אייוועלט'ס באריכט פון ק"ש'ס פארמאכונג

הערות און אבזערוואציעס איבער דעם סאשעל מידיא וועבסייט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9691
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3433 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9105 מאל

אייוועלט'ס באריכט פון ק"ש'ס פארמאכונג

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב דאס געשריבען דארט אויף אייוועלט, און מ'האט עס גלייך פארמעקט. האט'ס הנאה דא.


כן יאבדו כל איביך ה' - באבד רשעים רנה

די געוואלדיגע בשורה איז אנגעקומען. זה היום קוינו לו, נגילה ונשמחה בישועתו. דער אויבישטער האט געהאלפען להרבות כבודו בעולם, מיט'ן פארמאכונג פון דער פלאץ הנודע לשמצה; קאוועשטיבעל.
יענער שטיבל איז געגרינדעט געווארען צו שפעטען אין אונזער וועלט און צו לאזעו אן אפענער שופר פאר סיי וועמען צו זאגען זייער דעות אויף יעדער נושא. זיי האבען אנגעהאלטען, בעסער געזאגט, געהינקעט פיהר יאר מיט זייער שרייבאכצער, און ב"ה יעצט קענען זיי שוין נישט.
א מאדנע מין מנהג האבען זיי אינגעפיהרט דורכ'ן לאזען כל מיני קשיא'ס און טענות אויף אונזער אור-אלטע טראדיציע'ס. מ'האט געלאזט אויסשמועס'ן יא\ניין אויף כל מיני מוסכמות, זאכען וואס מיט די מאמע'ס מילך האבען מיר עס איינגעשלינגען.
למשל, מ'זעט דארט נאכאנאנד מענטשען שמועס'ן אויס צו סאטמאר רב זי"ע איז געווען צדיק און מנהיג הדור. איך מיין, וואס פארא מערישקייט איז דאס? ווער נאך קען פארען קיין א"י מיט פינף טויזענט אנהענגער'ס און אזוי קערען א וועלט? און דאס איז נאר האלב סאטמאר! ווען די זינגער'ס מיט וועמען זיי בארימען זיך פארען קיין א"י, פארען זיך אויך די הויפט ריכטער דארט צו פארמאכען זייער געצעלט פאר'ן כלומרש'ט טענות פון געזונט וכדו'? אפילו די מינדערוויכטיגע 'בליטשעדיגע לאמפען' זענען געווארען די געשפרעך פון טאג, און זיי ווילען מיר נאך זאגען א הו"א אז סאטמאר רב זי"ע איז נישט געווען צדיק הדור! ווער נאך ציט אזויפיל אויפמערקזאמקייט ביי גוים און אידען צו גלייך? ווער נאך נעמט איבער בלומינגבערג, מאנרא, לעיקוואוד, סטאטען אייזלאנד, ועוד ידם נטויה?
א באנדע כותל-גייער'ס, בחירות וואלער'ס, פרעזערוו ראמאפא'ניקס, וואודרידזשע חסידים, ענגליש רעדענער'ס, אויבערחכמים! פון זיי האט דער מלמד געווארענט זיך צו דערווייטער'ן ווי פון פייער שרייענדיג הויך, בכל כוחו מיט ביידע פירושים "פוי"!
זיי האבען זיך אויך ערלויבט אויסצורימען מענטשען גאר פרעמד און ווייט פון אונזער חינוך, כאילו די ת"ח'שאפט פון הרב קוק איז עפעס וויכטיג, זיי האבען זיך געלאזט ברענגען מימרות און ווערטליך פון ליטווישע ראש ישיבות און משגיחים, ראיות און משלים פון פרעמדע מגידים, אויסרימעריי פון חב"ד שלוחים און פיל אנדערע טעמע'ס.
זיי האבען געהאט געשליפענע לצים וואס האבען אראפגעלייגט מאמרים צו לאכען פון אלע באקען, אין קעגענזאץ פונ'ם פסוק אז ימלא שחוק פינו, טאקע אזעלכע וואס כאפען א גאולה פאר די צייט, און לאכען ווען דער איינציגסטע גאולה איז זייער 'אתחלתא דגאולה'.
און איבערהויפט, דאס זיין א שירעם פאר כל מיני פארשוינען, ליטווישע פון YU און חב"דס'קע פון וועסט טשעסטער, אמשינוב'ער חסידים און ברסלב'ער נאכשלעפער'ס, תלמידים פון ישיבת ארץ הצבי און אור ישראל. כאילו זייער מיינונג איז איינונג ווי די פון היימישע אידען, וואס האבען געלערנט תורה ודעת ויראה אין סענד"ס סט.

די ערשיינונג איז נאך א ראיה צו דער גלאטקייט פון אונזער וועג, א הימעלישע ווינק צו אונז אז אונזער ארבעט איז חשוב ומקובל ומרוצה לפניו ית', און דערמיט קענען מיר צייגען פאר זיך און אנדערע, אז דער וועג איז אויסגעהאלטען עפ"י תורה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט