Is It Chassidish To Eat Out?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

שרגא האט געשריבן:מעגליך האט דער שואל באקומען די איידיע אז חסידים גייען נישט עסן אין קיין רעסטוראנטס פון מרת פעלדמאן וואס האט אזוי געשריבן אין איר בוך (אפילו זי בכבודה ובעצמה איז פלענטי ארויס עסן, נאר ווי אנדערע פונקטן וואס זי האט געזוכט צו מאכן דעם מערסט ראדיקאלן איינדרוק אויף חסידים, אנשטאט זיך האלטן צו פאקטן.
ווי אנדערע איינרעדענישן אויף אידן וואס האבן זיך אנגעהויבן פון ביכער (און פילמס), קען דער אשכול דינען אלס דער ערשטער סימן פון דער פרישער איינרעדעניש וואס האט זיך מעגליך אנגעהויבן. שרייבער און פארשער אויף חסידים אינעם צוקונפט וועלן מעגליך צוברענגען פון די געוועזענע חסידקע וואס שרייבט אזוי. דארפן זיי דען א בעסערע באווייז ווי אייינע וואס האט ארויסגעגעבן די אינערליכע סחורה האט דאס געשריבן. פרוביר לייקענען.


וועגן דעם איז וויכטיג קלאר צו מאכן ווען עפעס איז סארקאזם. אין פיר הונדערט יאר ארום גייען די היסטאריקער קענען מיינען אז מאכן א אויל טשעינדזש פלעגט זיין א אפגעפרעגטע זאך אין איין און צוואנציגסטע סענטרי חסיד'יסיזם. (ווער ווייסט צי סארקאזם גייט נאך בכלל עקזיסטירן דעמאלס?)
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

שמעקעדיג האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:איך בין איינמאל ארויס עסן א שבת סעודה צו א חבר "און ס'האט זיך נישט געענדיגט גוט"



און רבותי ס'געווארן פרייליך!!! :lol: [קרעדיט נ.ראזע...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום zurich, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אשכנ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 24, 2012 7:34 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך אשכנ »

פארשטייט זיך אז "חסידיש" אין דעם ענין מיינט אויב עס איז אנגענומען אין די חסידישע געזעלשאפט, מוז די שואל זעהן וואס "חסידישע אידן" כערכו טוהן. אני הקטן בין איך נישט אזוי באקוועם מיט עס, אבער איך קען פארשטיין די וואס זענען אמאל מקיל.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

חסיד'יש? וואס דארף מען מער, די גרינדער פון חסידים פלעגן אריינפאלן אפט אין קרעטשמע טועם זיין איבערנעכטיגן. איך גלייב נישט אז די מאשקע האט יעדן ארויסגעשיקט ווייל דער רבי קומט.
אפשר טאקע נישט מיט די ווייב, איך ווייס נישט.
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

חסידים פון ווישניץ מאנסי גייען נישט מיט די ווייבער עסען און דרויסען, אבער רוב אידן וואס גייען צום סיום הש"ס עסען יא דרויסען מיט די ווייבער, דער חילוק איז וויפיל אינערליכע איידעלקייט מען האט,י
NAVY SEAL
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 4:53 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

שליחה דורך NAVY SEAL »

גאלד האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=22&t=828&p=17346


קיין ערלויבעניש, למה?



?????????????????????
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

NAVY SEAL האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=22&t=828&p=17346


קיין ערלויבעניש, למה?



?????????????????????


דער לינק ציט אריין צום פריוואטן פארום. פרעגט ביי די מנהלים פאר רשות נאך וואס איר האט געשטעלט דעם מינימום פון 75 זאכליכע תגובות.
אלדד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך אלדד »

משכיל האט געשריבן:חסידים פון ווישניץ מאנסי גייען נישט מיט די ווייבער עסען און דרויסען, אבער רוב אידן וואס גייען צום סיום הש"ס עסען יא דרויסען מיט די ווייבער, דער חילוק איז וויפיל אינערליכע איידעלקייט מען האט,י

א נייע מעשה... נאך מיט א הנחה... פון ווי נעמסטו דאס?

איז וויזניץ-מאנסי די איינציגסטע חסידות וואס (לדעתך) גייען נישט די אינגעלייט ארויס מיט די ווייבער אין רעסטעראנטן?

וויפיל איך קען וויזניץ-מאנסי אינגעלייט, איז דא פלענטי וואס גייען ארויס עסן מיט די ווייבער - ביג טיים!
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

כאפ נישט, איהר פרעגט חסידיש לויטן אמאהליגע אמת'ע באדייט פון חסידיש לכאורה נישט מטעם חסידות.
לויטן היינטיגען באגריף חסידיש אויך נישט, ווייל דער סיסטעם עט דיר אנקוקען קרום.
הלכה'דיג גערעט לויט חסידישע השקפות אפשר יא.

דאס אז די געפונט זיך רעסטאוראנט מיטן בני בית, מאכט דיר נישט אויס חסיד, אבער איינער וואס פירט זיך אויף מיט א אמת'דיגייט חסידיש (כ'רעד נישט פון פרום אדער געמאכטע פרום, כ'רעד חסידיש) וואלט נישט געגעסן ווייל זיין מהות פארלאנגט נישט ער זאל דאס טוהן.
ווידער די פרומע אדער געמאכטע פרומע' וואלט יא געקענט באשטיין עכ"פ מפעם לפעם, נאר זיי קלאפן אן די שאלה פון "מה יאמרו הבריות". דאס מיינט זיי טוהן דאס נישט נאר וועגן יענער וועט זעהן, אבער נישט וועגן זייער אייגען חסידישע באוועגונג.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

דאס איז איינער פון די פראלעמען פארוואס עס איז דא אזויפיל אפגעפארענע. ווייל גארנישט מעג מען.
עסן מיט די ווייב? ניין
שפאצירן מיט ווייב? פוי
רעדן מיט ווייב? רח"ל
פארן אין א קאר צוזאמען? ל"ע
וכו'
יא יא, פיינע רע-בנים
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
אשכנ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 24, 2012 7:34 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך אשכנ »

ציבעלע-קיגל האט געשריבן:דאס איז איינער פון די פראלעמען פארוואס עס איז דא אזויפיל אפגעפארענע. ווייל גארנישט מעג מען.
עסן מיט די ווייב? ניין
שפאצירן מיט ווייב? פוי
רעדן מיט ווייב? רח"ל
פארן אין א קאר צוזאמען? ל"ע
וכו'
יא יא, פיינע רע-בנים


איר זענט אביסל מגזם. אין טויזענטער היימישע משפחות איז מען "מקיל" אויף די אויבן-דערמאנטע, אן זיך ח"ו ווערן אפגעפארן.
שלמה_דיין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:05 am
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

שליחה דורך שלמה_דיין »

שרגא האט געשריבן:מעגליך האט דער שואל באקומען די איידיע אז חסידים גייען נישט עסן אין קיין רעסטוראנטס פון מרת פעלדמאן וואס האט אזוי געשריבן אין איר בוך (אפילו זי בכבודה ובעצמה איז פלענטי ארויס עסן, נאר ווי אנדערע פונקטן וואס זי האט געזוכט צו מאכן דעם מערסט ראדיקאלן איינדרוק אויף חסידים, אנשטאט זיך האלטן צו פאקטן.
ווי אנדערע איינרעדענישן אויף אידן וואס האבן זיך אנגעהויבן פון ביכער (און פילמס), קען דער אשכול דינען אלס דער ערשטער סימן פון דער פרישער איינרעדעניש וואס האט זיך מעגליך אנגעהויבן. שרייבער און פארשער אויף חסידים אינעם צוקונפט וועלן מעגליך צוברענגען פון די געוועזענע חסידקע וואס שרייבט אזוי. דארפן זיי דען א בעסערע באווייז ווי אייינע וואס האט ארויסגעגעבן די אינערליכע סחורה האט דאס געשריבן. פרוביר לייקענען.


שרגא שטעלט אראפ כאילו דבורה פעלדמאן האט דא עפעס געזויגן פון פינגער. דבורה פעלדמאן איז מגזים אין איר נעגאטיווקייט אויף אונזער ציבור, און קעגן דעם איז געווארן א נייע באוועגונג פון מגזים זיין אין אפּפרעגן דבורה פעלדמאן. דער שילדערונג פון דעם היימישען ציבור אלץ צוריקגעצויגן פון עסן אין רעסטוראנטן מענער און ווייבער איז זיכער אמת ויציב. ביי גאטליב אין וומסב"ג וועסטו אפילו טרעפן א מחיצה. ביי היימישע האטעלן און קעמפס וועסטו טרעפן די דיינינג רום פאר די משפחות ווערט פלוצלינג קיטוניות קיטוניות, און דאס איז זיכער נישט נאר פאר די מטרה פון נישט זען דיין שכנ'ס געראנגל מיט די לאנגע לאקשן.

כאפ א בליק אין דיין געווענליכע רעסטוראנט און זעלטן וועסטו טרעפן א מאן און א ווייב זיצן צוזאם און עסן אדער פיטערען די קינדער. זיכער וועסטו טרעפן די געהאקטע בערד זיצן אינאיינעם מיט די דענים סקירטס, און צומאל פיטערן זיי א קינד אדער צוויי, אבער דער חברה זענען "נישט" א חלק פון די געווענליכע היימישע ציבור וואס שיקט די קינדער אין אידיש רעדנדע מוסדות. אויב טרעפסטו יא מענער משלנו זיצן, איז דאס בדרך כלל דאנערשטאג ביינאכט ווען די מענער זיצן באקוועם אין די ווייבער שפרינגן כאילו זיי זיצן אויף מורישקעס, און טאמער פאקסטו שוין יא א היימישע קאפל שפרינגן זיי ביידע.

למעשה צו מ'מעג יא אדער נישט ע"פ תורה זיצן מיט די ווייב אין א רעסטוראנט קען מען דן זיין לכאן ולכאן. אויף פארשידענע אופנים קען מען זיכער מקיל זיין, למשל א זיווג שני דעיט, וואס זיצן אין א היימישען רעסטוראנט איז זיכער ענדערש ווי ערלויבן די היימישע גרושים זיך גיין טרעפן אין אויסגעלאסענע ערטער. אבער אפילו דארט ווי א אינגערמאן פילט אז ס'איז וויכטיג פאר שלום בית אד"ג דארף ער לכאורה שטארק נעמען אין באטראכט די וואס וועלען זיך ח"ו אפלערנען פון עם און גיין אין רעסטוראנטן צוזאמען מיט די ב"ב אפילו ווען ס'איז נישט אזוי דרינגענד. לכאורה איז דערפאר מער כדאי פאר אן אויסגעהאלטענעם אינגערמאן וואס פילט אז ער מוז מחמת סיבה גיין מיט די ווייב, אז ער זאל גיין קיין קראון הייטס אדער פלעטבוש, וואס דארט וועט ער נישט מכשיל זיין אנדערע תמימי לב וואס וועלן זיך אפלערנען פון עם.
באניצער אוואטאר
נס קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך נס קאווע »

איך בין אין גאטליבס א עוורידזש פון צוויי מאל א וואך כ'האב נישט געזען קיין מחיצה דארט און אפילו ווי ס יא דא א מחיצה איין זייט עסן די פאמיליעס און איין זייט עסן די מענער וואס קומען כאפן א ברעקפעסט אדער א לאנטש איין זייט די מאן און איין זייט די פרוי האב איך נאך אויך נישט געזען
והשלישית עס איז אמת אז אונזערע גייען נישט יעדן שני וחמישי ארויס עסן מיט די ווייב ממילא ווערט עס א שטיקל ענין און ווען מ'גייט זוכט מען עפעס בעסער ווי גאטליבס און גרינס און פארדעם זעהסטו עס נישט אסאך
באניצער אוואטאר
קאנצעפט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך קאנצעפט »

שלמה_דיין האט געשריבן:למעשה צו מ'מעג יא אדער נישט ע"פ תורה זיצן מיט די ווייב אין א רעסטוראנט קען מען דן זיין לכאן ולכאן. אויף פארשידענע אופנים קען מען זיכער מקיל זיין, למשל א זיווג שני דעיט, וואס זיצן אין א היימישען רעסטוראנט איז זיכער ענדערש ווי ערלויבן די היימישע גרושים זיך גיין טרעפן אין אויסגעלאסענע ערטער. אבער אפילו דארט ווי א אינגערמאן פילט אז ס'איז וויכטיג פאר שלום בית אד"ג דארף ער לכאורה שטארק נעמען אין באטראכט די וואס וועלען זיך ח"ו אפלערנען פון עם און גיין אין רעסטוראנטן צוזאמען מיט די ב"ב אפילו ווען ס'איז נישט אזוי דרינגענד. לכאורה איז דערפאר מער כדאי פאר אן אויסגעהאלטענעם אינגערמאן וואס פילט אז ער מוז מחמת סיבה גיין מיט די ווייב, אז ער זאל גיין קיין קראון הייטס אדער פלעטבוש, וואס דארט וועט ער נישט מכשיל זיין אנדערע תמימי לב וואס וועלן זיך אפלערנען פון עם.


קענסט ביטע מער ארויסברענגען דעם צד לאיסור על פי תורה?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

שלמה, איך טריי צו זען אויב אפשר ביזטו סארקאסטיש, אבער ס'גייט נישט.

איך ווייס נישט וועגן גאטליעבס, אבער ווי איך וואוין איז נארמאל ארויסצוגיין מיט די ווייב, און מ'זעט היימישע קאפעלס, מיט פולע אומגעהאקטע בערד, און נאן-דענים געקליידעטע, עסן ארויס אין רעסטאררנטען לרוב.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

מגייט צום רעסטעראונט, א טייל זיצען איינער קעגן די צווייטע, ויש אומרים איינער לעבען דער אנדערע,
דיע וואס זיצען לעבען דער אנדערע פשוט זיי ווילען זיך אנקוקען, ביידע אינאיינעם האלטן דעם גרויסען פעיפער קאפ אין ארינקען פונעם שטרוי בשעת זייער אויגען איז איינער צום צווייטען, אונטערן טיש זענען דא וואס זענען זיך ונהג צו געבען א בריקע מיט די פוס.

זיצען איינער לעבען דער אנדערע, ווייסט אויף דער נאהנטשאפט בבחינת וכעין דוגמת 'ודבק', זיי ווילען זיך נישט אפשיידען, איז דא כאפט דער חילוק זענען זייער גופים גענויגט איינער צום צווייטען אדער קוקען זייער אויגען גלייך, דאס מיינט אז זיי קוקען אויף כל דבר מה. ויש לעיין טובא באופן של ה'זיץ'.

חסידות וואלט לכאורה נישט געדארפט אריין קומען דא אהער, נאר דער עולם גולם האט דאס אריין געשלעפט אזוי, "אה, כ'האב איהם געזען עסן צוזאמען מיט זיין ווייב, אין א רעסטעראונט", ס'איז נישט אזוי ווייט דער דגוש אויפן ווארט 'רעסטעראונט' ווי אויפן ווארט "זיין ווייב". די צוויי ווערטער "זיין ווייב" איז א איסור חפצא לויט די היינטיגע סטאנדארט פון דער 'היינטיגע חסידות'.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
קווארטין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2012 10:42 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך קווארטין »

מיר גייען פון צייט צו צייט אין מילכיגע רעסטאנען, כ'טרעף יונגעלייט מיינס גלייכן, מיינס גלייכן מיינעך צו זאגן, מיר נעמען מיט די קינדער, אליינס ארויס צו גיין מיטן ווייב, ווי למשל פארן קיין מאנסע, אדער קיין ניו גערזי, קאניך צום באדויערען נישט, ווייל אויף וועמענס פליגלען זאלעך לאזן מיינע קינדער.
בימים ראשונים האבעכמעך יא דאס געקאנט ערלויבן. אלנספאל אז מ'וויל עסן א גוטן וועטשערע, פארוואזשע נישט.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

האט איינער געהערט/געגעסן אמאל פון/אין CARLOS AND GABE רעסטאראנט אין פלעטבוש?
מעקסיקען סטייל.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

איך לעב לכאורה אין אן ענליכן פלאנעט צו יאנקל'ס און דעם דיין'ס. א רעסטאראן איז נאר מותר ווען מ'איז אויף וואקאציע, אבער אויך נאר ווען קיין איין אנדערער חסידישער איד איז נישט אויף וואקאציע אינעם זעלבן שטאט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך האב א וואוילען חשוב'ן קרוב, א תורה'דיגער בעה"ב. ער קען זיך אריינזעצן אין א (פענסי) רעסטאראנט עסן א זופ ווען ער איז הונגעריג.
איך מיין ס'איז א בחינה פון אדם מכבד את מקומו.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
Espresso
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 25, 2012 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך Espresso »

קאם אן, בי אונז אין וויליאמסבורג ביסטו גערעכט, אבער אין מאנסי ב.פ. לעיגוואד פלעטבוש זעט מען פלענטי געהעריגע חסידישע קאפעלטס, טאקע נישט די גרויסע געלע טלית קטן, אבער די אום באשערטע בארד, די ראקפארט שיך, זי מיט די געהעריגע תומר דבורה קלייד, און אפילו סיעמס, עסען א פיינע וועטשערע.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

ווי אזוי קען יענער זעהן ווי אדזוי איך דער צדיק עסט, אין זיך קענען לערנען פון מיינע מידות, דאס איז נאר אויב איך גיי אין רעסטאוראנט, קען יענער צוקוקן צו מיין עבודת האכילה, וואס איז במקום קרבנות, ושלחן דומה למזבח.
ווען איך גיי צו א רבי'ס טיש זעה איך נישט זיין גרויסע א עבודה ווי אזוי ער עסט א האט-דאג אדער פיצא אדער סתם אנדערע ערליי מאכלים נאר די געווענדליכע צימעס, האב איך גענומען אויף זיך צו עסן 'אינדרויסען', יעצט קענסטו זיך אפלערנען אין וויסן ווי אזוי א א איד עסט באמת.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
קליינע רעבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך קליינע רעבעלע »

אני כשלעצמי וואלט איך שוין געגאנגען מיט מיין ווייב אין א רעסטראנט נאר מיין ווייב זאגט מיר זי האט מורא פאר איר פאסטען
עכ"פ אזוי טרייט זי מיר איינצירעדען
בעסער פין מיר איז א פרימאק - ווייניגער ווי מיר איז א שייגעץ
פארשפארט