קולט'ס והמסתעף

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

קולט'ס והמסתעף

שליחה דורך פליקער »

קולט'ס והמסתעף

מיר הערן און ניצן דאס ווארט קולט פיל מאל, ער איז א קולט, דער פירט אן א קולט, ער געהערט צי א קולט, מען ברויך זיך געהעריג אריין לייגען און פארשטיין וואס דאס איז א קאלט, וואס איז נישט קיין קולט, איז יעדע ארטאדאקסישע געמיינדע א קולט, אדער נאר ווען איינער פירט זיך פרימער ווי מיין פארשטאנד, דאן איז שוין זיכער א אנהעינגער פון א קולט, וואס איז דער מאטיוו פון א קולט, איז דאס אז קולט מאכט די אנהעינגער פרימער, אדער פרימע זיכען זיך א קולט ווי אנציהעינגען, איר וועט ווערן אביסל סארפרייזט די טיפקייט פון א קולט ווען מיר וועלן אביסעלע צונעמען די ענין פון א קולט.

אין די ארטיקל וועלן פארענטפערט ווערן אויך די פאלגענדע פראגעס:

וואס איז די תוצאה פון א קולט - ווי אזוי פארמירט זיך א קולט - איז די פלאן מעיקרא פינעם פירער צי בויען א קולט, אדער עס פאסירט ציביסלעך - וואס זענען די מאטיוון פון א קולט פירער - די שייכות פון רעליגיע מיט קולט'ס - די קארעקטאריסטיקס פון א קולט- איז יעדע רעליגיע א קולט.

בכדי צי פארשטיין די ענין פון א קולט מוזן מיר זיך באקענען מער מיט פארשידענע קולט פירער פון די לעצטע יאר הינדערט, ווי עס צייגט זיך איבער זענען אלע קולט פירער וואס זענען באוויסט פאר אינז פון די היסטאריע, אז די פירער האבן געהאט א סינדראם וואס הייסט נארסעסיסטיק פערסאנעליטי דיסארדער, אין קורצן נפ"ד, מיר וועלן באלד מסביר זיין די קארעקטאריסטיקס פינעם דיסארדער זעלבסט, אבער דערווייל ווילן מיר מער פארשטיין די ענין פין קולט זעלבסט, אבער מיר ברויכן האלטן קאפ אז קולט פירער מיט נפ"ד גייען האנט ביי האנט, א פירער וואס איז נישט קיין נארסעסיסט קען נישט מצליח זיין מיט א קולט, ווי מיר וועלן שוין באלד מסביר זיין.

די קעראקטעריסטיקס פון א קולט:

דיקטאטורישע פירערשאפט, דער פירער ווערט דער פירערשאפט און ווערט דער איינציגער אויטאריטעיט פארהאן, ער מאכט אלע הלכות ווי אזוי מען ברויך זיך פירן, ווי אזוי אימציגיין, יעדער איז זיך מבטל דער דעת פארן גרויסארטיגן פירער, וואס פירט זיין סטאדע ביי די נאז, וואס ער זאגט טיט מען, וועמען ער וויל פארטרייבט מען, געוויינטליך אויב איינער גייט נישט אין שפאן, מען ווערט דערנידערט אויף פארשידענע אופנים, למשל מען ברויך זיך ברבים אויסרעדן די חטאים, און פארשטייט זיך דער פירער שפרינגט ארויף אויפן בעל עבירה און פארשעמט אים ברבים, מיט פארשידענע עונשים ווי שלעק אד"ג, און צימאל ערגערע שטראפן, טויט שטראף איז אויך נישט אויסגעשלאסן.

דער פירער מאכט דעים עולם שפירן אז ער האט ארויס דעם אמת, און קיינער חוץ ער איז נישט משיג די אמת, און ווער עס טיט בוגד זיין אין אים, טיט ממש לייגן אין א געפערליכע סכנה די גאנצע מענטשהייט וואס גייט ליאדע סעקונדע חרוב ווערן, וועין נישט דער גרויסער פירער וואס האלט די וועלט אפ פון ווערן תוהו ובוהי.

קולט'ס ווערן געוועינטליך אפגעזינדערט פון די וועלט וואס טיט משפיע זיין אויף שלעכץ, אלע בייזע ריחות זאלן נישט פארדארבן די ריינע ליפט פון זייער אמונה וואס איז און א געפערליכע סכנה פון אינטערגאנג, נאר אויב מען האלט זיך אפגעזינדערט פון דערויסענדיגע משפחה אדער פון די וועלט, דאן וועלן מיר קענען לעיבן ריאיג אינזער גליקלעך לעיבן.

טראכטן פאר זיך איז זייער א גרויסע סכנה, די אלע זאכן וואס איר אלע טראכט האט דאך שוין אינזער חכם עדיף שוין דערטראכט און מיט דעים אלעם טיט ער די אלע ענינים, ממילא מיז מען זיך נאר פארלאזן אויף אינזער פאטער'ל און באשיצער, און אלעס וועט זיין גיט.

אויב ווערט מען א אויבער חכם, און מען גייט נישט און שפאן, דאן ווערט מען כארעקטאזירט ווי א שונא, וואס דאן איז געפערליך, מען ווערט און סכנה פון ווערן אויסגעשאלטערט פון די קולט, מען וועט נישט אן נעמען די קינדער אינדע מוסדות וכדומה, בקיצור דער אויבער חכם וועט מיזן מאכן די קאלקעלאציע אז עס לוינט נישט צי זיין קיין חכם, נאר גיין און שפאן.

דער קולט פירער לייגט געוועינטליך אן א געפערליכע פחד און פאניק, אז די אינדערויסענדיגע מאכן געפערליכע צרות, מען איז אלעמאל און א באלדיגע סכנה פון אינטערגאנג, וואס מען מיז מער דאווענען אינעם פירער'ס הצלחות, און אז די אלע ביטערע גזירות זאלן שוין ציריסן ווערן, אך און וויי איז פאר די אלע אינדערויסענדיגע וואס ליגן אינטערן קנעכל פינעם טייוול אליין, ווי דער שטן טאנצט ארים פראנק און פריי, נאר דא אין קולט איז דא א ווינקעלע ווי די כוחות פינעם שטן קען נישט געוועלטיגן, טראץ די נאכנאנדיגע פריוון אימערמידלעך צי אויסשפרייטן די לאפעס, דעי פחד געוויינטליך ברענגט די געווינטשענע רעזולטאטן פארן קולט פירער, אז דער עולם זאל זיך מער איבערגעבן פארן עקזיסטענץ פינעם קולט, ווייל דעיס איז דאך די לעצטע שטיקל האפענינג וואס איז פארהאן.

די מאדנע זאך איז אז דער קולט פירער געוויינטליך צילט נישט צי האבן די קולט וועיגן רעליגיע, נאר פינקט פארקערט, ער ברויך די רעליגיע בכדי צי פארמאגן די קולט, די פראבלעים איז אז פונקט ווי די חסידי לובאוויטש וואס משיח ברויך קימען, יעדער האט שוין געפאסקענט אבער משיח ברויך נאר נתגלה ווערן, די פערד איז שוין דא, בית דין האט שוין אויך ארויסגעגעיבן א בריוו, נו קים שוין, אקעי איך שטיי שוין ביים שוועל, א סטרויק, ממש און די בעסטע געווינטשענע צייט, ווייל די נעקסטע זאך קען נאר זיין מלחמת גוונין (קאלערוואר), די זעלבע ביי א קולט ווען דער שיטה אז עפעס גייט פאסירן א מאוומענט, אבער עס גייט דורך א געוויסע צייט די וועלט ווערט נישט חרוב קיינער גייט נישט אינטער, דאן ווערט דער פירער צושאקלט ווען ער ווערט געווינקעלט, דאן נעמט ער דראסטישע שריט, וואס ענדיגט זיך שוידערליך.

אויך איז זייער מאדנע אבער דער פירער פלאנט נישט אויס די קולט מהחל עד כלה, נאר די זאכן פאסירן פון זיך אליינס. צים ביישפיל דער פירער וואס האט דעים כוח פון איינפלוס אויף די מענטשען צי ווייל ער איז דער גלח פינעם לאקאלן קלויסטער, ער הייבט אן אריין ציבאקן אין די פאלק זיינע שיטות, ביז די מענטשען געוויינטלעך בעיטן זיך ביי אים ער זאל זיי באוויליגען, און ווערן פאר זיי צי א נביא אדער גאר א ג-ט, און נאך לאנגע קוועינקלענישן באוויליגט ער זיך אראפ צילאזן מגודל חכמתו ורחמנותו צי פירן זיינע חסידים, און זיי קרוינען אים אלס מלך מלכי המלכים, פארשטייט זעך נאר אויב מען קען נאך קימען אלע זיינע קאפריזן, פינקטלעך ווי אזוי ער פאדערט זיי אויף, אפילו אויף גרוילטאטן, אן קיין שום פראגע, אזוי ציביסלעך דערקייקלט זיך עס צי א קולט מיטן פילן פראכט, און ער קען מיט זיי טיען גענוי וואס עס פאלט אים איין, און קיינער פרעיגט נישט דעים גואל, וואס פשט איז פון אלע זיינע עבירות וואס נאר ער איז עובר.

אויך איז זייער אינטערעסאנט צי וויסן אז בדרך כלל איז ביי כמעט אלע רעליגיע'ס דא געוויסע סימנים פון קאלטליכקייט, אזעלכע נייגינגען פון געוויסע וואס מיט די צייט וואס די רעליגיע איוואלווט, פאסירן געוויסע סימני קולט'ס אבער געוועינטלעך איז עס נאר געוויסע סימנים, נישט געניג סימנים אז עס זאל ווערן קערעקטאזירט אלס א קולט, דאס מיינט נישט אז מען מעיג אזוי טיען, אדער אז אויב איינער איז נישט גענוי לויטן שפאן ווערט ער א זייטיגער, און א שטיקל שונא צי די געמיינדע, ביז ער מיז אוועק פיצען מיט שאנדע, געוויסע ווערן שטארק פאר מודה זיין און די חטאים, געוויסע גלייבן אז זייער רבי איז משיח, געוויסע גלייבן און גייסטן וואס שוועיבן איבער זיי אויף שלעכץ, אבער חוץ מזה זענען זיי נישט קיין קולט, דאס הייסט אז זיי גיבן נישט רוב פון זייער פארמעיגן פאר די קולט, אויך האבן זיי געהעריגע פאמיליע לעיבן, וואס ביי קולט איז דאס געוועינטלעך נישט ערלויבט אדער גאר שטארק קאנטראלירט, דאס הייסט ווער עס האט חתונה מיט וועים, און ווער עס מעג פארקערן מיט וועים, חוץ דער פירער מעיג פארקערן מיט וועים ער וויל אזוי ווי א המלך אחשוורוש.

היות איך שרייב שוין צי סך וועל איך נאר דא אין די תגובה אראפ ברעינגען איין קולט, און איך וועל א אנדערעס מאל ברעינגען נאך.

די באוויסטע קולט'ס וואס זענען קאנפערמירט אלס קולט.
ארגענעזאציע נאמען
heavens gates
קולט פירער
Marshall Applewhite

היסטאריע! א קראנקער זכר וואס האט געהאלטן אז ער איז א העכערע זאך, ער איז גאר דער צווייטער יאשקע, און היות די פלאנעט ערד קיגל גייט זיך בקרוב ריסייקלען, מחמת ער האט אליין געהערט מאחורי הפרגוד, על כן ווער עס וויל בלייבן לעיבן מיז זיך אנטשעפענען צי זיין מהלך החיים. איך מיז מודה זיין ער זעיט אויס שרעקליך, צוויי פאר אויגן ווי רימונים, אויב ווילט איר אריין אין די טויערן פון גן עדן מיט א העכערע פארם העכער ווי א מענטש, איבער מענטשליכקייט, ער זאגט זיינע שטותים מיט אזא גלייכגילטיקייט כאילו ער גלייבט איין ווארט וואס ער רעדט, כדי אנציקימען מיז מען זיין איינע פון דריי: איינס ווער עס איז איבערגעקימען מענטשליכקייט, איבערגעקימען אלע עולם הזה, דאן ווען עס בלייבט מער נישט איבער גארנישט צי ריסייקלען נאר נשמה, דאן קען מען זיין גרייט פאר די העכערע פארם פון לעיבן, און וועט ווערן אהיים גענימען מיט א ספעיס שיף, צוויי און דריי זאגט ער שוין נישט ווייל ער איז פארפארן מיט זיינע פרעפערייען, ער העצט מיט א גראדקייט, ער וועט דיך אהיים נעמען צים טאטן ציריק.

ווער איז ער געוועין, ווי איז ער דערצי אנגעקימען, און וואס האט פאסירט.

ער איז געבוירן אין 1931, אין ספאר טעקסעס, געוועין א איינפאך קינד, ער האט געדינט די ארמיי און די אינגע יארן ער איז געוועין א מוזיקאנט, ער האט זיך פארנימען מיט לערנען מוזיק, זיין טאטע איז געשטארבן בערך און 1970 עס האט אים אריין געריקט אין דעפרעסיע, ער האט זיך באקענט מיט א פרוי, באני נעטליע, א שטארקע רעליגעיזע, ער האט איר געהייראט, זיי האבן אנגעהויבן פארן אינדע הויכן, זיי האבן געצויגן קיין קאליפארניע, און 1975 האט ער געטיען צייט און תפיסה, פארן נישט ציריקגעיבן א גערענטע קאר, ער ברויך דאך נישט ער איז דאך שוין דאן געוועין א שטיקל געטשקע, ער האט שוין געהאט איין חסיד, זעקס חדשים אין טורמע האט ציגעהאלפן אויספלאנען אלע חלומות, ער האט אויסגעפלאנט אז ער איז דער צווייטער קימינג פון ישי הנוצרי, זיין פאטער איז געוועין יאשקע אליינס, פינקטלעך די דמיון איז נישט אינטערעסאנט, עס האט אנגעהויבן שלאגן ווארצלען מען האט געפלאקט צי אים הערן וואס ער האט צי זאגן, געלט האט גענימען פליסן לכבודו, עס איז געפארן דער באן.

די פרוי באני איז געשטארבן אין 1980 דאן איז ער כמעט אפגעפרעיגט געווארן ביי זיין באנדע, ער האט געברויכט אויפקימען מיט תירוצים פארוואס זי האט זיך אויסגעטיען פון די וועלט פריער ווי דער פלאן, ווען גייט די יא-עפ-אה איר אפנעמען, בקיצור ער איז שרעקלעך ציפארן געווארן, דער נאמען פינעם קאלט האט זיך געהאלטן אין איין בייטן, אויך די נעימען פון די איינוואוינער האבן זיך געטוישט ווי העכער מען איז אנגעקימען, עס האט איצט געהייסן דער קלאס, על שם דער קלאס וואס גייט גראדיאירן און אהיים גיין אויף א וועיג.

אין מערץ 1997 איז באשטימט געווארן פארן טאג וואס די קלאס גייט גראדיעאירן, ווייל דאן איז געקימען א קלארער סימן מן השמים ווייל דער העילס באפ קאמעט איז פארביי געפארן, מיז דאך זיין אז א ספעיס שיף איז געוועין גלייך אינטער דער קאמעט, מיז מען דאך שוין ווי אמשנעלסטן שענדען די גוף און די נשמה זאל זיין גרייט פאר ווען דער ספעיס שיף פייפט.

מען איז שוין גרייט צי אויסטיען די גוף און מקבל זיין פני גוף חדש, א העכערע גוף, מיט א שיינע לעצטע סעודה אין א רעסטאראנט זענען זיי געוועין דארט ניין און דרייסיג פערזאן, אנשים ונשים, אלע פריילעך אויבען אויף, זיי האבן זיך אפגעכאפט אויף קאמערע ווי זיי געבען אראף ווי פריילעך אלע זענען, און זיי האבן זיך אויף א וועיג אימגעברעינגט, נישט קלאר אבער עס איז זיכער אז עס איז געוועין עטליכע וואס זענען געשטארבן דורך פלעסטיק בעגס איבער די קעפ, עטליכע דורך דראגס אווער דאזע, בסך הכל האט דער אפגאט משכנע געוועין צי מאכן די גרעסטע מאסן זעלבסטמארד אין די היסטאריע אויף אמעריקאנער באדן.

די קארענארס האבן נישט געקענט זעין קיינע צייכענעס פון א מערדעריי, נאר אז א חלק איז געשטארבן פון עספיקסיע, דאס טייטש דערשטיקט ווערן, אויך האבן זיי אנטדעקט אכט מענער זענען געוועין איבער גע'מל'ט, נישט פשוט נאר האבן כפשוטו אפגעשניטן דעים גאנצען עסק ביש כדי צי פארמיידן מענערישע פראבלעימען, מחשבות זרות שאדט געפערליך פארן פלאן, אויב האט איינער געהאט א מחשבה זרה האט "דאה" אדער "באה" אזוי האט דער געטליכער מאן דאן געהייסן, זיי געפערליך ג'רודף'ט, און ביטערלעך פארשעימט, קוים געקענט פויעלן אז זיין הויעכקייט זאל מסכים זיין מיטנעמען אויפן טריפ קיין שמים, אבער אז מען האט זיך אראפגענימען די מענערישקייט איז די זינד פארצייט געווארן.

צי ער איז געוועין א נארסעסיט צי נישט איז נישט זיכער, אבער טויט פאריקט איז ער זיכער געוועין לויט אלע אנדייטינגען, און אויך האלטן פילע אז זיין כוח אריין צי נערן אזויפיל מענטשען קען נאר קימען פינעם כוח וואס נאר א נפ”ד פארמאגט, עס זענען לעיבן געבליבן עטליכע וואס האבן נישט זוכה געוועין, ווייל זיי האבן אפגעצויגן פינעם קאלט, אבער זיי שווערן זיך נאך אלס אז די אלע דער'הרג'טע זענען זוכה געוועין אנציקימען מיטן ספעיס שיפ, ווייל עס קען נישט זיין אז אזויפיל מענטשען זענען געשטארבן פאר גארנישט.

narcissistic personality disorder NPD

נארסעסיסטיק פערסאנעלי דיסארדער, איז א געפערליכער דיסארדער ווייל דער וואס ליידט דערויף ווייסט נישט אז עפעס איז מיט אים נישט אין ארדענינג, אבער זיינע ארומיגע נאנטע ליידן זיך ביטערלעך ציזאם, מען קען נישט אויפקלערן פאר א נפ”ד ליידענדער אז ער מוז זיך בודק זיין, ווייל געוויינטליך רייסט דערמיט אויף א וועלט מלחמה, ער איז קיינמאל נישט שולדיג אין גארנישט, אבער ווען עפעס גייט נישט ווי ס'ברויך צי זיין, זענען אלע ארומיגע שילדיג, אלעמאל האט ער טענות, קיין מאל נישט לייכט אדער ציפרידן מיט זיך, ער איז אלעמאל אזוי ווי א מובי עקטער שפילט זיין פילם, ווי אזוי ער וואלט ווען געוואלט אויסזען ווען ער שפילט ווען אויף א פילם בשעת אנדערע קיקן, זייער קאמפליצירט.

די קארעקטאריסטיקס זענען:

- זיי זענען געוויינטלעך ארעגענט.
- זענען בדרך כלל זייער פארנימען מיט זייערע הצלחות.
- האבן נישט קיין געפילן פאר אנדערע.
- זענען שטארק סעלפיש.
- שפירן נישט סארי ווען זיי בעוול'ען סיי וועמען.
- זענען על פי רוב אלע מאל גערעכט, אפילו ווען ער כאפט אז ער איז באגאנגען א עוולה, מתכבד בקלון חבירו מיינט אים.
- איבערבעטן קימט נישט אין באטראכט, פשוט ווייל עס גייט אים נישט אן.
- ער כאפט נישט יענעם'ס ווייטאג.
- האט נישט קיין שום טיפע געפילן.
- ליידט שרעקליך אויף גאווה, ער איז אזוי גרויס אז ער פארשטייט נישט ווער עס ברויך נאך א גאט ווי לאנג ער דא, ממש ער איז דאך מגין אויפן גאנצען דור, אויב ג-ט האט עפעס צי זאגן וועט עס זיכער זיין פאר אים, אדער איז ער אפילו אליין ג-ט.
- א נארסעסיסט האט א גאר זעלטענע טאקטיק צי פארשטיין מענטשן'ס שוואכקייטן, און רייטן דערויף מיט אכזריות, יענעם שטארק מבזה זיין כדי יענעם צי צעברעכן, ער שפירט דאך ממילא נישט יענעם'ס צער אדער ווייטאג.
- ער מוז זיין אין קאנטראל פינעם סיטאציע, נישט קיין חילוק דער פרייז.

רעליגיע איז א גאר שטארקע געצייג פאר א נפ”ד צי דערגרייכן זיינע צילען איינצונעמען אנדערע מענטשן, דורך זיי איינרעדן כל מיני שקרים וכזבים, בכדי זיי זאלן מיזן איבערגעבן זייער טראסט פארן פירער דורך פאלטשע נביאות און דאס גלייכען, אבער דעיס זענען נאר ביי עקסטרעימע פעלער ווי קולט פירער'ס.

נישט צי פארטוישן נפ”ד מיט מענטשן מיט איגא'ס אפילו שטארקע איגא'ס אדער אפילו מענטשען וואס ווערן פאריפן איגא מאניאק'ס, דעיס איז סתם מענטשען מיט א גאר שטארקע שטויס קראפט, למשל געלינגענע ביזנעס לייט געוועינטליך האבן שרעקליכע איגא'ס, איגא'איסטיק, ווי סטיוו דזשאב'ס, א שטרעינגע בעל בית, א שלעכטע ראש ישיבה, נישט דעיס איז נפ”ד, אפילו ווען ער האט איינס צוויי פון די קעראקטאריסטיקס פון נפ”ד, איז עס פארט נישט נפ”ד, חוץ אויב ער האט כאטש דריי פיר כאראקטארס און העכער.

א קולט פירער געוועינטליך ווי היסטאריע באווייזט האט בערך כאטש זיבן חלקים פון נפ”ד, איינער וואס האט ניין חלקים געוועינטליך ווען מען כאפט דאס איז שוין דער מאן און תפיסה פאר הרג'ענען עטליכע מענטשן.

היות נפ”ד איז שווער צי איינערקענען ווייל יעדער איז שילדיג חוץ ער אליינס, א שטייגער די זין שיינט צי שטארק אדער צי ווייניג, ווערט דער זין באשילדיגט פארן נישט זיין און ארדענינג, פאריקטע זין, ווער דארף די זין עניוועי, דעריבער איז עים זייער שווער צי היילן, דעריבער אויב זענט איר נאנט מיט אזא איינעם וואס איז אייך מצער, צאפט אייער בליט, אדער רודף'ט אייך שרעקליך, מאך זיכער זיך נישט צי באגעיגענען, צי אפ פינעם, זיך נישט טענה'נן, ווייל עס וועט ממילא נישט העלפן, זאג יא יא און צי אפ, שטיי ווי ווייניגער אין יענעם'ס דלת אמות, און ליידער פאר קיין רפואה זענען די שאנצען זייער קליין.

נפ”ד טעסט פראגעס, אויב ענטפערט איר יא אויף מער ווי פיר אדער פינף אויף די קימענדיגע פראגעס, דאן זענט איר ווארשיינדלעך נארסעסיסטיק:

1. טיט די מענטשהייט פארפעלן איינצוזען אייערע מורא'דיגע טאלאנטען און אויפטיען וואס איר פארמאגט אדער טיט אויף פאר די וועלט.
2. האבן אייך מענטשען שוין פארציילט אז איר האט גאר א הויכע מיינינג איבער אייך.
3. צי האלט איר אז עס וועט נאך קימען די צייט וואס די וועלט וועט איינזעהן אין אייערע טאלאנטן איין טאג.
4. ווען איר האט א פראבלעם האט איר כמעט אלע מאל א דראנג צי רעדן גלייך צים העכסטן פערזאן.
5. שפירט איר אז איר ברויכט ספעציעלע טריטמענט, ווייל איר זענט נישט אזוי פשוט.
6. איז עס וויכטיג פאר אייך אז מענטשן קיקן אויף אייך ארויף, און זענען אייך מחשיב פאר וועלכע סיבה ס'זאל נאר זיין.
7.זענט איר ביי די מיינינג אז מען ברויך אייך פאלגן אן קיין איבריגע פראגעס ווייל ווער איר זענט.
8. שפירט איר פאר וויכטיג צי באקומען וואס איר ברויכט אפילו ווען מען מוז איבערטרעטן עטליכע פיס. step on toes.
9. זענט איר אפט מקנא אנדערע.
10. וואלט איר געזאגט אז איר האט נישט איבריגע געפילן פאר פראבלעמען וואס פלאגן אנדערע
11. וואלט איר געזאגט אז עס איז נישט פארהאן צופיל מענטשן וואס זענען ווערד אייער טייערע צייט.

פארזעצונג וועגן נאך אנדערע קולט'ס ווי פאלגענד.

ארגענעזאציע נאמען manson family
קולט פירער charles manson

ארגענעזאציע נאמען the children of God
קולט פירער David berg

ארגענעזאציע נאמען Aum Shinrikyo
קולט פירער shoko asahara

ארגענעזאציע נאמען Branch Davidians
קולט פירער David Koresh

ארגענעזאציע נאמען peoples temple Bonus Jonestown
קולט פירערJim Jones

און נאך אויב וועט זיין איינער נייגעריג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פליקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

אייגענס? בעיוטיפול!
(- - -)
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

האלא די האסט עס צי שנעל געליינט,

בעזר השם אשר חנן אלקים את עבדיך

ברשות ובזכות אלע סערטשט מעטאדן וואס זענען פארהאן אויפן עולם האינטערנט
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פליקער האט געשריבן:האלא די האסט עס צי שנעל געליינט,

בעזר השם אשר חנן אלקים את עבדיך

ברשות ובזכות אלע סערטשט מעטאדן וואס זענען פארהאן אויפן עולם האינטערנט

סאו. סאטמאר (ארונים זאלונים. ) איז זיכער נישט קיין קולט. לויט די סימנים וואס דו האסט דא אראפגעלייגט. בני יואל, יא. אין סאטמאר גייט קיינער נישט נאך בלינדערהייט וואס דער פיהרער זאגט. דער עוילעם מיז אלעס פארשטיין און מיטהאלטן. ס'דאך דא דאס באקאנטע ווארט (כ'מיין פון הייליגן יארמער) איבער פארשידענע חסידות'ן ווען מ'האט זיי איבערגעזאגט אן אום לאגישן מעסעדזש בשם די רעבע. וויאזוי זיי האבן רעאגירט. איז ווען מ'האט נאכגעזאגט פארא סאטמארער חסיד בשם דעם הייליגן ברך משה זי"ע אז ער האט געהייסן יענעם אראפ דזשאמפן פון עמפייער סטעיט בילדינג. האט דער חסיד געענטפערט "פארוואס זאל איך דזשאמפ'ן. זאל ער דזשאמפ'ן". לעומת דעם חסיד פון א געוויסע קולט אין ראקלאנד קאונטי. וועלכער האט זיך אנגעטון די גארטל און פארמאכט די אויגן און געוועין גרייט על קידוש השם... :roll: :? :lol: :roll: :twisted: :evil: :P :oops: :cry: :( :o
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

איך האב דייקי נישט געוואלט רעדן וועגן אינז חסידים נאר ברמיזה
איין זאך לכאורה איז זיכער אז געוויסע רעליגיעס פון היסטאריע האבן זיך אנגעהויבן מיט א קולט, נאר היות עס האט שיין מצליח געוועין איז עס שפעיטער געווארן דערפין א רעליגע, צוויי משלים וועל איך געבן די איבריגע משלים וועל איך לאזן פאר אייער פאנטאזיע'ס

ישי הנוצרי ימ"ש איז געוועין א אידל וואס איז קלאר געוועין א פאנטאזישער מאן, האט געהאט גאר אסאך קלאסיפיקאציעס פון נפ"ד, ער האט געהאלטן פון זיך אזוי שטארק אז עס איז גארנישט מעיגלעך געוועין אז ער זאל שטארבן, ער וועט אלע מאל ציריק קימען, זיינע צוועלעף נאנטסטע ווי מיר ווייסן היינט האבן געגלייבט באמונה שלימה, אפילו נאכן נאגלען אים צים קלאץ, אז ער גייט נאך ציריק קימען א סעקענד קאמינג, צוויי טויעזענט יאר שפעיטער איז דאס נאך פון די יסודת פון קריסטענטום, אבער אפילו היינט איז עס שוין נישט קיין קולט, ווייל עס האט שוין נישט די קארעקטאריסטיקס, איז נאך פארשידענע קאלטישע אמינות פארבליבן ביי די נוצרים.

מחמד ימ"ש, דער מייסד פון איזלאם, איז געוועין באוויסט אלס א שרעקליכער רוצח און א נואף אויף א פארנעם וואס איז געוועין שויעדערליך, מיט דעים אלעם האט ער מיט זיין צויבער קראפט און שטויס קראפט פון זיין נפ"ד געקענט ביי קימען אלע שטערינגען, און מייסד זיין א מוזלעם גלויבינג וואס היינט הרג'נען זיי נאך אלס לכבודו, אויב זאגט מען א ווארט, און די פאריק'סטע רעליגיע אויפן כדיר רעכנט זיך פאר קרוב צי א ביליאן גלייביגע.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

טאמער איינער איז געצווינגן זיך צו דרייען מיט אזא מענטש וויזוי דיעלט ער מיט עים?
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

ס'בעסטע שטודיע פון א רעליגיע וואס איז דורכגעגיינגן א נייע אנטוויקלונג אין א רעקארד קורצע צייט איז חב"ד. און דאס געשעהט פארענט פוו אונזערע נאז. אנטוויקלונגן אין גלויבונג און טעאלאגיע, ריטואלן און מנהגים, סטיל אין שפראך און ספרים, מעטאפיזישע פיליזאפיע, פרעדיגונג און ערציאונג, די איינפלוס פון פון זקנים דורך די הייסע נערים. באמת א קעיס שטודיע אין די עוועלוציע פון רעליגיע. די חידוש איז ווי נאטירליך דאס פאסירט אפי' אין די אפענע עפאכע פון די 21סטע יאר הונדערט.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

zurich האט געשריבן:טאמער איינער איז געצווינגן זיך צו דרייען מיט אזא מענטש וויזוי דיעלט ער מיט עים?

די בעסטע וועיג איז נאר צי שטיין ווי ווייט פון אזא איינעם, ווייל ווי ערוועינט אינעם ארטיקל זענען די שאנסן זייער שוואך אז ער\זי זאל ווערן אויסגעהיילט איידער עס וועט מאכן שאדן אויף אייך, על כן גילט די כלל פון חייך קודמים און שטיי ווי ווייט מעיגלעך אוועק, אויב איז עס א ווייב אדער מאן איז עס א צרה גדולה, מען ברויך פראפעסיענע הילף ווי אזוי זיך אימציגיין.

אבער אויב איז עס א חבר, טאטע, שווער, רבי, דאן איז געניג אז מען ווייסט אז יענער האט א ביטערע מחלה און מען שטייט אוועק, נישט פריוון יענעם צי היילן, ווייל אפילו פראפעסיענאלן וועלן זיך מיטשען מיטנעם, נישט יענעם אנשרייען ווייל דעיס וועט נאר ערגער מאכן, נאר מאכן זיכער אז יענער האט נישט קיין איינפלוס.

אויב אלל אוו די עבאוו אינפארמאציע איז נישט געניג זיך ארויסצידרייען פון יענעם'ס שפיציגע נעיגל, וואס האלט און איין אריין שטעכן, דאן ביטע אינעם נאמען פון הקב"ה גיי פאר פראפעסיאנלע הילף איידער די שאדן איז אייביגע, ווייל עס קען אנמאכן חרבנות אויף פילע דורות, אן אפילו האבן א אהנינג וואס די פראבלעים איז בכלל.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

יואליש האט געשריבן:ס'בעסטע שטודיע פון א רעליגיע וואס איז דורכגעגיינגן א נייע אנטוויקלונג אין א רעקארד קורצע צייט איז חב"ד. און דאס געשעהט פארענט פוו אונזערע נאז. אנטוויקלונגן אין גלויבונג און טעאלאגיע, ריטואלן און מנהגים, סטיל אין שפראך און ספרים, מעטאפיזישע פיליזאפיע, פרעדיגונג און ערציאונג, די איינפלוס פון פון זקנים דורך די הייסע נערים. באמת א קעיס שטודיע אין די עוועלוציע פון רעליגיע. די חידוש איז ווי נאטירליך דאס פאסירט אפי' אין די אפענע עפאכע פון די 21סטע יאר הונדערט.

דער רבי פון לבאוויטש זאל בלייבן געזינט, האט לכאורה ווי שוין געשמיסט געהאט קולטליכע נייגינגען, זיין אייסעלאציע פון אנדערע חסידות'ן, זיין ציגאנג ווי ער האט געשטיפט די משיח מאוומענט, אויך זיין גאטליכע פרעזענטאציע, זיין גרויסהאלטעריי, אבער דאך איז ער געוועין ווייט פון א קולט פירער,

ווידעראים העלבראנץ האט יא די קאראקטאריסטיקס פון א קולט פירער, זיין וועיג ווי אזוי זיי זענען אזוי אויסען איבער צוצייגן די וועלט אז אלעס איז האנקי דאטי, בשעת יעדער זעיט אז זיי זענען נישט און ארדענינג, אויך אז דער פירער לעיבט ווי א פרוץ, בשעת זיינע חסידים ווערן אויפגעגסן דורך אים,

און אין מיין מיינינג און א גרויסע סכנה אז והוא היום וועט מען זיך דערוועקן צי א בליט באד, איך קלער אז עס האלט נישט ווייט, לויט היסטאריע
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

זייער אינטרעסאנט [tag]פליקער[/tag]. יישר כח!
איך ווארט אויפן המשך.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

ברסלבער האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט [tag]פליקער[/tag]. יישר כח!
איך ווארט אויפן המשך.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

די העלבראנץ קולט כאפט מכות, מען ארעסטירט זיי איינס נאכן אנדערן
ווי איך קאפי א טעקס
BREAKING: Lev Tahor Cult Raided By Authorities, 4 Arrested By Canadian Border Services

According to a report by The Observer, Canadian Border Services have arrested four men and raided the Lev Tahor cult near Chatham. Authorities are going door to door, and executing “immigration warrants”. The group has been embroiled in a dispute with child protection agencies both in Quebec and Ontario over the treatment of 14 children from two families. Reporter Ashton Patis tweets that the “fFourth Lev Tahor man arrested was a teacher. Students inside the school wipe away tears, scream and pray”.
No further details are available as on this time .
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פליקער האט געשריבן:קולט'ס והמסתעף

פארזעצונג וועיגן נאך אנדערע קולט'ס ווי פאלגענד.

ארגענעזאציע נאמען manson family
קולט פירער charles manson

ארגענעזאציע נאמען the children of God
קולט פירער David berg

ארגענעזאציע נאמען Aum Shinrikyo
קולט פירער shoko asahara

ארגענעזאציע נאמען Branch Davidians
קולט פירער David Koresh

ארגענעזאציע נאמען peoples temple Bonus Jonestown
קולט פירערJim Jones

און נאך אויב וועט זיין איינער נייגעריג.

רבי [tag]פליקער[/tag], דיין ארטיקל איז געווען זייער שיין.
שוין איבער א יאר מיר ווארטן פארן המשך...
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

א דאנק

אבער בשעתו האט עס נישט געקריגן די נוטיגע שטויס קראפט, און ווי באוויסט איז די גאנצע תגובה מיינע פלאגירט געווארן דורך איינע פון די חודשליכע אויסגאבע'ס וואס איך וויל נישט פורץ בשמם זיין און זאגן אז איך רעד פון די שטערן און שפאקטיוו

אה אגב זעי איך אז דערווייל בין איך נאך א גבאי
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פליקער האט געשריבן:א דאנק

אבער בשעתו האט עס נישט געקריגן די נוטיגע שטויס קראפט, און ווי באוויסט איז די גאנצע תגובה מיינע פלאגירט געווארן דורך איינע פון די חודשליכע אויסגאבע'ס וואס איך וויל נישט פורץ בשמם זיין און זאגן אז איך רעד פון די שטערן און שפאקטיוו

אה אגב זעי איך אז דערווייל בין איך נאך א גבאי

ר' [tag]פליקער[/tag], לאמיך דיר אויסלערנען א טריק בעולם המאמרים.

דו האסט געשריבן שיין, האסט מקיף געווען דעם נושא, אבער דו האסט געשריבן צו לאנג אין איין תגובה. אסאך חברה ווען זיי זעען אזא לאנגע מעשה האבן זיי נישט קיין נערוון עס אפצוליינען.
זאת ועוד, דו האסט אנאליזירט דעם נושא פון אלע זייטן, און נישט יעדער איז אין די גיסטע פון ליינען אן אנאליז איבער'ן מחלה נארסעסיסטיק פערסאנעליטי דיסארדער [אין קורצן: נפ"ד]. אבער א שיינע באשרייבונג איבער געוויסע קולטס איז אוודאי א שיינע רעיון וואס וועט זיכער ציען אסאך לייקס און דאנק תגובות.

אלזא, שאר ארויף דעם ארבל און 'פליק' אריין א מאמר'ל...
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

berlbalaguleh האט געשריבן:סאו. סאטמאר (ארונים זאלונים. ) איז זיכער נישט קיין קולט. לויט די סימנים וואס דו האסט דא אראפגעלייגט. בני יואל, יא. אין סאטמאר גייט קיינער נישט נאך בלינדערהייט וואס דער פיהרער זאגט. דער עוילעם מיז אלעס פארשטיין און מיטהאלטן. ס'דאך דא דאס באקאנטע ווארט (כ'מיין פון הייליגן יארמער) איבער פארשידענע חסידות'ן ווען מ'האט זיי איבערגעזאגט אן אום לאגישן מעסעדזש בשם די רעבע. וויאזוי זיי האבן רעאגירט. איז ווען מ'האט נאכגעזאגט פארא סאטמארער חסיד בשם דעם הייליגן ברך משה זי"ע אז ער האט געהייסן יענעם אראפ דזשאמפן פון עמפייער סטעיט בילדינג. האט דער חסיד געענטפערט "פארוואס זאל איך דזשאמפ'ן. זאל ער דזשאמפ'ן". לעומת דעם חסיד פון א געוויסע קולט אין ראקלאנד קאונטי. וועלכער האט זיך אנגעטון די גארטל און פארמאכט די אויגן און געוועין גרייט על קידוש השם... :roll: :? :lol: :roll: :twisted: :evil: :P :oops: :cry: :( :o

איך האב שוין געהערט עטליכע זאגן דאס, אז סאטמארע זענען וויט פון בלינדע קולט נאכפאלגער, ווייל זיי זענען אן עם קשי עורף.

איך האב עפעס נישט זוכה געווען צו פארשטיין די טענה בכלל. אלס סאטמאר-אויפגעצויגענער, האב איך מיטגעהאלטן ווי די קעלבעלעך (ואני הקטן בתוכם) האבן - ווי פאפעטס - נאכגעפלעפלט יעדעס שטות און שלעכטעקייט וואס ווערט פאפולער אין די קולט. פון האסן די ציונים ממש ווי די רבי אליינס, אהן האבן געעפענט א ויואל משה אדער על הגאולה אין זייער לעבן, ביז'ן האסן די בני יואל מיט ראסיסטשע שטאפלן ווי סקאיז געווען די קילע זאך צו טוען. ווען ס'איז געווארן אויס קיהל (ווייל א נייע שונא האט זיך באוויזן אויף די האריזאנט, ואכמ"ל), האבן מיסטעריעזיש אלע פארלוירן זייער האס, און האבן ספאנטאניש זיי מקרב געווען.

ענדערשט האב איך אבזערווירט ווי די סאטמארע זענען פולע פאפעטס, אזש זיי גייען בלינדערהייט נאך די ווילדע סאטמארע מהלך פון פרעגן קשיות אויף אלעמען און זיך נישט צושטעלן צו קיינעם. דאס איז אקוראט די מהלך וואס סאטמארער רבי זצ"ל האט געשטרעבט, כידוע ליודעים.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

הרב [tag]פליקער[/tag]
איז למעשה דא א חילוק צווישן רעליגיע, חסידות, און א קולט?

האסט אויסגעלאזט די צוויי גרעסטע קולט פירער אין די לעצטע הונדרעט יאהר לדעתי. זשאסעף סמיט דער גרינדער פון די מארמאן רעליגע. סהאט זיך אנגעהויבן מיט א קליינע קולט און ס׳איז זיך צווואקסן צו א גרויסע רעליגע. ער איז געוועהן א קאן-מען א גרויסע גנב וואס איז קודם געזיצן אין תפיסה אין עטליכע סטעיטס און דערנאך איז ער אוועקגעלויפן צו די וועסט קאוסט און איינגערעדט מענטשען אז ער איז א נביא וואס גאט האט אים ארפגווארפן גאלדענע לוחות פון הימל מיט אויפשריפטן, ער האט געהאט אסאך ווייבער, בתוכם 14 יעריגע וואס ער פלעגט זיי איינרעדן אז גאט האט אים געזאגט אז זיי מוזן חתונה האבן מיט אים. נישט לאנג צוריק האט נאך געלעבט איינע פון זיינע ווייבער.
היינטיגע טעג איז מארמאניזים א ריזיגע רעליגע, בתוכם דער געוועזענע ריפובליקען נאמעני פאר פרעזידענט מיט ראמני, און דער רעכטער קאנסערוועטיוו טאלק-שוי האסט גלען בעק.
איינע פון זייערע משוגעתן איז אז זיי דארפן גייען מיט ספעציעלע אינטער הויזן (עיין ערך לאנגע ר״ת גאטשעס).

דער צווייטער איז על ראן האובערט פון נעברעסקע וואס איז ממש לעצטענס געשטארבן ער איז געוועהן א אפציר אין די יו עס נעווי און שפעטער געפענט די קולט/רעליגע ״סייענטאלידשי״ (Scientology) וואס איז א ספעציעלע פראגראם זיך אפצוגעוויונען פון אדיקשאן גייען זיי שעות ארוכות און א שוויץ באד וכודומה, אסאך האליוואוד אקטערס זענען ליידער פארכאפט געווארן דארט, די באוואוסטע נאכשלעפער זענען‏ Tom Cruise און John Travolta
צו זיין א מעמבער אין זייער קירכע קאסט אסאך געלט.... זיי זענען די גרעסטע/ בעסטע שנארערס שבעולם נאך תהלים כולל...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: קולט'ס והמסתעף

שליחה דורך פליקער »

די וויץ גייט אז א קאלט וואס איז מצליח ווערט א רעליגיע, און דאס איז וואס עס האט פאסירט מיט די סייענטאלידזשי און מארמאניזם, אבער אליבא דאמת איז עס נישט ממש אזוי, עס איז דא רעליגיעס און די טויזענטער, און נישט אלע זענען קלאסיפיצירט אלס א קאלט, אדער אפילו אנגעהויבן אלס א קאלט, מען קען זיין סתם א שקרן אויך, מען ברויך נישט זיין קיין נפ"ד צי זיין א נביא שקר, אבער מען ברויך יא זיין נפ"ד צי קענען זיין א קאלט פירער,
סייענטאלידזשי וויפיל איך האב געסטאדיט זענען סתם פאריקטע וואס לכאורה גלייבן זיי זעלבס נישט דערין, וויפיל איך האב געזעין אויפן נעץ, זעי איך אז זיי ווערן שרעקלעך אראפ געריסן, איבערהויפט פון מיין פעיווערעט אראפרייסער דזשעימס רענדי ווי שוין באשריבן ערגעץ אנדערש, אבער עס איז שוין פאריבער א וויילע פון ווען מיר זענען געליגען דערין על כן קען זיין אז איך בין שוין פארנעיפלט.

אגב אז די אשכול איז ציריק האב איך געזעין נעכטן א אינטערעסאנטע סטאדי אז אנערעקסיע איז פארבינדען מיט נארסעסיזם, גריידע בין איך היבש באקאנט און א שטיקל עקספערט אונעם ענין פון ענערעקסיע און נישט געהאלטן אז עס איז פארבינדן מיט נפ"ד, נאר ענדערש מיט דיפרעשן אזוי איז דאך אנגענימען, גיי פארשטיי, העמיר עס נאך פארשן און אויב וועט נאך קאווע שטיבל אפען זיין וועל איך קענען ריפארטן, אויב נישט וועט יעדער זעלבסט מיזן באגיין א פארשעלע.

http://www.bbc.com/news/uk-35797158
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פליקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: קולט'ס והמסתעף

שליחה דורך פליקער »

שוין דא א הכחשה
http://www.bbc.co.uk/news/uk-35799546
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ביסט א חסיד פון רענדי??? ביסטאך דעמאלסט פון די אויפגעקעלערטע :) וואס זאגסטו נישט? ער איז צוקער זיס, און פון די ערשטע אפענע ״גימל׳עך״
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: קולט'ס והמסתעף

שליחה דורך פליקער »

איך בין גאר א גרויסע חסיד פון אים, ער האט זייער א גיטע שפרייך, און רעדט זייער פראקטיש, און איך גלייך זיין גראדע צוגאנג און זיין נישט נתפעל ווערן פון גארנישט.
הגם איך נעם נישט אן זיין שיטה פון אפקרסת, ווייל ווי שוין דערמאנט אז ער איז א ביטערע אפיקורת, אבער דאך קען איך יא גלייבן אפילו זיין טענה לדוגמא אז ער זאגט דעם שם המפורש און גארנישט פארסירט נישט, פארשטיי איך נאך אלב אז מען טאר עס נישט זאגן און אז עס איז א נערישע טענה, ער פארלאנגט זיך א באזינדערע אשכול נישט דא איז דאס פלאץ, און אי"ה ווען קאווע וועט פארלענגערן זייער טערמין העמער נאך אמאל שרייבן פונעם.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
שמיטשיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 7:40 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך שמיטשיק »

אריינגעסיינט צו לייקען

ישר כח @פליקער פאר די אינהאלטסרייכע ווערק, מיר ווארטן פאר די פארזעצונג
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

קאלטס מיט רעליגיע איז די זעלבע זאך ביידע פארלאנגען דיין פראנטעל לאוב אין אויסטויש פאר מעמבערשיפ, און ביי ביידע געט מען עס זיי גערן איבער בלינדערהייט, די חילוק איז נאר צו דער פארלאנגער לעבט אדער נישט.

קאלטס איז אייביג געווען א ארויפגעקוקטע זאך נאר עס האט באקומען א שלעכטע נאמען אין די לעצטע 60 יאר מיט די מאסן סויאיסיידס אבער וואס נוגע דעם אינדווידואל זענען זיי ביידע גלייך. אין קאלטס איז דא קאלטס וואס זענען דעסטרוקטיוו אין וואס זענען נישט דעסטרוקטיוו. רוב היימישע חסידות'ער גייען אריין אין די דעסטרוקטיוו כלל.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
פארשפארט