לך בשלום קאווע שטיבל. תנוח על משכבך געזונטערהייט!!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:36 am
האט שוין באקומען לייקס: 1316 מאל

לך בשלום קאווע שטיבל. תנוח על משכבך געזונטערהייט!!

שליחה דורך כעלעם'ר מגיד »

בין איך דער איינציגסטער וואס י"א אדר ב' דהאי שתא מיינט ביי מיר גארנישט, אפס, נאדא? בין איך סתם א קאלטער ראציונאליסט וואס רעכענט זיך נישט מיט די אייגענע געפיהלן? דאס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס קראצט מיר אזעלעכע חקירות. אבער ווי תמיד, גיב איך אויף זיי קיין פייף נישט. פאקט איז פאקט. לא פגע ולא נגע, ס'גייט מיך נישט אן פון היינט ביז איבער א יאר אז קאווע שטיבל איז פושט רגל. ווען ס'זאל ווען זיין א מעסטער פאר נישט אנגיין אין די לינקע פיאה וואלט די קוועק-זילבער ארויסגעשאסן פון אונטען. און דאס וואלט מיר אויך אנגעגאנגן א מכה מצרים.

איך, ווי טייל אנדערע חשוב'ע חברים זענען שוין דא ביים קאווע-שאל כמעט זינט דעם טאג וואס דער שטיבל האט ברוב טובו וחסדו געפענט אירע טויערן פארן ציבור, און דאך שפיר איך זיך וויא גאסט. ווי א גר אין לאנד נכריה. א גאסט בין איך געקומען און א גאסט גיי איך מיר אוועק האט שלמה המלך געזאגט. ווען די הנהלה זאל ווען מיך פרעגן (א ווילדע פילא דעייל בקופא דמחטא חלום. הא?) וואלט איך מייעץ געווען זיי זאלן דאס פלאץ אפשפארן נאך פאר עס איז געפענט געווארן און זיך מאכן שבת פאר זיך אין א פריוואטע עליטע גרופע און זיך דארטן פארברענגן ווי אדם הראשון אין גן עדן מקדם. וואס דארפן זיי די אומוויכטיגע אודיענס אינעם גאנצן קוגעל. אויב איז קאווע שטיבל מתחילה נגזר געווארן צו זיין א רשות היחיד פון אפאר גבאי חודש און פריוואטע מנהלים גרופעס אנן אנה אנחנו באים. ס'איז דא שוהלן וואס זענען אפען פארן ציבור. טייל זענען לגמרי נכסי ציבור, טייל זענען בבעלות הגבאים וטובי הקהלה. ס'איז דא אבער אזעלעכע פריוואטע משפחה שוהלן, די טירן זענען טאקע נישט פארשפרט, אז דו וואוינסט פונקט אין שכינות קענסטו דארטן אריינגיין פאר א תפלה. שפירסט דיך אבער ווי די זעקסטע ריטעל אין אן אויסגעקלאפטע הושענא שמחת תורה נאכן קידוש. דאס איז עס.

צו פאראייביגן מיין לעגענדע און מספיד זיין בקול בוכים מזויפת "וואס קאווע שטיבל האט געמיינט פאר מיר", ווילט איר טאקע הערן, נאט אייך.

איינער וויינט אז ווען נישט דעם מקום קדוש פון וואנענט זאל ער ווען שעפן תורה און חכמה. דארף איך יענעם דערמאנען? פון וואו קומען מיר? אמאל, אין אלטע צייטן, נעמליך א פיהר יאר צוריק, אז איינער האט געהאט א איבריגע פאר מינוט האט ער געפענט וויקיפידיע צי עפעס בדומה לה און אפגעלעזט א בלאט צוויי דריי און ארויס קלוגער און וויסענדיג מער ווי א טאג פריער, און נאך מער פונעם שכן זיינער וואס זיין אינטרנעט פילטער לאזט נישט אדורך קיין שמוץ און וויסענשאפט. הוי מי יתנני ירחי קדם. היינט ליגט וויקיפידיע אין א ווינקל ווי א חרדק אין מאה שערים. ווי א מצורע מוחלט בזמן שבית המקדש היה קיים. קיינער קוקט נישט אויף איר זייט. אנשטאט באלעקט מען זיך די עשר אצבעות קטנות מיט אויסגעדראשענע צימעס וואס משום איזה סיבה וואוינט בטעות שלא במקומה. אדער פאר א נויט, אין א שוואכע מינוט, מיט אביסל גראפישע דעטאלן פון א פערזענליכע איבערלעבעניש אין מאחורי ה'איך וויל נישט זאגן וואס'.

יא, הכל מודים, קיינער קען נישט זאגן מ'האט נישט פרובירט. אדרבה, גדולים וחכמים דא במשך די קורצע אריכות ימים פונעם שטיבל האבן אריינגעלייגט כוחות אדירים אהערצושטעלן סחורה וואס זאל זיין ראוי לעלות על שולחן מלכים. ס'דא ארטיקלן וואס האבן זיך דא ארומגעוואלגערט במשך הזמן וואס די בעלי בתים, און טייל מאל אויך די מגיבים האבן אוועקגעגעבן זייער אסאך צייט און נאך מער געדולד און יישוב הדעת (צומאל אפי' געלט. במכירי קאמינא). וואס האט זיך אבער אויסגעלאזט פון די אלע טייערע ווערק? גארנישט. ס'איז (מער ווייניגער) אלעמאל וויכטיגער געווען פארן ציבור צו דעבאטירן א נארישע פאטאשאפ פאשקוויל צי א פרישע צוועקלאזע אנטי סיסטעם אשכול מער ווי אלע דברי חכמה ופיקחות שהעולם עומד עליהם. אדרבה, לאמיר כאפן א בליק וועלעכע אשכולות ציען זיך אכט און זעכציג לאנגע בלעטער, און וועלעכע א קארגע עמוד צוויי. אויך מיינסטענס יישר כוח'ס מיט אומגעלונגענע נארישע וויצן שלא לעניין.


דא וויינט א פאר'יתום'טער מיט קראקידייל דמעות "וואו וועט מען זיך קענען לאזן הערן קעגן די סיסטעם". דו ווייסט נישט? לאז מיך דיר אויסזאגן וואו, דארט אוואו מען הערט. פון וויינען אונטער די קוליסן פון א אומבאקאנטע שטיבל וועט קיינער נישט באווייזן משכנע צו זיין די וואס קענען עפעס טוהן אויף למעשה. ס'איז נישט קיין סוד אז ס'איז א סוד. קאווע שטיבל באשטייט סך הכל פון די זעלבע הונדרעט פופציג צוויי הונדערט ליינער און שרייבער. א ליצנות פון א פראצענט פון די יידיש רעדענדע ארטאדוקסישע יודענטום. אדרבה, גייט אריין אין סיי וועלעכע בית מדרש איר ווילט און פרעגט ארום מענטשן איבער אן עניין וואס מען איז זיך פונקט מתווכח דא אין שטיבל, וויפיל ידענים וועלן וויסן וואס מען שמועסט דא אין שטיבל? די זעלבע צוויי דריי מענטשן און זהו. יא, ס'איז אויך דא אין יעדע גרויסע מנין נאך אפאר אלץ-ווייסער וואס האבן שוין געהערט אמאל פון קאווע שטיבל, פונקט ווי זיי האבן געהערט פון פוטסטעפס און פלג ירושלמי. וואס פונקטליך דאס איז ווייסן זיי גאנץ קנאפ. דאס איבריגע האבן האבן אזא שייכות מיט וואס ס'ווערט דא געשריבן בערך ווי איך מיטן עדיטאריעל קאלום אין א זימבאבווע טאג צייטונג. ווילסט עפעס זאגן אז דער סיסטעם זאל עס דערהערן? זאג עס דארטן וואו דער סיסטעם הערט עס. האסט א נושא אויפצוברענגן, טוה עס ביי א שמחה, שבת אין שוהל, פרייטאג אין מרחץ, אין די ארבעט בין גברא לגברא. מ'האט נאך קיינמאל קיינעם נישט גע'הוקע'ט בלויז צוליב רעדן ציווישין חברים. א טויש קען נאר געשעהן פון אינעווייניג. און אויך נאר אויב די וואס פארלאנגן א טויש ווילן באמת דעם אלטערנאטיוו. זולת זה איז עס סתם געמאלן וואסער אין א זייער.

ס'איז דא דא יידן, טייערע נשמות מיט בליענדע מוחות וואס ס'איז א געטליכע פארגעניגן מיט זיי צו פארברענגן. זייערס א שורה איז אלעמאל מלא וגדוש. זייער שיחת חולין איז א לימוד בפני עצמו. אבער ווען אימער איז זעה מיר מיט זייער'ס א מעשה ידם להתפאר מאכט עס מיר וואונדערן וואס פאר א שווארץ יובל זוכן זיי דא. יא. אבער זיי, זיי גיבן נישט אויף. חדשים לבקרים פרובירן זיי, איבערמידלעך צו שטעלן דאס פלאץ אויפן פלאץ. זיי, און יעדער ווייסט בערך ווער די גאלדענע נשמות זענען, זיי לייגן זיך אין די לענג און די ברייט צי באלאנסירן די באן אויף די רעלסן. אבער לריק. ווען ס'ענדיגט זיך דעם טאג דא אין שטיבל טראכט איך אלץ ביי מיר וואו זענען אונזערע חכמים וואס האבן געזאגט טוב לו לאדם שלא נברא.


און ווען מען זאל מיך ווען באמת פרעגן וואלט איך מייעץ געווען אז מען זאל עפענען א שטיבל דורכען ציבור. פארן ציבור. אלץ א ציבור'ישע אייגענטום. און על כולם, אן קיין יחיד'שע הירארכיע. אזא שטיבל וואס א יחיד, צי עטליכע יחידים זאלן קיינמאל נישט האבן די סמכות עס אפצושפארן אדער שפילן סיי וועלעכע אנדערע אויסגעדראשענע אפריל וויצן אויפן ציבור'ס נארוואונים. א שטיבל וואס די צענזור באלאנגט פארן ציבור. אז עפעס פעלט אויס מתקן צו זיין בשעת הדחק, זאל עס געטוהן ווערן אן קיין פריוואטע נגיעות פון קאנעקשענס און לעקערייען און די החלטה פון די מומנים זאל אלץ זיין אפען פארן פובליק'ס דיסקושען. א שטיבל ווי די לייק סיסטעם זאל זיין אינעם בוכשטעבליכן זין פונעם ווארט א סיסטעם ווי אן ארטיקל קען ווערן געלייקט. נישט דער פערזאן, מיט א לעק לי ואשמור לך מאסן היסטעריע געיעג. ביי יעדן ארטיקל זאל שטיין במפורט איין זאך, אהן קיין מזכיר נשמות, וויפיל מענטשן האבן געלייקט דעם שטיקל ארבייט, ותו לא מידי. אויך נישט אז ביי יעדען'ס נאמען זאל מיטקומען א מעדעצינישע באריכט וויפיל לאליס ער האט שוין פארטיילט און וויפיל ער האט שוין באקומען. (איך שעם זיך פון זיך אליינס, איר האט אן השגה וויפיל גאנצע אשכולות דא אין שטיבל זענען שוין געפענט געווארן אויף צו תובע זיין לאליפאפס בפה). א שטיבל פון חכמים וסופרים דארף זיין א פלאץ וואו קלוגע מענטשן קענען קומען אדער קונה זיין עפעס זאכליך, אדער זיך אויסלופטרען ווי באזעצנע מענטשן. נישט א קינדרישע קאלעקשן פון וויכוחים איבער ווער ס'האט וועמען קודם באליידיגט אדער נארישע טעם זקנים דשאוקס פונעם הייסן בור ארויס אויף יענעם'ס רבין'ס בר פלוגתא באגלייט מיט קריכעדיגע פאטאשאפס און ק"פ'ס.


"וואו איז דיין הכרת הטוב כעלעם'ר מגיד" שרייט איינער פון די אנדערע באנק. וואו? איך וועל דיר זאגן וואו אויב דו ביסט טאקע נייגעריג, אין מיין שטריימעל באקס. איך האב א שכן נעקסטע גאס, א רבי מנחם בר סימאי'ס אן אייניקל, האט ער זיך געפענט א בונקער שוהלעכל. טוה איך אים אמאל צוליב אין גיב אים אפ א תפלה דא און דארט, פארוואס נישט. נו אז מאכט ער מלווה מלכה איז שוין אויטאמאטיש אז "מען רעכענט זיך" אויף מיר, טוה איך דאס אויכעט לכבודו. איז עטליכע וואכן צוריק האט דער בעל טובה מיינער חתונה געמאכט, בין איך געגאנגן, זייער גערן. הפנים האט ער זיך גערעכנט אז איך גיי זיך אנטון א קאץ אויפן קאפ לכבודו. אינמיטן טאנצען קומט צו מיר צו די בן משק ביתו זיינער, דער יורש דרבנן וואס האלט א געניט אויג אויפן חזקה לכהן תחת אביו יעדן מוצאי יום מנוחה אפצורוימען די שלש סעודות בילקלעך לאחר מאה ועשרים. ער שארט זיך אהין צו מיר מיט אזא שמייכל און רויעמט מיר אריין אין די לינקע אויער מיט א טון פון אזא ווערטל וואס איך דארף ווען כאפן די רמז און פרעגט מיר "און וואס איז מיט הכרת הטוב?"


************************


קאווע שטיבל גייט זיך איר גאנג און איך לאז קיין טרער נישט נאך איר. די רווחים וואס איך פערזענליך האב געהאט פון דעם מקום איז טאקע געוואלדיג, לאין ערוך. אבער רעכענדיג דעם בארג קעגן לאך זאג איך פארן שכיב מרע שתיקותך יפה מדיבורך. ס'איז גוט געווען מיט דיר, ס'איז נאך בעסער אן דיר. אפשר, האפענטליך, אין קומענדיגע גלגול וועסטו זיך אויפפירן מער ארענטליך. אויב דיין לעצטע שפיי אויפן תמימות'דיגע ציבור איז אפשפארן דאס שטיבל אזוי נישט מיר נישט דיר אין זיבן טאג ארום דאן טוה עס געזונטערהייט מיט א שמייכל פון אויער צו אויער און פארגעס נישט צו געבן תיקון נאך מעריב. מיר וועלן זיך בענקן נאך אייך, נאסטאלגיע איז פארט א מענטשליכע נאטור. ס'וועט אבער זיין א פנים ווי דער אלטער היים. יעדער אלטער און אלטישקער רעדט פון דער אלטער היים מיט גלאנצעדיגע אויגן, אבער צוריקגיין אהין וויל נישט קיינער.



לך בשלום קאווע שטיבל. תנוח על משכבך געזונטערהייט!!
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר