מפוזרי האט געשריבן:@שטילע יונגערמאן, אין המשל דומה לנמשל. אנדערש ווי דיין קאר, וואלט דער שטיבל נישט געווען קיין געשמאקער פלאץ אן קיין מיטפארער. די אלע וואס האבן דא געשריבן זענען פולע שותפים אין דעם פלאץ און דערזערווען א ריספעקטפול יחס. קעלנער'ס עדיטוט צום ציבור אין יעצטיגן מאמענט איז uncalled און undeserved. דיין אים אויסמשל'ן ווי א גוט הארץ וואס לאזט זיך אויסנוצן פון א באנדע סאקערס איז נאך אסאך מער uncalled און disrespectful!
במחילת כבודך, די סיבה פארוואס אלע שרייבער האבן דא געשריבן איז זייער א פשוטע, מענטשן האבן ליעב ארויסצוגעבן זייערע טאלאנטן, ידיעות, חכמה וכו', אזוי ווי די באקאנטע מאמר 'יותר ממה שהפר רוצה לינק הפרה רוצה להניק'. די סיבה פארוואס [tag]קעלנער[/tag] האט מסכים געווען צו זיין פארנומען די אלע יארן מיטן שטיבל איז שוין שווערער מסביר צו זיין, אזויפיל איז זיכער אז ס'קומט אים אן הכרת הטוב פאר אלע זיינע ארבעט און כחות וואס ער האט דא אריינגעלייגט.
שטילע איז הונדערט פראצענט גערעכט אז מען האט זיך נישט גענוג מתבונן געווען במשך די יארן אז יש מנהיג לשטיבל דא איז דא א פריץ וואס לויפט אוועק פון פרסום וכבוד אבער מיר דארפן אים כסדר רימען און דאנקן אזוי ווי כהאב געשריבן גלייך אנפאנג ווען די בשורה איז אריינגעקומען. אבער פון די אנדערע זייט לאמיר נישט זיין בלינד איך בין זיכער אז דא איז דא אן אדשענדע די שאלה איז נאר וואס און ווער כנלענ"ד
מפוזרי דער עולם איז יעצט גענוג אנגעצויגן וואס איז פשט פון די נערישע רייץ. סאיז זיין אשכול גיי דיר ערגעץ אנדערש
אנטשולדיקט! ליין איבער וואס איך האב געשריבן פון אנהויב. איך האב געשריבן זייער נארמאל, על אף שחלקתי על דבריו. כ'האב קיינמאל אטאקירט קעלנער, אבער איך האלט אז מיר האבן די רעכט צו האבן א טענה אויף אים.
קומט זיך אן שטילע און עפנט א חזיר פיסקל, האב איך אים געענטפערט כאוולתו. ולדעתי מיט גרויס איינגעהאלטנהייט.
אגב, דיין טענה אז דאס איז 'זיין' אשכול, איז די זעלבע נארישע טענה פון שטילע. דא איז נישט זיין פריוואטע בלאג, ס'איז א ציבור'ישע פארום, און איך מעג זיך קריגן מיט אים, טאקע דא אויף 'זיין' אשכול.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
קל וחומר האט געשריבן:די סיבה פארוואס אלע שרייבער האבן דא געשריבן איז זייער א פשוטע, מענטשן האבן ליעב ארויסצוגעבן זייערע טאלאנטן, ידיעות, חכמה וכו', אזוי ווי די באקאנטע מאמר 'יותר ממה שהפר רוצה לינק הפרה רוצה להניק'.
ובענין זה ז״ל של הרלב״ג [אין די קאנטעקסט פון נבואה] במלחמות ה׳ (מאמר ב פ״ו), כי טבע השלמות המגיע לבעל השלמות כן הוא רצוני שכאשר היה בשעור שיוכל להשפיע ממנו לזולתו תמצא לו תשוקה על שישפיע ולזאת הסבה יחברו החכמים בספר מה שישיגוהו מן החכמות וזה כי הם לא יחברו הספרים ההם לעצמם אבל ללמד לאנשים חכמתם ובזה נשלם זה המציאות ר"ל מפני תשוקת הנמצאים הנכבדים אל שישפיעו מהשלמות למי שלמטה מהם כפי מה שאפשר על צד החסר והחנינה, ע״כ ע״ש.
קומט זיך טאקע א ייש״כ פאר אלע שרייבערס דא, פעסט ענד פרעסענט, כל אחד בשמו/בניקו הטוב יבורך. ובפרט צו [tag]סדרן[/tag] וואס פירט דאס אן. ייש״כ.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
מי אני האט געשריבן:קומט זיך טאקע א ייש״כ פאר אלע שרייבערס דא, פעסט ענד פרעסענט, כל אחד בשמו/בניקו הטוב יבורך. ובפרט צו [tag]סדרן[/tag] וואס פירט דאס אן. ייש״כ.
א דאנק פאר מי אני און אלע אנדערע שרייבער וואס געבן אסאך צו, און א דאנק פאר די וואס פירן דאס פלאץ.