דער נעפל ארום די "חמדת הימים" ומחברו.

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]מהלך רב צוריאל שליט"א על הפיוטים השבתאים:[/center]

[justify]איינס פון די הויפט טענות אנטקעגן דער חמדת הימים וואס ווערט נישט פולשטענדיג פארענטפערט, איז דער טענה איבער די פיוטים. דער חמדת הימים איז פול מיט פיוטים וחרוזים אויף פארשידענע מאמענטן. דער חמדת הימים ברענגט דריי מאל פיוטים וואס די ר"ת פון די חרוזים זענען "אני בנימין נתן בן אלישע חיים חזק" דער נאמען פון נתן העזתי. די פיוטים זענען אויף דער ערשטע טאג פסח, שביעי של פסח און אויף שביעות.

דער חמדת הימים הייבט גאר שטארק ארויס דער מדובר, אלטץ אן איש קדוש.

דער מזרחי'סטישער רב הרב משה צוריאל שליט"א, איז איינע פון די גרויסע קענער'ס כהיום, איבער דער ספר חמדת הימים ומחברו. ער האט שוין געשריבן גאר אסאך איבער דער פולמוס. ר' משה נעמט זיך שטארק אן אויפצואווייזן אז דער ספר האט גארנישט מיט שבתאות איינגעלייגט. ער האט שוין איבערגעדרוקט דעם ספר, צולייגענדיג זיינע הוכחות וביאורים אנהייב פונעם ספר.

מיין מיינונג איבער רב צוריאל שליט"א: ער האט שעות אריין געלייגט אין זיין ארבייט. אבער ער געמאכט א שטחיות'דיגע דזשאב! דער כלל 'כל המוסיף גורע' גילט שטארק ביי אים. היות ער האט א דראנג צו איבערווייזן לצידו, און פרובירט צו מאכן א ריזיגע 'בעיס', קומט אויס אז ער באנוצט זיך מיט אסאך שוואכע ראיות, אזאנע וואס איז ראי בלויז מיט גיד אחית וגיד אסיק באפעסטיקט מיט דיקע שווארצע טעיפ...

אלטץ אן עקזעמפל צו זיין שוואכקייט פון ענטפערן אפי' לעכערליכע תירוצים, נאדיר דאס. אויף די אויבנדערמאנטע פראבלעם מיט די פיוטים, ענטפערט ער אזוי: דער פיוט איז נישט פון נתן, ווייל נתן האט געהייסן בנימין נתן בן אלישע לוי און דער פיוט שטייט בנימין נתן בן אלישע חיים. באשיינפערלעך בין איך מיט די צונג אינדרויסן.

טרעף איך דא א כתב יד מיט די חתימה פון נתן'ס טאטע אויף 'מגיד משרים' שנת ת"ו און עס ליינט זיך:

[center]
אשכנזי.JPG
[/center] ( [center](אוצר החכמה)[/center]

דערנאך פרעגט ער אפ ענטוזיאסטיש די קשיא על הפיוטים מיט א גרעסערע בליץ. דהיינו: ס'נישט קיין ראיה אז דער פיוט באצוהט זיך צו נתן העזתי, (הערט א גוטס...) ווייל די גמ' זאגט, חיישינן לתרי יוסף בן שמעון. במילא אפשר מיינט עס א צווייטער 'אברהם נתן בנימין בן אלישע חיים' (א קאמען נעים וואס צענדליגער טויזענטער מענטשן הייסן אזוי...) און ס'גארניקס אונזער נתי דער שלאנג...

והשלישית. עס קומט נאך פון נתן בשעת ער איז געווען ערליך!

[ס'דערמאנט מיר די מעשה פון דער דארפסמאן וואס האט אומ'געקערט צובראכענערהייט די לאמטערנע וואס זיין חבר האט אום פארלייעט, און ענטפערט במצח נחושה: ערשטענס איך האב עס קיינמאל נישט געבארגט, צווייטנס, איך האב עס דיר צוריק געגעבן גאנץ ס'האט זיך יעצט צובראכן שוין אין דיינע הענט, דריטענס, איך האב עס שוין געבארגט צובראכענערהייט... והנמשל מובן]

רב צוריאל ענטפערט נאך תירוצים, בעסערע ווי שוואכערע. אינצווישן קומט ער צו, צו א מסקנה, אז דער חמדת הימים פלעגט נישט דווקא מדייק זיין צו שרייבן פון וועם ער האט גענומען וואס.

אין אנדערע ווערטער, ער ברענגט זאכן פון אנדערע, אבער מאכט אויסקוקן ווי זיינע חידושים. דאס הייסט אין אידיש, פלאגיאריזם!

איז דער חמדת הימים נישט מער ווי א בלויזער ליקוט, איז דער מחבר א פשוט'ער פלאגיאריסט?! ראה בהמשך. [/justify]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]א פלאגיאטור? יא![/center]

[justify]דאס טרעפט מען נישט איינמאל און נישט צוויי מאל, ווי ער ברענגט הנהגות, ענינים, פון אנדערע אן קיין נאמען, ווי כאילו ס'איז זיינע חידושים. אין אידיש הייסט דאס: א מתעטף בטלית שאינו שלו!

צענדליגער מנהגים והנהגות וואס מיר טוהן, איז אנגענומען אז דער מקור דערפון קומט פונעם חמדת הימים. נישט בלויז וואס אסאך דערפון איז נישט ריכטיג, דהיינו, עס איז שוין נתפשט געווארן דורך פריערדיגע מקורות; טוט נאך דער חמדת הימים עס ברענגן, כאילו ס'איז זיינס א חידוש, אדער לייגט ער עס בשם רבו. א זאך וואס איז נישט ריכטיג און אויסגעהאלטן, און צומאל שטימט עס פשוט נישט מיט די געאגראפיע פון זיין לעבענסשאפט.

נישט צו באלמוטשען די ליינער וועל איך צוברענגן בלויז דריי דוגמאות.

[center]~~[/center]

דער מנהג אין חב"ד איז, ווי דער 'רב' אין סידור ביי מנהגי תשליך שרייבט: "די ערשטע טאג ר"ה נאך מנחה פארן שקיעה, גייט מען ארויס פון שטאט צום ברינען וואסער, כי מים מורים על החסדים וגם דגים רומזים על עינא פקיחא..."

וואס איז דער מקור צו דער טעם פונעם אלטן רבי? אין כתבי אריז"ל, סידור ר' שבתי, סידור אר"י, משנת חסידים, ווערט דערמאנט טעמים, אבער דער טעם פון 'חסדים' און 'עינא פקיחא' ווערט נישט אין ערגעץ דערמאנט. (גראדע, אין סידור ר' אשר ווערט דאס יא דערמאנט)

מען גיבט א קוק אין חמדת הימים, און ער ברענגט די טעם פונעם רב. אין פרק ז' סדר תשליך שרייבט דער חמדת הימים:
"ולכן הולכים אל המים המורים על החסדים וגם הדגים שרומזי' על עינא פקיחא להמתיק הדין הקשה לרפה"


קוקט מען אבער אריין אין ספר 'שם טוב קטן' (תיקונים וכוונות ע"פ קבלת האריז"ל, זאלצבאך) פון הגאון רבי בנימין בייניש הכהן פון קאראטשין. אגב, דער חמדת הימים האט אן א שיעור זאכן נאכגעשריבן דער 'שם טוב קטן' שעפענדיג פון דארט במלוא חפניים... למשל, דער שם טוב קטן דינט פאר א פריערדיגע מקור צו זאגן "לדוד ה' אורי אין חודש אלול. די וואס זענען תולה די שליליות האמירה בחצרות צאנז ובאבוב לדורותיהם, אלטץ דער חמדת הימים, איז דא דא א פריערדיגע מקור צו זאגן דעם מזמור אין חודש אלול.

עכ"פ, שרייבט דער 'שם טוב קטן' אזוי: "הטעם שהולכין אחר מנחה, דע, כי יום א' הוא סוד דינא קשי' וכו.
לכך הולכין אחר מנחה אל המים שמורה על החסדים וגם הדגים שרומז על עיני פקיחא כדי להמתיק הדינא קשיא ויהא דינא רפיא"


[center]~~[/center]

דברי חמדת הימים:
" ובשבת מתחבר לאמת, והסוד אם תשיב משבת - אמ"ת.
על זה נאמר אימתי ראוי שתצמח האמת דהיינו שביתת השבת בעת שמזל צדק משמים נשקף וכ"כ למה מפני שע"י כך 'גם ה' יתן הטוב וארצינו תתן יבולה' לפי כל המזלות האלה המה מורים על כל הרעות רעב הבא לעולם..."


קוקט מען אריין אין ספר 'קרבן שבת' פון הגאון רבי בצלאל פון פרעמיסלא, שנדפס ארבעים שנה לפני חמדת הימים, [אוואו גאנצע פרקים פונעם ספר, האבן וואונדערליך געמאכט זייער וועג און זיך פלאצירט אינעם חמדת הימים.] און די אויבנדערמאנטע ווערטער שפירן זיך היימיש.

דברי הקרבן שבת:
"ובשבת מתחבר לאמת, והראשי תיבות אם תשיב משבת - אמ"ת.
ונ"ל שזה שאמר הכתוב וכו. ר"ל אימתי הוא ראוי שתצמיח האמת דהיינו שיתחיל השביתה של שבת בע"ש וכו... בזמן שמזל צדק משמים נשקף... וכ"כ למה? ואומר הכתוב 'גם ה' יתן הטוב וארצינו תתן יבולה' ור"ל לפי שהמזלות האלה הם מורים על כל הרעות והרעב בא לעולם...


[center]~~[/center]
נאך אן עקזעמפל ווי דער חמדת הימים איז זיך מתעטף בטלית שאולה:

פאר מיר ברענגן אראפ די ווערטער פונעם 'פינסקער מגיד' המהרי"ל פוחוביצער, דער בעל "דברי חכמים", לאמיר ציטירן פונעם 'חמדת הימים'.

דער חמדת הימים ברענגט זיינע דברי מוחאה וואס ער האט געלאזט הערן במדינת אשכנז; איבער די פירצה, אז מאנכע האבן זיך מתיר געווען צו פארקויפן פאר גוים אין שבת, וויין און ברוינפן פונעם קרעטשמע. און זענען עובר אויף דער איסור 'מקח וממכר' בפרהסיה.

דברי חמדת הימים:
"ובהיותי בערי אשכנז ראיתי שערוריה בענין הזה הרבה מאוד לשוכרי הארונדו"ת עיירות וכפרים מהמלכים והשרים ומוכרים לגויים בשבת.
ואנכי דרשתי על זה בפי מלא תוכחות. ושמעתי באומרים לי כי מוכרחים בכך מפני שפרנסתם תלויה בזה. אז אמרתי עליהם: שיתו לבכם אשר חכמים הגידו כי כשרצה הקב"ה ליתן התורה לעשו, לא רצו לקבל התורה משום דכתוב בה לא תרצח, ומחייתו תלויה בו, ועל חרבך תחיה וכו. הלא אם היה היתר לעבור על דבר שמחייתו תלויה בו, היה מקבל עשיו את התורה, ולא היה נזהר באותו הלאו...

ומה גם פרוטה הנרווחת בשבת, יאבד את זה מפני עון חילול שבת, והן כי לא יצליח כנודע מספרי הקדמונים: כי ביום השבת, הנהגת העולם הוא ע"י כוכב שבתאי, והוא מחייב חורבן ושממה, והמלאכות שיעשו ביומו לא יצליחו. וכן אמרו בפיוטים, והצמיחה איננה מעלה וכו...
ואין ספק שהשמדות והחרבנות שהיה במלכות פולין היה על עון חילול שבתות שהיה שם..."


יעצט לאמיר זעהן וואס עס שרייבט דער מהרי"ל פוחוביצער:
"אין חילול שבת בפרהסיא גדול מזה, והם אותם המוכרים משקים לגויים בשבת בביתם או אף חוץ לביתם ע"י עצמם, כאשר נוהגים בזה היתר בכמה קהילות וישובים... והמתנצלים לומר שמוכרחים לחלל שבת משום שפרנסתם תלויה בזה, כגון שוכרי הארונדו"ת עיירות וכפרים מהמלכים ושרים... וישים אל לבו מ"ש חז"ל שרצה הקב"ה ליתן התורה לעשיו, ולא רצה כלל משום שכתיב בה לא תרצח ומחייתו תלויה בו. ואלו היה היתר לעבוד על מה שמחייתו תלויה בו, היה מקבל עשיו התורה ולא היה נזהר באותו לאו...
גם באנו להודיע להבהולים על ממונם, לחלל שבת בשביל ממון שאותו ירויח, לא יצליח בידו, כמ"ש בספר עיקרים: שביום השבת, הנהגת העולם הוא ע"י כוכב שבתאי והוא לשון חורבן ושממה, וכל המלאכות שיעשו ביומו לא יצליחו, וכ"כ בזמירות רש"ל, והצמיחה אינו עולה...
וההריגות והחורבן שהיה במלכות פולין בכמה חטאים וא' מהם הוא על חילול שבתות"


[center]~~[/center]

דער ליבאוויטשער חוקר הרב נחום גרינוואלד שליט"א ברענגט צווישן אנדערע אראפ אט די דוגמאות. רב גרינוואלד פרובירט בעיקר אויף צו ווייזן אז דער חמדת הימים איז בכלל נישט די ארבעט פונעם מחבר! נאר א פשוט'ע -- אבער געוואלדיגע -- ליקוט וואס ער האט גענאשט און צוזאם געשלעפט מכל הבא לידו און עס אריין געלייגט אונטער איין דאך. אם כל זה, דארף איך זאגן, אז ס'ווייזט זיך נאך אלטץ ארויס די גדלות פונעם מחבר, צו קענען נאכברענגן פון הונדערטע פארווארפענע ספרים און עס משזר זיין מיט זיינע רייכע מליצות פאדערט טאלאנטפולע כוחות.

דאס אז עס איז א ליקוט נפלא איז נישט רב גרינוואלד'ס חידוש, דעיס צו אנמערקן זע מיר שוין ביי א בן דורו פונעם מחבר. דער חיד"א בספרו "יעיר אזן" שרייבט אויף דער חמדת הימים אזוי: "הנה נודע כי ספר חמדת הימים עלה בקב"ץ אמרי יושר מהמפרשים והאחרונים..."

גראדע דער מחבר אליינס שרייבט אין 'ספר השבת' אזוי: "כדי שלא לבלבל דעת ההוגים בזכרון שמותיהם פלוני אומר ופלוני אומר וסידרנו אותם בלשון סתומה כמנהגינו בספרינו..."

איך מיט מיינע ברילן זע אבער דא מער ווי בלויז א ליקוט פון אנדערע. איך זע דא ריין פלאגיאריזם! ווייל מילא די ערשטע דוגמא פון די הסבר אויף תשליך, נו, ס'איז א שיינע טעם, די עיקר איז צו איבערגעבן די טעם אפגעזען וועמענס חידוש ס'איז, נו, שוין. און אפי' די צווייטע קבלה'יסטישע שטיקל וועט שוין מיטפארן. אבער די דריטע דוגמא ווי דער חמדת הימים שרייבט אז איך האב מוחה געווען אין מדינת אשכנז וכו. א זאך וואס איז געאגראפיש פאלש און בכלל נישט אקטועל לדורות, און אויך ווי ער ציטירט פון אנדערע ווי עס שטייט "מורי" און ער לייגט עס אן כאילו ס'זיינע רבי'ס כאטש זיי לעבן שוין לאנג נישט, וואס איז היסטוריש פאלש, קוקט אויס ווי ציטירן יענעמ'ס גאנצע ארבעט און זיך קרעדיטירן דערפאר. געבן א דערמאן איין מאל אז ער מאכט בלויז קאפי פעיסט איז נישט גענוג.

ס'מסתמא דא נאך גרויסע מחברי ספרים וואס פלעגן ציטירן שטיקער. אבער ס'באדארף א הסבר.


[center]צעווארפן די קארטן:[/center]
יעצט אז ס'שטעלט זיך ארויס אז דער חמדת הימים איז בלויז א ליקוט פון אנדערע, קומט אויס אז די אלע הוכחות אז עס קען נישט זיין נתן העזתי צו ר'בנימין הלוי -- וויבאלד מען טרעפט רעיונות וואס זענען געשריבן געווארן פאר זיי -- פאלן אוועק. דער פאראדאקס מיט די מרחק השנים וואס מען טרעפט אלטץ אין חמדת הימים פאלט אוועק. וויבאלד ס'קען זיין אז נתן האט בלויז ציטירט פון אנדערע ספרים.

אבער ניין! דאס חידוש אז דער גאנצער ספר איז א שיין ליקוט, שטעלט אלע טעאריעס און שפעקולאציעס אין דרעפט. גענומען די אלע פארשער און געווארפן איבערן דראנג. די אלע חשבונות און פאראלעלס וואס די אלע חוקרים ציען צו אנדערע ספרים, אדער צו זעהן ווי ער האט געלעבט דורך די מקומות וואס ער דערמאנט, אדער צו מעסטן די יארן וואס ער האט געלעבט דורך קוקן אויף וועם ער שרייבט "מורי" וכדומה, ווערט אלעס צעוואסערט. אלע חשבונות זענען אומ'רעלעוואנט, אלע אנדייטונגען זאגן גארנישט זילטש! היות ער האט ציטירט פון אלעם "מלא הטנא ושם בכליו" איז צעווארפן די קארטן.[/justify]
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

געוואגטער האסט געמאכט א געוואלדיגע ארבעט, דו באפעסטיגט ווידעראמאל די גרונטן, אז קאווע שטיבל איז אן עלעקוואנט ארט ווי חכמה און וויסנשאפט שפאצירן האנט געפלאכטן ווי ביים פאטער אין וויינגארטן, און די אנטי סיסטעם און גאסיפ סעגמענטן זענען בלויז א באשפרינקל פון דער זייט.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: דער נעפל ארום די "חמדת הימים" ומחברו.

שליחה דורך ירא שמים »

איז ביי דעם בלייבט עס אז מווייסט נישט און מקען נישט וויסן?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

~ וואס איז געווען דער מיינונג פון תלמידי בעש"ט איבער דער חמדת הימים?

~ וואספארא השפעה [אויב בכלל] האט דער חמדת הימים געהאט אויף אונזער מנהגים און תפילות?

~ ווער איז טאקע דער מחבר פונעם חמדת הימים?

~ וואס האט מען לעצטענס אנטדעקט געשריבן אינעם סידור פונעם גרויסן מגיד?

~ איז דער מחבר הספר יא געווען א שבתאי?!


אי"ה עוד חזון למועד, און עס משלים זיין אן אנדערס מאל ברוב הימים.
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:~ וואס איז געווען דער מיינונג פון תלמידי בעש"ט איבער דער חמדת הימים?

~ וואספארא השפעה [אויב בכלל] האט דער חמדת הימים געהאט אויף אונזער מנהגים און תפילות?

~ ווער איז טאקע דער מחבר פונעם חמדת הימים?

~ וואס האט מען לעצטענס אנטדעקט געשריבן אינעם סידור פונעם גרויסן מגיד?

~ איז דער מחבר הספר יא געווען א שבתאי?!


אי"ה עוד חזון למועד, און עס משלים זיין אן אנדערס מאל ברוב הימים.
מיר ווארטן מיט שפאנונג
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

שליחה דורך אלפא »

די מעלות אויסגאבע פארגאנגענע חודש (אלול) אין די תורה'דיגע ארטיקל צונעמען זיי אטע דעם נושא.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

זיבן מאל למנצח פאר שופר בלאזן איז דאכצעך אויך פונעם חמדת ימים, אפשר אין צאנז זאגט מען עס טאקע נישט, לצנות.

ס'געפעלט מיר ווי מ'מאכט א גאנצן ברייטל פונעם מחבר'ס "שבתאות" כאילו ס'איז עפעס אן offshoot פון נצרות צו וואס, איינער ווייסט וואס איז דאס דעם אזוי געפארכטן "שבתאות" בכלל? בסך הכל איז עס טיעפע תורות אין קבלה, ס'דא אסאך מהלכים אין קבלה, קבלה נבואית פון ר"א אבולעפיה, רמ"ק, אר"י, גר"א, און אויך קבלה שבתאית. קבלה בכלל האט א נאטור ארויסצורופן בייזבלוט ווייל ס'רירט אן דעם אמת אין וואס קיינער וויל נישט מודה זיין, גיי ווייס פארוואס מ'האט זיך דווקא ארויפגעכאפט אויף דעם שבתי צבי, ווען דער יעב"ץ וואלט פארשטאנען דעם אריז"ל וואלט ער אויף איהם אויך געשריגן שגץ טמא.

הכל תלוי במזל אפילו ספר תורה שבהיכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן: קבלה בכלל האט א נאטור ארויסצורופן בייזבלוט ווייל ס'רירט אן דעם אמת אין וואס קיינער וויל נישט מודה זיין .
ביטע ערקלער פאר אזא דומב-קאפ ווי איך
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:זיבן מאל למנצח פאר שופר בלאזן איז דאכצעך אויך פונעם חמדת ימים, אפשר אין צאנז זאגט מען עס טאקע נישט, לצנות.

ס'געפעלט מיר ווי מ'מאכט א גאנצן ברייטל פונעם מחבר'ס "שבתאות" כאילו ס'איז עפעס אן offshoot פון נצרות צו וואס, איינער ווייסט וואס איז דאס דעם אזוי געפארכטן "שבתאות" בכלל? בסך הכל איז עס טיעפע תורות אין קבלה, ס'דא אסאך מהלכים אין קבלה, קבלה נבואית פון ר"א אבולעפיה, רמ"ק, אר"י, גר"א, און אויך קבלה שבתאית. קבלה בכלל האט א נאטור ארויסצורופן בייזבלוט ווייל ס'רירט אן דעם אמת אין וואס קיינער וויל נישט מודה זיין, גיי ווייס פארוואס מ'האט זיך דווקא ארויפגעכאפט אויף דעם שבתי צבי, ווען דער יעב"ץ וואלט פארשטאנען דעם אריז"ל וואלט ער אויף איהם אויך געשריגן שגץ טמא.

הכל תלוי במזל אפילו ספר תורה שבהיכל.
איך מיין אז מען דארף צעטיילן צווישן שבתי צבי און זיינע נאכפאלגער א שטייגער ווי נתן העזתי, אברהם היכיני, אברהם מיכאל קרדוזו און נחמיה חיון (אגב זיין ספר 'עוז לאלוקים' איז אויף היברו בוקס!). שבתי צבי פאר זיך איז געווען א טוטאלער משוגענער וועלכע האט נישט געהאט קיין שום אויסגעבויטע שיטות נאר זיך געפירט ווי זיין מאד האט אים געהייסן (בכל מאדך כתיב). זיינע נאכפאלגער, וועלכע זענען יא געווען נערמאל'ע באזעצ'נע מענטשן האבן ערפינדן א נייע דזענער אין קבלה, 'קבלה שבתאות'. עס האט נישט קיין שייכות מיט שבתי צבי, נאר ענדערש זייער'ע תורות מסביר צו זיין לאחר המעשה זיינע משוגעת'ן (מלהד''ד צו א מענדעליסט וואס געט ארויס א ספר מסביר צו זיין זיין רבי'ס שיטות, יעדער פארשטייט אז די איי איז געקומען נאכן טשיקן).

אגב, עס זענען דא וואס זענען יא משוה קבלת השבתאים צו נצרות. א קרישקע באותו ענין: ר' יעקב עמדין (סוף ספר 'שמוש') האט אפגעמאלן ווי אזוי א שבתאי זעט אויס (די ערשטע השומרים קארטל אין היסטאריע!): דריי פערטל איד, דריי פערטל ישמאלי, און דריי פערטל נוצרי.
Screenshot 2023-10-05 012302.png
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

כרם זית האט געשריבן: שבתי צבי פאר זיך איז געווען א טוטאלער משוגענער וועלכע האט נישט געהאט קיין שום אויסגעבויטע שיטות נאר זיך געפירט ווי זיין מאד האט אים געהייסן (בכל מאדך כתיב).
דו זאגסט אזוי ווייל דו ווייסט אדער אבי לקיים מצוות וכל מאודך? :P רבי אברהם אבולעפיא האלטסטו אויך אז ער האט נישט געהאט קיין שום אויסגעבויטע שיטה? דער רשב"א באטיטלט איהם מיט'ן טיטל "טאטאלער משוגענער". און דער בעש"ט וכת דיליה זענען דען יא געוועהן "נארמאלע מענטשן"? דערמאן זיך נאר וואס שלמה מימון שרייבט אויפ'ן חצר פונעם מעזריטשן מגיד. ווייל דו פארשטייסט נישט וואס פלוני טוהט מיינט נאכנישט אז ער איז א טאטאלער משוגענער, איך פלעג אויך אמאל האלטן אויף געוויסע מיסטיקס אז זיי זענען משוגע, כ'האב מקיים געוועהן דעם לא הביישן למד און פרובירט צו פארשטיין פארוואס זיי טוען וואס זיי טוען און צום סוף האב איך איינגעזעהן אז איך בין גאר דער משוגענער. :P

מענדעלע קומט נישט דא אריין ווייל ווי ווייט איך ווייס האט ער נאך גארנישט דעליווערט פאר זיין עולם, אויב וועט ער דעליווערן עפעס וואס דו קענסט נישט דעליווערן מיט דיין הויעכשטאקיגע נארמאלקייט איז טאקע סופו מוכיח על תחילתו אז ער איז גארנישט אזוי משוגע ווי דו מיינסט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
moody
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 09, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך moody »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:זיבן מאל למנצח פאר שופר בלאזן איז דאכצעך אויך פונעם חמדת ימים, אפשר אין צאנז זאגט מען עס טאקע נישט, לצנות.

ס'געפעלט מיר ווי מ'מאכט א גאנצן ברייטל פונעם מחבר'ס "שבתאות" כאילו ס'איז עפעס אן offshoot פון נצרות צו וואס, איינער ווייסט וואס איז דאס דעם אזוי געפארכטן "שבתאות" בכלל? בסך הכל איז עס טיעפע תורות אין קבלה, ס'דא אסאך מהלכים אין קבלה, קבלה נבואית פון ר"א אבולעפיה, רמ"ק, אר"י, גר"א, און אויך קבלה שבתאית. קבלה בכלל האט א נאטור ארויסצורופן בייזבלוט ווייל ס'רירט אן דעם אמת אין וואס קיינער וויל נישט מודה זיין, גיי ווייס פארוואס מ'האט זיך דווקא ארויפגעכאפט אויף דעם שבתי צבי, ווען דער יעב"ץ וואלט פארשטאנען דעם אריז"ל וואלט ער אויף איהם אויך געשריגן שגץ טמא.

הכל תלוי במזל אפילו ספר תורה שבהיכל.
דאס אוועקמאכן גלויבונגען וואס איז אנגענימען ביי רוב ליינער דא מיט סתם שפאט אן קיין אונטערלייגע איז סתם רשעות.
איך נישט אזא בקי אין אין קאווע שטיבל אבער איך מיין אז איך האב עס שוין עטליכע מאל געזען פון דיר, פארוואס זיכסטו צו פארשווייגן ניקים וואס שרייבען נארמאל? פליז הער אויף.
ווען די ביסט ווען סתם א טראלל וואס האט נישט וואס צו ציגעבן וואלט איך פארשטאנען אבער די ביסט דאך מלא וגדיש.

איז דא איין ערענסטע חוקר וואס וואלט צוגעגליכן ש"צ צום להבדיל דעם אר"י? (אגב קבלת הגר"א, אזויווי אלע מקובלים וואס זענען געקומען נאכן אר"י, איז מער ווייניגער א דרך אין תורת אר"י)

ש"צ איז האט אנגעהויבן אלץ משיח שקר אין זיין כח איז געווען זיין כאריזמע אין דאס אפילען צום המון די "טיפע תורות" זענען נאכגעקומען, (דאס אז ער איז איז ער געווען א משיגענער שרייבט גרשום שלום) משא"כ די אר"י האט אנגעהויבן מיט דעוועלאפן א טיפע פילוסופיה וואס האט געצויגן, און ציט עד היום גרויסע מוחות
moody
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 09, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך moody »

זעה איך אז גרויסע מוחות האבען געלייקט רבה"ק'עס תגובה, האלטען זיי אויך ווי איהם?
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

moody האט געשריבן:זעה איך אז גרויסע מוחות האבען געלייקט רבה"ק'עס תגובה, האלטען זיי אויך ווי איהם?
ווייסט נאכנישט אז @מי אני האלט נישט גארנישט?
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

זעט דא אן אפהאנדלונג אויף שבתי צבי'ס מענטל העלט. זעט אויך אין די קאמאנד'ס דארט.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
פארשפארט