבר סוף, ווען איך און דו קויפן עס אונטער (פאר א הייליג פליכט בדרך משל) פארמאכן מיר עס פון איין מינוט אויפן צווייטן אן קיין שום ווארענונג.
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

(כמעט) אלעס איז צום פארקויפן, ווענד זיך נאר און די סכום. איינער טוט עס פאר 50 אלפים, איינער פאר 200. איך בין זיכער אז פאר אפאר מעלאונעס וואלט עס יעדער פון אונז פארקויפט....ליידער
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

שליחה דורך קל וחומר »

אשרי מי שחושדין אותו ואין בו!

[tag]קעלנער[/tag]

דער אשכול קען געמעקט ווערן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אני הקטן (תרתי משמע) בין א פשוט'ער, נאאיווער , תמימות'דיג'ער אונגערישער (איזראעלי) יודל וואס ווייס ניקס קיין חכמות. (א קאזין מיט'ן אויבערלענדער חכם און אויך מיט'ן ליטוואק פון בודאפעסט/לעיקוואד/בארא פארק.). איך קאן מיר אין מיין ווילדסטן, בייז'סטן חלום נישט פארשטעללן ווער ס'איז אינטרעסירט אז קאווע שטיבל אין איצטיגן פארמאט זאלל ח"ו נישט מער עקזיסטירן, היל"ת, שר"י עפ"ל, וכו'. (פאר מער קללות דארף מען זיך ווענדן צו הרב סענדער דער דייטש זציק, לאללל,האהא) .צו ערשט האביך געמיינט אז די סיבה פאר'ן עווענטועללן אפשפארן פון אונזער אלעמען באליבטן קאווע שטיבל. ס'הייסט די , אקסידזשען צו אטעמען איז פינאנציעל.האביך געוואלט פארשלאגן עטליכע אופנים וואס קענען בעז"ה אריינברענגען א שטיקל הכנסה (שוין נאכ'ן אראפציפן פון די מנהלים און זייערע משפחות). ערשטנס. מ'זאלל ארויסשיקן בחורים און יונגעלייט זאללן גיין קאלעקטן אין די בתי מדרשים ביי שחרית, מנחה און מעריב. און פאר מגילה ליינען און ראש חודש בענטשן וכדומה. צווייטנס זאלל די הנהלה אננעמען קאמערשיל אדווערטייזמענטס. אדער ווען א גרויסער רבי און צדיק קומט אן אין שטאאט. און זיינע חסידים, מעריצים און נאכשלעפערס און סתם ליידיגגייערס און צוטשעפענישן ווילן אנשלעפן אן עולם. שטאטס הענגען פלאקאטן איבער די גאנצע שטאאט וועט מען ארויסהענגען א שיינעם , קאלירפולן עד מיט בלישטשענדיגע קידוש לבנה אותיות פאר גוט באצאלט (אלעס אויפ'ן חשבון אז די רעבע שליט"ע וועט אי"ה מאכן א סאך געלט). איך מיין נישט זיך אזוי פארקויפן פאר געלט ווי ..."וואס איז נייעס"... אדער ..."ישיבה וואוירלד "...אבער דאך. א שיינעם סכום וואס זאלל אויסצאללן די שווערע ארבעט.
אבער היינט אז איך הער אז ס'האט גארנישט צו טון מיט געלט. סתם א פאר קראנקע, שלעכטע און בייזוויליגע פארשוינען (מלשון פרשנדתא) וויללן דערשטיקן דעם איינציגן קוואל פון פרישקייט און נחת וואס אן ערליכער איד קען זיך רואיגערהייט ערלויבן בעולם הזה, ביניך א מעמבער פונ'ם גוי אובד עצות. איך האלט אז אין דעם איצטיגן זמן פון ישועות וועט נאר א קפיטל תהילים און אפשר סליחות ל'טאאנעס עסטער מוקדם העלפן. א גוטע וואך...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווילאנג מענטשן האבן געשריבן ווערטלעך, החרשתי. אבער אז מ'הייבט שוין אן צו מיינען ערנסט, מוז איך שרייען:

בהמות, סטאפטס רעדן שטותים!

ביודעי קאמינא, איין זאך איז זיכער נישט קיין הוה אמינא. דאס ווערט נישט אפגעקויפט/פארקויפט, און דאס וואלט קיינמאל נישט עולה געווען על דעת [tag]קעלנער[/tag]. א שאד צו טראגן א פנים ווי די 9-11 קאנספיראציע טעאהריקער.

גראו אפ! פאר א סיבה זענט איר אין רעאליסטישן וועלט, און נישט אין א וועלט פון אייערשפייז.
Chasidishmashpia
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 263
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך Chasidishmashpia »

אדנירם האט געשריבן:ווילאנג מענטשן האבן געשריבן ווערטלעך, החרשתי. אבער אז מ'הייבט שוין אן צו מיינען ערנסט, מוז איך שרייען:

בהמות,(שכוח פאר די טיטל) סטאפטס רעדן שטותים!

ביודעי קאמינא, איין זאך איז זיכער נישט קיין הוה אמינא. דאס ווערט נישט אפגעקויפט/פארקויפט, און דאס וואלט קיינמאל נישט עולה געווען על דעת [tag]קעלנער[/tag]. א שאד צו טראגן א פנים ווי די 9-11 קאנספיראציע טעאהריקער.

גראו אפ! פאר א סיבה זענט איר אין רעאליסטישן וועלט, און נישט אין א וועלט פון אייערשפייז.

אלא מאי??
פארשוויגען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 91
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

שליחה דורך פארשוויגען »

קל וחומר האט געשריבן:אשרי מי שחושדין אותו ואין בו!

[tag]קעלנער[/tag]

דער אשכול קען געמעקט ווערן.

ער האט דאך אליינס געזאגט עס איז נישט אמת! לאמיר מעקן וואס אנדערע זאגען!

תמימים.
פארשפארט