צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שטימט טאקע אז זי האט עס געהאלטן פאר א בזיון
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

שטימט טאקע ווייל זיי זענען אלע געווען ערומות און דער בזיון איז נאר געווען מצד די קרעץ און די וויידל.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

און דאס אז אונזערע באבעס אין מצרים האבן ארויסגעשיינט מיט זייערע איידעלע קליידער פון צווישן די אלע "צניעות'דיגע" מצרי'שע פרויען.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך שלמה המלך »


שני תשובות בדבר :
1) אבי גערעדט, ווען זי וואלט ווען... ווען מיין באבע וואלט געהאט רעדער.. די דאקטאר איז אזוי זיכער וואס וואלט ווען געוועהן? איך בין זיכער אז מיטן גיין בדרך התורה איז מען מצליח און ווען נישט נישט! דאס ראטעוועט נישט דער מענטש גיין אין געפאסטע קליידער
2) והשנית קאן זיין א גויטע וואס איז נישט מצווה ועושה צי גיין בצניעות קען זיין ביי איהר האט עס אויסגעמאכט משא"כ ביי א אידיש קינד וואס איז באפוילען פון גאט ב"ה נישט צי גיין אזוי!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גוטע פינטעלך האט געשריבן:עס דערמאנט מיך פון די משל וואס דער רבי זי"ע פלעגט שטענדיג זאגען לגבי די ציונים המצילים, אז ווען נישט די פייער אנצינדער ברויך מען ווען נישט קיין פייערלעשער, די זעלבע זאך לענינינו, ווען נישט די שמאלע געפאסטע קליידער וואלט נישט געשען דער עקסידענט ...

און ווען נישט די הייליגע, ערליכע אידן וועלכע באמערקן אז די פרויען גייען מיט שמאלע, געפאסטע קליידער וואלט מען נישט געמאכט דעם גאנצן טומל... :roll:
באניצער אוואטאר
קאסטנער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך קאסטנער »

שלמה המלך האט געשריבן:

שני תשובות בדבר :
1) אבי גערעדט, ווען זי וואלט ווען... ווען מיין באבע וואלט געהאט רעדער


סאיז אבער פינקט געניג צי ווייזן די ליצנות פין אנווייזן אויף א מענטש וואס האט געהאלטן תפילין אז לכבוד דעם איז ער האט אים די קויל נישט געכאפט...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך פארשטיי אייך בכלל נישט. ווייל דיר גליסט זיך אזוי דארף דיין ווייב זיין א שיקסע?
און פליצלינג איז אלעס מותר.
איך האב א קוזין וואס גייט מיט אן אויפגעדעקטע שייטל כאטש איר מאמע גייט צוגעדעקט ווייל איר באבע איז געגאנגען אויפגעדעקט. איי די עלטער באבע איז געגאנגען מיט א בלויזער טיכל? וואס א חילוק. מען קלויבט ארויס וויאזוי מען וויל זיך.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

א סוף צום ראסיזם

שליחה דורך געוואלדיג »

צניעות פאר פרומע מענער, פאר ווער עס פארשטייט עברית,

זהירות נשים
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווען רבי יהושוע'לע בעלזער זאל דאס זען וואלט ער געזאגט אז זי איז %100 גערעכט און מ'דארף איר פאלגן. און נאכדעם זאגן פאר די דרשנת 'אונז האבן דיר געפאלגט, יעצט דו פאלג אונז'....
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

כ'בין מוחה אויף דער מושג פין צניעות פאר מענער.

פאר די מיידלעך אין אונזערע שקאלעס זאגט מען אז צניעות איז גרעסער פין לערנען תורה, ווייל תורה קען מען נאר לערנען בשעת מען לערנט אבער מען קען נישט לערנען ווען מען טוט אנדערע זאכען וואס מען מוז בהכרח טוהן. משא"כ צניעות קען מען טוהן אייביג, ווען אימער, ממילא איז די מצוה וואס איז געגעבען געווארען פאר מיידלעך אסאך גרעסער ווי די מצוה וואס מען האט געגעבען פאר יונגלעך. עכ"ד הקדושים פין די מחנכות פין אונזערע באליבטע טעכטער ישמרם האל.

ממילא קומט די א פרוי א ספרדיה, און האקט אין טשייניק אז אונז מענער זענען אויך מחויב בצניעות, אנטשולדיגט, זעהט מיר בכלל אויס ווי א גיורת, אונז אבער האבן מיר מסורה, צניעות איז א חשובער הייליגער מצוה געגעבען געווארען פאר פרויען דוקא. ותו לא מידי.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך פארשטאנד »

נהורא נפישא האט געשריבן:דאס וואס די פודאמענטעליסטן פארשפרייטן בעו"ה אן איסור אויף זיך פארבן דעם פנים, און אין א פארזוך איבערצושרייבן היסטאריע שרייבן זיי בלי שום בושה אז ערליכע פרויען האבן זיך גאר קיינמאל נישט געפארבט, א חוץ פון דעם וואס דאס איז א שקר גס איז דאס נאך פארבונדן מיט פרעסעדענטלאזע איגנארענץ, די גאנצע טעמע איז משקר יסודה די גמרא לויבט שטארק אויס די פרוי פון אבא אומנא פארן זיך פארבן כדי שלא יתן עיניו על אשה אחרת, ווי אויך ציטירן זיי אלס א גמרא אז וועגן פארבן די אויגן בלוי זאל האבן די ביהמ"ק חרוב געווארן ווען מ'רעדט דארטן אז עס געטון געווארן צו פראוואצירן פרעמדע מענער.
מ'געפינט צענדליגע פלעצער כיחול ופירכוס און רבי עקיבא האט דאס מתיר געווען גם בימי נדותה כדי שלא תתגנה על בעלה.
א גאנצע פרק אין הלכות שבת רעדט פון דעם וואס פרויען גייען ארויס באצירט מיט כל ערליי תכשיטים אין רה"ר וואס מ'האט געאסרט טייל פון זיי אום שבת משום חשש הוצאה, און פארוואס גייען די פרויען באצירט נישט נאר וועגן די מענער נאר טאקע ווייל א פרוי בטבעה וויל זיך שיין מאכן אין זיך ארויסווייזן פאר אירע חברט'עס און דערפאר איז דא א חשש הוצאה דערביי.


ארויפגעברענגט צוליב די לעצטיגע פרישע קאפ-פארדרייעניש אין ליכט פון 'קאראנע' קעגן פארבן די פנים ביי פרויען, אזאך וואס איז במסורה שוין טויזענטער יאר ביי כלל ישראל.

אגב, די רעקארדינג אין די ערשטע תגובה איז נאך אקטיוו, סארא שטותים מיט הבלים.
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקליכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פארשטאנד האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:דאס וואס די פודאמענטעליסטן פארשפרייטן בעו"ה אן איסור אויף זיך פארבן דעם פנים, און אין א פארזוך איבערצושרייבן היסטאריע שרייבן זיי בלי שום בושה אז ערליכע פרויען האבן זיך גאר קיינמאל נישט געפארבט, א חוץ פון דעם וואס דאס איז א שקר גס איז דאס נאך פארבונדן מיט פרעסעדענטלאזע איגנארענץ, די גאנצע טעמע איז משקר יסודה די גמרא לויבט שטארק אויס די פרוי פון אבא אומנא פארן זיך פארבן כדי שלא יתן עיניו על אשה אחרת, ווי אויך ציטירן זיי אלס א גמרא אז וועגן פארבן די אויגן בלוי זאל האבן די ביהמ"ק חרוב געווארן ווען מ'רעדט דארטן אז עס געטון געווארן צו פראוואצירן פרעמדע מענער.
מ'געפינט צענדליגע פלעצער כיחול ופירכוס און רבי עקיבא האט דאס מתיר געווען גם בימי נדותה כדי שלא תתגנה על בעלה.
א גאנצע פרק אין הלכות שבת רעדט פון דעם וואס פרויען גייען ארויס באצירט מיט כל ערליי תכשיטים אין רה"ר וואס מ'האט געאסרט טייל פון זיי אום שבת משום חשש הוצאה, און פארוואס גייען די פרויען באצירט נישט נאר וועגן די מענער נאר טאקע ווייל א פרוי בטבעה וויל זיך שיין מאכן אין זיך ארויסווייזן פאר אירע חברט'עס און דערפאר איז דא א חשש הוצאה דערביי.


ארויפגעברענגט צוליב די לעצטיגע פרישע קאפ-פארדרייעניש אין ליכט פון 'קאראנע' קעגן פארבן די פנים ביי פרויען, אזאך וואס איז במסורה שוין טויזענטער יאר ביי כלל ישראל.

אגב, די רעקארדינג אין די ערשטע תגובה איז נאך אקטיוו, סארא שטותים מיט הבלים.


א גרויל צו הערן דעם רעקארדינג!

עס איז שטארק אנמערקבאר אז די דרשנ'טע איז אויך גאר תמימות'דיג און גלייבט באמת אין וואס זי זאגט, כ'וואונדער זיך נאר וועלכער הייסער עסקן האט איר אריינגעפרעדיגט די [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל].
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך פארשטיי גראדע אביסל די רבנים, איך גלייך אויך נישט דאס גאנצע ענין פון די שמירן זיך. מיין אידענע שמירט זיך אבער פאר אנדערע... זי ווייסט אז איך גלייך עס זייער נישט, איך בין אבער נישט פון די סארט מענטשן וואס פרובירן ארויפצווינגען זייער מיינונג אויף אנדערע מענטשן. די איינציגסטע חילוק צווישן מיר און די אנדערע רבנים איז אז איך מיש נישט אויס "איך וויל נישט" מיט "מ'טאר נישט"...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שליחה דורך גבור חיל »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך פארשטיי גראדע אביסל די רבנים, איך גלייך אויך נישט דאס גאנצע ענין פון די שמירן זיך.


איז משמע פון דא אז איר גלייכט נישט סענין מחמת סזעלביגע פראבלעם וואס די רבנים האבן דערמוט...

אבל על זה יש לפרוך...
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די איינציגסטע חילוק צווישן מיר און די אנדערע רבנים איז אז איך מיש נישט אויס "איך וויל נישט" מיט "מ'טאר נישט"...

אז פון די סיפא איז משמע אז איר גלייכטאס נישט פשוט ווייל איר האט עס נישט ליב אד"ג, נאר וואסזשע דען איר ליידט נישט פון דעם קרענק וואס מאכט אלעס וואס סבייכל וויל נישט פאראן איסור חמור.

ולפי זה, דרייט אלע מיט דע גראבע, פארשטיי איך נישט מיט וואס אייער פארשטאנד איז איינשטומיג מיט די רבנים...

וילמדנו רבינו פשר הדברים.
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך פארשטיי פארוואס זיי גלייכן עס נישט, איך בין אבער נישט איינשטימיג מיט דעם וואס זיי צווינגען ארויף זייערע דעות אויף אנדערע מענטשן און זיי שטעלן אן א בלעכענעם פנים ווי צו זאגן "וואס ווילסטו פון מיין לעבן האבן? איך זאג נאר נאך וואס שטייט אין די תורה!". כאילו זיי געבן א דעמן אויף וואס שטייט אין די תורה, זיי שטעלן אן א פנים ווי א תם און שטויסן ווי א מועד.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
מיינונגזאגער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

ודי למבין האט געשריבן:די אמהות זענען געווען יאנטשי! ווען אלע אונזערע פרויען וואלטן געווען אזוי יאנטשי ווי די אמהות, וואלטן אסאך יונגעלייט געהאט ווייניגער פראבלעמען.

דער עולם כאפט אז די שמועס איז געבויעט נישט אויף תורה, נישט הלכה און ניטאמאל מנהג, נאר אויף א שמועס פון רב וואקסמאן!!! נישט מער און נישט וויניגער! מיט דעם שטאפט מען זיי! אינטעלעקטיול עביוז!

ביי די וועי, דו נעמסט ארויס אירע ווערטער פון קאנטעקסט. זי זאגט גלייך דערנאך "אויב צניעות מיינט יאנטשי", עסקאדע שטעלט צו זייער שיינע בעל בתישע סקירטס וואס האט נישט קיין שמץ פון פריצות און פארט וועלן עס מאנכע רופן יאנטשי פארן בלויזער חטא אז די פענטי ליין ווערט נישט דערקענט פון די שטייפע שטארקע סחורה.

אז מען זוכט פון אונטער דער ערד צו בארעדן א פשוט'ע פאקטישע צניעות אויפמערקזאמקייט וועט מען כסדר טרעפן. אנטשולדיגט מיר טייערע חברים פון ק"ש, אין כאן לא אביוז, ולא אנטי פעמעניזעם. איך פארשטיי אז הפקירות איז מער ניחא ליה לאיניש. פריצות איז א פשוטער הרגשה פון הפקירות וואס דאס איז זייער זיס און דאס איז סה"כ וואס די חשוב'ע רביצין ברענגט דא ארויס. זייט נישט קיין הפקר יונגען ווייל עס איז גורם אז עס זאל ציען צו אויגן וואס דארפן דאס נישט זעהן. נעם סיי וואספארא טויזענט דולער'דיגער ווארדראוב וואס איז נישט יאנטשי וועסטו זעהן אז דאס איז ווייט פון פריצות'דיג. (איך רעד נישט פון סליוולעס טאפס וכדו'), אבער די עצם שניט איז בעלבתיש און באשיידן. אפי' די ברוסטן שניט איז געשניטן אויף אן איידעלע אויפן אז עס זאל נישט זיין מער בולט וויפיל עס פעלט אויס. די פריצות לאז איבער פאר דיר אין בעדרום ענד אינדזשוי איט טא די מעקס. אבער, אין גאס זיי באשיידן און בעלבתיש שיין. ווילסטו עס רופן יאנטשי כדי צו פארגיטיגן דיין טאקט, בי איט, אבער וויסן זאלסטו אז עס האט גארנישט מיט יאנטשי, עס האט מיט דיין הפקירות. און דאס האט זי געמיינט ארויסצוברענגען כלפי די אמהות, זיי זענען געגאנגען קלעסי אבער צניעות'דיג וואס די הפקר אינגען רופן יאנטשי.
מיינונגזאגער

Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

שליחה דורך מיינונגזאגער »

שפתים ישק האט געשריבן:[justify]דער באשעפער זאל שומר ומציל זיין!... :לשוןהרע:

זי זאגט: "דאס אז מ'דארף רעדן פון מעטורנעטי ברבים איז אליינס א סימן אז ס'איז ימות המשיח"...

זאג נאר, דרשן'טע טייערע, דיין פאסט קעסטל האסטו לעצטנס באקוקט? בוני עולם בראשורען? מחריבי עולם פאשקעווילן? עי טיים אדעווערטייזמענטס?

וואס האקסטו אין קאפ?

זאת ועוד. דו האסט די חוצפה צו רעדן פון "אביסעלע קאלירן, א טראפקעלע קאליר אויף די שיך אדער סקירט" ווי שלעכט דאס איז בלא בלא בלא. זאג נאר דו מגלה&#39;טע פנים&#39;טע שלא&#39;טע כהלכה&#39;טע וואס דו ביזט, פון בגדי צבעונין וואס א מאן דארף קויפן פאר זיין פרוי >>אויף אנציטוהן<< האסטו שוין געהערט?

דער סארט רעדעריי איז גורם, אז מענער ווערן דערנאך שטארק אויפגעגעסן אויף די ווייבער, ווייל געווענדלעך די סארט פרויען פארעקלען אויף אנדערע וועגן אויכעט, ווי נישט שערן די האר פון די לייב, זיך נישט שויערן געהעריג טעגלעך, וכו&#39; וכו&#39;, און עס איז גורם שטארקע שלום בית פראבלעמען, ווארום דיה שמצילתו מן החטא איז נאר געזאגט געווארן אויב זי קען גיין אין קאמפעטישן מיט וואס עס איז דא אינדרויסן אין דער גאס.

די סארט דרשות זענען לבסוף מרבה זימה, זנות, ורעות רוח אין אונזער ציבור, און עס איז א חוב קדוש צו ערקלערן די ווייבער אינדערהיים אז לא זו הדרך ולא זו העיר.[/justify]
רבוש״ע די נעמסט אויך ארויס אירע ווערטער פון קאנטעקסט. איך זעה אז די אלע וואס ווילן אז זייערע ווייבער זאלן אויסזעהן ווי די קאווער פון עיטש ענד עם וועלן ארויס נעמען פון אירע ווערטער זאכן וואס זי האט בכלל נישט געזאגט.

זי האט נישט געזאגט אז עס איז דא אן עצם פראבלעים פון רעדן פון די מציעות המינטערנעטי, זי האט געזאגט אז היינט איז נישטא קיין אינטערשייד פון מינטערנעטי קליידונג און נארמאלער קליידונג, ווייל די טייפ אפ סחורה וואס מען טראגט היינט איז סטרעדזשעבל ממילא טוען זיך היינט די פרויען נישט אן ספעציעלע מיטערנעטי קליידונג וואס דאס ווייזט ווי געפאסט די קליידער זענען היינט, דערפאר איז עס ימות המשיח. לאפיקו די וואס ווילן אפלערנען אז דאס דערמאנען די ווארט מיטערנעטי איז ימות המשיח.
דריי נישט אויס אירע ווערטער ביטע און זיי אויפריכטיג אויף דיין וויטאג פון די דרשה פאפ זיך נישט אליינס און אוואדאי נישט יענעם.


Sent from my iPhone using Tapatalk
מיינונגזאגער

Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

שליחה דורך מיינונגזאגער »

בן תמליון האט געשריבן:וויפיל מענער זענען שוין ג'הרג'ט געווארן פון אביסל עקסטערע מעיקאפ.


די פראבלעם באמת איז אז מכאפט נישט אז דאס וואס הייסט קיוט, זיס, אדער יונג-ווייבלדיג, איז באמת פריצות....

שומו שמים! ווי שטעלט מען אויף אזאנס פרעדיגן פאר אונזערע ווייבער? ווער איז די רעביצין בעק? ווער איז איר מאן? והוקע אותה נגד השמש.
מעיקאפ מיט איי ליינער זענען צוויי אנדערע זאכן און עס איז קלאר זי האט נישט געמיינט געהעריגע מעיקאפ אפי זי האט גענוצט די ווארט מעיקאפ ווייל גלייך דעראויף האט זי געזאגט א משהוא קאליר. געמיינט צו זאגן האט זי פארבן די אויגן בלוי אדער שווארץ אדער סיי וואספארא קאליר אבער ניט נייטראלער מעיק אפ וואס איז ממש סקין קאלאר וואס מאכט עס נאר סמוטער.


Sent from my iPhone using Tapatalk
מיינונגזאגער

Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

שליחה דורך מיינונגזאגער »

טיטאניק האט געשריבן:
העלא האט געשריבן:'דארף רעדן וועגן צניעות, מ'מוז,
צניעות איז היינט אסאך ערגער ווי 20-30 יאר צוריק און עס ווערט ליידער ערגער,
פרויען גייען היינט ליידער זייער אויפרייסעריש און אום איידל,

צדיק'ל זיסער, מיט 20 30 יאר צוריק ביסטי געווען אין רחם אדער קוים ארויס פון דארט, ביסט נישט געווען קיין מבין, און היינט רייצט דיר יא א פרוי, איך פארשטיי דיר, ביסט א בשר ודם
אבער מיט דעם וואס די ביסט א בשר ודם ביסטי נישט קיין בעל עבירה, ביסט א נארמיילער מענטש, און די ווייבער וואס גייען אנגעטיען שיין זענען אויך געמאכט פון די זעלבע מאטריאלען, און בדרך הטבע האט א פרוי ליב צי גיין אנגעטין שיין, דאס איז נישט קיין עבירה, אדרבה, מיין שיטה איז אז ווען אין קרית יואל אדער אין ווילי, זאלען אלע פרויען גיין אנגעטיען שיין וואלטען נישט געווען אזויפיל בית רחל פרייע שיקסעס אין יואלי מחללי שבתות, ס'האט איין חשבון איין גלגל החוזר, ווען דער טאטע קימט אהיים אין זעט א פרוי אנגעטיען ווי א מכשפה, זיין ווייב מיט א נאניקע זעען אויס די זעלבע, אזא יונגערמאן ווערט פארעקעלט אין פארמיאויסט פון זיין ווייב, ער גייט אין גאס אין זעט שיינע זאכען, סא וואס ליבשאפט קען ער געבען זיין ווייב? איז ער דען פון אייזען אדער פון בליט אין פלייש?
זיין ווייב וויל אויך נישט גיין אנגעטיען ווי א מכשפה, נאר איר מאמע אין איר חסידות צווינגט איר צי דעם, זי פילט ווי זי שפרינגט ארויס פון איר הויט, איר מאן געבט איר נישט קיין לאוו, זי האט זיך פיינט צי קיקען אין שפיגעל, וואס טראכט זי די גאנצע טאג? פאזעטיוו אדער נעגעטיוו? איז דא ארים איר א לרוהיגער אטמאספערע אדער א אנגעצויגענע פיינטליכע ליפט?
סיי זי און סיי איר מאן, ביידע חלומען פון אנדערע, כאטש די קינדער הערען נישט זייערע מחשבות פילען זיי דאס, די שנאת הדת גייט אריין אין די קינדער, אפילו די עלטערען האבען נישט געוואלט, און די תוצאות פון די איבערגעטריבענע פרימע שטיק זעט זיך ליידע ראן אין די גאסען, ליידער ליידער
פינקט ווי עס איז דא א איסור פון גורע זיין פון די מצוות איז דא א הארבע הארבע איסור פון בל תוסיף! נישט אימזיסט זאגט מען ימים נוראים "את אשר אסרת התרתי ואת אשר התרת אסרתי", עס ליגט א איסור גמור צי זיין פרימער פון די תורה!
דאס ברענגט נישט קיין גיטס!
אינדערהיים זענען "אלע" אינזערע באבעס געגאנגען מיט אסאך מער קערצערע מלבושים ווי די מאדערענע פרויען גייען היינט!
90 % פרויען זענען אמאל געגאגנען מיט אייגענע האר, איינער מער אין איינער ווייניגער
די גאנצע "צניעות" קרענק איז נישט געווען אמאל, און איך גלייב אז היינט צי טאגס ווערען פראדעצירט אסאך אסאך מער ממזרים ווי אמאל

זאלען יונגעלייט נישט זיצען אין זיך רייבען אין מקוה, און זאל זיך זיין ווייב אנטיען מער צי די זאך אז ער זאל זיין מער אינטערסירט צי קיקען אויף זיין ווייב ווי אויף זיין חבר!
מיר זענען בני אדם, מיט די טבעיות פון בני אדם, מיט דעם וואס מען צוימט איין א בן אדם, פלאצט ער אסאך ערגער ווי מען וויל!
ממש ווי א ראבער בענד! צי נישט איין ציפיל וועט ער נישט שפרינגען אזוי ווייט!

דער יצר הרע איז געניג שטארק, געב עם נישט נאך סחורה, לאז לעבען, די תורה איז געגעבען געווארען "וחי בהם, ולא שימות בהם" א איד זאל ליב האבען אידישקייט נישט אז פון ער ווערט געבוירען עד יומו האחרון זאל ער זיך בייסען די ליפען פארוואס ער איז געבוירען מיט אזא ביטער מזל צי זיין א איד!
רוב פון אינזערע בחורים מיידלעך יונגעלייט אין ווייבלעך האבען פיינט אידישקייט נאר ציליב אים ריכטיגע חומרות, אשר לא שערום אבותינו ורבותינו,
די פאנאטישע משוגעים די אפגעריסענע חומרות זיי זענען איינע פון די גרעסטע גורמים צי די היינטיגע מצב!
זייער גערעכט אבער נישט פון דעם רעדט זי.
זי רעדט פון פריצות נישט פון שיינקייט


Sent from my iPhone using Tapatalk
מיינונגזאגער

Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

שליחה דורך מיינונגזאגער »

איחוד פעלד האט געשריבן:
העלא האט געשריבן:'דארף רעדן וועגן צניעות, מ'מוז,
.....................
מ'דארף רעדן וועגן צניעות ווי מער,

עס איז דא הלכות אין שולחן ערוך וויזוי מ'דארף גיין אנגעטוהן,

אונזערע רבנים האבן גע'פסק'ט אז די קלייד דארף זיין עטליכע אינטשעס אראפ פון די קני,

..........................
ווי לאנג דו האסט נישט געפרעגט קיין דיין און ער האט דיר גע'פסק'ט אנדערש ביזטו נישט גערעכט



ביטע טרעף מיר די הלכות אין שולחן ערוך.

איך האב געזוכט אין הלכות צניעות, און איך האב נאר געטראפען דארט הלכות וואס איך מעג אלץ טוהן מיט מיין ווייב.....

וועלכע רבנים האבען "געפאסקענט" אז עס מוז אראפ גיין אינטשעס אונטער די קני? און אויב יא, פין ווי האבען זיי אויסגעבויט דער פסק?
מיט דיין ווייב מעגסטו און זאלסטו טוהן וואס עטץ ביידע זענען מחליט ביי זיך אין בעדרום, עס גארנישט אנטקעגן די הלכה. אבער אין די גאס איז יא קלאר דא הלכה וואס און וויאזוי מען זאל אדער מעיג גיין.
דוק ותשכח איך בין נישט קיין הלכות צניעות מגיש שיעור איך זאל עס אנצייגען.
טאמער ווילסטו דוקא און די האסט נישט וועמען צו פרעגן שיק מיר אן אישי


Sent from my iPhone using Tapatalk
מיינונגזאגער

Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

שליחה דורך מיינונגזאגער »

טיטאניק האט געשריבן:פארשאלטען זאל זיי זיין
זיי וואלטן געוואלט ארויסרייסן דעם "והתיר לנו... על ידי חופה וקידושין"
ניין, דו מעגסט נישט מאכען א לעבן מיט דיין ווייב! חלילה! מגלה נאר א טפח, חלילה נישט מער, גיב איר גארנישט, נעם נישט גארנישט, זיי א הארטע שטיק קלאץ אייזן, אויס בן אדם, אויס געפילען, אויב האסטו געפילען ביסטו א רשע, א מנובל,

וואס קומט ארויס פון דעם? דער יונגערמאן ווערט א מלמד, זיין תאווה וואס ער האט באקומען אלץ א "בן אדם" צושפילט זיך ווייל זיין ווייב מעג עם נישט געבן וואס ער דארף, און ווען א מענטש הונגערט, פאסט משבת לשבת, אזא איינער וועט אויך עסן פארשימעלטע פערדן פלייש אזוי ווי אונזערע זיידעס ביים קריג, מילא קומט ער צו צו דעם אז ער גייט עס מאכען מיט קליינע קינדער!
עס ווינדערט יעדעם פארוואס דאס געשעט, אבער ליידער זענען די דיינים די חתנים מדריכים שולידיג דערינען, צוימסט עם איין ווי משוגע, אוודאי פלאצט ער ווי א חיה רעה,
גיב עם וואס די תורה הייסט עם געבן, געב איר וואס די תורה הייסט איר געבן, זאלען זיי זיך אויסגעבען כדבעי, וועסטו זען אז די פראבלעמען פון מאלאסטעישאן וועט דראפען צו די ערד!

גיי צו די ווייבעל, זי אלץ בשר ודמ'טע דארף זי א זאך וואס הייסט "LOVE" און אויב דער מאן טאר דאס נישט געבן וועט זי עס איין טאג גיין נעמען ערגעץ ווי מען געבט עס יא!!!
דור עקש ופתלתול!!!!!!!
פרום איז ראשי תיבות, פיל רשעות ווייניג מצוות

לויפטץ מיר נישט אין מקוה, גיבט מיר נישט קיין צניעות דרשות און ניצט אביסעלע קאפ, זייט מיר נישט מער פרום פון די תורה הקדושה, און דאן וועלן מיר האבען אסאך אסאך אסאך א שענער דור, מער צופרידענע אידען, ווייניגער מחללי שבתות, און ווייניגער ממזרים.
שוין ווייטער ווער רעדט דא בכלל פון די והתיר לנו. דאס וואס מען האט אונז מתיר געווען לאזט מען דיך טוהן מיט א שמוץ אריבער טאמער דאס ווייבעלע דיינער איז מיט דיר אויף איין בלעטעל, אדרבה עס איז אפי׳ ענקארעדזשט. אבער אין די גאס פיר זיך אויף איידל און באשיידן, טאקע ווייל זי איז נאר מותר צו דיר און נישט צו נאך אנדערע.


Sent from my iPhone using Tapatalk
מיינונגזאגער

Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

שליחה דורך מיינונגזאגער »

טיטאניק האט געשריבן:"מיין ווייב האט באגעגענט א רעבעצין ביי א חתונה, די רעבעצין איז די ווייב פון א רב וואס פרעדיגט 24\7 וועגען צניעות, פון זיינע דרשות זעט אויס ווי עפעס קוועטשט עם וועגען צניעות, עפעס א הינט איז דארט באגראבען אין די קישקעס פון דער רב,
אבער מיין ווייב האט מגלה געווען דער "הינט" און וואס עס קוועטשט עם עכט,
זיין ווייב די הייליגע רעבעצין זעט אויס ווי די מלכת המכשפות אליינס, א גרויסע שווארצע וואנצע באדעקט איר הייליג געזיכט, דיקע לאנגע אויגען ברעמען, באפינטעלט מיט אלע מיני צרעת, גראב ווי א הויז, די מערסט אלטע קליידער וואס מען קען נאר געפינען אין די מאזיאומ'ס, בקיצור א עקל פון א פרוי,
מיין ווייב קימט אהיים זאגט זי מיר "א ווינדער אז דער רב רעדט אזויפיל פון צניעות? זיין ווייב איז גראליג, דערפאר ווערט ער אנגעצינדען פון יעדע נקבה וואס גייט עם אדארעך ווייל פארט איז ער א "בן אדם", מילא צי באראהיגען זיינע מחשבות באשילדיגט ער אז אלע ערליכע אידישע פרויען זענען פרוצות"
און זיין ווייב? זי וויל דאך אז ער זאל נאר "טראכטען פון איר", מילא איז די איינציגסטע וועג צי באשרעקען אינזערע ווייבער אז זיי זענען פרוצות"

ווידער, דור עיקש ופתלתול
עס איז גאר מעגליך אז דאס איז די קעיס, אבער געווענליך א איד וואס ליגט אין תוה״ק האט נישט קיין פראבלעים מיט די מהלך.


Sent from my iPhone using Tapatalk
מיינונגזאגער

צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

שליחה דורך מיינונגזאגער »

ראש הישיבה האט געשריבן:
טיטאניק האט געשריבן:פארשאלטען זאל זיי זיין
זיי וואלטן געוואלט ארויסרייסן דעם "והתיר לנו... על ידי חופה וקידושין"
ניין, דו מעגסט נישט מאכען א לעבן מיט דיין ווייב! חלילה! מגלה נאר א טפח, חלילה נישט מער, גיב איר גארנישט, נעם נישט גארנישט, זיי א הארטע שטיק קלאץ אייזן, אויס בן אדם, אויס געפילען, אויב האסטו געפילען ביסטו א רשע, א מנובל,

וואס קומט ארויס פון דעם? דער יונגערמאן ווערט א מלמד, זיין תאווה וואס ער האט באקומען אלץ א "בן אדם" צושפילט זיך ווייל זיין ווייב מעג עם נישט געבן וואס ער דארף, און ווען א מענטש הונגערט, פאסט משבת לשבת, אזא איינער וועט אויך עסן פארשימעלטע פערדן פלייש אזוי ווי אונזערע זיידעס ביים קריג, מילא קומט ער צו צו דעם אז ער גייט עס מאכען מיט קליינע קינדער!
עס ווינדערט יעדעם פארוואס דאס געשעט, אבער ליידער זענען די דיינים די חתנים מדריכים שולידיג דערינען, צוימסט עם איין ווי משוגע, אוודאי פלאצט ער ווי א חיה רעה,
גיב עם וואס די תורה הייסט עם געבן, געב איר וואס די תורה הייסט איר געבן, זאלען זיי זיך אויסגעבען כדבעי, וועסטו זען אז די פראבלעמען פון מאלאסטעישאן וועט דראפען צו די ערד!

גיי צו די ווייבעל, זי אלץ בשר ודמ'טע דארף זי א זאך וואס הייסט "LOVE" און אויב דער מאן טאר דאס נישט געבן וועט זי עס איין טאג גיין נעמען ערגעץ ווי מען געבט עס יא!!!
דור עקש ופתלתול!!!!!!!
פרום איז ראשי תיבות, פיל רשעות ווייניג מצוות

לויפטץ מיר נישט אין מקוה, גיבט מיר נישט קיין צניעות דרשות און ניצט אביסעלע קאפ, זייט מיר נישט מער פרום פון די תורה הקדושה, און דאן וועלן מיר האבען אסאך אסאך אסאך א שענער דור, מער צופרידענע אידען, ווייניגער מחללי שבתות, און ווייניגער ממזרים.

דו רעדסט צו די זאך. אבער עס זעהט אויס אז דו ביזט עלטער ווי דרייסיג יאר.

ווייל לויט מיין אינפארמאציע, האט זיך די זאך אסאך געטוישט. ווען איך האב חתונה געהאט האט מען מדריך געוועהן מיט ככפאו שד, עס דארף זיין אזוי ווי אין מקוה אריין און גלייך ארויס. נאר משבת לשבת וכו'. פארשטייט זיך אז מען האט נישט אויסגעלערנט קיין מעקאניזים ווי אזוי מען בויט עס אויף. אזוי אויך האט מען נישט אויס געלערנט וויאזוי די פרוי איז מקבל פון דאם. דער עיקר איז אז נאך דח חתונה לערן גוט אדורך סימן ר"מ אין ראשית חכמה שער קדושה פרק י"ז, אויב מעגליך לערן ספר קדושה וצניעות.

היינט איז די זאך אנדערש. עס איז דא אסאך היימישע מדריכים וואס זענען מדריך יעדער חתן כפי תכונת נפשו. מען באגלייט אים עטליכע חדשים (און אסאך עטליכע יאהר) ביז מען זעהט אז די שטוב איז גוט און קראנט אוועק געשטעלט.

ווער איז יא די פראבלעם היינט? די מדריכות!

זיי שפילן נאך כאילו די נשים זענען הייליג. די אינגעלייט וואס ווילן זיך ענדזשויען, זענען נישט אויסגעוואקסן. זיי זענען שולדיג אין אסאך שלום בית. דאס איז א ענין וואס ביודעי ומכירי קאמרינן.

מען דארף געבן קרעדיט ווי עס קומט די מדריכים ב"ה האבן געמאכט אסאך פארשריט. יעצט דארפן די מדריכות.
100% ריכטיג איך בין אויף דעם אויך מעיד, זייענדיג א טאטע פון קינדער וואס האט חתונה געמאכט אין די לעצטע פאר יאר זוהן און טעכטער. (מער פון איינס פון ביידע)


Sent from my iPhone using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מיינונגזאגער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פארשפארט