רחמנות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1777
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1334 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2199 מאל

רחמנות

שליחה דורך פרייוויליג »

אויב האט מען חתונה ביי די אַכצען - איז מען א רחמנות.
אויב האט מען נאכנישט חתונה געהאט ביי די צוואנציג - איז מען א רחמנות.

אויב האט מען דריי קינדער ווען מ'האט שוין חתונה געהאט פאר דריי יאר - איז מען א רחמנות
אויב האט מען נאכנישט קיין קינדער ווען מ'האט שוין חתונה געהאט פאר דריי יאר - איז מען א רחמנות.

אויב מוז מען לערנען אין כולל פאר פינף יאר - איז מען א רחמנות.
אויב מוז מען שוין גיין ארבעטן ביי די צוואנציג יאר - איז מען א רחמנות.

אויב וואוינט מען נאנט צו די עלטערן - איז מען א רחמנות.
אויב וואוינט מען ווייט פון די עלטערן - איז מען א רחמנות.

אויב האט מען א ארבעט און מען ארבעט זייער שווער - איז מען א רחמנות.
אויב האט מען נישט קיין ארבעט - איז מען א רחמנות.

אויב האט מען "נאָר" פיר קינדער - איז מען א רחמנות.
אויב האט מען צוועלף קינדער - איז מען א רחמנות.

אויב וואוינט מען אויף די העכסטע שטאק - איז מען א רחמנות.
אויב וואוינט מען אין א בעיסמענט - איז מען א רחמנות.

אויב נאָר די מאן ארבעט - איז מען א רחמנות.
אויב די פרוי דארף ארבעטן מיט א שטוב מיט קינדער - איז מען א רחמנות.

אויב גייט מען צו א שמחה יעדע נאכט - איז מען א רחמנות.
אויב גייט מען נישט צו קיין שמחת - איז מען א רחמנות

אויב מוז די מאן העלפן אין שטוב - איז מען א רחמנות.
אויב די מאן העלפט נישט אין שטוב - איז מען א רחמנות.

אויב דער מאַן איז געצווונגען צו העלפן אין שטוב - איז מען א רחמנות.
אויב די פרוי קען אנקומען אליין צו פירן די גאנצע שטוב - איז מען א רחמנות

ביי די פופציג, אויב האט מען נישט קיין ארבעט - איז מען א רחמנות.
אויב ארבעט מען נאך ביי די פופציג - איז מען א רחמנות.

אויב איז מען פארנומען העלפן די עלטערע עלטערן - איז מען א רחמנות.
אויב האט מען נישט קיין עלטערן ח"ו - איז מען א רחמנות.

אויב האט מען שוין חתונה געמאכט אלע קינדער ביי די פופציג - איז מען א רחמנות.
אויב האט מען נאך קינדער ביי די פופציג - איז מען א רחמנות.

ביי די זעכציג אויב ביידע זענען אינדערהיים - איז מען א רחמנות.
אויב אבער די פרוי ארבעט און דו ביסט אינדערהיים - איז מען א רחמנות.

אויב די קינדער מוזן דיר העלפן ווען דו ביסט אלט - איז מען א רחמנות
אויב דיינע קינדער העלפן דיר נישט ווען דו ביסט אלט - איז מען א רחמנות

אויב איז מען אלט און שוואך - איז מען א רחמנות.
אויב גייט מען אוועק פון די וועלט יונגערהייט רח"ל - איז מען א רחמנות.

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר