פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קלינטאן האט שטארק געווינען היינט, מעהר ווי עני באדי האט זיך געראכטן, ספעציעל אין אהייא האט זי שטארק געווינען, איך האב געהאפט אז ער וועט געווינען אילינוי אהייא און מיזורי אבער ליידער האט קלינטאן געווינען, ס׳זעט אויס אז רוב אמעריקאנע האבן ליב עכטע פאליטשאונס וואס וועלן זאגן איין זאך ביי די וואלן און ווען זיי ווערן עלעקטעט וועלן זיי מאכן א הויכע פארץ אין אוועל אפיס און זיך אויסלאכן פון די אמעריקענע פאלק און צוריק גיין צום אלטען! פארשטייט זיך אז איך געב נאכנישט אויף! איך האף אז ער וועט עס נאכאלץ מאכן אבער אפילו ער פאלירט די נאמענאציע האף איך אז ער וועט לויפן אין די דזשענעראל עלעיקשאון אלץ א אינדערפענדט קעגן הילערי און טראמפ דעמאלס האט ער גרעסערע שאנסן צו געווינען ווייל אסאך אינדערפענדטס און מעסיגע רעפובליקאנער וואס האבן נישט ליב טראמפ קענען וואוטן פאר אים אין די דזשענעראל. פאולס ווייזן אז ער איז שטארק קעגן טראמפ און א דזשענעראל עלעיקשאון, איך מיין אבער (כ׳בין נישט זיכער) אז ער האט צוגעזאגט נישט צו לויפן אלץ א אינדערפענדענט.

אבער איך בין שטארק אנטוישט פון די היינטיגע רעזולטס! כהאב נישט געגלייבט אז ער גייט אזוי שטארק פאלירן. איך האלט אין איין טראכטן פארוואס באדערט מיך עס אזוי שטארק? פארוואס נעם איך עס אזוי פערזענליך? אבער איך ווייס נישט די תירוץ!

איך לייג נאכאלץ גרויסע האפונג אז ער וועט געווינען קאליפארניע אריזאנא ארעגאן וואשינגטאן ניו יארק ניו דזשערזי קאנעדיקוט מערילאנד אבער די פאולס זאגן אז ער איז ביהיינד אין רוב פון די סטעיטס!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

צווישן די אלע סטעיטס וואס איז נעכטן געוועהן די וואלן (פלארידא, נארט קארליינע, אילינוי, אהייא, מיזורי,) איז דעס די רעזולטס לויט די וואוטס, דעלעגעט קאונט איז נאכנישט דא קיין געהעריגע רעזולטס דערווייל ספעציעל אין מיזורי ווי עס נאנט צו א טיי
3,700,631 קלינטאן
2,814,047 סענדארס

בערך 56% קלינטאן און 44 % סענדארס

איך האב עס אליינס אויסגערעכענט שנעלערהייט און ס׳קען זיין אז איך מאך ערגעץ א קליינע טעות אבער דעס זענען די נומבערס בערך.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

לדעתי - א ריזיגע סכום מענטשען אין אמעריקא זענען גענצליך אנטוישט פונ'ם סיסטעם. מ'האט שוין אויפגעגעבען מיט די פאליטיקאנטען, מ'קען שוין גארנישט האפען פון זיי, און מ'גייט שלאפען.
קומט צו גייען א קאנדידאט וואס מ'האלט ס'וועט מעגליך זיין אנדעריש, אולי יחוס אפשר מיינט דער אלס ערנסט, אפשר האט מען יעצט יא א האפענונג. אן אנדערע מחשבה לויפט אדורך "מעה, וואס מאכסטו זיך אזוי נעריש? גארנישט טוישט זיך נישט".
ווען מ'נעמט אן די ערשטע צד און מ'דערשטיקט די צווייטען, טוט עס שטארק וויי ווען די צווייטע קריכט ארויס און שטייט הויך זאגענדיג "איך בין אלס גערעכט! גיי צוריק שלאפען!"

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

שליחה דורך פליקער »

שבת אחים, ווען נעמסטו אויף ניחום אבלים, א פיל ווערי סארי פאר דיר, דו האסטאך אזוי פיל כוחות און מי אריין געלייגט און בעריש'ן, וואס איז נעקסט, גריידע טראמפ האט אויך געכאפט א מעכטיגן פליק, טראץ זיינע גרויסע געווינצען קען ער פארגעסן פון זעקלען זיינע נויטיגע דעלעקאטן, על כן וועט זיין חגא ביי אלעמען.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
Big Boy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 636 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל

שליחה דורך Big Boy »

פליקער האט געשריבן:שבת אחים, ווען נעמסטו אויף ניחום אבלים, א פיל ווערי סארי פאר דיר, דו האסטאך אזוי פיל כוחות און מי אריין געלייגט און בעריש'ן, וואס איז נעקסט, גריידע טראמפ האט אויך געכאפט א מעכטיגן פליק, טראץ זיינע גרויסע געווינצען קען ער פארגעסן פון זעקלען זיינע נויטיגע דעלעקאטן, על כן וועט זיין חגא ביי אלעמען.



Trump can still have enough delegates. Let's see how well he does in the Northeast. I think Cruz will do terrible in the Northeast.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

שליחה דורך פליקער »

גאר גאר שווער דאס צי באווייזן, כמעט נעקסט צי די אימעיגלעך.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פליקער, איך קען נישט דיינע מדידות ווי עס הייסט אומ'מעגליך און ווי ס'הייסט נאנט צו אומ'מעגליך. טראמפ דארף נאך האבן ארום 54% פון די איבער געבליבענע דעלעגאטן, צו דערגרייכן די נויטיגע 1237 דעלעגאטן.

דאס איז נידריגער פון לעצטע וואך מיט עטליכע פונקטן. טראמפס טשאנסען איז יעצט פון די שטערקסטע צו דערגרייכן די רעפאבליקאנער נעמאנאציע. נעם אין באטראכט קרוז'ס שווערע נאכט נעכטען, ער האט נישט געוואונען קיין איין שטאט. טראמפ האט נעכטען געוואונען מיט 40% פון די שטומען!

נאכדערציה, נעם אין קאנסידעראציע אז יעצט קומען א סך "ווינער נעמט אלע" שטאטן, ווי טראמפ האט א גרעסערע אויבערהאנט און דיסטענס פון די פארבליבענע קאנדידאטען. עס זענען דא א סך מעסיגע גרויסע שטאטן וואס קומען אין די רייע, ניו יארק, ניו דזשערזי, וואס דאס זענען טראמפ שטאטן.

און אז קרוז האט אנגעצויגן (היפש) שוואכער אין די סאוט, נו, ווי ווילסטע ער זאל יעצט סירדזשען לשמי מרום אין די מער מעסיגע winner takes all שטאטן צו כאפן די נאמאנאציע אדער לכה"פ לייגן א פולשטענדיגע בלאקאדע פאר טראמפ'ן צו די קאנווענטשן?!

טראמפ האט א באמפי ראד צום קאנווענשען, אבער גרינגער פון סיי ווען.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

פליקער האט געשריבן:שבת אחים, ווען נעמסטו אויף ניחום אבלים, א פיל ווערי סארי פאר דיר, דו האסטאך אזוי פיל כוחות און מי אריין געלייגט און בעריש'ן, וואס איז נעקסט, גריידע טראמפ האט אויך געכאפט א מעכטיגן פליק, טראץ זיינע גרויסע געווינצען קען ער פארגעסן פון זעקלען זיינע נויטיגע דעלעקאטן, על כן וועט זיין חגא ביי אלעמען.


נאך ווייט פון ניחום אבלים, איך געב נישט אויף, אונז גייען האפענטליך געווינען קאליפארניע, אריזאנא, אראגען, וואשינגטאן, אלעסקע, ניו יארק, ניו זשערזי, קאנעדיקוט, וכו׳

און טאמער נישט האף איך אז בערני וועט לויפן אין די דזשענעראל עלעקשאון אלץ א אינדערפענדענט. מ׳טאר קיינמאל נישט אויפגעבן!

אבאמא אין 08׳ האט הערשט געקלינטשט די נאמעניעשאון אין June און ער האט אויך פארלוירן בערך די זעלבע סטעיטס ווי בערני און האט דאך געוואונען אין די ענדע
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

שליחה דורך דעת תורה »

איין 'קליינע' דיפערענץ, ער האט געווינען די סאוט...
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

דעת תורה האט געשריבן:איין 'קליינע' דיפערענץ, ער האט געווינען די סאוט...


אמת, אבער ער האט אויך פארלוירן פלארידא און אהייא. ער איז נישט געשטאנען צופיל בעסער ווי בערני שטייט יעצט
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

שבת אחים האט געשריבן:
shem-tov האט געשריבן:שבת דיין סיגנעטשער איז די סיבה פארוואס א יוד טאר נישט לויפן און פארוואס אמעריקע איז פעדאפ מיט מיינאריטס. ווי קומט דא אריין די יוד אישו און בכלל זענען רוב רובו בערני שרצים שטיצער פון פארברענטע אנטי יודישע גרופעס


קודם כל איז עס נאר א וויץ. איך וואלט אפשר געדארפט צולייגן א סמיילי, איך האב פארגעסן פון Poe's law.
צווייטענס זיי מוחל און זאג וועלכע אנטי אידישע גרופעס שטיצן סענדארס? אבי גערעדט! אבי געפלאטשקעט מקוה וואסער! כהאב באמערקט שוין אסאך מאהל אז דו זאגסט סטעטמענטס וואס האט גארנישט צוטהן מיט פאקטן! איך קען דיר יעצט אויסרעכענען אן א שיעור זאכן וואס דו האסט געשריבן אויף ק״ש זייט איך בין דא און די האסט עס סתם ארויסגעקראצט פון מצה אויוויען! שרייבסט זאכן אויף א אינטערנעט פארום לויט דיינע געפילן.

די זעלבע מעשה איז געוועהן ווען איך האב געשריבן אז ווען ר׳ משהלע וויזניצער ז״ל איז געקומען צו ר׳ יואליש ז״ל אויף א באזוך און ווען סאקמערער רב האט אים געפרעגט וואס איז נייעס אין ארץ ישראל האט ער געזאגט איך ליין נישט קיין צייטונגען, האסטו דעמאלסט געשריבן אז די מעשה איז קיינמאל נישט אמת און אז ר׳ משהלע׳ס ציין האבן געציטערט ווען ער האט זיך געטראפן מיט אים! יעדער ווייסט אז די מעשה וואס איך פארצייל איז הונדרעט פראצענט אמת. איך האב עס געהערט פון צענדליגער מקורות בתוכם פון א מקור ראשון איינער וואס איז דארט געוועהן בשעת מעשה דער גבאי ואיש נאמן פונעם אמרי חיים זצ״ל הרה״ח רי איטשע דוד רעזעמאוויטש ז״ל בעמ״ס ימים מקדם, סוף ימיו האט ער געוואוינט אין בארא פארק און ער האט געדאווענט אין די מאנסי וויזניצער שול אויף 53 סטריט און איך פלעג אסאך שמועסן און פארברענגן מיט אים יענע צייטן. איך האב עס אויך געהערט פון מיין טאטען זז״ג ווען איך בין נאך געוועהן א קליין בחורל און איך האב עס געהערט פון סאטמערע חסידים אויך.

דעס איז נאר איין משל ווי דו האסט נישט קיין שום פראבלעם אויפצומאכן א מעשה אן קיין שום דעקונג און לייקענן פאקטן און היסטאריע.
יעצט זיי מוחל זאג מיר איין גרופע וואס זענען אנטי-אידן וואס שטיצן סענדארס? האסט נאך די חוצפה צו זאגן אז ״רוב זיינע שטיצערס זענען אנטי אידן״ ! ממש רוב ?אפשר פארמישסט דו דיך מיט דאנאלד טראמפ וואס די KKK שטיצט אים! ווען סענדארס זאל הערן אז א אנטי-אידישע גרופע שטיצט אים אדער אנטי עני אנדערע מינארטי וואלט ער זיי געזאגט אז ער דארף נישט זייערע שטיצע, ס׳דערקענט זיך אז דו הייבסט נישט אן צו וויסן ווער בערני סענדארס איז, נאר וואס דען ס׳געפעלט דיר נישט אז א פרייע איד לויפט פאר פרעזידענט איינער וואס שטיצט שטארק די ענווייערמענט און איז שטארק פאר געי רעכטען און איז צו לינק פאר דיר מאכסטו אויף מעשיות אויסגעזויגן פון פינגער, אפשר דארף איך דיר דן זיין לכף זכות עפטער אלל ביסטאך א קרית יואל׳ער -דעס איז די חינוך וואס דו האסט באקומען ליידער


וועל איך דיר נאר ענטפערן בקיצור.
לייג טאקע צו א סמיילי צו דיי סיגנעטשור ווייל סאיז צי אן ערענסטע נושא צו מאכן דשאוקס דערפון.

לגבי דיין מעשה מיט רבי משהלע ע"ה (איך ווייס נישט ווי סקומט דא אריין) האב איך דיר שוין אמאל מסביר געווען אז סאיז א פשוטע וויזשניצע פאנטאזיע וואס האט קיינמאל נישט פאסירט. רבי משהלע האט גאר שטארק איינגעפאקט אין די ד' אמות פונעם רבין ז"ל כידוע.

און וועגן בערניס חסידים איז א דבר ידוע אז ער האט ארום זיך די אלע אנטי אנטי אנטי אנטי און אויך אנגעשוואלענע אנטי סעמיטיזם ארום זיך אזש די הויפט שלש סעודות ניגון אין בערניס הויף איז א שרעקליכע ראסיסטישע ניגון. (וואס כוועל דיר באלד ארויפשטעלן) און אויב פארשטייסטו דאס נישט זייט אייך אביסל מער מתבונן אין זייערע מעסעדשעס.

באמת אבער זענען סיי טראמפס מענטשן און סיי בערניס מענטשן א שטיק אנטי אלעס ובתוכם אנטי יודן ליידער, די חילוק איז נאר אז טראמפס מענטשן האבן כאטשיק ליב די יונייטעד סטעיטס און בערניס חברה האבן דאס אויך פיינט
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

דא האסטו די סאנג וואס דשיל סאבול, א געוועזענע פאפ סטאר און פון די פארברענטסטע בערני שטיצער האט געמאכט און זי זינגט דאס סטעדי ביי זיינע ראליס ימ"ש



Remember the Garden of Eden
Before Eve hung out with that snake?
You could walk down the street
And not worry about thieves
All the kids could go trick or treating
Then those foreigners started comin’ in
Like those Germans in 1790
Then the Irish arrived, the potato blight
The neighborhood started changing
Life was better
We lived right
Life had a paler shade of white
When they say we want our America back
We want our America back
Well what the f*** do they mean?
Before there was Ellis Island
And that statue we got from the French
And that’s whore’s still alerting
The strangers she’s flirting
Inviting them into our beds
The Guineas, the coolies, the wetbacks, the Jews
The gays and the terrorists
And who let in that woman looks after my kids
And the one who is cleaning my nest
Life was righteous
Life was clean
Send them back including me
When they say they want our America back
What the f*** do they mean….
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

לגבי דער רעוואלוציע פון בערני סאנדערס.
אפילו ווען היל"ת ס'געלונגט איהם נישט, מ"מ דארף מען ארבעטען אויף זיין יסודות.
דער קארופציע פון קארפארטיס"ם איז אומעטום, און מ'קען און מ'דארף עס באקעמפען לאקאל אין יעדער שטאט, דארף און געגענט אין אמעריקא. ווען וואלמארט קומט צו א שטאט און מ'גיבט זיי הנחות אויף שטייערן ווייל אויב נישט גייען זיי צום נעקסט'ן שטאט, מ'בויט זיי געסער אומזיסט, געבויט אויף א כלומר'שט בענעפיט פון האבען אזא געשעפט אין געגענט אויסצוליידיגען אלע אנדערע געשעפטען, דארף מען עס לאקאל באקעמפען.
דער קאמפיין זיינער זאל זיך עוואלווע"ן אויף אן אנטי-קארפאראטיזם באוועגונג און פארטיי.
ולה' הישועה!

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

shem-tov האט געשריבן:דא האסטו די סאנג וואס דשיל סאבול, א געוועזענע פאפ סטאר און פון די פארברענטסטע בערני שטיצער האט געמאכט און זי זינגט דאס סטעדי ביי זיינע ראליס ימ"ש



Remember the Garden of Eden
Before Eve hung out with that snake?
You could walk down the street
And not worry about thieves
All the kids could go trick or treating
Then those foreigners started comin’ in
Like those Germans in 1790
Then the Irish arrived, the potato blight
The neighborhood started changing
Life was better
We lived right
Life had a paler shade of white
When they say we want our America back
We want our America back
Well what the f*** do they mean?
Before there was Ellis Island
And that statue we got from the French
And that’s whore’s still alerting
The strangers she’s flirting
Inviting them into our beds
The Guineas, the coolies, the wetbacks, the Jews
The gays and the terrorists
And who let in that woman looks after my kids
And the one who is cleaning my nest
Life was righteous
Life was clean
Send them back including me
When they say they want our America back
What the f*** do they mean….

איר קענט טאקע נישט כאפן דעם דיפערענץ ציווישן דער ראסיסט און דער אנטי-ראסיסט?
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

פון ווייסטו אז די מעשה מיט ר׳ משהלע איז נישט אמת? ביסט דארט געוועהן?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שם טוב
האסט געזאגט רוב בערני שטיצער זענען אנטי אידישע גרופעס, איך ווארט נאך אלץ זאלסט מיר אנווייזן איין גרופע??? איינס? דו זאגסט רוב איך בעט איינס?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ס׳געפעלט מיר ווי די שרייבסט ימ״ש אויף בערני סענדארס, נעבעך! אדער ביסטו סתם א טראל אדער ביסטו זייער אומוויסנד! דו הייבסט נישט אן צו וויסן ווער בערני סענדארס איז! אפילו די גאר רעכטע קאנסערוועטיוון אין וואשינגטאן וואס אגריען נישט מיט אים הייבן אויף די היטל פאר אים! איך גיי מיך נישט טעהנן אהין און צוריק מיט דיר ווען די שרייבסט זאכן געבעיסט אויף לופט... און לייקעננסט אפענע פאקטן, ר׳ משהלע האט יא געזאגט פאר סאטמארע רב איך לייען נישט קיין צייטונגען! ווילסט לייענען פאקטן go ahead! אבער נישט אויף מיין פיקל, זיי געזונט. גלייב וואס דו ווילסט, און שריי ״פוי״! ״ימח שמו וזכרו״!!! ווילאנג דו ווערסט הייזעריג! דעס האט מען דיך ליידער אויסגעלערנט אין סאקמער צו לייקענען פאקטן און שרייען פוי!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

שבת אחים האט געשריבן:פון ווייסטו אז די מעשה מיט ר׳ משהלע איז נישט אמת? ביסט דארט געוועהן?


נאכן ליינען איבער דיינע פערזענליכע צרות אין אן אנדער אשכול האלט איך דיך באמת פאר א צדיק און גיי מיך בל"נ מיט דיר מער נישט קריגן און אוודאי נישט וויי טאן איך האלט די בוסט גאר א פיינער מענטש און א בר שכל, אבער מארגן וועל איך דיר פרובירן מסביר זיין עטליכע נקודות איבער סענדערס, בעיקר אז ער איז בלויז געשטיגן צוליב די שרעקליכע שנאה וואס אלע האבן קעגן די אומבאלומפערטע הילערי
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

די יונג טורקס געבן נישט אויף! יעיס בעבי! בערני גייט צום סוף געווינען! די אמעריקענע פאלק זענען נישט אזוי נעריש! (האפענטליך :roll: )
https://www.facebook.com/TheYoungTurks/ ... 764349205/
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שם טוב, אין אמתן אריין פארוואס ווערסטו אזוי פערזענליך אפפענדעט און באליידיגט פון די מעשה פון ר׳ משהלע מיט סאטמערער רב ז״ל? לאמיר פארגעסן צי ס׳איז יא אמת צי נישט, ר׳ משהלע ז״ל כבודו במקומו מונח האט בכלל נישט געמיינט דא זיך צו מתחצף זיין צו סאטמערער רב, ער האט עס געזאגט מרוב תמימות! ער האט אין זיין לעבן נישט געלייענט קיין צייטונגען ער האט גארנישט געוואוסט חוץ לערנען! באמת! איך בין נישט קיין גרויסער חסיד פון אים אבער מיין טאטע האט געוואוינט אין שיכון ויז'ניץ און מיין טאטע איז געוועהן זיין הויז בחור פאר א שטיקל צייט, און ער האט מיר פארציילט מעשיות פון זיין תמימות אז דו וועסט זיך קוילרען פאר געלעכטער. באמת! ער איז תמים! ס׳איז נאר פונקט גיט אויסגעקומען ווייל ווען סאטמערער רב ז״ל פלעגט פרעגן א רב וואס שטיצט אגודה וואס איז נייעס אין ארץ ישראל האט עס געווענטליך געמיינט אז יעצט גייט מען רעדן וועגן ציונית און ר׳ משהלע חוץ גמרא האסטו ממש גארנישט געקענט רעדן מיט אים האט ער גענטפערט ברוב טיפ**תו איך ליין נישט קיין צייטונגען.די ענטפער וואלט מעהר געפאסט פאר זיין איידעם דער היינטיגער בעלזער רב זז״ג און באמת סמאכט נישט דיין רבין קלענער אדער גרעסער אפילו ווען ר׳ משהלע למשל וואלט זיך דירעקט מתחצף געוועהן צו אים! כבודו בממקומו מונח! פארשטייסט מיין שאלה?

איך געדענק ווען איך בין געוועהן א קינד און מיין טאטע איז געוועהן אין א קאנטרי מיט פול סאטמורים און איינמאל האט עפעס איינער ביים לייענען זיך אנגערופן צו מיין טאטען דיין רבי ר׳ חיים מאירל זצ״ל איז דאך געוועהן א ציוני! מיין טאטע איז געווארן רויט און אועפגערעגט עד לב השמים, ער האט אים כמעט נישט גענטפערט אבער ער איז געוועהן אזוי אועפגערעגט און ברוגז אז מ׳האט געזאגט א ווארט אויפן העליגען אמרי חיים זצ״ל! ממש ווי איינער וואלט גערעדט אויף גאט אליינס! פארוואס ? ווייל עפעס א שמויגער האט געזאגט אז ער איז א ציוני? פארדעם בלאזטו צוויי שעה? און לאמיר זאגן אז ער איז יא א שטיקל ציוני איז וואס? ער מעג נישט האבן קיין אנדערע שיטה ווי דער סאטמערער רב ? ער האט נישט די זעלבע לייסענס צו זאגן זיין שיטה און זיין מיינונג אין אידישקייט פאר זיינע חסידים?

היינט ווען איך קוק צוריק אויף דעם טראכט איך וודפ? איך האלט שטארק פון דעם אהבת ישראל זצוק״ל קענסט זאגן וואס דו ווילסט אויף אים איך געב נישט קיין שי״ן ווייל איך ווייס אז ער האט ליב געהאט יעדע איד מעהר ווי זיך אליינס!!! און בד״וו דיין רבי דער סאטמארער רב ז״ל האט אויך געהאלטן פונעם אהבת ישראל זצוק״ל ער איז אפילו יונגערהייט געקומען צו אים אויף א שבת, ווייסט דערפון? אזוי האב איך געהערט פון ר׳ מאטעלע זז״ג, ווער האט נישט געהאלטן פונעם אהבת ישראל ? א חכם מחוכם וואס האט זיך אויסגעארבעט יעדע מידה און זיך מכניע געוועהן פאר יעדע קליינע קינד, איין שטיק הארץ געמישט מיט הומאר און חכמה! די אלטע סקלענע רבי זצ״ל פלעגט זיך אויפשטעלן ווען ער האט גערעדט אויפן טעלעפאן מיט ר׳ מאטעלע זז״ג, מ׳האט אים אמאל געפרעגט פארוואס האט ער געזאגט ״ פארדעם אלעינס ווייל ער איז א עיניקל פון ר׳ ישראלטשע און ער געיט אין זיינע וועגן״.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

די פארמעסט אויך די רעפובליקאנער זייט
IMG_20160317_204359.jpg

און אויף די דעמאקראטישע זייט.
IMG_20160317_205012.jpg
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

סטוט זיך א געסטאראשעריי פון אייסעס אנטעקן עטליכע צוואנציג פאליס לייט אין מיניסודא זיי האבן ארויסגעגעבן עפעס א ליסטע פון זייערע נעמען אז זיי זאלן זיך היטן די ביינער. אין אנדערע נייעס טראמפ׳ס זון האט באקומען סטראשנונג בריון מיט ווייסע פאודער אין זיין אפארטמענט אין מאנהעטן, מ׳פארשט יעצט צו ס׳איז פון די שעדליכע סחורה אדער ס׳איז סתם חרוסות מיט זאלץ וואסער. זיי באשולדיגן די מיסטעריזע גרופע "Anonymous" וואס ווערט געפירט מסתמא דורך אפאר ראציגע היפיסטער קאמפיוטער העקערס( און מסתמא אידן לדעתי).

בקיצור די וועלט ווערט מעהר און מעהר משוגע! עלקעקטס בערני סענדארס פאר ס׳איז צושפעט, געדענקט איך האב אייך געווארענט!

http://www.telegraph.co.uk/news/uknews/ ... Trump.html
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
יעלה ויבא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:51 pm
האט שוין געלייקט: 1997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

שליחה דורך יעלה ויבא »

בילד

Sent from my LGLS990 using Tapatalk
פארשפארט