לך בשלום קאווע שטיבל. תנוח על משכבך געזונטערהייט!!

בין איך דער איינציגסטער וואס י"א אדר ב' דהאי שתא מיינט ביי מיר גארנישט, אפס, נאדא? בין איך סתם א קאלטער ראציונאליסט וואס רעכענט זיך נישט מיט די אייגענע געפיהלן? דאס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס קראצט מיר אזעלעכע חקירות. אבער ווי תמיד, גיב איך אויף זיי קיין פייף נישט. פאקט איז פאקט. לא פגע ולא נגע, ס'גייט מיך נישט אן פון היינט ביז איבער א יאר אז קאווע שטיבל איז פושט רגל. ווען ס'זאל ווען זיין א מעסטער פאר נישט אנגיין אין די לינקע פיאה וואלט די קוועק-זילבער ארויסגעשאסן פון אונטען. און דאס וואלט מיר אויך אנגעגאנגן א מכה מצרים.
איך, ווי טייל אנדערע חשוב'ע חברים זענען שוין דא ביים קאווע-שאל כמעט זינט דעם טאג וואס דער שטיבל האט ברוב טובו וחסדו געפענט אירע טויערן פארן ציבור, און דאך שפיר איך זיך וויא גאסט. ווי א גר אין לאנד נכריה. א גאסט בין איך געקומען און א גאסט גיי איך מיר אוועק האט שלמה המלך געזאגט. ווען די הנהלה זאל ווען מיך פרעגן (א ווילדע פילא דעייל בקופא דמחטא חלום. הא?) וואלט איך מייעץ געווען זיי זאלן דאס פלאץ אפשפארן נאך פאר עס איז געפענט געווארן און זיך מאכן שבת פאר זיך אין א פריוואטע עליטע גרופע און זיך דארטן פארברענגן ווי אדם הראשון אין גן עדן מקדם. וואס דארפן זיי די אומוויכטיגע אודיענס אינעם גאנצן קוגעל. אויב איז קאווע שטיבל מתחילה נגזר געווארן צו זיין א רשות היחיד פון אפאר גבאי חודש און פריוואטע מנהלים גרופעס אנן אנה אנחנו באים. ס'איז דא שוהלן וואס זענען אפען פארן ציבור. טייל זענען לגמרי נכסי ציבור, טייל זענען בבעלות הגבאים וטובי הקהלה. ס'איז דא אבער אזעלעכע פריוואטע משפחה שוהלן, די טירן זענען טאקע נישט פארשפרט, אז דו וואוינסט פונקט אין שכינות קענסטו דארטן אריינגיין פאר א תפלה. שפירסט דיך אבער ווי די זעקסטע ריטעל אין אן אויסגעקלאפטע הושענא שמחת תורה נאכן קידוש. דאס איז עס.
צו פאראייביגן מיין לעגענדע און מספיד זיין בקול בוכים מזויפת "וואס קאווע שטיבל האט געמיינט פאר מיר", ווילט איר טאקע הערן, נאט אייך.
איינער וויינט אז ווען נישט דעם מקום קדוש פון וואנענט זאל ער ווען שעפן תורה און חכמה. דארף איך יענעם דערמאנען? פון וואו קומען מיר? אמאל, אין אלטע צייטן, נעמליך א פיהר יאר צוריק, אז איינער האט געהאט א איבריגע פאר מינוט האט ער געפענט וויקיפידיע צי עפעס בדומה לה און אפגעלעזט א בלאט צוויי דריי און ארויס קלוגער און וויסענדיג מער ווי א טאג פריער, און נאך מער פונעם שכן זיינער וואס זיין אינטרנעט פילטער לאזט נישט אדורך קיין שמוץ און וויסענשאפט. הוי מי יתנני ירחי קדם. היינט ליגט וויקיפידיע אין א ווינקל ווי א חרדק אין מאה שערים. ווי א מצורע מוחלט בזמן שבית המקדש היה קיים. קיינער קוקט נישט אויף איר זייט. אנשטאט באלעקט מען זיך די עשר אצבעות קטנות מיט אויסגעדראשענע צימעס וואס משום איזה סיבה וואוינט בטעות שלא במקומה. אדער פאר א נויט, אין א שוואכע מינוט, מיט אביסל גראפישע דעטאלן פון א פערזענליכע איבערלעבעניש אין מאחורי ה'איך וויל נישט זאגן וואס'.
יא, הכל מודים, קיינער קען נישט זאגן מ'האט נישט פרובירט. אדרבה, גדולים וחכמים דא במשך די קורצע אריכות ימים פונעם שטיבל האבן אריינגעלייגט כוחות אדירים אהערצושטעלן סחורה וואס זאל זיין ראוי לעלות על שולחן מלכים. ס'דא ארטיקלן וואס האבן זיך דא ארומגעוואלגערט במשך הזמן וואס די בעלי בתים, און טייל מאל אויך די מגיבים האבן אוועקגעגעבן זייער אסאך צייט און נאך מער געדולד און יישוב הדעת (צומאל אפי' געלט. במכירי קאמינא). וואס האט זיך אבער אויסגעלאזט פון די אלע טייערע ווערק? גארנישט. ס'איז (מער ווייניגער) אלעמאל וויכטיגער געווען פארן ציבור צו דעבאטירן א נארישע פאטאשאפ פאשקוויל צי א פרישע צוועקלאזע אנטי סיסטעם אשכול מער ווי אלע דברי חכמה ופיקחות שהעולם עומד עליהם. אדרבה, לאמיר כאפן א בליק וועלעכע אשכולות ציען זיך אכט און זעכציג לאנגע בלעטער, און וועלעכע א קארגע עמוד צוויי. אויך מיינסטענס יישר כוח'ס מיט אומגעלונגענע נארישע וויצן שלא לעניין.
דא וויינט א פאר'יתום'טער מיט קראקידייל דמעות "וואו וועט מען זיך קענען לאזן הערן קעגן די סיסטעם". דו ווייסט נישט? לאז מיך דיר אויסזאגן וואו, דארט אוואו מען הערט. פון וויינען אונטער די קוליסן פון א אומבאקאנטע שטיבל וועט קיינער נישט באווייזן משכנע צו זיין די וואס קענען עפעס טוהן אויף למעשה. ס'איז נישט קיין סוד אז ס'איז א סוד. קאווע שטיבל באשטייט סך הכל פון די זעלבע הונדרעט פופציג צוויי הונדערט ליינער און שרייבער. א ליצנות פון א פראצענט פון די יידיש רעדענדע ארטאדוקסישע יודענטום. אדרבה, גייט אריין אין סיי וועלעכע בית מדרש איר ווילט און פרעגט ארום מענטשן איבער אן עניין וואס מען איז זיך פונקט מתווכח דא אין שטיבל, וויפיל ידענים וועלן וויסן וואס מען שמועסט דא אין שטיבל? די זעלבע צוויי דריי מענטשן און זהו. יא, ס'איז אויך דא אין יעדע גרויסע מנין נאך אפאר אלץ-ווייסער וואס האבן שוין געהערט אמאל פון קאווע שטיבל, פונקט ווי זיי האבן געהערט פון פוטסטעפס און פלג ירושלמי. וואס פונקטליך דאס איז ווייסן זיי גאנץ קנאפ. דאס איבריגע האבן האבן אזא שייכות מיט וואס ס'ווערט דא געשריבן בערך ווי איך מיטן עדיטאריעל קאלום אין א זימבאבווע טאג צייטונג. ווילסט עפעס זאגן אז דער סיסטעם זאל עס דערהערן? זאג עס דארטן וואו דער סיסטעם הערט עס. האסט א נושא אויפצוברענגן, טוה עס ביי א שמחה, שבת אין שוהל, פרייטאג אין מרחץ, אין די ארבעט בין גברא לגברא. מ'האט נאך קיינמאל קיינעם נישט גע'הוקע'ט בלויז צוליב רעדן ציווישין חברים. א טויש קען נאר געשעהן פון אינעווייניג. און אויך נאר אויב די וואס פארלאנגן א טויש ווילן באמת דעם אלטערנאטיוו. זולת זה איז עס סתם געמאלן וואסער אין א זייער.
ס'איז דא דא יידן, טייערע נשמות מיט בליענדע מוחות וואס ס'איז א געטליכע פארגעניגן מיט זיי צו פארברענגן. זייערס א שורה איז אלעמאל מלא וגדוש. זייער שיחת חולין איז א לימוד בפני עצמו. אבער ווען אימער איז זעה מיר מיט זייער'ס א מעשה ידם להתפאר מאכט עס מיר וואונדערן וואס פאר א שווארץ יובל זוכן זיי דא. יא. אבער זיי, זיי גיבן נישט אויף. חדשים לבקרים פרובירן זיי, איבערמידלעך צו שטעלן דאס פלאץ אויפן פלאץ. זיי, און יעדער ווייסט בערך ווער די גאלדענע נשמות זענען, זיי לייגן זיך אין די לענג און די ברייט צי באלאנסירן די באן אויף די רעלסן. אבער לריק. ווען ס'ענדיגט זיך דעם טאג דא אין שטיבל טראכט איך אלץ ביי מיר וואו זענען אונזערע חכמים וואס האבן געזאגט טוב לו לאדם שלא נברא.
און ווען מען זאל מיך ווען באמת פרעגן וואלט איך מייעץ געווען אז מען זאל עפענען א שטיבל דורכען ציבור. פארן ציבור. אלץ א ציבור'ישע אייגענטום. און על כולם, אן קיין יחיד'שע הירארכיע. אזא שטיבל וואס א יחיד, צי עטליכע יחידים זאלן קיינמאל נישט האבן די סמכות עס אפצושפארן אדער שפילן סיי וועלעכע אנדערע אויסגעדראשענע אפריל וויצן אויפן ציבור'ס נארוואונים. א שטיבל וואס די צענזור באלאנגט פארן ציבור. אז עפעס פעלט אויס מתקן צו זיין בשעת הדחק, זאל עס געטוהן ווערן אן קיין פריוואטע נגיעות פון קאנעקשענס און לעקערייען און די החלטה פון די מומנים זאל אלץ זיין אפען פארן פובליק'ס דיסקושען. א שטיבל ווי די לייק סיסטעם זאל זיין אינעם בוכשטעבליכן זין פונעם ווארט א סיסטעם ווי אן ארטיקל קען ווערן געלייקט. נישט דער פערזאן, מיט א לעק לי ואשמור לך מאסן היסטעריע געיעג. ביי יעדן ארטיקל זאל שטיין במפורט איין זאך, אהן קיין מזכיר נשמות, וויפיל מענטשן האבן געלייקט דעם שטיקל ארבייט, ותו לא מידי. אויך נישט אז ביי יעדען'ס נאמען זאל מיטקומען א מעדעצינישע באריכט וויפיל לאליס ער האט שוין פארטיילט און וויפיל ער האט שוין באקומען. (איך שעם זיך פון זיך אליינס, איר האט אן השגה וויפיל גאנצע אשכולות דא אין שטיבל זענען שוין געפענט געווארן אויף צו תובע זיין לאליפאפס בפה). א שטיבל פון חכמים וסופרים דארף זיין א פלאץ וואו קלוגע מענטשן קענען קומען אדער קונה זיין עפעס זאכליך, אדער זיך אויסלופטרען ווי באזעצנע מענטשן. נישט א קינדרישע קאלעקשן פון וויכוחים איבער ווער ס'האט וועמען קודם באליידיגט אדער נארישע טעם זקנים דשאוקס פונעם הייסן בור ארויס אויף יענעם'ס רבין'ס בר פלוגתא באגלייט מיט קריכעדיגע פאטאשאפס און ק"פ'ס.
"וואו איז דיין הכרת הטוב כעלעם'ר מגיד" שרייט איינער פון די אנדערע באנק. וואו? איך וועל דיר זאגן וואו אויב דו ביסט טאקע נייגעריג, אין מיין שטריימעל באקס. איך האב א שכן נעקסטע גאס, א רבי מנחם בר סימאי'ס אן אייניקל, האט ער זיך געפענט א בונקער שוהלעכל. טוה איך אים אמאל צוליב אין גיב אים אפ א תפלה דא און דארט, פארוואס נישט. נו אז מאכט ער מלווה מלכה איז שוין אויטאמאטיש אז "מען רעכענט זיך" אויף מיר, טוה איך דאס אויכעט לכבודו. איז עטליכע וואכן צוריק האט דער בעל טובה מיינער חתונה געמאכט, בין איך געגאנגן, זייער גערן. הפנים האט ער זיך גערעכנט אז איך גיי זיך אנטון א קאץ אויפן קאפ לכבודו. אינמיטן טאנצען קומט צו מיר צו די בן משק ביתו זיינער, דער יורש דרבנן וואס האלט א געניט אויג אויפן חזקה לכהן תחת אביו יעדן מוצאי יום מנוחה אפצורוימען די שלש סעודות בילקלעך לאחר מאה ועשרים. ער שארט זיך אהין צו מיר מיט אזא שמייכל און רויעמט מיר אריין אין די לינקע אויער מיט א טון פון אזא ווערטל וואס איך דארף ווען כאפן די רמז און פרעגט מיר "און וואס איז מיט הכרת הטוב?"
************************
קאווע שטיבל גייט זיך איר גאנג און איך לאז קיין טרער נישט נאך איר. די רווחים וואס איך פערזענליך האב געהאט פון דעם מקום איז טאקע געוואלדיג, לאין ערוך. אבער רעכענדיג דעם בארג קעגן לאך זאג איך פארן שכיב מרע שתיקותך יפה מדיבורך. ס'איז גוט געווען מיט דיר, ס'איז נאך בעסער אן דיר. אפשר, האפענטליך, אין קומענדיגע גלגול וועסטו זיך אויפפירן מער ארענטליך. אויב דיין לעצטע שפיי אויפן תמימות'דיגע ציבור איז אפשפארן דאס שטיבל אזוי נישט מיר נישט דיר אין זיבן טאג ארום דאן טוה עס געזונטערהייט מיט א שמייכל פון אויער צו אויער און פארגעס נישט צו געבן תיקון נאך מעריב. מיר וועלן זיך בענקן נאך אייך, נאסטאלגיע איז פארט א מענטשליכע נאטור. ס'וועט אבער זיין א פנים ווי דער אלטער היים. יעדער אלטער און אלטישקער רעדט פון דער אלטער היים מיט גלאנצעדיגע אויגן, אבער צוריקגיין אהין וויל נישט קיינער.

- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: לך בשלום קאווע שטיבל. תנוח על משכבך געזונטערהייט!!
לולא דמיסתפינא
וואלט איך געזאגט, אז דו צוקראצט זיך יא שטארק, אז קאווע שטיבל ווערט פארמאכט, והא ראי' האסט געשריבן 99 שורות אבאוט איט.
אווי יענער שרייט, און מאכט קולות, איך רעג זיך נישט

מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: לך בשלום קאווע שטיבל. תנוח על משכבך געזונטערהייט!!
וויקיפידיע איז טרוקענע פאקטן, נישט קיין תחליף פאר א הייסע דעבאטע אין א העמק דבר אשכול
Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
בין איך דער איינציגסטער דא וואס זעט א געוואלדיגער ווייטאג אין [tag]כעלעם'ר מגיד[/tag] אשכול? ער זאגט אז עס באדערט אים נישט, אבער א גרויס ווייטאג ברענט אין זיינע שורות, און עס איז בלויז זעלבסט פארשטענדליך. וויאזוי לויטעט די ווארט: דארפסט מיר נישט זאגן וואיזוי דו שפירסט, דיינע ווערטער שרייען אזוי הויעך אז איך קען פשוט נישט הערן וואס דו רעדסט..
דאס איז טאקע 'קאווע שטיבל', וויבאלד נאר צוויי הונדערט אידן ווייסן וואס מיר רעדן דא. ווען עס וואלטן געווען טויזענטער אידן אויסגעקאכט אין די נושאים, וואלט איבריג געווען יעדעס ווארט אינעם שטיבל. אזוי ווי קיינער שמיעסט נישט אויס וויאזוי מען בינד צי א שיך, ווייל יעדער ווייסט דאס.
איך וועל נישט זיין סורפרייזט אז אסאך פון די וואס האבן געהערט איבער פלג ירושלמי, האבן אויך געהערט די ווארט וויקיפידיע, און זיי ווייסן נאכנישט אויב דאס איז א געווירץ אדער א הויפטשאט. און איך גלייב נישט אז די טיפע סיבות פון די אשכולות איז צי מאכן א רעש און א טימל אין די חרידישע וועלט. כל דכפין ייתי ויכל, צי געניסן חכמה דארף מען עס ארויסגיין זוכן. מיר זוכן נישט צי מאכן א רעוואלאציע, און מיר עדווערטייזן נישט איבער קאווע שטיבל. די שטיבל איז בלויז א שטיבל, און דאס מיינט זיך צונויפשמיעסן. פונקטליך וואס מען זאל שמיעסן איז א דעבאטע ואכמ"ל. און ניין, נישט אלעס קען מען רעדן אין מרחץ אדער בין גברא לגברא. און בכלל האט א געשריבענע זאך א גרעסערע השפעה אויף א מענטש. אההה!.. און שיעור נישט פארגעסן, דאס איז די גאנצע מתנה פון אינטערנעט, צו שמיעסן זאכן אנאנים, און טרעפן מענטשן וואס מען וואלט נישט געקענט טרעפן אין מרחץ, און אזוי דעריבער וועט זיך עפענען די מעיינות של חכמה.
אדרבה, גייט אריין אין סיי וועלעכע בית מדרש איר ווילט און פרעגט ארום מענטשן איבער אן עניין וואס מען איז זיך פונקט מתווכח דא אין שטיבל, וויפיל ידענים וועלן וויסן וואס מען שמועסט דא אין שטיבל? די זעלבע צוויי דריי מענטשן און זהו.
דאס איז טאקע 'קאווע שטיבל', וויבאלד נאר צוויי הונדערט אידן ווייסן וואס מיר רעדן דא. ווען עס וואלטן געווען טויזענטער אידן אויסגעקאכט אין די נושאים, וואלט איבריג געווען יעדעס ווארט אינעם שטיבל. אזוי ווי קיינער שמיעסט נישט אויס וויאזוי מען בינד צי א שיך, ווייל יעדער ווייסט דאס.
האסט א נושא אויפצוברענגן, טוה עס ביי א שמחה, שבת אין שוהל, פרייטאג אין מרחץ, אין די ארבעט בין גברא לגברא. מ'האט נאך קיינמאל קיינעם נישט גע'הוקע'ט בלויז צוליב רעדן ציווישין חברים. א טויש קען נאר געשעהן פון אינעווייניג. און אויך נאר אויב די וואס פארלאנגן א טויש ווילן באמת דעם אלטערנאטיוו. זולת זה איז עס סתם געמאלן וואסער אין א זייער.
איך וועל נישט זיין סורפרייזט אז אסאך פון די וואס האבן געהערט איבער פלג ירושלמי, האבן אויך געהערט די ווארט וויקיפידיע, און זיי ווייסן נאכנישט אויב דאס איז א געווירץ אדער א הויפטשאט. און איך גלייב נישט אז די טיפע סיבות פון די אשכולות איז צי מאכן א רעש און א טימל אין די חרידישע וועלט. כל דכפין ייתי ויכל, צי געניסן חכמה דארף מען עס ארויסגיין זוכן. מיר זוכן נישט צי מאכן א רעוואלאציע, און מיר עדווערטייזן נישט איבער קאווע שטיבל. די שטיבל איז בלויז א שטיבל, און דאס מיינט זיך צונויפשמיעסן. פונקטליך וואס מען זאל שמיעסן איז א דעבאטע ואכמ"ל. און ניין, נישט אלעס קען מען רעדן אין מרחץ אדער בין גברא לגברא. און בכלל האט א געשריבענע זאך א גרעסערע השפעה אויף א מענטש. אההה!.. און שיעור נישט פארגעסן, דאס איז די גאנצע מתנה פון אינטערנעט, צו שמיעסן זאכן אנאנים, און טרעפן מענטשן וואס מען וואלט נישט געקענט טרעפן אין מרחץ, און אזוי דעריבער וועט זיך עפענען די מעיינות של חכמה.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
כעלעמער, אפגעזען פון די עצם דיסקאסיע איבער קעלנער זעלבסט, האלט איך אז ק"ש איז פאר אסאך מעמבערס דא געווען א פשוטע אדיקשען, ווייל די תאוה פון אנערקענונג ווי וויכטיג ס'איז פארט פאר'ן מענטש, טאר נישט צוברענגען אז מ'זאל פארפאטשקענען די צייט מיט וואס מ'וואלט געקענט אליין קונה זיין הויפענעס מיט ידיעות. דא זענען דא אסאך ידענים וואס גיבן ידיעות אויף א זילבערנעם טאץ, אסאך פון די מקבלים זענען טאקע באגרעניצט צו לערנען ערגעץ אנדרעש, מ'דארף זיי ממש אריינפיטערען אין מויל. די סיבה אבער פון די משפיעים איז דאך פשוט אנערקענונג, אפשר אמאל ליבון חברים, פאר ידיעות, זענען פארהאן סאך וויכטיגערע מקורות, אבער די תאווה פון אנערקענונג וואקסט און וואקסט און פירט אראפ פון די רעלסן, אסאך גרויסע ידענים האבן דא בכלל נישט מצליח געווען צו קריגן זייער פארדינטע אנערקענונג, און כעלעמער איך קלער אז דו ביסט איינע פון זיי, אלזא ביז ווילאנג די פלאץ לויפט נאך איז מען נאך נאכגעשלעפט, אבער סוכ"ס אז ס'פארמאכט זיך פארשטיי איך פארוואס מ'באדויערט עס נישט אזוי.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איך זעי סתירות אהין און צוריק אין די מאמר דיינע.
טאמער ס'וועט זיין אפען פאר אלע, וועט עס פיל שנעלער דערנידריגען צום אונטעשטער שורה פון פאטאשאפ'ט בילדער פון די קעגענער פון דיין פערפעל טיילער, וואס האט אליינס געוואלט טיילען דווקא די פערפעל וואס ער האט געטיילט. איז וואס וויל מען? אן אפענער דעמאקראטישע סיסטעם צו א חכמה'דיגע?
און דער תירוץ אויף הכרת הטוב איז א משל אן א מיטל. וואס האסטו אויפגעוויזען? אז דארט ביסטו אויך א כפוי טובה? אדער וויבאלד דו ביסט געקומען צום חתונה, האסטו שוין געוויזען הכרת הטוב, און הכרת הטוב מיינט נישט נאכטאנצען משוגעת'ן און צוגעבען פאר איינער אומפארדינטע כבוד? איז וואס האט עס מיט'ן זאגען אין פנים אז דיין ארבעט איז לריק? דאס איז טאקע א כפיית הטוב, ווען גייען מיט א קאפעלוטש צום חתונה איז נישט קיין כפיית הטוב.
ועל כולם די גאנצע טענה איז קטנות'דיג. דאס רואיגקייט פון ק"ש האט געמיינט אז ס'איז דא א פארשידענהייט פון מיינונגען און אינטעלעקטואלע שטאפעלען. דאס עגזיסטענץ פון צימעס האט נישט צוגענומען פון העמק דבר, און די רשימה פון לייקס לעבען די נאמען שטערט נישט דער אינהאלט פונ'ם מאמר. דער שמארגאסבארד האט אן אויסוואל זאל יעדער געניסען וואס ער גלייכט. ווען די הויכגעשעצטע דענקער'ס וואלטען געבליבען מיט זייער חקר'יי און נישט זיך דערשראקען זיך צו טרעפען אונטער די זעלבע זון ווי איינער וואס ס'אינטרעסירט איהם וועלכע רעבישע קינדער גייען קאלפיקע'ס, וואלטען אלע נהנה געווען, און די נידריגע עלעמענט, וואס האבען נישט זוכה געווען זיך צו ווייקען אין די מקוה אין כעלם, וואלטען עפעס מעגליך געהאט פונ'ם זיצען אין די זעלבע שטיבעל ווי די הוגי דעות גאוני עולם פראנץ קאפקא מיט אפלטון אליינס וואס האבען אונז א טובה געטוהן צו שטעקען די נאז אריין אין לעכ'ל.
בקיצור, ק"ש האט באוויזען אז מ'קען נישט נעמען און נעמען און נעמען אן צוגעבען. ווען אלע וואלטען געבליבען און געוויזען זייער כוחות, וואלט דער שטיבעל געהאט א סאך ברייטערע עולם קוקען דערין, יעדער וואס זיין הארץ באגערט, און ס'וואלט געווען ווערט געלט פאר דער וואס דארף עס איבערנעמען, און ס'וואלט געהאט א השפעה אויפ'ן געזעלשאפט. בלויז פאר'ן זיין אויף א הויכע ניווא. און דאס ביסל וואס ס'האט געהאט איז א דאנק די זאכליכע שמועסעריי וואס האט זיך אפגעטוהן, און דאס וואס ס'איז נישט געלונגען איז א דאנק דער מאנגאל פון די דענקער'ס.
נישט דער וואס שטעלט פאשקעווילען פון בני יואל איז דער וואס איז שולדיג.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
פרייוויליג האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער דא וואס זעט א געוואלדיגער ווייטאג אין [tag]כעלעם'ר מגיד[/tag] אשכול?
איך זעה גראדע אויך ווייטאג אבער איך מיין אז דאס איז בעיקר וואס ווייטאגט אים
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן: און על כולם, אן קיין יחיד'שע הירארכיע. אזא שטיבל וואס א יחיד, צי עטליכע יחידים זאלן קיינמאל נישט האבן די סמכות עס אפצושפארן אדער שפילן סיי וועלעכע אנדערע אויסגעדראשענע אפריל וויצן אויפן ציבור'ס נארוואונים. א שטיבל וואס די צענזור באלאנגט פארן ציבור. אז עפעס פעלט אויס מתקן צו זיין בשעת הדחק, זאל עס געטוהן ווערן אן קיין פריוואטע נגיעות פון קאנעקשענס און לעקערייען און די החלטה פון די מומנים זאל אלץ זיין אפען פארן פובליק'ס דיסקושען.
ער האט זיך שוין אויף דעם אפגירעדט בעבר עס האט אים נישט גישמעקט אז איינער קען צענזורירן זיינע רייד!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך זעי סתירות אהין און צוריק אין די מאמר דיינע.
טאמער ס'וועט זיין אפען פאר אלע, וועט עס פיל שנעלער דערנידריגען צום אונטעשטער שורה פון פאטאשאפ'ט בילדער פון די קעגענער פון דיין פערפעל טיילער, וואס האט אליינס געוואלט טיילען דווקא די פערפעל וואס ער האט געטיילט. איז וואס וויל מען? אן אפענער דעמאקראטישע סיסטעם צו א חכמה'דיגע?
אוודאי די צווייטע, וואס איז דען די פראגע. אבער אויך די פרינציפן איבערן צענזור, מיט די פראצעס פון איטליכער קעיס דארף אויך זיין נכסי ציבור. נישט אז מ'זאל איינעם קענען אויסטון נאקעט כיום מותו און זאל נישט האבן קיין אדרעסס ווי צו פארלאנגן א ביאור אין זיין טריעטמענט מער ווי א לויזע קאלטע מעלדונג אז דאס עניין איז "מסודר געווארן דורך איינער פון די גבאים" בום. איך האב שוין אמאל, פאראיאר, ארויפגעברענגט די טעמע פון אומגלייכבארעכטיגטע צענזור אין אן אשכול מיטן נאמען "שטילע ווינקל פאר די צענזורירטע מינאריטעטן" און דערווייל איז אלעס פארבליבן ביים אלטען.
איז וואס האט עס מיט'ן זאגען אין פנים אז דיין ארבעט איז לריק? דאס איז טאקע א כפיית הטוב
אינטערסאנט און פלאות'דיג ווי קלוגע מענטשן פאלן אזוי גרינג אין נעץ פון שטאקהאלם. ווער זענען עס די וואס אונז אלע זענען זיי מחוייב הכרת הטוב, א "ליטוואק פון בודאפעסט" מיט פיהר יאר רעקארד פון 2530 תגובות מלא חכמה וכישרון, צי אפאר יושבים על הפינחה מיט ראש הקהל'דיגע עדיטוד. וועם קומט זיך שירי תהלה ושבח פאר די שווערע ארבעט וואס נעמט אהערצושטעלן די ווערק אין די אלע שטיבל בלעטער?
ק"ש האט באוויזען אז מ'קען נישט נעמען און נעמען און נעמען אן צוגעבען
ווער זענען עס די געבערס אז נישט די אומגליקליכע שרייבערס וואס האבן אוועקגעגעבן א שטיק זיך אהערצושטעלן סחורה פארן מקום, און ווען ס'קומט צו שאפן די וויכטיגסטע החלטות קוקט נישט קיינער אין די מלמדים שטיבל אויף זייער זייט. אפשר וואלט ווען געפאסט אז למשל אזא החלטה פון באנקראטירן דעם געשעפט זאל געמאכט ווערן מיט די התייעצות פון די וואס פירן באמת אן מיט די ביזנעס?
דאס עגזיסטענץ פון צימעס האט נישט צוגענומען פון העמק דבר
אפשר נישט די צימעס וואס אינעם הקדש שטיבל. אבער בהחלט יא די באצימעסאכטס פון פילע ציווילעזירטע אשכולות.
פרייוויליג האט געשריבן:דאס איז טאקע 'קאווע שטיבל', וויבאלד נאר צוויי הונדערט אידן ווייסן וואס מיר רעדן דא. ווען עס וואלטן געווען טויזענטער אידן אויסגעקאכט אין די נושאים, וואלט איבריג געווען יעדעס ווארט אינעם שטיבל. אזוי ווי קיינער שמיעסט נישט אויס וויאזוי מען בינד צי א שיך, ווייל יעדער ווייסט דאס.
אוודאי געוויס ווען די מעשה זאל זיין אז צוויי הונדרעט זענעם די ווייסערס, און טויזענטער ליינען זייערע ווערק וואלט קאווע שטיבל ווען געדינט איר תפקיד. די מעשה איז אבער אז אן ארטיקל אין קאווע שטיבל, ווי אינטערסאנט און באלערענט זי זאל נאר נישט זיין, דערגרייכט נאר די אויגן פון א שפלינטער פון א פראצענט פון די היימישע יידיש ליינער בתוככינו.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
דער אמת איז אז איך האב נישט געליטען פון די צענזורשאפט, מיר האט מען קיינמאל נישט גערודפ'ט, ממילא ווייס איך נישט וואס מ'רעדט. דער סומאטוכע מיט לעיקוואוד האב איך מיטגעהאלטען און ס'האט מיר נישט געשמעקט, אבער איך האב עס תולה געווען אויף א טעות און א מיספארשטענדעניש. דער ערשטע מאל וואס איך זעי אן איינזייטיגע קלאפ פון די הנהלה איז יעצט, דעריבער האב איך נישט קיין הויפענע'ס פארדראס וואס פלאצט יעצט.
איך האב קיינמאל נישט געשריבען לשם מצוה, איך האב אלס געהאט א תאווה דערצו. דעריבער מיין צוויי טויזענט תגובות 'מלא חכמה ומדע' שפיר איך נישט אז איך האב עפעס אוועק געגעבען. דאס איז מיין געפיל, א צווייטע זאל פילען אנדעריש אויף זיין תגובות.
איך האב קיינמאל נישט געשריבען לשם מצוה, איך האב אלס געהאט א תאווה דערצו. דעריבער מיין צוויי טויזענט תגובות 'מלא חכמה ומדע' שפיר איך נישט אז איך האב עפעס אוועק געגעבען. דאס איז מיין געפיל, א צווייטע זאל פילען אנדעריש אויף זיין תגובות.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
כעלמער,
איך באוואונדער דיין שפראך, אבער איז דיסעגרי מיט דיר.
די טעות הייבט זיך אן אז מענשטען מיינער אז 'מ'גייט טוישן', יא, ס'איז דא מענטשען וואס זעהן ק"ש אלץ א פלאץ וואס איז געמאכט צו 'טוישן' (און זייער אסאך פון די עליטע דא האלטן אויך אזוי), איך און איך גלייב אז פילע אנדערע, האבן געהאלטן קאווע שטיבל אלץ א געשמאקע פארברענגען פלאץ ווי מ'קען זיך אויסטוישן ידיעות און אנטייל נעמן אין אינטערסאנטע שמועסן.
איך באוואונדער דיין שפראך, אבער איז דיסעגרי מיט דיר.
די טעות הייבט זיך אן אז מענשטען מיינער אז 'מ'גייט טוישן', יא, ס'איז דא מענטשען וואס זעהן ק"ש אלץ א פלאץ וואס איז געמאכט צו 'טוישן' (און זייער אסאך פון די עליטע דא האלטן אויך אזוי), איך און איך גלייב אז פילע אנדערע, האבן געהאלטן קאווע שטיבל אלץ א געשמאקע פארברענגען פלאץ ווי מ'קען זיך אויסטוישן ידיעות און אנטייל נעמן אין אינטערסאנטע שמועסן.
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:פרייוויליג האט געשריבן:דאס איז טאקע 'קאווע שטיבל', וויבאלד נאר צוויי הונדערט אידן ווייסן וואס מיר רעדן דא. ווען עס וואלטן געווען טויזענטער אידן אויסגעקאכט אין די נושאים, וואלט איבריג געווען יעדעס ווארט אינעם שטיבל. אזוי ווי קיינער שמיעסט נישט אויס וויאזוי מען בינד צי א שיך, ווייל יעדער ווייסט דאס.
אוודאי געוויס ווען די מעשה זאל זיין אז צוויי הונדרעט זענעם די ווייסערס, און טויזענטער ליינען זייערע ווערק וואלט קאווע שטיבל ווען געדינט איר תפקיד. די מעשה איז אבער אז אן ארטיקל אין קאווע שטיבל, ווי אינטערסאנט און באלערענט זי זאל נאר נישט זיין, דערגרייכט נאר די אויגן פון א שפלינטער פון א פראצענט פון די היימישע יידיש ליינער בתוככינו.
[justify]הער אויס, דו קענסט נישט אריינפיטערן חכמה וידיעה מיט געוואלד אין מענטשן'ס מיילער. אפילו דו זאלסט אראפשטעלן איינער פון די קאווע שטיבל קונטרסים אין פאליש אין ראדני, ווייס איך נישט וויפיל אירע וואלטן דאס געליינט. ווער עס ווייסט וואו צו גיין אדער ווער עס גליסט צו גיין קומט אן איבעראל. סא די איידיע קומט אראפ נאכאמאל אז עס איז אירעליווענט וויפיל אירע עס שרייבן אדער ליינען דא. די עיקר איז אז מיר האבן א 20 גוטע שרייבערס און דאס איז איבער גענוג. ווילאנג איינער שרייבט עפעס און ער ווייסט אז לכה"פ א מנין אידן פארשטייען אים איז דאס גענוג. ענדערש 50 קלוגע שרייבערס, ווי טויזענטער קיען וואס האקן א קאפ.[/justify]
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 766
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל