אדיקטעט צום טעלעפאן און די ברילן?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

יא, דו זאגסט גוט, עס איז א ווייטאג אז מען דארף עס אפילו אויסשמועסן.

עס זענען אבער דא אידן מיט א ספעציעלע בלאקעדזש איבער די ספעציפישע הבנה. וכך אני נוהג ווען אזא אויבערחכם טרעפט זיך אן אין מיר, כ'פרוביר זיי מסביר זיין אין יוזער פרענדלי ווערטער אז יא, ווען "כ'רוק אזוי מיין פינגער א גאנצן טאג" איז די סקרין נישט ליידיג, עס רוקן זיך דארט פאקטיש ווערטער און אינפארמאציע וכו'...

פאר א מיסטעריעזע סיבה ווערן זיי עפעס אזוי נשתתק פארשעמטערהייט כאילו כ'בין דא מגלה אמעריקא.

[א דאנק פאר די ברילן משל, ס'וועט מיר צונוץ קומען...]
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

אמת.

אבער סאיז זיכער דא א חלק אין וואס מקען ווערן אריינגעצויגן מער ווי מ'וויל, און פארברענען צייט וואס מהאט נישט, ווי למשל עקסעסיוו סאשעל מידיע, וואס דאס איז א זאך וואס א סמארטפאון קען אנברענגען.

נאר די קונץ איז עס צו קענען באלאנסירן ריכטיג, און נישט שפרינגען אויף יעדע לינק אדער פאוסט, וואס דאן איז אוודאי די טעלעפאון בלויז א גרויסע תועלת וואס מאכט גרינגער דאס לעבן.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

העניך, זיכער ביסטו גערעכט אז דער סעלפאן באשטייט פון אסאך מער ווי א סעלפאן, צו סאשעל מעדיא, נייעס, ביכער, ארבעטס געשעפטן, איינקויפן, וכו' וכו'. אבער די וועג וויאזוי א מענטש גיי צו צו די ענינים האט זיך זיכער אסאך געטוישט א דאנק דעם וואס דער מאשינדל שטייט אזוי צו דער האנט, און לכה"פ לגבי די רואיגקייט און קאנצענטראציע איז דאס נישט קיין גוטע נייעס. 'ך באמערק דאס גאר שטארק ווען 'ך רעד צו מיינע קינדער, ווי טאמער זעען זיי אפילו א שנעלע בליק אויפ'ן מאשינדל ווערן זיי צורודערט, טראכטענדיק אז מיין קאפ איז מער נישט מיט זיי.

א דוגמא ווי דאס איז אנערקענט אין די סייענטיפישע וועלט האסטו דא און דא:

http://www.webology.org/2012/v9n1/a94.html

http://www.webpages.uidaho.edu/~mbolin/ ... -ezeji.htm
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: אדיקטעט צום טעלעפאן און די ברילן?

שליחה דורך קל וחומר »

כ'האב אמאל געהערט פון א קלוג איד'ל, אז א סמארטפאון שפארט טאקע אסאך צייט, אבער בו בזמן גיבט ער וואס צו טוהן מיט די געשפארטע צייט. ודפח"ח.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אזוי אמת׳דיג.
אמאל האט א מענטש פארברענגט מיטן קאלקולעיטער, מיט א פעדער צו שרייבן נאטיצן רימיינדער׳ס און בריוו, ארום געלאפן צו געשעפטן איינקויפן, ארום גערופן א האלבע שטאט מאכן אינפארמאציע אויף א פראדוקט, געשטאנען אין ליניע אין פאסט אפיס, געליינט צייטונגן שעות ארוכות, כהיום האט מען איינגעשפארט צייט פארן מענטש און אלעס קען געטון ווערן אויף איין טעלעפוין.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

די מציאות איז אז מענטשן זענען אדיקטעד צום טעלאפאן. און נישט צו טשעטן שיקן מאכן פיקטשערס וכו' נאר מען קען דאך נישט קלאצן דערמיט טרעפט מען שוין וואס צו טון דערמיט אבער די נקודה איז אז מען איז עדיקטעד צום פאן. פיריעד. ס'וועט דיר גארנישט העלפן קענסט אפילו ברענגען א משל פון גלעזער ס'וועט דיר אויך נישט העלפן

והא ראיה די זעלבע פאסט וועסטו טרעפן אויף א צעטל וועט קיינער נישט זיין אינטערסירט עס אנצוקיקן איינמאל ס'קימט אן אויף וואטס עפפ ווערט עס הייסע נייעס.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

קאצקע ציקער האט געשריבן:והא ראיה די זעלבע פאסט וועסטו טרעפן אויף א צעטל וועט קיינער נישט זיין אינטערסירט עס אנצוקיקן איינמאל ס'קימט אן אויף וואטס עפפ ווערט עס הייסע נייעס.

וואס פאלט דיר איין אז דאס איז א ראי' צו עדיקשעין?
דאס איז די איינציגע חילוק וואס די קענסט טרעפן צווישען א צעטל און א םאוסט?
ווער זאגט אז מען וואלט עס נישט געליינט אויף א צעטל?
א פאוסט האט נאך א טויזענט פאקטארן מיט זיך, פארוואס מען וועט דאס ענדערש ליינען.
שמיטשיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 7:40 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך שמיטשיק »

עס איז נישט מעגליך צו מאכן א כלל "אדיקשען"

פאר פילע איז עס א קוואל פון אומאויפהערליכע נוצליכע אינפארמאציע, מינוטליכע ביזנעס אפדעיטס, בליץ שנעלע פארבינדונג צו ווי אימער מ'דארף אנקומען, און שפארט א געוואלד מיט צייט, זאכן וואס וואלטן אמאל גענומען לאנגע שעות ערלעדיגט מען אין א אויגן בליק. ווידעראום איז דא געוויסע וואס דרייען זך ארום מיט די קאפ אין טינופות, צו אלע סאציאלע זייטלעך און שמוציגע ווידיאס וואס זייערע אור עלטערן האבן שוווער געדארפט ארבעטן אנצוקומען טרעפן זיי מיט א פינגער טיפ. סוי בכלליות איז נישט דא א יא אדער א ניין ענטפער, ס'ווענדט זיך אין די טיפ מענטש, זיין איינהאלטס קראפט און צו מען איז א פארנומענע ביזנעסמאן אדער א ליידיגע קאפ.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

וכדומה.. האט געשריבן:אמת.

אבער סאיז זיכער דא א חלק אין וואס מקען ווערן אריינגעצויגן מער ווי מ'וויל, און פארברענען צייט וואס מהאט נישט, ווי למשל עקסעסיוו סאשעל מידיע, וואס דאס איז א זאך וואס א סמארטפאון קען אנברענגען.

נאר די קונץ איז עס צו קענען באלאנסירן ריכטיג, און נישט שפרינגען אויף יעדע לינק אדער פאוסט, וואס דאן איז אוודאי די טעלעפאון בלויז א גרויסע תועלת וואס מאכט גרינגער דאס לעבן.

די זאג, מוח שליט, אדער רוף עס זיך האבן אין די הענט, רוף עס זיך ריכטיג צו קענען, זענען אלע מושגים וואס זענען שוין אפאר טויזענט יאר אלט, זיי זענען נישט קיין מושגים וואס דער אינטערנעט/סמארפאון עפאכע האט אנגעברענגט.
די האסט א מושג וואס איז פארגעקומען ווען ערשטע דרוק, האט צום ערשטען מאל געדרוקט א צעטל, די בעלי עדיקשעין זענען געפלויגען צו די פיסכאיאטערס, און זיך מזכיר זיין ביי די גלחים און די רבי'ס, און ווער רעדט נאך ווען די פעקס איז ארויסגעקומען, מען האט אפיציעל אנאנסירט אז די בעלי עדיקשעין זענען פארטיג. די האסט א מושג וויפיל די בעלי עדיקשעין האבן געביפט מיטן ביפער, זיי זענען ממש אראפ פון זינען.
אין איין ווארט, מען דארף זיך האבן אין די הענט, נישט נאר מיט אינטערטעמעמינט, נאר מיט אלעס אין די וועלט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אחד העם, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

נישט יעדער איז אזוי אבער ס'דא מענטשן וואס די רגע ס'קימט מוצאי וועט מען כאפן דעם פאן צו זעהן צו ס' דא עפעס פרישע סחורה אפילו מען האט נאך נישט געענדיגט ליינען די צייטונגען פון שבת.. וואס דארט קען אפילו זיין בעסערס אבער וואטס עפפ איז יעצט אינטערסאנטער

איך טראכט יעצט אז אויב וואלט מען געמעיגט ניצן דעם פאן שבת וואלטן זיך אלע היימישע צייטינגען געקענט פארמאכן... קיינער וואלט נישט געווען אינטערסירט דערין
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

[tag]אחד העם[/tag] איך פארשטיי נישט וואס דו רעדסט
אויב איינער האט א עדיקשען צו א פאקס מאשין נו זאל ער עס גיין טריטן.

עס זענען דא מליאנע מענטשן וואס זענען אבסעסד מיט זייער סמארטפאונס אויף א עקסטרעמע אופן, און ס'האט בכלל נישט קיין שייכות מיט די נוצליכע פונקציעס וואס די פאון שטעלט זיי צו. דו נעמסט פון זיי אוועק די טעלעפאון פאר צוויי שעה זענען זיי אומרואיג, אויס מענטש און קענען נישט ווייטער אנגיין ווי אטעמען צום לעבן. און דאס איז א געוויסע סארט עדיקשען וואס מהאט צום טעלעפאון.
א סטאדי צייגט אז איינס פון דריי מענטשן וואלטן ענדערש אויפגעגעבן אויף **** ווי איידער אויף זייער טעלעפאון.

פארשטייט זיך נישט יעדער מיט א טעלעפאון איז אין דעם גדר.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

וכדומה.. האט געשריבן:[tag]אחד העם[/tag] איך פארשטיי נישט וואס דו רעדסט
אויב איינער האט א עדיקשען צו א פאקס מאשין נו זאל ער עס גיין טריטן.

עס זענען דא מליאנע מענטשן וואס זענען אבסעסד מיט זייער סמארטפאונס אויף א עקסטרעמע אופן, און ס'האט בכלל נישט קיין שייכות מיט די נוצליכע פונקציעס וואס די פאון שטעלט זיי צו. דו נעמסט פון זיי אוועק די טעלעפאון פאר צוויי שעה זענען זיי אומרואיג, אויס מענטש און קענען נישט ווייטער אנגיין ווי אטעמען צום לעבן. און דאס איז א געוויסע סארט עדיקשען וואס מהאט צום טעלעפאון.
א סטאדי צייגט אז איינס פון דריי מענטשן וואלטן ענדערש אויפגעגעבן אויף **** ווי איידער אויף זייער טעלעפאון.

פארשטייט זיך נישט יעדער מיט א טעלעפאון איז אין דעם גדר.

אז די פארשטייסט נישט, וויאזוי רעאגירסטו?
איך זאג אזוי, אבסעשין, עדיקשעין, וויאזוי די גיהינום די רופסט עס נאר, איז נישט נעכטן געפאלען פון א עפפל בוים, ס'האט גארנישט מיט אינטערנעט אדער סמארט פאון.
אז א מסקנה זאל זיין מבוסס נאר אויף וואס די אויג זעהט יעצט, און דן זיין נאר מיט די אייגענע עקספריענס וואס די זעסט און די האסט יעצט, איז קינדיש און נישט אויסגעהאלטן מכח'ן אמת. וואס איך זאג איז, אז מען זעהט מענטשען זיך ספראווען מיט עפעס, דארף מען נעמען דעם גאנצען מענטש אין אים דערלערנען, זיינע פסיכא'ס און רצונות און נטיות. מענטשהייט פלאגט זיך מיט אבססעשין און עדיקשען פון די רגע וואס מענטשהייט איז מענשטהייט. און די עדיקשעין פראבלעם האט שוין אור אלטע מעטאדן וויאזוי זיך אומצוגיין מיט דעם, אבער געווענליך איז עס נישט קיין אובייעקטיווער פראבלעם, נאר סאיז דא עפעס אונטער דעם וואס שטופט אים צו טוהן דאס. בקיצור.
אוודאי, אין יעדע זאך וועסטו טרעפן מענטשען וואס גייען ארויס פון זייערע גבולים פאר א געוויסע זאך.
קוק, נעם אין חשבון נאך עפעס, רעדסט פון די מענטשן וואס אויב מען נעמט אוועק פון זיי די פאון זענען זיי נישט רואיג, דארפסט פארשטיין וואס די האסט אים אוועק גענומען, זיין ביזנעס חשבנות, זיינע ביכער, זיין מוזיק, זיינע בילדער און זיינע הנאות, אינטערטעמעמינט, זיין מאפע, זיין וויסעכוואס, כאפסט, מען דארף עס באטראכטן מיטן גאנצען היקף.
הכלל, עדיקשעין האט נישט מיט גוגל גארנישט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אחד העם, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

קאצקע ציקער האט געשריבן:נישט יעדער איז אזוי אבער ס'דא מענטשן וואס די רגע ס'קימט מוצאי וועט מען כאפן דעם פאן צו זעהן צו ס' דא עפעס פרישע סחורה אפילו מען האט נאך נישט געענדיגט ליינען די צייטונגען פון שבת.. וואס דארט קען אפילו זיין בעסערס אבער וואטס עפפ איז יעצט אינטערסאנטער

איך טראכט יעצט אז אויב וואלט מען געמעיגט ניצן דעם פאן שבת וואלטן זיך אלע היימישע צייטינגען געקענט פארמאכן... קיינער וואלט נישט געווען אינטערסירט דערין

איך קען מענטשען וואס די רגע וואס זיי זעהן פאטעטע קוגל, לאזען זיי אלעס איבער אין טעלער, און לויפן צו די פאטעטע קוגל, אפילו ווען אין טעללער איז דא בעסער'ס.
אין איין ווארט, עדיקשעין, אבסעשין, איז נישט קיין פראבלעם מיט די חפצא, ס'איז א פראבלעם מיט די גברא.
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

אחד, פיין, דו רעדסט פונעם עצם יסוד פון עדיקשען וואס דאס מיינט פארן מענטש און וואס ס'ברענגט דערצו, דערנאך דארף מען וויסן די פונקטליכע חילוקים פון א bad habit און א עדיקשען וכו' וכו'.

אבער איך זאג א צווייטע נקודה,

אויב איינער זאגט דיר אז רייכענען איז א עדיקשן וועסטו אויך קומען מיט משלים ווי פאטעיטא קוגל וכו'?. נישט קיין חילוק וואס עדיקשען איז און וויזוי ס'אפעקטירט דעם מענטש איז כ"ע מודי אז רייכענען איז א שווערע עדיקשן, און די זעלבע מיט אלקעהאל, געמבלען, דראגס, וכו'. די אלע זאכן ווערן קלאסעפיצירט אין די גרופע פון עדיקשענס וואס האבן א שלעכטע אפעקט אויפן מענטש איין וועג צו א צווייטע.

יעצט איז די שאלה אויב סמארטפאונס זענען נכלל אין דעם חדר.
פעקס מאשינס איז נישט אויפן ליסטע. אפילו אויב סאיז דא מענטשן וואס אביוזען עס.

יעצט, זאגסטו אז א סמארטפאון אליינס איז גארנישט נאר עס באשטייט ס"ה פון צעדליגע זאכן וואס מ'נוצט עס פאר ווי ביזנעס, פינאנץ, קאלענדער וכו' דאס איז נישט נוגע כלפי די נושא פון עדיקשען. ווייל יעדע פון די זאכן פאר זיך, אינדרויסן פונעם סמארטפאון, האט מיט עדיקשען נישט קיין שייכות, די אבסעסיע איז קלאר אויפן עצם סמארטפאון און אלעס וואס דאס אנטהאלט אין זיך אלס איין גרויסע בילד.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

אדיקטעט צום טעלעפאן און די ברילן?

שליחה דורך ירא שמים »

נאך א מעלה פון סמארטפון, אז ביי א חתונה צי שבע ברכות׳ן צו אנדערע לאנגווייליגע מצבים קען מען אנשטאט קלאצן און רעדן נארישע שמועסן קען מען עפעס אויפטוען אויפן פאון!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

ירא שמים האט געשריבן:נאך א מעלה פון סמארטפון, אז ביי א חתונה צי שבע ברכות׳ן צו אנדערע לאנגווייליגע מצבים קען מען אנשטאט קלאצן און רעדן נארישע שמועסן קען מען עפעס אויפטוען אויפן פאון!

ביסט עס יעצט מקיים? ;)
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

אחד העם האט געשריבן:איך קען מענטשען וואס די רגע וואס זיי זעהן פאטעטע קוגל, לאזען זיי אלעס איבער אין טעלער, און לויפן צו די פאטעטע קוגל, אפילו ווען אין טעללער איז דא בעסער'ס.
אין איין ווארט, עדיקשעין, אבסעשין, איז נישט קיין פראבלעם מיט די חפצא, ס'איז א פראבלעם מיט די גברא.

קלאר אזוי, אבער צי די חפצא פין וויין זענען דא גברא'ס וואס זענען עדיקטעט און צי די חפצא פין אראנש-דשאס נישט.

אויב איז גלעזער א צישטעל? ווענד זיך אויב געלזער האט ערענסטע נעגעטיווע קאנסעקווענסעס.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

קל וחומר האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט פון א קלוג איד'ל, אז א סמארטפאון שפארט טאקע אסאך צייט, אבער בו בזמן גיבט ער וואס צו טוהן מיט די געשפארטע צייט. ודפח"ח.

אן אנדערע נוסח א ביסל האב איך געהערט בשם אן אנדערע קלוגע יודל (אדער אפשר דער זעלבער פון וועמען דו האסט געהערט...)
ווען א צווייטער האט עם מסביר געוועהן וויפהל צייט ס'שפארט עם איין דאס סמארטפאון, וואס ביז ער האט דערהאלטן איינס, האט עם געדויערט שעות א יעדער עניין,
צו ארלעדיגן עפעס אינעם באנק-אקאונט, צו אין עני ביזנעס זאך, גארוועמענט אפיסעס וכדו', האט ער געדארפט ווארטן שעות ביז'ן קענען אריינגיין צו זיין זאך,
און ועתה, משנולד הסמארט-פאון, איינס-צוויי א קליק מיט א פעסווארד, און דו ביסט אינסייד.

האט עם דער קלוגער יוד געענטפערט:
"אין הכי נמי, אריינגיין, קענט איהר טאקע אריינגיין אין א יעדע זאך היבש שנעלער ווי אמאהל,
אבער ארויסקומען, ארויסקומען פון דעם דויערט געווענליך לענגער ווי איהר פלעגט ווארטן אמאהל אויף די אלע עניינים הנ"ל"
ודפח"ח
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
פארשפארט