פורים, ווערן גאולה אידן

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

פורים, ווערן גאולה אידן

שליחה דורך געוואלדיג »

אסאך גזירות האט השי"ת גוזר געווען אויף די מענטשהייט, ווי למשל כי עפר אתה ואל עפר תשוב, אדער בזיעת אפך תאכל לחם, אדער והוא ימשול בך אא"וו, אזוי אויך זענען דא גזירות אויף ספעציעלע חלקים פון די מענטשהייט, ווי למשל ארור כנען עבד עבדים יהיה לאחיו, אדער אויף נשים בעצב תלדי בנים.

און אויף די אידן איז חוץ פון די מצוות אויך דא געוויסע גזירות, ווי למשל למה נקרא שמו סיני שמשם ירדה שנאה לעולם אא"וו, אבער פארשטייט יעדער אז די גזירות מיינט נישט אז מען איז מחויב צו טוהן וואס מער צו מקייים זיין די גזירה, און צוליב דעם למשל נישט גיין ארבעטן אויף צו פארגרינגערן די גזירה פון בזיעת אפך, אדער יעדער כנעני דארף זיך אנשטרענגען צו ארבעטן ביי איינעם, נאר עס איז פארשטענדליך אז עס מיינט אז השי"ת האט דאס מטביע געווען אין די טבע, ווי למשל אז א פרוי וועט האבן קינדער מיט צער, אבער עס איז קיין פראבלעם זי זאל נעמען געוויסע זאכן אדער טוהן געוויסע פעולות צו פארגרינגערן איהר צער, אדער דער כנעני איז נישט מחויב צו זוכן אז א איד זאל איהם הרג'ענען, וכו' וכו'.

אבער ביי איין גזירה זענען געווען געוויסע אידן וואס האבן דאס יא ארויסגעלערנט אויף אזא וועג, און דאס איז די גזירת הגלות.

השי"ת האט אונז אין גלות געשיקט און גוזר געווען אויף אונז אפאר גזירות וואס זענען באקאנט כהיום מיטן צונאמען שלש שבועות, אבער די אידן האבן גענומען די גזירה אביסל צו ווייט. געוויסע האבן ארויסגעלערנט אז דאס מיינט אז מען דארף זעהן צו מרבה זיין די הרגשת הגלות, צו דורך טאנצן מה יפית צום פריץ, אדער נאכלויפן יעדע משוגעת פון די גוים, אדער זיך מוסיף זיין א הרגשה פון מושפל זיין א נעבעך, און השי"ת וויינט שוין אויף דעם על גאוותן של ישראל שניטלה מהם, נישט גענוג וואס זיי זענען אין גלות אוי להם לבנים שגלו משולחן אביהם זענען זיי נאך מוסיף אויף דעם שפלות און צוקלאפטקייט, און השי"ת וויינט נפלה ביסט געפאלן מיילע, אבער לא תוסיף לייג נישט צו, פאל נישט מער.

און דאס התנהגות האט צוגעברענגט אז די גאולה איז געווארן שווערער, ווייל אזוי ווי נאך די קריג ווען מען האט געגעבן פאר די אידן צו עסן פעטע מאכלים האט זייער מאגערע און אויסגעדארטע מאגן דאס נישט געקענט פארנעמען און אסאך זענען נעבעך אוועק צוליב דעם, אזוי אויך האט די אידן'ס צוקלאפטע הרגשה גורם געווען אז די גאולה פון גלות בבל איז געווארן שווערער, ווייל חוץ פון די עצם גלות האט מען מוסיף געווען צוקלאפטקייט על צוקלאפטקייט, אזוי אז די אידן וואלטן נישט געקענט סובל זיין די אור הגאולה, ווי מען זעהט טאקע אז אפילו ווען השי"ת האט שוין מכריז געווען ענווים הגיע זמן גאולתכם זענען רוב כלל ישראל געבליבן אין גלות און נישט ארויף קיין א"י, זיי האבן פשוט נישט געקענט סובל זיין דעם אור הגאולה, און צוליב דעם איז דער בית שני נישט געווען אויף די מדריגה פון בית ראשון, ווייל די אידן זענען געווארן צו מושרש אינעם גלות אז זיי וואלטן נישט געקענט פארנעמען די התגלות.

און דאס איז געווען די מחלוקת פון מרדכי מיט כל ישראל. מרדכי האט גע'טענה'ט צו די אידן, וואס לויפסטו נאך דעם קעניג, וואס פילסטו ווי דו דארפסטו איהם כסדר לעקן און געפעלן, ווען ער הייסט ווען אז יעדער מוז קומען החרשתי, אבער ער האט נישט געהייסן, נישט באפוילן, נאר סתם געלאדנט, אבער דו ביסט דאך דער עם הנבחר, וואס ביסטו געקלאפט ביי דיר אז דו מוזט ווייזן לעיני כל העמים והשרים אז דו ביסט ציוויליזירט און נארמאל, פארוואס מיינסטו אז אויב וועסטו נישט גיין וועט דיר עפעס פעלן, פארוואס מוזטו כסדר פראבירן געפעלן, דו ביסט דאך נישט ווי זיי, דו ביסט נישט מער ווי א פרעמד געוואוקס וואס איז דערווייל אויף א פרעמד לאנד, אבער דארפסט נישט ווערן א טייל פון זיי און א חלק פון זיי, ווייל ביסט דאך טאקע נישט ווי זיי, און וויפיל דו ווילסט וועסטו אלס בלייבן א פרעמדער, לכה"פ טראג דיין אידענטיטעט מיט שטאלץ און נישט ווי א נעבעך וואס מען כאפט ביי זיין דורכפאל.

און דערפאר איז די גזירה יעצט נתגלגל געווארן אויך מפני שהשתחוו לצלם, ווייל דעמאלטס איז מען טאקע געווען געצווינגען, אבער יעצט האבן די אידן געוויזן א איבריגע אבסעסיע פון צוקלאפטקייט עד כדי עובר זיין אויף די ווערטער פונעם מנהיג הדור און גיין צו די סעודה, דער עיקר צו צופרידן שטעלן דעם קעניג, איז אוועקגעפאלן די טענה פון די אידן אז זיי זענען געווען געצוינגען, ווייל אפילו ווען מען צווינגט זיי נישט פראבירן זיי וואס מער צו זיין גלות אידן, דער נביא האט טאקע געווארנט די אידן כלי גולה עשי לך, אבער ווען עס איז געקומען דערצו האט מען - טאקע אביסל צו שפעט - נישט נאר זיך געמאכט כלי גולה נאר געווארן איין שטיק גלות.

איז די נס אונז געקומען ווייזן אז כדי די גאולה זאל קענען קומען, כדי דו זאלסט קענען ווערן אויסגעלייזט, מוזטו מאכן א הכנה, מוזט זיך גרייטן צו קענען פארנעמען די גאולה און די אורות וואס קומט מיט דעם, און טאקע דורך דעם מרדכי וואס האט נישט פארלוירן זיין אידישע גאווה, וואס איז געבליבן שטאלץ מיט זיין א איד און זוכט קיינעם צו געפעלן, טאקע דורך איהם איז געקומען די ישועה. דאס איז געווען א לימוד פאר די אידן דעמאלס פאר די גאולה פון גלות בבל, און עס איז א לימוד פאר אונז אין אלע דורות און בפרט היינט בעיקבתא דמשיחא, דער יו"ט פורים קומט אונז לערנען דאס נישט מוסיף צו זיין אויפן גזירת הגלות.

אויב זענען אונז אין גלות איז דאס בכפיה, נישט פון אונזער רצון, און אונז זאלן נישט מוסיף זיין אויף דעם קיין צוקלאפטקייט און נעבעכדיגקייט, ווען אונז זענען אין גלות איז אונזער גוף אין גלות אונזער מצב איז אין גלות, אבער אונז זענען נישט אין גלות, אונז זענען ווי פארשטייער פונעם גלאררייכן אמאל ווי א גלות רעגירונג, ווי שטערן אפפאל פון די לבנה אבער נישט קיין אנדערע מציאות, לאמיר טוהן ווי דער מדרש זאגט אויפן פסוק תנו עוז לא-לוהים, אז ישראל מוסיפין כח בפמליא של מעלה, לאמיר צוליייגן א האנט צו די עבודה פון די גאולה מיט ארויסנעמען די גלות פון אונזערע הערצער און מח, לאמיר אלע צוריקנעמען אונזער שטאלץ און אונזער גאווה, אונז זענען נישט קיין געקלאפטע פאלק אונז זענען נישט קיין גלות אידן נאר אידן אין גלות.

לאמיר לערנען דעם לימוד פון יו"ט פורים און געדענקען צו מאכן די ריכטיגע הכנה צו די גאולה דורך זיך אנגרייטן צו קענען פארנעמען די ריכטיגע התגלות און אורות פון די גאולה, אז השי"ת וויינט זאלן אונז אנשטאט צו מיטוויינען מיט פארלייגטע הענט לאמיר זיך לערנען וואס השי"ת וויל אונז לערנען און טוהן דעם התנערי מעפר קומי, אפילו אויב ביסט נאך אין די זאמד מיינט דאס נישט אז דו דארפסט ליגן אין דעם אינגאנצן פארשמירט, קענסט רוהיג שטיין דערין במלוא תפארתך, אונז וועלן אלע אינאיינעם דעם פורים מאכן א הכנה צו די גאולה זיך צו צוגעוואוינען צו קענען פארנעמען אורות און ארויס גיין פונעם גלות העצמי, און לאמיר האבן א שמחת פורים און א שמחת תמיד, אמן.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: פורים, ווערן גאולה אידן

שליחה דורך מפוזרי »

גוט געזאגט. וכבר האריך בזה רבינו בר כוכבא.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ריכטיג, געשריבן געווארן אויפן זעלבן מהלך.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: פורים, ווערן גאולה אידן

שליחה דורך מפוזרי »

@ונבנתה ;דו רעדסט פון דעם טייל אז גלות קומט בע"כ, שלא על מנת לקבלו בתופים ומחולות. איבער דעם מאדנעם קלעפעכץ צום גלות און עס נאך אריינטייטשן אינעם ציפית לישועה האריך בר כוכבא כאן
viewtopic.php?t=10173
וכאן viewtopic.php?t=10163
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
פארשפארט