א הקפדה פון דער דייטש!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
[NAMELESS]

א הקפדה פון דער דייטש!

שליחה דורך [NAMELESS] »

בחיים חיותו ווען דער דייטש איז געווען בתוקפו איז זיין ווארט געווען ׳דער׳ ווארט, ווען ער האט געזאגט אריין איז אריין און ווען ער האט געזאגט ארויס איז ארויס.

צו רבי בערל האט עס ליעב צו נישט איז ער געווען דער אויסשליסלעכער בעה״ב אין דעם שטאט וואס ער האט א נאמען געגעבן ירושלים ד׳אמעריקא, גארנישט האט נישט געקענט פאסירן דארט קעגן זיין ווילן, אלעס האט זיך געבויגן צו אים בכח צו ברצון.

קאווע שטיבל איז אבער געווען א גירא בעינא (לשונו) דארט איז געווען איינער וואס האט אים נישט געלאזט במנוחה, נו וואס האט איר געמיינט, ער וועט זיך לאזן שאנטאזשירן פון א פשוטער בעל עגלה? אצינד ווייזט ער נאכאמאל זיין כח און זאגט מיט פאטאס: בערל טייערער נישט מיט מיר!
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

[justify]עזריאל, עס הערשט א כאאס דא, יעדער וויל ליינען. אבער איך מיין זאלסט עפענען א צענטראלע אשכול פון דיינע געדאנקען און בליצן, און דארט האוסטן אלעס. קאווע אין פרידנסצייטן וואלט אזא זאך פון עפענען אשכולות רעכטס און לינקס געווען א פארלעצונג און מיר ווייסן דאך אלע אז קאווע שטיבל בלייבט קאווע שטיבל.[/justify]
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

עזריאל האט געשריבן:בחיים חיותו ווען דער דייטש איז געווען בתוקפו איז זיין ווארט געווען ׳דער׳ ווארט, ווען ער האט געזאגט אריין איז אריין און ווען ער האט געזאגט ארויס איז ארויס.

צו רבי בערל האט עס ליעב צו נישט איז ער געווען דער אויסשליסלעכער בעה״ב אין דעם שטאט וואס ער האט א נאמען געגעבן ירושלים ד׳אמעריקא, גארנישט האט נישט געקענט פאסירן דארט קעגן זיין ווילן, אלעס האט זיך געבויגן צו אים בכח צו ברצון.

קאווע שטיבל איז אבער געווען א גירא בעינא (לשונו) דארט איז געווען איינער וואס האט אים נישט געלאזט במנוחה, נו וואס האט איר געמיינט, ער וועט זיך לאזן שאנטאזשירן פון א פשוטער בעל עגלה? אצינד ווייזט ער נאכאמאל זיין כח און זאגט מיט פאטאס: בערל טייערער נישט מיט מיר!

עזריאל טייערער: ווען ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו האט גע'חיה'ט און געקייעט, איז נאך בערל בעל עגלה נאכנישט געווען געבוירן. אפילו קאווע שטיבל אויכעט נישט. און היינט אז בערל בעל עגלה חיה'ט און קייעט ב"ה לאורך ימים ונשים, איז ר' סענדער דער דייטש שוין זיכער אין לעכטיגן גן עדן. כ'ווייס נישט וועלכן גן עדן מ'באקומט פאר שנאת ישראל און באשמוצן גדולי התורה וצדיקי אמת. אפשר דעם מוסלאמינישן. דארט וואו אלע נטורי חרתא וועלן אי"ה אנקומען. אפשר פריער ווי געוויינדליך. מיט די הילף פון זייערע פאלעסטינער און איראנער גוטע פריינט. אבער לפי האמת בין איך שולדיג א סאך געלט פאר ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו. ווייל א יעדע וואך דאנערשטיג ווען דער איד איז ערשינען, און איך האב עס געליינט איז מיר די בלוט-פרעשור זייער שטארק ארויפגעגאנגען. אזוי אז איך האב נישט געליטן פון קיין לאו בלאד פרעשור. און כ'האב ב"ה נישט געדארפט צו נעמען הארץ פיללן...!
פארשפארט