נאך א נשמה, נאך א גלאז בלוט (אמת'ע פאסירונג)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

נאך א נשמה, נאך א גלאז בלוט (אמת'ע פאסירונג)

שליחה דורך וכדומה.. »

(איבערגעזעצט פון די עמי מאגאזין)

ווען איך בין אנגעקומען אהיים האט מיר געגעבען א שטאך אין הארץ זעענדיג מיין שלומי זיצט אינדערהיים אויפן קאוטש.

"אה מאמי" ער שטעלט זיך אויף. "לאמיך דיר העלפן שלעפן די בעגס" ער נעמט איבער מיינע פעקלעך און איך זעץ מיר אראפ, ער קומט אריין.
"מ'האט מיך ארויסגעווארפן פון ישיבה" זאגט ער ענדליך.

און דאן האט זיך די קאשמאר אנגעהויבן.

שלומי, אונזער עלצטע קינד, איז געבוירן געווארן מיט א הארץ פון גאלד און מיט מער ווי א ביסל ענערגישקייט.

אין חדר איז ער אלס געווען די שיק אינגעל, איינזיצען צו לאנג האט ער נישט געקענט, האט אים די מלמד געזעצט נאנט צום טיר ער זאל קענען פליען, ברענגען, ערלעדיגן, אלעס וואס די רבי ברויך.

ספורטס איז געווען זיין חיות אין לעבן, די מינוט וואס ער איז אהיימגעקומען פלעגט ער ארויס לויפן מיט זיין בעסקעטבול און ארומלויפן אין די יארד, ווי מיר האבן ספיציעל אינסטאלירט א בעסקעטבאל קארט פאר אים זיך צו קענען אויסגעבן נאך חדר.

און דאן האט זיך אנגעהויבן מסכת ישיבה, קיין רבי וואס זאל אים נוצן אלס גבאי איז נישט געווען, און קיין לאנטש צן שפילן באל עקזעסטירט אויך נישט, אנשטאט איז דא איין לאנגע טאג וואס מדארף זיצן אויף די זעלבע פלאץ ביי די גמרא, און פאר שלומי איז דאס אוממעגליך געווען, ער האט געמוזט האבן עקשען, און פארן מגיד שיעור איז דאס בכלל נישט געפאלן.

שלומי האט אויך געהאט א שטארקע אינטערעס אין נייעס אין פאליטיק. יעדע נאכט האט ער זיך אריינגעלייגט אין בעט מיט קול מבשר ביים אויער. און די נעקסטע טאג זיך ליב געהאט צו טענה'ן אויף הויכע טענער מיט אנדערע בחורים. די ראש ישיבה האט דאס נישט ליב געהאט.

אויפשטיין שפעט איז אויך נישט געווען עפעס וואס האט פאסירט זעלטן ביינעם.

שלומי איז א ווייעך הארץ, ער וואלט אוועקגעגעבן זיין העמד פאר א צווייטען. זיינע חברים האבן אים ליב געהאט, אבער די ראש ישיבה נישט. ער איז נישט געווען פונקטלעך אויסגעשניטן אין די באקס פאר דעם ישיבה, און די הנהלה האט אים געוואלט זעהן ארויס.

קודם איז געקומען די ווארענונג.

איך האב אייביג געוויסט ווען די ראשעשיבה האט געקאלט, מיין מאנ'ס בארד איז ווייסער געווארן מיט יעדע פאון קאל, בלי גוזמא.

"די ראש ישיבה רעגט זיך אז שלומי קומט שפעט" האט מיין מאן געקרעכצט.

"שלומי איז צופיל ביזי מיט נייעס" איז געקומען א צווייטע פאון קאל. די ישיבה איז שוין געווארן אומגעדילדיג.

מיין זון איז א גוט אינגעל. מסכים, נישט די טיפיקעל ישיבה בחור, אבער סנישט געווען קיינער אין ישיבה וואס האט פרובירט צו ארבעטן אדער זיך אפגעבן מיט אים.

נו וואס דען, פיר חדשים אריין אין זמן איז ער געפלויגן פון ישיבה.

מיין מאן האט זיך געבעטן ביים ראש ישיבה. לא מיט א אלף.

דערנאך האב איך אליין אויפגעהויבן א טעלעפאון, געוויינט מיט בכיות, זיך געבעטן ער זאל פרובירן ארבעטן מיט אונז, געבן שלומי נאך א שאנס.

"נישטא אויף וואס צו ארבעטן" איז געווען זיין תירוץ, "אייער זוהן באלאנגט נישט ביי אונז אין ישיבה".

נאר נאכדעם וואס אונזער רב האט זיך אריינגעמישט אין די פרשה האט די ראשעשיבה מסכים געווען אים צוריקונעמען אויף פראבע. שלומי האט געשוואוירען ער גייט איינרוהען.

סאיז אבער געווען שרעקליך. יעדע ריר זיינע האט מען נאכגעקוקט מיט א פארגרעסערונג גלאז, מ'איז געשפרינגען אויף אים פאר די קלענסטע ריר וואס ער האט נאר געטוהן. זיי האבן בכלל נישט פרובירט עס צו מאכן ארבעטן, פארקערט, זיי זענען געווען מיט אן אגענדע אויפצואווייזען אז זיי זענען גערעכט געווען. נאכדעם וואס זיי האבן בייקומען דרוק אים צוריק ארייינצונעמען.

סאיז געווען אומפארמיידלעך ער זאל ארויסגעשטויסן ווערן. אפילו די בעסטע בחור וואלט נישט דורכגעמאכט אזא  בדיקה. סאיז ס"ה געווען א פראגע פון צייט. מיין מאן און איך האבן זיך געהאלטן דאס אטעם און שטארק געדאווענט.

זעקס וואכן שפעטער האב איך אים געטראפן זיצן אויפן זעלבען קויטש.

מיר האמיר זיך געבעטן אז כאטש ביז מ'טרעפט אים א נייע ישיבה זאל מען אים האלטן. ווי קען א בחור אנגיין אפילו איין טאג אן קיין ישיבה??

די ראשעשיבה זאגט ס'נישט זיין אחריות. וואו איז אבער זיין טראפעלע שכל און געפיל צו פארשטיין אין וואסערע מצב ער לייגט דעם בחור אריין? און די סטיגמע מיט וואס ער קלעבט אים אן?

נא, מיט אזא סטעמפ אז ער איז געווארפען געווארן ווער וועט אים יעצט אריינעמען. מ'האמיר אנגעהויבן זוכן, קיינער האט אים ניטאמאל געוואלט רופן פאר א פארהער.

וויזוי דארף א מאמע זאגן פאר איר בחור'ל "קיינער דארף דיך נישט". איך האב נישט געקענט.

אין אנהייב האט שלומי זיך פראבירט צו האלטן פריש, אויפשטיין צייטליך גיין דאווענען, לערנען אביסל דורכן טאג.

אבער ווי די לאנגע טעג האבן זיך אנגעהויבן ציען, איז די שיין אין זיינע אויגן פארטונקעלט געווארן. ווי לאנג קען א בחור אנגיין מיט גארנישט?
א בחור דארף א סדר היום מיט חבירים. ער האט זיך ארומגעדרייט מיט געפילן פון רחמנות אויף זיך אליין, מיט טענות, און דעפרעסיע. ער האט געפייגערט צו האבן צו וועם צו רעדן, ער האט נישט געהאט.

די הויז איז געווען ליידיג און די טאג איז געווען צו גרויס. האמיר אויפגענומען א אינגערמאן זאל לערנען פריוואט מיט אים, אבער דאס האט נאר געהאלפען אנפילן איין שעה אין טאג.

האט ער אנגעהויבן זיך דרייען אין די לאקעל פארקס שפילן באל. און דארט האט ער געטראפן זיינע נייע חבירים.

אנגעהויבן האט זיך עס אומשולדיג, ווען אפאר חברה האבן מיטגעשפילט ספורטס מיט אים. אבער דעי חברה זענען געווען פארדארבען זיך דרייענדיג אין די גאסן שוין א לענגערע צייט, און זייענדיג אנגעווייטאגט אויפן סיסטעם האבן זיי אים געגעבן חיזוק אין די מצב וואס ער איז, און אראפגעריסן די ישיבות און די סיסטעם, און ווי גוט ס'איז אז ער ארויס פון דארט. און אזוי פלעגט ער זיך דרייען אין די פארקס ביז שפעט ביינאכט.

ער האט זיך אנגעהויבן גיין צו לייברעריס פאר לאנגווייליגקייט אהיימגעברענגט ביכער און ווען דאס איז אים נמאס געווארן איז געקומען די מאוויס.

ער האט אנגעהויבן אויפשטיין שפעט נאכמיטאג צו פארמיידן דעם לאנגען טאג, און דערנאך אויפגעבליבען גאנצעטע נעכט. און דאס איז געווארן זיין סדר החיים.

מיין בחור איז צופאלן פארנט פון מיינע אויגן.
קודם האבן זיך די בגדים געטוישט. דערנאך זענען די שיינע בלאנדע געקרייזעלטע פיאות אפגעשניטען געווארן. און די קאפל איז געווארן קלענער און קאלירטער.

ענדליך איין טאג איז אנגעקומען די לאנג ערווארטעטע  פאון קאל. עפעס א ישיבה אינדרויסן פון שטאט איז מסכים אים צו רופן אויף א פארהער. מיין זוהן האט שוין נישט געוואלט גיין. שוין א יאר וואס ער האט נישט אריינגעטרעטן אין קיין ישיבה, ער האט שוין לאנג פארלוירן אינטערעסע.

מיר האבן זיך געבעטן ביי אים, ער האט ענדליך מסכים געווען צו קומען.

ער איז אנגעקומען צום פארהער אנגעטוהן מיט דשינס הויזן און א פיצעלע קאפל, זיי האבן געכאפט איין בליק אויף אים און מיר האבן שוין געוויסט די ענטפער וואס קומט נאך פאר זיי האבן געזאגט א ווארט.

אויפן וועג ארויס פון דארט האט שלומי אריינגעווארפן זיין קאפל און די ערשטע גארביטש קען .

די זיסע בחורל מיט לעכטיגע אויגן און געקרייזעלטע פיאות איז געביטען געווארן צו א ביטערע אינג מיט לאנגע האר.

מיינע אויגן זענען געשוואלן רויט, מיין מאנ'ס געזיכט איז אים איינגעפאלן.

איך פלעג זיך אלס ווערטלען איך בין מקנא די מיידל וואס וועט אים באקומען. אבער יענע שלומי עקזעסטירט שוין נישט.

היינט צוטאגס, אדער איז ער איינגעשפארט אין זיין צימער מיט זיין לעפטאפ אדער דרייט ער זיך מיט פרענדס וועם איך וויל אפילו נישט קענען.

די צער און ווייטאג איז אזוי טיעף אז צומאל ווינדער איך מיר וויזוי איך טראג עס אריבער. מיין אוצר איז מיר חרוב געווארן.

את חטאי אני מזכיר, סאיז אמת מיר וואלטן אים קיינמאל נישט געדארפט שיקן אין דעם ישיבה. ער וואלט געדארפט זיין אויף א פלאץ וואו מוואלט אים געלאזט אטעמען. א פלאץ וואס איז מער אויסגעשניטן פאר זיינע געברויכן. אונז האמיר דאס נישט געטוהן און מיר באצאלן יעצט א טייערע פרייז דעפאר.

אבער דאס איז ביי אונז קלאר, אויב די ישיבה זיינע וואלט זיך צו אים אראפגעלאזט און פראבירט פארשטיין וואס זיינע פראבלעמען זענען, און אריינגעלייט אביסעל עקסטערע כוחות צו ארבעטן מיט אים. אדער אפילו אים נאר געהאלטן ביז ער טרעפט א נייע ישיבה, וואלט ער נישט אויסגעזעהן וויזוי ער זעהט היינט אויס.

און פארדעם פארצייל איך אייך די געשיכטע.

אויב איינער וועלט אויס אריינצוגיין אין די פעלד פון חינוך דארף וויסן וויזוי צו האנדלען מיט קינדער וואס זענען נישט פונקטלעך אויסגעשניטען פונעם זעלבען טייג ווי אלע אנדערע. נישט יעדער איז אייניג און נישט פאר יעדן ארבעט די זעלבע וועג. די ארבעט פון א ישיבה איז אויסצוארבעטן א בחור. נישט נאר צו האלטן דעם בחור וואס איז שוין אויסגעארבעט. דאס קען יעדער. אויב קענסטו זי נישט קיין עצה געבן מיט א שווערע בחור איז דיין פלאץ נישט אין ישיבה! און זיכער נישט ראש ישיבה!

איך בעט אלע מחנכים, קוקטס און זעטס וואס דאס מאכט אן! טוטס וואס עטס קענטס צו האלטן דעם בחור בין כותלי הישיבה! דאס זענען וואוילע נשמות. ווען מווארפט זיי ארויס מאכט מען חרוב לעבנס. און דורות וואס קענען ארויסקומען פון זיי.

מיר האפן גלייבן און בעטן אז אונזער זוהן שלומי וועט נאך צוריקומען אמאל. און מיר וועלן נאך זוכה זיין צו זעהן אביסל נחת פונעם.

אויפדערווייל בעט איך פון אלע מחנכים און ראשי ישיבות, פאר עטס נעמטס ווילדע שריט שטעלטס ענק פאר ווי די קינדער זענען ענקער אייגענע, ווייל יעדע פון די בחורים האבן א טאטע און מאמע וואס די הארץ בלוטיגט פאר זייער קינדס וואוילזיין.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

סרייסט ביים הארץ. דא אזויפיהל צו בעהטן אויף. אוי......
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

נאך אזויפיל יארן שרייבן און וויינען וועגן די נושא ועדיין לא נושענו מען האלט ביים אלף מען קען מאכן א חיבור פון דעם ענין אליינס ווי מען האט שוין עטליכע מאל אויפגעברענגט די אלע צדדים דא אין שטיבל
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אין הדבר תלוי אלא בנו.
ווילאנג "אונז" וועל מיר נישט אקצעפטירן בחורים וואס קענען נישט זיצן יומם ולילה אין א ישיבה פאר 5 יאר, וועט דער פראבלעם פארבלייבן.
מיר דארפן ענדיגן די נייע עפאכע ווי יעדער בחור מוז קענען פארנעמען 5 יאר וואס דער טאטע וואלט נישט געקענט פארנעמען אפילו פאר 1 וואך.
פאר די מלחמה האט אזא פענאמען נישט עקזיסטירט, אין ישיבה זענען נאר געגאנגען די לערנערס.
ווילאנג די ישיבות האבן מורא צו מאכן פראגראמען פאר די בחורים אויס "מורא פונעם ציבור", וועלן מיר בלייבן אין פעקל.
מיר דארפן געבן חיזוק פאר די ישיבות צו פארגרינגערן די בחורים, מיר דארפן זיין גרייט צו נעמען אזעלכע בחורים אלס איידימער פאר אונזערע "טאפ מיידלעך", און אויפהערן מיט די ע"ז פון א "לורנינג בוי".
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זייער שיין וכדומה..

די פראבלעם איז אז אפילו ווען מ'רעדט פון די פראבלעם פארדרייט מען עס. אפילו די וואס רעדן פון די פראבלעם לייגן עס אראפ ווי 90% בחורים קענען גיין מיט די "נארמאלע" סדר הישיבה,, און מ'מיז מאכן א "ספעשעל" פראגרעם פאר די בחורים וואס קענען עס נישט פארנעמען. די אמת איז אבער פינקט פארקערט. 90% בחורים קענען נישט פארנעמען די סדרים אין ישיבה. די צעהן פראצענט וואס קען יא = זיי דארפען האבן א "ספעשעל" פראגרעם
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: נאך א נשמה, נאך א גלאז בלוט (אמת'ע פאסירונג)

שליחה דורך ירא שמים »

מדארף מאכן ישיבה אינעווערזיטעט נוסח ספרד.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ירא שמים האט געשריבן:מדארף מאכן ישיבה אינעווערזיטעט נוסח ספרד.

מ'דארף מבטל זיין די גאנצע מושג פון "נוסח".
Under influence
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אזוי שנעל איבערגעזעצט! זייער פיין ייש"כ.

דער בחור האט נישט אויסגעזען א נישט לערנער. סך הכל איז ער א בחור וואס לערנט אויף אן אנדער'ן אופן. דאס צווינגען אלע צו לערנען אויף איין אופן איז א פארברעך. אבער דאס צונעמען די געלעגענהייט פון סיי וועמען צו שטייגען אין לערנען איז אויך נישט ריכטיג. יא, געוויסע בחורים האלטען נישט אזוי ביים לערנען ביים דרייצען יאר, אבער נאך א פאר יאר קען ער זיך צוריקכאפען. פארוואס זאל מען און מעג מען צונעמען פון איהם די געלעגענהייט צו וואקסען?
איך ווייס אז דאס איז נישט די איינציגסטע זאך אויף די נושא און מ'דארף ארייננעמען נאך זאכען אין חשבון, אבער נאכ'ן נעמען די גאנצע בילד אין חשבון קען מען רעדען.

ווען איך האב געליינט די ארטיקל שבת אין עמי מאגאזאין (אגב, ווער האט געזען די אינטערוויו מיט הגאון ר' ראובן פיינשטיין? א נחת צו ליינען אזא מין טעם זקנים און אזא פשטות) האב איך מיר געטראכט די ווערטער:
מ'האלט יעצט 2016. יעדער בחור'ל ווייסט שוין וואס דער חזו"א האט געזאגט אויף ארויסווארפען בחורים פון ישיבות. אלע ווייסען די שלל פון מימרות זיינער. און ראש ישיבות קענען דאס נאך אלס? יא, דו קענסט זיך נישט פארען מיט אזא בחור? איז גיי נעם די אחריות איהם צו טרעפען א צווייטע ארט! ער שטערט אנדערע? אבער ביי דיר אין דער היים שטערט ער קיינער! נעם איהם אריין ביי זיך און זיי מטפל מיט איהם.

עלי ועל צווארי האב איך געשפירט דער רשעות פון אזעלכע פארשוינען, אבער איך קען עס נישט אויסשרייבען, ס'איז נאך נישט פערטיג און נאך צו רוי. אבער די קללה זאל נאכלויפען די אלע עד עמוד לאורים ותומים, זאלען זיי פילען אויף די אייגענע הויט וואס זיי האבען געטוהן צו אנדערע, זאלען זיי זיך לערנען וואס ס'פאסירט צו א פרנס המתגאה על הציבור שלא לשם שמים, זאלען זיי וויסען דער טייטש אין פסוק פון ארור עושה מלאכת ה' רמיה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: נאך א נשמה, נאך א גלאז בלוט (אמת'ע פאסירונג)

שליחה דורך דעת תורה »

ווען די רעדע איז פון ישיבה גדולה, איז אפשר דא א שטיקל פוינט. אבער ישיבה קטנה בחורים זענען גארנישט אנדערש פון גוי'אישע בחורים, וואס די החלטת בני אדם איז געווען אז זיי מוזן ווערן 'עדיוקעיטעד', און לאו דוקא אין זאכן וואס גייען זיי צונוץ קומען שפעטער אין לעבן, נאר פשוט עדיוקעישאן לשם עדיוקעישאן. און אה"נ, אלע היי סקול'ס ספראווען זיך מיט דעם זעלבן פראבלעם וואס אונזערע ישיבות קטנות האבן, א גרויסער עולם סטודענטן האלט נישט ביים לערנען, זעען נישט קיין שום פוינט אין קענען אלגעברע, און ווילן ליבערשט אנברענגען די צייט מיט ליידיג גיין.

(היי סקול'ס האבן גראדע א שטארקע טול צו זייער דיספאזיציע, כדי צו קענען מאכן פראגרעס אין לעבן, צו קענען באקומען כאטש עפעס א זשאב, מוז מען האבן עטליסט א היי סקול דיפלאמע, אפגערעדט איינער וואס וויל אנקומען נאך מער, און באקומען א קאלעזש דיגרי, אבער די זענען על פי רוב מילא מער סטודיאס, אבער אפילו ווער נישט מוז עטליעסט האבן גראדואירט פון היי סקול. לעומת זה האבן מיר פארשטייט זיך די אינסענטיוו פון עוה"ב, וואס כאטש עס איז נישט ממש א גשמיות'דיגע מאטיווירער איז עס סוכ"ס פיל מער ריווארדינג ווי א היי סקול דיפלאמע בהאי עלמא).

עכ"פ, לא תהא תורה שלימה שלנו כשיחה בטילה שלהם? אויב אלע חכמי האומות, פסיכאלאגן און סייענטיסטן האבן אנגענומען אז מ'קען למעשה אראפ זעצן - אמווייניגסטנס ביז - 16 יעריגע קינדער שטודירן אבסטראקטע מקצועות, קענען מיר טון דאס זעלבע.

פארשטייט זיך אז מ'ברויך פילייכט טוישן די וועג פון פארלערנען און חזר'ן, און מוסיף זיין מער פאן אקטיוויטיס, אזוי ווי דער שטייגער איז אין די אלגעמיינע שולע'ס, קען זיין דאס וואלט געמאכט אונזערע ישיבות מער אויסהאלטבאר.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: נאך א נשמה, נאך א גלאז בלוט (אמת'ע פאסירונג)

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ווער זאגט דיר אז פאן אקטיוויטי"ס איז דער לעזונג? ווער האט געזאגט אז פארלערנען פאר א באנדע בחורים וואס זיצען איידעל און איינגעהאלטען, מיט א פינגער אויפ'ן פלאץ און א פארקוועטשט'ן שטערן איז די וועג?

איינער פון די מייסדים פון ישיבות אין אמעריקא האט אמאל געזאגט "א גוטע בחור, דארף דאך נישט די ישיבה. ער וועט לערנען אין שטיבל סייווי. דער ישיבה איז פאר א שוואכע בחור!"
דער נערישע מימרא איז גאר שולדיג פאר א סאך שלעכט'ס אינ'ם ישיבה סיסטעם. ווען מ'וואלט פארשטאנען אז ס'איז נישט דא אזא זאך ווי א 'גוטע בחור', אז יעדער דארף הילף אויפ'ן וועג, אז זיצען אין שטיבל מאכט נישט קיין פארטיגע בחור, און לערנען האט מער צו זיך ווי זיצען פאר'ן גמרא, וואלטען אסאך פראבלעמען נישט אזוי געווען.
לויט ווי איך הער און ליין דא, דארף דער משגיח מגי"ש סיסטעם אויסגעראטען ווערען משרשו און א ישיבה בא'אמטע זאל מוזען וויסען אז זיין אמט איז נישט צווינגען א צווייטען, נאר איהם געבען דער געלעגנהייט אליינס צו שטייגען

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: נאך א נשמה, נאך א גלאז בלוט (אמת'ע פאסירונג)

שליחה דורך דעת תורה »

איך ווייס נישט צי פאן אקטיוויטיס מאכן אויס, איך האב פשוט געמאכט מיין ארגומענט - צו פארגלייכן די ישיבה קטנה'ס צו היי סקול'ס - מער ריכטיג. איך קען זיך נישט בויען אויף היי סקול'ס אנגעבליכע מעגליכקייט צו זעצן טינעיזשערס לערנען, אן אדרעסירן א וויכטיגע חלק פון די היי סקול סטרוקטשער. מען קען נאר מדמה זיין די 2 אויב זיי זענען אינגאנצן גלייך.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
פארשפארט