קעלנער האט געשריבן:מיר האבן באקומען א געוואלד מיט אימעילס און אישי'ס און דערווייל האבן מיר נישט אנגעיאגט יעדן צו ענטפערן. מיר האבן אויך באקומען אסאך גוטע געדאנקען ווי אזוי צו טוישן די מצב און עס זענען דא גוטע אויסזיכטן אז מיר וועלן קענען מעלדן א גוטע בשורה בקרוב.
כ'וויל יעדן פארזיכערן אז קיינער האט אונז נישט אונטערגעקויפט און קיינער קען אונז נישט אונטערקויפן. קאווע שטיבל דארף זיך שליסן ווייל אני הקטן האב שוין נישט געקענט אנגיין מיט די ארבייט, און איך האב נישט געזעהן קיין שום אופן ווי אזוי צו קענען אנגיין אן קאמפראמיסירן אויף אונזערע ווירדן. און איך מוז זאגן אז איך האב נישט גע'חלום'ט וואספארא צער דאס וועט ברענגען. טייל פון אונזערע טייערע חברים האבן אויסגעדריקט זייער צער דא, און אנדערע האבן מיר געשריבן פריוואט. און ווי געזאגט, אסאך האבן אויך געברענגט גוטע געדאנקען צום טיש וואס מיר האפן אויסצוארבייטן אין די קומענדיגע טעג.