לאמיר לערנען "קול מבשר", שמעו ותחי.

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

לאמיר לערנען "קול מבשר", שמעו ותחי.

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אין די צייט דו האסט נעכטען נאכט אנטייל גענומען אינעם יערליכע חנוכה משפחה פארטי --- מיט דאנקבאר אויסדרוק האסטו איבערגענומען און דערנענטערט צו זיך דאס עסנווארג וואס דיין שוועסטער, מיט די הילף פון אירע קליינע ריינע נשמה'לעך (אבער שמוציגע הענטעלעך), האט אזוי קריעיטיוולי אהערגעשטעלט; געשלינגען האסטו מיט הנאה א גלעזל קאלטע-פרוכט-געטראנקט פריידי האט צוריבען במו ידיה; און פארשטייט זיך, מיט צוויי אויגן האסטו זיכער געמאכט אלע שוואגערס און ברידער זענען טועם פון די ניס-דריידל דיין אשת חיל האט אזוי הערליך פרעזענטירט אין צענטער פון טיש --- האב איך געלערנט קול מבשר.
ג ע ל ע ר נ ט ק ו ל מ ב ש ר ? !
יא! – נישט נאר געלערנט, נאר אפילו געלאכט, געשמייכלט, און צומאל זיך געהאלטן ביי די זייטן.
איך וועל מיט אייך טיילען וואס כ'האב נעכטען נאכט קונה געווען. (ויהא זה לכפרתי על מה שנכשלתי לאחרונה – היה, אבל לא תהיה עוד – בקריאת תגובות לא נקיים מניקים שלא ינקו מדינה של גיהנום)
אויף HebrewBooks.org און אוצר החכמה צוזאמען (יש בזה מה שאין בזה, ויש בזו מה שאין בזו) זענען פארהאנען 16 ספרים מיט די נאמען "קול מבשר" (איין ספר ערשיינט 2 מאהל, צום ערשט אונטערן נאמען "קול מבש"ר" ושוב שנית אונטערן נאמען "קול מבשר". (מ'דארף נאר צולייגען צוויי כפרה פיסלעך, און דיין לייברערי פארמאגט נאך א ספר. בדרך רמז: איין מאהל כרפס אין זאלץ-וואסער. וי"ל, כרפס מלשון כפרה, כשמטבילים אותה לתוך מבש"ר, הספר הזה שתי פעמים)
לאמיר דורכבלעטערן איינס ביי איינס.
פון דא אין ווייטער האב איך געשריבן נעכטען נאכט. איך בין היינט אויפגעשטאנען שפעט, ע"כ פאוסט איך זיי יעצט.

(1)
פאר פוליש-חסידיש אידן איז באקאנט די ספר "קול מבשר", לקט מתורתו של הצדיק רבי שמחה בונם פון פשיסחא. א ביוגרפיה איבער דעם צדיק איז איבריג דא.
ארויסגעקומען בשנת תשנ"ה, דורך ר' יהודה מנחם בוים. באשטייט פון צוויי בענדער, איינס אויף "תורה נביאים וכתובים" (232 עמודים על התורה, 22 עמודים (רל"ה ביז רנ"ו) פון יהושע ביז צפניה, 50 עמודים (רנ"ז ביז ש"ז) אויף "תהילים", און נאך 27 עמודים פון משלי עד הסוף – דברי הימים). (כ'האב פשוט געוואלט אויסרעכענען צו די ספר איז על התורה אדער אויף "תנ"ך". ודו"ק) די צווייטע באנד איז אויף "ש"ס, תנא דבי אליהו, ווערטער, ועוד". (88 עמודים אויף גמרא'ס. 24 עמודים אויף תנד"א, און נאך 124 עמודים פון "ווערטער" און פארשידענס. די ספר ציעט זיך ביז עמוד "רסי" (270) נישט מיין טעות, אזוי שטייט דארט.

דעם נאמען פון ספר "קול מבשר" האט דער מלקט קורא געווען צוליב די רמז: מ'ורנו ר'בנו ש'מחה ב'ונם. פארשטייט זיך, די רעיון פון דעם נאמען איז נולד געווארן בעקבות א פריעדיגע חיבור פון תורת ר' שמחה בונם מיטן נאמען "קול שמחה" (פיוטרקוב תרס"ג).

דער גור'ע רבי, ה"לב שמחה", האט מייעץ געווען דעם מחבר צוצולייגען צום ספר'ס נאמען די ווערטער "ליקוטים חדשים". און ווי איך פארשטיי איז זיין כוונה געווען אז די מעיינים זאלן וויסען אז דאס איז א "נייע ליקוט", דהיינו, ער ברענגט פון מקורות וואס פריערדיגע מלקטים האבען נישט געהאט (עכ"פ אזוי טענה'ט דער מו"ל). אבער דער מוציא לאור גופא איז גרייט צו שווערען אז ס'איז דא גאר א טיפע כוונה אין רבי'נס ווערטער. און טאקע ווי די נסוח אויף קול מבשר גייט, גייען מיר יעצט אריבער צום מחבר, מיר גיבען אים איבער דאס ווארט:
ואני בטוח כי מרן אדמו"ר [שליט"א] זצ"ל בחר בשם נוסף ליקוטים "חדשים", כי המלה "חדשים" בגימטריא "שמחה" (ויו"ד מתחלפת באל"ף בצירוף אי"ק).

(איך וואלט דאס מגיה געווען אזוי "(שליט"א) [זצ"ל]". ווייל ווען ער האט דאס געשריבן במהדורה ראשונה איז געשטאנען שליט"א, יעצט אז דער רבי איז שוין נישט בין החיים, איז מען מוסיף [זצ"ל] און מוחק (שליט"א).)

חנינא שיף, די גור'ע גבאי, ז"ל, האט איבערגעגעבן פארן מוציא לאור, בכתב ידו, דאס נוסח וואס די רבי האט געוואונטשען "דער אייבערשטער זאל העלפען עס זאל זיין מיט הצלחה" (אבער אין בדפוס שטייט די ברכת קודש פון 8 ווערטער מיט 4 שינוים: דער אייבישטער זאלל העלפען ס'זאלל זיין מיט הצלחה")
דער מו"ל האט אויך באקומען א געשריבענע הסכמה פון די ראש ישיבה ר' פנחס מנחם (הגאון ר' שאול'ס טאטע). און היות די ספר איז ארויסגעקומען ווען דער ראש ישיבה איז שוין געווען רבי, האט ער געמוזט פרעגן רשות צו ער מעג דרוקען די הסכמה. – אזוי איז משמע. ווייל אויב נישט פארשטיי איך נישט די נוסח אונטער'ן הסכמה: נכנסתי לקו"פ ("קודש פנימה" אדער "קוויטל ופדיון"? אולי "לקאווע און פיצצא"?) עם גליונות מודפסים של הספר הזה, ואדמו"ר שליט"א ברך אותי ואמר שרשותו ניתנת לי להדפיס את הסכמתו מיום ב' חקת תשמ"ח.

און יעצט עפעס א ווארט. חלק ב' עמוד רמ"א: לעולם יהא אדם ירא שמים בסתר. פירש הרבי ר' בונם זי"ע: 'לעולם' – כלפי כל ה'עולם' – יהא אדם, צריך להיות בן אדם, ושימצא חן בעיני ה'עולם'. אבל – ירא שמים – צריך להיות בנסתר. ודפח"ח. (מקור: שיח שרפי קודש – ליועץ קים קדיש ראקאץ פון פרשיטיק - ח"א אות כ"א). – איך פלעג אלץ מיינען אז דיזע ווארט שטאמט פון די משכילים (און איך האלט נאך אלץ אזוי) וואס האבן פראקלאמירט "היה יהודי בביתך וגוי בצאתך". עכ"פ אויף למעשה זעה איך נישט אז חסידים – בפרט די וואס פארופען זיך פולישע חסידים – זאלן אויסקוקען 'בעיני העולם' ווי אן 'אדם' וואס זיין הויזן איז נישט אריינגעצווינגען אין שמאל-געפאסטע זאקען.
(געזעהן דארט אויך קדושה/טומאה ענינים, וואס מאנכע רופען "שארף!")

(2)
קול מבשר (לייפציג תרי"ג. 14 עמודים)
מחבר: יהודה בכמו"הרר שלמה חי אלקלעי ה"י ס"ט.
מענין לענין איבער ביאת משיח וקיבוץ גליות. ער הייבט אן מיט א מחאה נגד די רפורמער וואס האבן משמיט געווען עניני ירושלים וגאולה פון נוסח התפילה. ער טענה'ט אז בריטנייה וועט זיין דאס ערשטע צו העלפן אידן עולה זיין קיין ירושלים (נבואה על הצהרת בלפור בשנת 1917?)

געפלאנט האב איך צום נעקסטן קול מבשר, אבער ס'האט מיר אביסעל אויסגעקוקט מאדנע, אלקלעי ס"ט, דרוקט ספרים אין לייפציג? האב איך געמאכט א חיפוש און איך בין, ווי תמיד, געוואויר געווארן אז די טיפה וואס איך ווייס דערווייל, קומט פון אסאך אסאך א גרעסערע ים מיין רבי אין חדר האט מיר געלערנט.
ער איז געווען די רב פון א קליינע ספרדישע קהילה אין זמלין, וואס איז אין סרייבו (א טייל פון אלט יגוסלביה). איז אזוי, דער איד, ר' יהודה אלקלעי, א תלמיד פונעם בעל "פלא יועץ", האט אין "דער איד" נישט געקענט אריינלייגן קיין ארטיקלען. ער איז געווען פייער פאר מצות ישוב ארץ ישראל, דאס ערשטע ספר אין די סעריע פון "כתבי יסוד של הציונות הדתית" דורך מוסד הרב קוק איז "כתבי הרב יהודה אלקלעי" צוויי בענדער. ס'דא דארט א בילד פון אים ער האט א לאנגע בארד, בד"וו. (סאו? עשו האט אויך געהאט!), אין כרך ב' האבן זיך די קוק'ניקעס דערקייטעלט עד כדי אריינצושטעלן א בילד פון אים מיט זיין ווייב, משנת תרל"ג. לויף נישט, כאפ נישט. ס'שווארץ-און-ווייס.

די צוויי בענדער ערהאלטן לענגערע און קלענערע קונטרסים, קול קורא'ס און מכתבים וואס ער האט זיך גע'בריוו'ט מיט עסקנים און רבנים, צווישען זיי סיר משה מונטיפיורי. ער דערמאנט כסדר די באקאנטע גאון רבי צבי הירש קאלישר, פון די גדולי העסקנים למען מצוה יקרה זו שאיזה חוגים דשים בעקבם הגסה.
כנוסח הספרדים (איידער די עקשטיין ערא. פארגעסן צו-צולייגן "אחינו בני ישראל הספרדים") שרייבט ער אסאך לשונות פון פסוקים, רמזים און קבלה ענינים אלעס ארום ארץ ישראל. ס'איז גראדע אינטערסאנט צו ליינען צווישען די שורות דאס התעוררות פאר ארץ ישראל וואס האט געהערשט אין ריעל-לייף.
(ס'נישט דא אות"ו מקו"ם, אבער בהער"ה בעלמא (חזיר דו איינער, אלץ מיינסטו איך מיין עפעס שמוציג). ס'נישט אינגאנצען ריכטיג דאס וואס די היינטיגע ציונים-דתיים נוצען די נעמען פון פריערדיגע גדולים וואס האבן געקאכט למען ישוב ארץ ישראל צו בויען זייער מהלך כהיום הזה. צווישען קאלישער, אלקלעי, מוהליבר, טייכטל ועוד און קוק, איז דא יסודות'דיגע חילוקים. – דער אמת איז, אונז נוצען דאך אויך די הייליגע "חתם סופר" ווען מ'זוכט צו אסר'ן כינוס כלל ישראל ועוד איסורים חדשים לבקרים – ארוני, ווער נישט ווילד)

ווי מער איך קוק דא זעה איך אז דער איד האט געמאכט שטורעם-נייעס בחייו. אין "הלבנון" (תרל"ב גליון 32) פארציילט ר' יעקב ספיר, אז די עורכים פון "חבצלת" (ירושלים) זענען באפוילען געווארן דורך דער רב ר' מאיר אויערבאך נישט אריינצולייגן זיינע מאמרים און מעלדונגען פון/איבער אים.
איך זעה איך לאז זיך דא אריין אין א נושא וואס איז ברייט און טיף. ער איז געווען ממש פון די ערשטע צו מאכן א "מצב" פון "עליה", און עבודת הקרקע (מ'זעהט זיין ווייטע בליק. סאטמאר האט משמיט געווען א שטיקל חתם סופר בענין זה). וויפיל אזייגער איז שוין? אוי וויי, האלב צוויי. – לאמיר זיך צואיילן. צוריק לגוף הענין, הנני עוסקים בלימוד קול מבשר. או קעי.

אינטערסאנט איז, אז דער קונטרס "קול מבשר" איז נישט מופיע בתוך חיבור זה. וואס פשט?
טרעף איך טאקע שפעטערע חוקרים זענען דאס מעורר. גראדע, אין קובץ סיני (מט) שרייבט טוביה פרשל אז ער האט געטראפן נאך דריי מאמרים פון רב אלקלעי, שלא נזכרו על ידי אלה שעסקו בביבליוגרפיה של אלקלעי. אויך זעה איך דא א מאמר פון א.מ. הברמן, אין קובץ "ירושלים" חלק ה' עמוד שלג, "קיטרוג על הרב אלקלעי בפי האורתודוכסיה באשכנז". אין בין מעתיק די ערשטע דריי שטיקלעך, הנוגעים לענין שאנו עוסקים עכשיו.
בראשית שנת תרי"ב הופיעה בלייפציג בדפוס אוסקאר ליינר חוברת בת 16 עמודים בתבנית 8' בשם "קול מבשר" לר' יהודה אלקלעי. חוברת זו היא יקרה מאד במציאות כיום וכמעט נשכח זכרה. היא לא נכנסה ל"כתבי הרב יהודה אלקלעי" מהודרת יצחק ורפל (ירושלים תש"ד), וכן לא נזכרה ברשימה הביבליוגרפית של ג' קרסל בספרו "רבי יהודה אלקלעי – רבי צבי הירש קאלישר" (תל אביב תש"ג). ותיתי ליה לישראל קלויזנר שהוציאה לאור מחדש ב"שיבת ציון", ב', ירושלים תשי"ג, עמ' 42 – 62.
קלויזנר אומר בהפרזה שטופס אחד של החוברת, "אולי היחידי בעולם, נמצא במוזיאום הבריטי" (עמ' 42). טפסים מחוברת זאת נמצאים גם בספריה הלאומית בירושלים, ברוזנטלייאנה באמשטרדם (רשימת רוסט, עמ' 60), בבודליאנה באוכספרד (רשימת קאוולי, עמ' 37). וכן נרשמה החוברת ברשימותיהם של בן-יעקב, צייטלין ופרידברג. (אויך אין ספריית חב"ד. ק.ט.) וכו'.
קלויזנר לא שאל כלל: מה גרם לחוברת זו שיאבד זכרה, ותיהפך יקרת המציאות, שכן ודאי דברים בגו? אבל כשאנו קוראים בחוברת אנו נתקלים בדברים מוזרים, ומסתבר ללא כל ספק, כי כל מחשבתו של הרב אלקלעי ז"ל היתה נתונה לגאולת ישראל ליישוב ארץ-ישראל, ולרעיון כי בשנת ת"ר החלו ימות המשיח, ולא היה שום דרוש, רמז, גימטריה, ר"ת וסופי תיבות וכדומה, שאפשר היה לדרשם לעניינים אלה ולא השתמש בהם, דברים כאלה אתה מוצא בכל חוברותיו לרוב, ולא תמיד היתה דעת חכמים נוחה מהם.
תמימתו של אותו צדיק לא היתה מובנת לכל קורא ולכן יש שתלו בו בוקי סריקי...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאווע טרינקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Under influence
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

(3)
קול מבשר
על איזה מסכתות.
430 עמודים
חברו רבינו משה ב"ר שלמה רוזיליו, מחכמי מראכש. (אין מראכש, א שטאט אין מאראקא, האט מען מוצאי פסח געפראוועט א סעודה, מ'האט איינגעקנעטן א פרישע חמץ-טייג, און דאס צוגעדעקעט מיט א טלית גדול!)
נולד בשנת תקנ"ד ונפטר תרכ"א.
זיין אייניקל רבינו משה רוזיליו השני, בן לבנו רבינו יצחק, האט מדפיס געווען דעם ספר בשנת תרס"ח אין ירושלים מיט די השתלות פון הרב שלמה אלעלוף.
אין אוצר החכמה געפינט זיך אויך דעם ספר, מהדורת שנת תשנ"ח, ארויסגעגעבן דורך יהודה חיים בהג"ר רפאל רוזיליו, דפוס צילום, אבער צוגעלייגט א שיינע הקדמה איבער דעם מחבר וקורות המשפחה ועוד.
איך באקום אן העיד-עיק ווען איך ריר צו אפריקה. נעקסט.

(4)
קול מבשר
מחבר: משה אהרן שטיין
הדפסה: ירושלים תשי"ד (הקדמה איז געשריבן געווארן אין חנוכה...)
גודלו (או קטנו): 30 עמודים
נוסח השער: ספר קול מבשר – לעם אלקי אברהם
מגלה נסתרות שהיו סתומים וחתומים מבריאת העולם, ועתידות שיהיו בעוד שנתיים הבעל"ט. חידושי תורה, במקרא, משנה, וגמרא. אשר עין ילוד אשה לא ראתה.
תוכן הספר איז גאר פאסיג פאר אן אינטערוויא אויף קול מבשר: ס'באשטייט פון א חלום וואס דער מחבר האט געהאט אין די טונקעלקייט פון די נאכט. – נישט סתם א חלום, נאר גילוי שכינה ממש. שבת חול המועד סוכות תשי"ד האט ער שוין – ווי ער שרייבט – דורש געווען ברבים איבערדעם. אז וואס?
אין יאר תרע"ד האט זיך אנגעהויבן די גאולה (אין אראמיש: אתחלתא דגאולה), דאן האט זיך אנגהויבן מלחמת גוג ומגוג. זינט דאן ביז יעצט – שנת תשי"ד – דרייט זיך די גאנצע וועלט אקוראט ווי ס'שטייט פאראויס געשריבן אין ספר דניאל!! (פארשטייט זיך, לויט ווי דער מחבר לערענט פשט)
ער פילט פאר א חוב דאס מפרסם זיין. ער פארענטפערט פארוואס פאר גרעסער'ס פון אים איז די חלום נישט געוויזען געווארן. ער פארמאגט עטליכע סימנים אז די רצון ה' איז דוקא יא – דורך אים, און יעצט – מפרסם צו זיין די קץ.
"לא ביקשתי שום הסכמה על ספרי זה מגאוני דורנו שליט"א כמנהג עד כה, מפני שבהסכמות אני רואה טעם לפגם, כי כל הקורא בספרי, יראה בעצמו בעיניו..."
אין די הקדמה איז ער מלמד זכות
"על כמה מהחרדים שנמנעו מלקחת חלק בבחירות ל"כנסת", כי הבחירה היא ע"פ מנין הקולות, נמצאים בין הקולות גם קולות של נשים, שידוע שנשים דעתן קלות, וכן נמצאים קולות של מחללי שבת ובועלי נדות ואוכלי חזיר ר"ל, ואלו הקולות יבטלו את החלק הקטן של קולות החרדים על דבר ה'. וכמו שרואים כעת, באחריתו, שלוקחים בתולות ישראל לצבא, ואומרים כי אין דבר בזה וכו'. ועושים בתי (- די ווארט דא איז אויסגעמעקט / צעזנורט. א.א.וו. אויף די אנדערע עמוד. ק.ט.) ורוצים לאחוז את העינים, באומרם, שגם בארצות הברית או בברית המועצות ישנו הסדר כזה. וכן המלבושי פריצות בארצנו, בימות הגשמים הולכות הנשים במכנסיים מגולים (אויפגעדעקטע הויזן? וואס מיינט דאס? ק.ט.), ובקיץ – כמעט ערומים. ומהיכן הביאו את הפריצות הזו, מאמריקה? ואם באמריקה ישנים בכל שנה שלשים אלף ממזרים מנערות שהם למטה מגיל חמש עשרה שנה, וסוחרים עם הולדות הללו, קונים ומוכרים אותם וכו' (קיינמאל נישט געליינט איבערדעם אין דער שטערן. ק.ט.). ואם איזה חרד לדבר ה' אשר אינו יכול לסבול את הטומאה, עומד ומוחה בשקט, באמירה בעלמא, לא בהכאות או בהרמת יד (אזויווי אונזער קול מבשר רופט "פרידליכע מוחים". ק.ט.) לוקחים אותו לבית הסוהר, ומכים אותו מכות רצח. ... אני הקטן מתרה בזה לכל אלו אשר עשו את כל חוקי התועבות דלמעלה...

בקיצור, ער טענה'ט אז נאר שומרי תורה ומצוות מעגען זיין חכי"ם. (אם יהיה כן, קענט איר זיין זיכער אז דער כנסת וועט געפירט ווערן עקסלאסיוו דורך סאטמאר. ק.ט.)
נאך אן הנהגה טובה פון דעם מחבר: להודיע ולהגלות, שהבאתי גם את התאריך האזרחי מטעם, ה' יספור בכתוב עמים, וד"ל.

סא קליין קונטרס'ל אבער קיין זעצער בין איך נישט. תוכן הדברים וואלט איך ווען דא איבער געגעבן, אבער דא קומט מיר אונטער א פראבלעם. נישט מעגליך צו גיין ווייטער. וואס איז? כ'האב מורא. מורא פון וועם? הערט, ליינט און לייקט:
בעזהשי"ת, אפרש הפשט של דניאל שהראה לו המלאך, שבעת שנראה כי נתקיימו הכתובים, נדע כי הוא עת קץ אשר כל הנביאים ניבאו עליו, ואחרי סבלי חבלי משיח יבואו עלינו כל ההבטחות של הנחמה (אוסר אדם את שלו, והנני אוסר לקרוא מכאן ועד התחלת התורה (ד.ה. די קומענדיגע 5 עמודים. ק.ט.), בטרם שיקרא את ההקדמה לספרי זה מתחלתה ועד סופה)...
איך וואלט יעצט ארויסגעסיינט, אבער די מייז האט מיר געפירט צום צווייטען עמוד פון ספר, דארט שטייט "כל הזכויות שמורות למחבר עד משך חמש שנים", האב איך פון דעם ארויסגעלערט אז די איסור (פון ידיעת הקץ לפני קריאת ההקדמה) איז שוין לאנג אפגעלאפען. און דיזע לומדות האב איך ארויסגעלרענט פונעם מחבר גופא, וואס לדעתו, האט אים א סימן (דאס אז ער איז געראטעוועט געווארן ביים קריג) געלערנט ער דער איסור פון גילוי הקץ איז אפגעלאפען. ודו"ק כי קצרתי במקום שאמרו להאריך מאוד.
עכ"פ קליינע שטיקלעך וועל איך זיך ערלויבן מעתיק צו זיין, און ווער ס'וויל וויסען ווען משיח גייט קומען זאל מוחל זיין און מעיין זיין בפנים.
פרק ח' פסוק ד'. האיל מנגח ימה צפונה ונגבה וכל חיות לא יעמדו לפניו, זה היטלר ימ"ש שהתחיל מלחמתו בהצלחתו משנת 1939 למספרם, בעיר דאנציג, עד שהגיע ב-24.10.1942 למספרם, אל גבול מצרים.
פסוק ה'. ואני הייתי מבין והנה צפיר העזים בא מן המערב. זה היה ביום 24.10.1942 למספרם, יום שתקפו אותו האנגלים והאמריקאים, ממדינות מערב אפריקא מעיר דאקאר בנשק אוירי כבד. צפיר, זה מסוטים. עזים אלו הן כל מניני נשק וההתפוצצויות העזות, ומיום זה, נסוג אחור עד שנפל לגמרי, כי כן כתוב עשרה פעמים הכהו עד שנפל.
בקיצור, ער פירט אויס:
ולכל מי שעוד לא מספיק הסימנים דלעיל, ופתרון חידות ספר דניאל, שזה אתחלתא דגאולה, וגם טביעת עין אין לי, אביא בזה עוד ארבעה סימנים מובהקים וכו'.

אין עמוד 21 שרייבט ער א שרעקעדיגע זאך וואס ער האט אליינס געזעהן: ראינו גם אנחנו, שמי שתיקן את פיאותיו קצת וישימם תחת אזניו או סלסלם בסלסלה, הרי בניו קצצו כבר במעט את פיאותיהם, ונכדיו גלחו כבר את זקניהם, והדור הרביעי לבש כבר גם מלבושי פריצות כמו מלבושי העכו"ם, ונשותיהם הולכות בגלוי ראש וכדו'.
איך האב גראדע געזעהן א פארקערטע געשיכטע: די זיידע איז געגאנגען אן א בארד, די זוהן מיט א בארד, די אייניקעל מיט לאנגע פיאות, און דור רביעי במלבושי פריצות, האלבע הויזען...
אויף די לעצטע עמוד שרייבט ער אז יעקב אבינו'ס חלום איז פארגעקומען ווען ער איז געלעגן על אדמת מאה שערים (אדער בית ישראל)! און דערפאר פילט מען א ספעציעלע קדושה אין די שטיבלאך, מער ווי אלע שוהלן אין ירושלים.
ואם יש רשות להוסיף, קען מען מיישב זיין, וואס מיין זוהן האט מיר געפרעגט פארגאנגענעם פרשת ויצא: טאטי, וואס מיינט קיפל הקב"ה אל ארץ ישראל תחת יעקב, ווי אזוי קען אזא זאך זיין? אבער לויט הנ"ל, שטימט דאס, פרעג נאר עני בחור'ל אין 11211 וואס ער ווייסט פון ארץ ישראל צו זאגן אויסער "מאה שערים"?
עוד יש לומר, בדרך רמז. ווער ס'ווייסט, וואונען אין מאה שערים פונקט אזויפיל מענטשען ווי גאנץ ארץ ישראל, והבן.

(5)
קול מבשר
וורשא תרמ"א
שאלות ותשובות על טריפות, נדה ושבת
מהרב המאור הגדול החריף ובקי, מוה' נתנאל במהו' נחמיה ז"ל דומ"ץ דפה ווארשא.
82 עמודים
דער חיבור הייבט זיך אן מיט עפעס א קול מחאה, אז מ'איז נישט בודק די חלפים געהעריג.
"בבית ישראל ראיתי שערוריה, שומו שמים על זאת, איך יוכל להעשות נבלה כזאת בישראל, לעקור תחום הש"ס שנאמרה למשה מסיני, הא הלכות שחיטה, ואחד מהן שלא לשחוט בסכין פגום. אוי נא לנו שבימינו עלתה זאת המכאוב החולי הרוע הלזה, אוי לאזנים שכך שומעות..."
ווער איז דער ר' נתנאל?
אין ספר עזרת כהנים אויף מסכת מידות, אז ער צווישען די "מעות קדימה" נעמען פון שטאט ווארשא. דאס ערשטע איז: הר' הג' ר' יוסף דוב הלוי אב"ד דק' סלוצק (דער בית הלוי, געווען א תקופה אין ווארשא), נאכדעם איז דא דריי דיינים, ור' נתנאל בתוכם.
מער נעמען פון שטאט שעדליץ ווי בריסק און ווארשא! (גיי זאג דאס פאר שעדליצע רבי, ער וועט זיך מחיה זיין)

(6)
אן 6'טע ספר מיטן נאמען "קול מבשר" האב איך געטראפן אויף "אוצר החכמה":
קול מבשר (דרשות)
חברו הרב ראובן בן-דוד ויוסף בר' שמעון זצ"ל
ווער איז דאס?
א ספרד'ישע חכם, געוואוינט אין "אשקלון". צווישען די מסכימים אויף זיינע ספרים איז דא איין אשכנ'יזשע רב, דער מרא-דאתרא פון אשקלון, הרב משה דוד וואלנער זצ"ל (מחבר ספרי "שאילת חמדת צבי" 3 בענדער, און נאך), זיידע פון הרב שמואל מרדכי וואלנער, ראש ישיבת "נתיבות התלמוד" ובעל מייסדת "נתיבות בית יעקב", אין בארא פארק. (ער שרייבט עס "וולנר" נוסח ארץ ישראל).
ער איז נפטר געווארן ז' סיון תשל"ה.
ואלו הן ספריו:
1) קול מבשר (כנ"ל)
2) עוז והדר (זעה ווייטער)
3) אילן הקדוש (על הלכות נדה, 22 עמודים)
4) מאמר פליאה עם פירוש דברי חכמים (על מדרשי פליאה, עפ"י סדר הפרשיות), ובסופו אגדת המוסר.
5) מלתא בטעמא (שאלות ותשובות בעניני "טעמים". זעה ווייטער)
6) משיב דבר (תשובות קצרות, ומערכות על סדר א"ב)
7) נפש טוב (על אגדות חז"ל)
8) עצה ותושיה (חרוזים, 70 עמודים)
9) רביד הזהב (על תורת הדקדוק. 44 עמודים)
10) שיר ושבחה (שירים לשבת, אליהו, ורשב"י. 120 עמודים. די לעצטע שיר איז אין ערבית (אראביש). די ערשטע בית: אכוואני לייא תצננטו - יצר הרע ורבאעתו - עלייא הומא תצללטו - והאדי היי צנעתו. כ'פארשטיי נישט פונקטלעך, אבער ס'זעהט מיר אויס ווי ער שעלט עפעס דעם יצר-הרע.)
11) תרי"ג מצות בעשרת הדברות (40 עמודים)
12) מגיד תעלומה (סודות און עתידות! סימנים לויט די כוכבים ועוד. 22 עמודים)
נאך ספרים, וואס כ'האב לעת עתה נישט געפינען:
13) דברי תפילה
14) בני ראובן
15) גליא רזיא
16) דבר חכמה
17) ארבעה במסרה.
הספר "עוז והדר", שני כרכים, נמצא באוצר החכמה. ווי נאר איך מיש זי אויף, און דרוק אויף די לעצטע פרשה "וזאת הברכה", טרעף איך א שיינע חנוכה תורה! זיכער א צייכן פון הימל, איך זאל דאס טיילן מיט אייך, וזהו:
שמח זבולון בצאתך, ויששכר באהליך.
ואפ"ל בס"ד על ענין חנוכה, כי הנה ידוע שהיוונים רצו לבטל מישראל שבת חודש ומילה. וסימן לזה שמ"ח. וכשגברו החשמונאים עליהם ובאו למקדש ולא מצאו רק פח שמן חתום בחותמו של כהן גדול ונעשה הנס והדליקו בו שמונה ימים ולכן קבעו שמונת ימי חנוכה לפרסומי ניסא. ולכן מצוה מן המובחר להדליק נרות חנוכה בשמן זית שבו נעשה הנס.
וזהו כוונת הכתוב "שמח", שהם ר"ת ש'בת מ'ילה ח'ודש, לכן מ'דליקים ח'נוכה ש'מנה, ר"ת מש"ח בהפוך אתוון שהוא תרגום של שמן, להורות שמצוה מן המובחר בשמן זית, וזהו זבולון מלשון יזבלני אישי, שהוא לשון מדור, וזהו בצאתך, שם יהיה המדורה. וידוע ג"כ שצריך להדליק אותה על הפתח לפרסם הנס כמ"ש מרן ז"ל, ואם אינו יכול להדליקה בחוץ יכול להדליקה על שולחנו, וזהו "יששכר" קרי ביה ויש שכר לפעולתך, אפילו שהדלקת באוהלך, ודו"ק.
למשל, סימן י': בפסח אחר ההגדה, אומרים חסל סידור פסח כהלכתו. ולמה אין אומרים גם בסוכות, "חסל סכות כהלכתו"?
איך קאווע טרינקער, וועל אייך מגלה זיין די תירוץ: חסל סידור פסח איז א חלק פון די יוצרות לשבת הגדול. דאס איז פשט "כאשר זכינו לסדר אותו (ביי די יוצרות) כן נזכה לעשותו (אין סדר נאכט)". פארוואס מ'זאגט עס נאך די סדר? לאז איך איבער פאר דיר צו דרשנ'ען. והיות ס'איז נישט דא קיין יוצרות שבת פאר סוכות, על כן איז נישטא קיין "חסל סכות כהלכתו! – געדענקט, כל האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם...
סימן ע"א: תלמיד חכם שתורתו אומנתו, האם הוא "חייב" גם כן לקרוא "חק לישראל" כל יום אחר התפילה, או מאחר שכל היום לומד תורה, לא צריך. – איר הערט?


המשך יבוא
Under influence
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

תודה רבה ראביי קאווע טרינקער המכונה ק.ט. א ריזיגע ארבעט אנגעווערטשאפט. פון פריידי׳ס דרינק איז נישט געבליבן קיין שפור, פון דיין ארבייט איז אבער פארבליבן פעטע סחורה.

איך פליק מיך פאר געלעכטער פון דיינע ספאנטאנישע הארות דיינע בליציגע בייפעלער עז איז געוואלדיג

היברו בוקס איז פון מיין. מערסט באזוכטע סייטס צוליב די שרעקעדיגע אינהאלט וואס מען קען דארט טרעפן לרוב...און דו צונעמסט עס אויף טעלערלעך

וחשבתי הערה קצת בענין יישוב שלך אודות ה׳חסל סידור סוכות שאין אומרים, וכתבת לחדש שהוא פשוט מטעם שמקורה הוא מ׳יוצרות לשבת הגדול שמסדרים את סדר הפסח ומתפללים שכן נזכה לעשותו, בפועל, ודו״ק אמת שכוונת לעומק הפשט, אבל עדיין יתעקש המתעקש, ויטעון נגדך ולטעמיך, למה באמת אין מסדרים סדר סוכות בשבת שקודם סוכות, הלא למידים ט״ו ט״ו מפסח לכל ענין ואין היקש למחצה, ועל דא ודאי דעדיין צריכין לרב
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

שכוח. כ'וואלט הנאה געהאט ווען איר זענט מפרט וואס האט אייך געמאכט שמייכלן, אזוי וועל איך וויסן אויף להבא - ווייל דאסאיז דאך דער תכלית וחובת האדם בעולמו, עיין משפחה בסוף הכתבה על ר' פנקי וועבער.


לעמאן ביטערע/זיסע.

הטעם שאין יוצרות בשבת שלפני סוכות, אפשר בשני פנים.
א) היוצרות נתהווה בעקבות הדין של' יום לפני החג דורשין בהלכות החג, ולפי הבנת כמה ראשונים לא נאמרה הלכה זו אלא לפני פסח, כלשון הגמרא במקור, והטעם, מפני שהלכותיה מרובים.
ב) הרבה פעמים חל שבת שלפני סוכות בשבת תשובה או ביום הכיפורים גופא, ואין גוזרין על הציבור .....


יענקל, כאפט נישט הייסע קאווע....
Under influence
אריק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך אריק »

יאנקל האט געשריבן:דער צווייטער "קול מבשר" איז פון דעם באקאנטן מוזיקאנט ר' יום-טוב עהרליך, וואו ער פרובירט אויפצואווייזן אז פארשידענע יו-עף-או'ס וועלכע ער האט געזען העכער וויליאמסבורג (איינס העכער ראדני סטריט) איז א ראיה אויף דער בעפארשטייענדער גאולה שלימה.

קיינמאל געהערט פון אזא זאך. אפשר ביזטו מרחיב הדיבור דערין.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

המשך, נאך 2 קול מבשר'ס

שליחה דורך קאווע טרינקער »

הנני ממשיכים בסיקור וביקור ספרי "קול מבשר".
עד הנה עזרונו רחמי ה' לספר בשבחן של 6 ספרי קול מבשר
א) לר' שמחה בונם מפשיסחא (לקט אמרים)
ב) לר' יהודה משה ב"ר שלמה חי אלקלעי (על קירוב הגאולה)
ג) לר' משה ב"ר שלמה רוזיליו מראכש (על איזה מסכתות)
ד) לר' משה אהרן שטיין מירושלים (גילוי סתומות דדניאל בחלום)
ה) לר' נתנאל בר' נחמיה ז"ל דיין בווארשא (שו"ת על טריפה נדה ושבת)
ו) לר' ראובן בן-דוד ויוסף בר' שמעון, מאשקלון (דרשות)

און אט נעמען מיר צוריק דעם keyboard אין האנט אריין, און מיר זענען שופך שיח אויף סיעתא, ווארום פון שמים האט מען מיר א ווינק געטאן אז מעשי ידי רצויים. – נעכטען גיי איך אריין אין ז. ברמן (17/46) זעה איך דער ספר "ואני תפילה" איבערגעדרוקט פון דאסניי. און ווי די סדר פון חיים מושקין (כ'מיין זיין נשמה איז שוין אויבן) און די וואס מאכען אים נאך, ערשיינט אויפן דעקל, אינדערזייט, א רשימה פון שאר ספרי המחבר, איינס פון זיי איז... יא, you got it קול מבשר.

(7)
קול מבשר, אורות מוסריים ופרקי מחשבה על חמש מגילות. אשר חנן ה' אותי בארץ הקודש. חיים אפרים ב"ר אשר ז"ל זייצ'יק. לפנים ר"מ ישיבת בית-יוסף נובהרדוק בוטצוץ (איר קענט אזא שטאט? אין אנדערע שער-בלעטער פון זיינע ספרים שטייט "בוטשאטש"! איר שטעלט צוזאם?... גוט.) פולין – גליציע, ומנהל רוחני בישיבת תפארת הכרמל. כעת ראש ישיבת כולל אור חדש בירושלים עיה"ק. אלול תשמ"ב (500+ עמודים)
זיין ביתו נאוה קודש אין אמריקה איז געווען אויףConey Island שפעטער האט ער אן עליה געמאכט קיין ארץ ישראל. נפטר ט' אדר ב' תשמ"ט. כ'גלייב ס'דא עלטערע אידן אויף אייוועלט וואס געדענקען אים נאך. און זיי האבן זיכער א מעשה מיט אים מיטן רבי'ן.
איך וואלט נישט געוואלט אריינפירען דער עולם אין די נובהרדוקע חיידר, לאמיר דאס אוועקלייגען אויף שובבי"ם-ת"ת. די מעשה איז אזוי, דער מחבר, הרב זייצ'יק, איז געווען פון די בעלי-מוסר, ער האט אליינס געדרוקט איבער 20 בענדער פון מאמרים! אונטער פארשידענע נעמען. איינס פון זיי איז קול מבשר, זי אליינס פארמאגט בערך 140 מאמרים מיטן מוסר'דיגן גייסט.
אור הנפש / אור חדש / אורות החיים / האורות החיים / השכל וידוע אותי / ואני תפילה / מעייני החיים / פרי הארץ / פרי חיים / קול צופיך / תורת הנפש. און א ספר המדע והחיים, אין ענדע רעכענט ער אויס אלע זיינע תלמידים פון די בוטשאטשע ישיבה וואס זענען אומגעקומען ביים קריג. "ולא מצאתי אף אחד מהם לנחמה". שרעקעדיג. וויאזוי גייט א ראש ישיבה ווייטער אן מיט א פרישקייט?

מ'זעהט פון זיינע ספרים, אז ס'איז סחורה. ס'איז זייער ווייט פון די היינטיגע מוסר-מעשה-פארציילערס, וואס לייגן צו דריי פינטלעך איבעראל ווי די צונג זייערע איז אינדערויסען געבליבן שטעקן. זיינע ספרים זענען פיל מיט רעיונות, ער באנוצט זיך אויך מיט ווערטער און מושגים וואס מ'האט מיר אין חדר נישט אויסגעלערנט.
זיין ספר המאורות הגדולים איז "קוי-אור ותיאורים מדיוקנים של האישים המוסריים יוצרי תנועת המוסר חייהם ופעולותיהם". דאס זאגט שוין אלעס.
סעיף א' פונעם ספר הייבט זיך "דרכו בקודש היה..." אן קיין נאמען ווער וואס ווען. פון די עמוד נאכדעם לערען איך מ'רעדט פון ר' ישראל סאלאנטער. פארשטייט זיך. שוב חשבתי, אז ס'פעלט אין אוצר איין עמוד וואס האט פארמאגט א שער-בלאט.

The truth is, I don’t go for the מוסר מאוומענט. זיי זענען עפעס צו ביזי מיט בין אדם לחבירו, כ'מיין ס'נעמט אוועק פון די היימישקייט צווישען מענטשען. נעם למשל וואס שטייט דארט אין אות מו: היה אומר, העומד ביום הכיפורים אצל החלון ובגופו הוא סותם את החלון ומקפח ומונע את אחרים מלשאף אויר צח ודואג לנוחיותו ולהנאתו העצמית, הריהו גוזל את הרבים. – ע"כ. כ'מיין אלעס האט א שיעור. Put it this way לאמיר אריבערגיין צו מאדערנע שוהל, ווי בין אדם למקום איז דוגש ומדוגש.
דר. סעם זיצט ווי א שטיין איבער זיין סידור, פלוצים שטעלט ער זיך אויף, מ'האט אים מכבד געווען מיט הגבהה (די גבאי האט אים געגעבן א card וואס ס'איינגעקריצט "הגבהה" Pick up the Torah, make sure the women could clearly see you, יענע סקונדע גייט אריבער מעקס ראבינסאון (א יתום, א גרוש, בעל עבירה, ובעל תשובה) מיט א הייסע טיי, ער גייט דורך דעם שוהל כדי אנצוקומען צום שוהל'ס לייברערי, דארט גיט עפעס א אור-שמח רבי א שיעור אין "מחשבה" (ר' שמשון פינקוס'ס ספרים למשל..) מה עשה הקב"ה, מעקס ודר. סעם נפגשו, די טיי האט זיך אויסגעגאסן אויף דר. סעם'ס טלית...
געווענדליך איז מעקס שטארק פארזיכטיג א טראפ טיי זאל זיך נישט איבערגיסען, ער גייט פארמעליך, מיט נאר א ½'בע גלעזעל פיל. אבער איצטער איז דאך דר. סעם פלוצים אויף געשפרונגען פון פלאץ, און ס'איז געשעהן א טראגעדיע.
דא דארף דר. סעם גיין הגבה, די גאנצע שוהל דרייט זיך אויס. דר' סעם'ס שכנים טראכטן וואס צו טוהן. ס'נעמט א מינוט, מר. פרענק פרעגט די גבאי צו ער מעג נעמען טישוס פון די סינק, וואס איז געאייניגט פאר די פאבליק פאר after bathroom use only, די גבאי זאגט ער ווייסט נישט, ער דארף אי-מייל'ן די ראביי, אפשר נישט, די ראביי איז אויף חופש, און ער האט געזאגט מ'זאל נאר שטערן זיין – און זיין פרוי'ס - מנוחה אויב ס'איז אן 911 (למשל, א לויה). מנחם (א סטוענדט מיט דש'ינס און גרויסע סניקער'ס), ער וואלט יא געקענט העלפן דר. סעם, ער האט טישאוס אין טאש, אבער היות זיין קאזינע שושנה, וואס ער איז זייער באפריינדעט מיט איר, פלעגט ארבעטען ביי דר. סעם וואס איז איר געבליבן שולדיג – לויט שושנה'ס ווערסיע – צווישען 80 און 90 דאללער (דר. סעם ווייסט ניטאמאל דערפון. זי וויל אים נישט מודיע זיין ווייל דר. סעם וועט פילן שלעכט, בקיצור), ע"כ פילט ער אז ער קען דאס נישט טאן פאר זיין קאזינע.
בינתיים, דר. סעם ווארפט שארפע בליקען אויף מעקס, ער דעבאטירט צו ער זאל אים א פסק אריינגעבען, אבער ער דערמאנט זיך פון א פסח קראהן מעשה אז איינער איז נפטר געווארן ווייל ער האט געטשעפעט א יתום. רופט ער זיך אן פאר מעקס,if not איך וואלט נעכטען געהערט פון ראביי קראהן בחומר הלבנת פני יתום וואלט איך דיר פארשעמט ברבים. א מזל מעקס האט נישט געהערט קיין ווארט, ער האט געהאלטן אין איין אריינהאקן זאגענדיג "דר. סעם, איך וועל רייניגען דיין טלית, לאז דאס אויף מיר וכו'.", דר. סעם שלאגט דאס אפ, מיטן אויסרייד אז רבקהJust picked it from the cleaners זי וועט זיין mad. בכל אופן, די גאנצע טא-רא-רא-ראם האלט שוין אן גאנצע 3 מינוטן, און דר'עולם (אין ביידע section’s פון די קאנג.) ווארט אויף'ן בעל "הגבהה". קיינער וויל נישט איבערנעמען דר. סעם, ווייל ערmight מקפיד זיין. דיrest פון די מעשה געדענק איך שוין נישט.

איין זאך איז קלאר, אין א חסידישע בית המדרש, אפילו אין בראשוב, געשעהט דאס נישט. אה, נישט אז ס'גיסט זיך נישט קיין שווארצע קאווע אויף ווייסע/געלע טליתים. אוי ווי ס'גיסט זיך. וויפיל מאל טרפעסטו א ריינע אמה על אמה אראפצולייגן דיין טלית-תפילין-סליחות-ראפעל בייטל? וואזשע דען? פונקט ווי יענקל איז נישט מקפיד נישט אויסצוגיסען, ער לאזט זיך וואויל גיין, אזוי אויך איז זעליג נישט אויס-מענטש ווען ער ווערט אנגעגאסן. ושלום על ישראל.

כ'בין אריינגעפארן אין א שמועס וואס ס'קומט נישט דא אריין, ועמך הסליחה. אה, איין זאך. כ'וואלט נאך אלץ בוחר געווען צו דאווענען אין יענע שוהל...


(8)
ס'דא א וויזניץ-בני ברק'ער קובץ "קול מבשר" ארויסגעגעבן דורך די רבני ואברכי קהל אמרי חיים ויזניץ פון מודיעין עילית, לרגל עפעס א חתונה בבית המלוכה אין יאר תשס"ז. ביידע וויזניצע רבי'ס – איך רעד פון צוויי ברודער'ס וואס ביידע זענען רבי'ס – ר' משה'לע זי"ע און ר' מאטעלע זז"ג, זענען געווען זיידעס ביי די שמחה, פרעג מיך נישט וויאזוי, ווייל ס'אינטערסירט מיך נישט.
וואס קען שוין זיין אינטערסאנט פון א אינגעלייט קובץ, ווען איינער שרייבט וועגן "סוכה תחת סוכה" דער צווייטער וועגען "כלי שמלאכתו לאיסור" און א דריטער שנה-ראשונה אין-די-זיידענע-באקס ... שרייבט איבער דעם לשון הבית יוסף מרישא ועד כלה בענין... יא, האסט גע'געס'ט "מאכל בן דרוסאי". – ס'איז טאקע נישט אינטערסאנט, דאס גיט מען דאך נאר ארויס פשוט ארויסצוווייזען מיטלייד מיטן רבי'נס שמחה, אויף די אלע שעות רצופות וואס גייט אריבער פאר'ן רבי'ן דורך א בלו-טוט אריינגעבויעט אין א גרויסע פיקטשער-פרעים.

וואס דער קובץ פארמאגט יא, איז א קונצליכע מאמר אויף "מנוחה ושמחה" (וואס מ'זינגט פערצאפאל אויך מחוץ לקרית וויזינץ), ווי דער מלקט איז משבץ מאמרי קודש פון רבותה"ק לבית וויזניץ-קאסוב-צמח-תולדות-אברהם-יצחק בבחינת מדמה מילתא למילתא, ווי יעדע'ס ווארט פון מנוחה ושמחה איז מרמז אויף א אנדערע תורה אדער ווארט און אלץ מעניני שבת! לא"ל.
גראדע, את חטאי אני מזכיר, כ'בין אמאל ביינאכט געגאנגען, מיט חברים, אן מיין ווייב, צו א פלאץ וואס מ'זינגט טרינקט און טאנצט, א עלטערע DJ פירט דארט אן כדבעי. בקיצור, פרעג איך מיין שאקעלדיגע-שכן אויף די פארענצטע, וואס קאכסטו אזוי ביי "תנין ואדם", זאגט'ס דאס איבער 15 מאהל (איר קענט ר' קלמן שטעקל'ס מנוחה ושמחה? - א ווארימע חסידישע איד), מה זה? איז ער מודה על האמת "כ'ווייס נישט", והוסיף, אבער "וחית רעעימים" (מיט א טאפעלטע סגול אונטער די "עעי") ווייס איך יא, ס'איז מרמז אויפן צדיק. והסכמתי עמו.
אויף עמוד רע"ח איז דא עפעס א מעשה וויאזוי א בחור וואס האט נישט געהאלטן ביי גארנישט, איז נתעורר געווארן צו אידישקייט, אויף אזוי ווייט אז ער האט אפילו אנגעהויבן צו וויינען. און דאס אלץ פון די כוח פון עפעס א וויזניצע ניגון. – יא יא, אלע מעשיות גייען אזוי, מ'האט "יענעם" מחזיר בתשובה געווען...
אויף עמוד "עדר" (וואס איז שלעכט מיט "רעד", מ'זאגט דאך דאס יעדען טאג ביי שחרית) ווער איך געוואר א "פאג" הייסט אין לשון הקודש "אצבע משולשת".. : לפעמים כשמפקל ידיו הק', עושה בהם צורת פאג. בקיצור.
וואס איז אפשר יא אינטערסאנט, אויף עמוד 19 בערך איז דא א בריוו פון ר' משה'לע צו זיין ברידער (שטייט נישט קיין יאר, אבער מ'קען אויסרעכען ווען ס'געווען עפעס א בר מצוה). שלומים מרובים לך אהובי אחי יקירי מחמד לבבי ונפשי הרה"צ מוהר"ם שליט"א.. אדשה"ט באה"ר ועזה... כה דברי אחיך אוהבך מאד... דורך דרשה לחתן הבר מצוה 50 ד' (דאללער)
נאך א בריוו איז דא פון תשרי תשמ"ה.

ס'איז אינטערסאנט צו זעהן וויאזוי ס'ווערט מקוים די ברכה, מתוך שחסידים הם תורתן מתברכת (אזוי שטייט אין ירושלמי. אין בבלי שטייט תורתן משתמרת, דאס הייסט, אז די תורה וואס זיי האבן שוין געלערנט, בלייבט. – ווען דו וועסט פארשטיין די חילוק, וועסטו זיין א מבין דבר מתוך דבר, פארוואס חסידים נעמען rather אן די ירושלמי גירסא). קען זיין פשט, מתוך שחסידים ה"ם, ראש וסוף תיבות ה'יה להם', זיי האבן געהאט חסידים, תורתן מתברכת, זייערע קליינע הערות ווערן גאנצע מאמרים. – למשל אויף עמוד יז און יח איז פארהאנען אן הערה'לע פונעם "אהבת ישראל", מיט ברייטע ביאורים - פון עפעס א וויזניצע דיין - פון דא ביז קאסוב. אוקעי, מילא. אויף עמוד כ' איז דא אן הערה פון עטליכע ווערטער וואס דער אמרי חיים האט צוגעשריבן אין א גליון באחת מספריו, און פון דעם ווערט ממש א ר' עקיבא אייגער, און אינדערזייט איז נאך דא א מעשה פון "מאן דהוא", איינער אן א נאמען, וואס האט געזעהן דער אמרי חיים לייגן זיינע פיס אין וואסער כדי ער זאל נישט איינשלאפן אינמיטען לערנען.
Don’t get me wrong איך בין נישט מזלזל אין אידן וואס האבן אויפגעשטעלט קהילות און חצרות נאך די חורבן. אבער אויב דארפסטו צוקומען צו דיזע מעשה'לע אים גרויס צו מאכן, דאן ביסטו אויף געהאקטע צרות.
אויף עמוד לא, איז דא "פניני הלכה" פון מאנסי'ע רבי שנאמרו בעת שיעור דף היומי מס' ברכות שנת תשמ"א. רוב פניני הלכה זענען מעשיות פון בעש"ט, פון טערניווא רב וואס האט זיך נישט געקענט איינהאלטן פון קאכען ביים דאווענען אפילו "בנוכחות אאזמו"ר זצ"ל". וועגן גיין אין מקוה, געפלאכטענע עטרות וכו'. Again don’t get me wrong וויזניצע רבי פון מאנסי איז ידוע פאר א מתמיד גפ"ת. אבער אז דו ביסט מלקט נאר די זייטיגע נישט וויכטיגע נאטיצען, און מיט דעם האלסטו דיך גרויס, האב איך א רעכט חוזק צו מאכן פון דיר.

וואוו, ס'געווארן זייער שפעיט
הונגעריג נאך א שטיקל קעיק,

נאך 8 ספרים אינעם 3'טען טייל
וועט נאכפאלגען בעזרת הקל,

לאמיר זיך אביסל גיין צו-לייגן
און זעהן צו דר'עולם וועט לייקן.
Under influence
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

קיפ איט אופ רעביי קאווע
מיר שלינגען מיט דורשט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

קאווע, כמים כרים וכסתות על נפש כל חי, נאך אזא לאנטש ברעיק מיט דיין ארטיקל דארף איך שוין נישט עסן, האלט עס ארויף.
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

געלייקט....

צו באלעקן יעדעס ווארט
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

מחילה איך בעהט
ס'געווארן שפעט

מיין נעכטיגע באריכט
אינדערהיים ס'זיצט

אין אפיס ווייט איך זיץ נעבעך
עקסעס צום היים נישט האבעך

ביינאכט משלים וועל איך זיין
ביזדערווייל טרינקט ברוינפן און וויין

קאווע וועלען מיר טרינקער באלד
משיח זאל קומען, געוואלד
Under influence
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

האסט אמאל געהערט פון לאג-מי-אין?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

שולעם-עלייכעם, (שטייט'ך פון צדיקים אז דערמאנען א נאמען פון א שרייבער איז מעורר כוחות דא למטה מעשרה. והאידישיסט יבין.)

דר'אמת איז, איך בין טרוד זייער, אין די משפחה ווערט געפראוועט היינט נאכט א יארצייט, אין אראמיש: א הילולא, אין לשון קודש: א שמחה, און מיין אנוועזענהייט ברענגט דאך פאר זיי כבוד (אזוי איז בפירוש געדרוקט אין די הזמנה). כ'מיין אז די מעמד-סיום-פרק-יש-מעלין קומט פאר אין פאפא-קידוש-זאל (ס'טאקע דא אזא זאל? כ'גיי דאך צו א "סיום", נישט צו קיין קידוש. שוין, מ'וועט מוזן מברר זיין) עכ"פ, וואו הא'מער געהאלאטן, יא, איז אזוי, מ'שמועס'מער יעצט וועגען דעם וואס כ'האב פריער געזאגט, אנגעהויבן דעם שמועס האב'עך מיט די נישט אזא וויכטיגע נייעס, אזויווי יענער האט גאזאגט.. (איר שפירט זיך ווי איר הערט הערשל פריעדמאן אויף קול-מוואסער? – איר דארפט אים פארשטיין, ער קען דאך נישט זיין אינגאנצען שטיל ווען ער מאכט א חיפוש אינערהאלב וויקיפידע-עברית. ועוד, ס'נעמט דאך א רגע צו מתרגם זיין היברו אויף אידיש. ער איז נישט ווי יצחק קלאר וואס ווייסט צו זאגן אז די שמועס וועט נעמען 57 מינוט.)

אבער, אין קאווע-שטיבל בלא חידוש.

היינט גייען מיר זיך באקאנט מאכען מיט די נשים-אפטיילוג אינערהאלב קול מבשר.

"כאטש פיעלע האבען געמאכט די ספרים פאר יונגע פרויען, אבער זיי זיינען פערגרייזטע און מיינע זיינען בעזהש"י אהן קיינע גרייזען, זאל מען זיי זעהן קויפען און פערשפרייטען צווישען יונגע פרויןע" ("פרויען" צריך לומר. יא, ס'איז א גרייז תוך כדי דיבור...)

דאס וואס דער מחבר שרייבט אין די קומענדיגע צוויי שורות, וועט איר נישט טרעפען אפילו אין "משנה (זייט דאס מנקד לויט אייער געשמאק) הלכות" לרב קטן אחד: איך בעט יעדען וועלעכער האט געקויפט מיינע ספרים, אבער ניט אלע, זאל ער קויפען אלע, ווייל יעדער ספר האט זיך זיין וויכטיגקייט און זיין זאך אויף וואס ער איז נויטיג מען זאל לערנען עטליכע מאהל, דאס זיינען ספרים צו לערנען און דער וועלכע לערענט די ספרים ווערט העכער אין מדריגה און ווייס ווי צו דינען ג' ב"ה".

נו, ווער וויל דען נישט העכער ווערען? ע"כ וועל איך מצטט זיין פון איינע פון די "אלע ספרים", ביטע buckle up: יעדער פרעזידענט (פון א קאנג. ק.ט.) מוז באהאנדלען דעם רב און דעם שמש ארענטלאך. מען טאר ביי זיי ניט אראפנעהמען פון זייערע שכירות, ווייל ווען דער רב מיט'ן שמש זיינען גוט אפ, איז די שוהל גוט אפ און אלע זיינען צופרידען. מאנכע בעלי-בתים אז זיי דערזהען אז א רב מיט א שמש מאכען א לעבען, קענען זיי ניט פארליידען און זיי הייבען אן פאדערען פון פרעזידענט ער זאל שניידען די שכירות. זיי זאגען אז די שוהל קען ניט צאהלען, אבער אין אמת'ן איז דאס אדער צוליב שנאה, אדער זיי פארגינען ניט ניט דעם רב אדער דעם שמש וואס זיי מאכען א לעבען (די צוויי סיבות זענען היבש ענדליך. ק.ט.) – זאל דער פרעזידענט זיי ניט הערען און ער זאל קעמפען אז עס זאל די שכירות ניט געשניטען ווערען.

אה, כ'האב פארגעסען, מ'רעדט דא פון א מחבר מיטן נאמען: אליהו מרדכי הכהן מזאה. אין זיינע ספרים מעלדט ער אז ער איז א פאסיגע כהן פאר "פדיון הבן"ס, אין אנדערע ספרים איז ער מוסיף אז מ'קען אים רופען צו חתונות ברמצוה'ס ועוד.
א רשימה פון זיינע ספרים בכל המקצועות.
אהבת התורה
בית אליהו מרדכי
דברי אליהו מרדכי
חידושי רא"ם
מנחת ראם
מרפא לנפש
משנת רא"ם
פתרון חלומות
שמירת הנפשות
שפתי ראם

היברו בוקס פארמאגט נאך:
ברכת הנפשות
חמדת ראם
משיח אלמים
משיח געהט משיח קומט
נדה – חלה – הדלקת הנר
דיא שול און דער פרעזידענט

איך פיל זיך אביסעל שלעכט, ס'זעהט אויס ווי כ'מאך ליצנות חלילה פון א איד, וואס האט – ווי ס'זעהט אויס – געוואלט מפרסם זיין אידישקייט דורך זיין אייגענארטיגען אופן. זיין סגנון און תוכן איז לאו דוקא געווען מאדנע אין יענע תקופה, אין די וירא-וישלח-חיישרה יארן. ס'איז שטארק מעגליך אז מיינע אייניקלעך וועלען לאכן מיט א רויטע פנים פון זייער זיידעס "כל כתבי קאווע טרינקער – מוסד הרב פילאפף" (יעצט ביי די רבנים נאך אַן הסכמה, און ביי די רביים נאך א ברכת קודש). און וואס מער, ס'קען נאך געלאנגען אז מיר ביידע וועלען פון הימל אראפקומען צו די זעלבע חתונה. Who knows, זיינע אייניקלעך לערנען, מסתמא, אין לעיקוואד'ע מ'סיבטע, יע יע, און מיינע איר-אייניקלעך קויפן בגדים אין BMG. ענבי פון Gefen און ענבי פון Hadar, דבר נאה.

איך האלט נישט פון געבען א נאמען פאר יעדע 26 דפי חידו"ת באזונדער.
שטעל דיך פאר מהורא"ש שיק איז קורא שם פאר יעדע קונטרס'ל פונדאסיי, ס'פשוט נישט שייך. ווי איז מעגליך צו געדענקען אזויפיל נעמען? "מציאת האבר" "זיווג ביער" "אהבת שובבים" "תיקון גירושים" "התבודדות לבטלה". גדולי ישראל מיט א ווייטע בליק האבן פאר אלע זייערע ספרים געגעבן איין נאמען, למשל "ספרי רבי יוסף ענגיל" "ספרי מהרא"ל צינץ", און אפילו ביי די ספרדים טרעפט מען אזוי, למשל די "חיד"א". אלע 40 ספרים האט דער "חיד"א" געשריבן א.א.וו. You will be surprise דער חיד"א איז געווען א ספרדי, no נישט ממש א ספרדי, נאר אזוי ווי ר' חיים ן' עטר, חסידיש-ספרדיש-סקווירא געשטימט. (בד"וו, ביים רבין איז דאך אויך אזוי, לשמי ולזכרי איז "ויואל משה", נאר די אהבה-גילוי"ע חברה מאכן זיך כאילו לא ידע את מש"ה, ע"כ זענען זיי מכנה דעם רבין כבעל "דברי יואל" בלבד. א חוצפה לעיני השמש! זיי מיינען מ'קען אפקויפן נישט-בחירות מיט געלט! די רבי האט נאך געהאט אזויפיל געלט ווי זיי, ובכל זאת לא שמענו כזאת! אין סאטמאר האט מען געוואוסט פון "גיין-נאך-געלט" "דינער-געלט" "געלט-פאר'ן-רעביצין", מילא, אבער בחירות געלט"?! חדשות מקרוב באו, כשהן יורדין וכו', דר'עולם קען שוין דעם נוסח, וכותלי ראדני יוכיחו בשער, הלא הם כתובים בגנו"ת ודרדרי"ם.)

יאו, ווערטער גליטשען זיך ארויס אומווילענדיג, איך הייב אן מיט איין ווארט, און מייקראספאט ענדיג מיט זיין חכמה גאנצעטע פאראגראפן. אויסמעקען? איך בין נישט קיין קאזע, איך בין קאווע.

ממש עטליכע טעג פאר זיין פטירה, האט דער מחבר געשיקט א שטיקל חידושי תורה מפרסם צו זיין אינעם "המאור" להר' מאיר אמסל (אליינס ראוי פאר עטליכע אשכולים) וכן עשה העורך.- אז כ'בין שוין אנגעקומען צו יענעם בלאט אין המאור, ליין איך א בריוו ארייגעשיקט דורך "מייסדי תפארת בחורים 345 קיעפ סטריט" וואס באציעט זיך איבערן טויט פון איינשטיין, בתו"ד זאגט ער א זאך וואס יידל און יענקל ווייסען שוין פון לאנג (שוין, זאל זיין קופרניקוס אויך צווישען די חזריא. נו, און דער איזע, ווי הייסט נאר דער איזע? אה, פערדל-בל-אגלע וועט קומען בזמן-קריב און מגיב זיין אז אלץ וואס איך שרייב איז דאמרין בעלמא, גרייזיג, ווארום כ'האב זיין שמיה רבא נישט קולל געוועזען דאהי...) אז ביים שריפת גופתו של איינשטיין, האבן בסך הכל זיך באטייליגט 12 מענטשען! - אינ'אמת'ן אריין, וואס איז דא וואס צו זעהן בשעת מעשה, מילא זיין מוח איז געווען ספעציעל, אבער זיינע אברים?!
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קאווע, אשפ"ג אשפגתנו עד מאוד!
די ביסטו דאך אנגעפי'קאוו'עט מיט כשרון. כשרון? אפשר טירוף?, יא, אביסעלע ביידע.. מי יתן והיה אז מיר זאלן זיך טרעפן אין ריעל לייף ושפו"ג נשפו"ג ביחד, אז ימלא שחוק פינו, ואשפ"ג נשפ"ג עד כי ישפ"ג מאוד
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

קופערניקוס האט געשריבן:קאווע, אשפ"ג אשפגתנו עד מאוד!

בהקטע על מהורא"ש שיק השפגתי עד למאוד.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שיעור חדש

שליחה דורך קאווע טרינקער »

שלום עליכם ידידים ושונאים.

נאר נעכטען האב איך זיך צוריקגעקערט מן המנוחה אל הנחלה, און געפלאנט האב איך ממשיך צו זיין אין די סעריע פון שמועסן אויף קול מבשר, אבער כ'דארף דאך הכנה צייט, ע"כ וועלן מיר בהכרח מוזן אויסהאלטען אן דעם. אבער, פטור ולא כלום, פלעגט די רבי זאגן, אי אפשר, ע"כ וועל איך טיילן מיט אייך וואס כ'האב פונקט – ווי שוין אויבנדערמאנט די סייעתא פון שמיא – געפינען אין מיין אימעיל קעסטעל, א קול המבשר מאמר אין ענגליש !

קול המבשר?! יא, דאס איז א קול המבשר פון אן אנדערען "חיידער", ליתר דיוק: אן אנדערע ישיבה, א ישיבה וואס איז אויך אוניברסטיה, ווי תורה ומדע גייען צוזאמען, אקוראט ווי זיי זענען געגעבן געווארן אויף די קליינע סיני בארג . זיי דרוקען מאמרים פון די יוצאי ישיבה אויף צייטונג פאפיר, מ'קען נעמען א קאפי ביים אריינגאנג פון אמסטרדם עוו. אדער אין א בליץ-פאסט.

איך דערמאן זיך יעצט אן עפיזאד. דאס ערשטע מאל וואס איך בין אריין אין היכל הבית המדרש, זעה איך, נישט ווייניגער נאר מער, א guy זיצט און לערנעט מאור ושמש! ארכבותי דא לדא נקשן, פארדעם בין איך געקומען דא? דאס קען מען דאך זעהן ממש דא, אין תולעת יעקב ס'מדרש. ווי א בליץ אין מוח איז מיר ארויפגעשווימען די מוצאי שבת מעשה פון ר' איייזיק ר' יעקל'ס חלום פון עפעס אן אוצר אונטער א בריק. מוסר השכל הסיפור, כידוע: דער אוצר ליגט ביי דיר, צו דיין האנט! גיי נישט, קריך נישט, זוך נישט! דו האסט אלעס דא! און ממש דאס מיינט דער פסוק "ובקשתם משם", דו זוכסט דארט! אבער "ומצאת וגו' בכל לבבך", ס'איז ביי דיר (אין משיבין על הדרוש).

און אזוי איז געווען דער פלאן. אהיים צוגיין מיט אן התחדשות און אפיהר-זיכען דעם לאקאלן אוצר. אבער אז דער ציבור דארט דאווענט מנחה (גדולה) פארוואס נישט מיט דאווענען. נו, דאס גארטעל האב איך נישט געוואלט אנטוהן, צוליב די הלכה מפורשת אין מסכת דרך ארץ: לעולם לא ישב בין העומדים, ולא יעמוד בין היושבים. מ'דארף נישט זיין אנדערשט. מה עשה הקב"ה? כ'דאווען זיך אזוי אפ כדרכי, קלאפ "חטאנו" ו"פשענו", אפאר כריעות, פסוק המתחיל וכו', שלש פסיעות, והנה, ס'ווערט מיר שווארץ פאר די אויגן, מיין פנים בריעט פאר בושה. וואסי? דער גאנצער עולם, שטייט נאך לפני השכינה! יא, איך מיט די כיסוי על גבי כיסוי, מיט די לאנגע שוואצע רעקל, מיט א טאשען זייגער למען השם (for illustration only), בין שוין לאנג פארטיג.

פון יענעם מאמענט האט זיך מיין לעבן געטוישט. – וואס א "מנחה" קען אלץ נישט אויפטוהן.

עכ"פ, אויב מיינט איר אז איך האב איבערגעטריבען ביים באשרייבן די סיטואציע וואס האט זיך אפגעשפילט אין מיין שוהל: דר. סעם זיצט ווי א שטיין איבער זיין סידור, פלוצים שטעלט ער זיך אויף, מ'האט אים מכבד געווען מיט הגבהה (די גבאי האט אים געגעבן א card וואס ס'איינגעקריצט "הגבהה" Pick up the Torah, make sure the women could clearly see you.

וויל איך אייך ווייזען אז ס'איז גארנישט קיין וויץ.

הא לך לשון האשה Davida Kollmar א senior פון Stern College for Women , איר major איז אין Physics, און עורכת אין קול המבשר! וואס זי שרייבט אין יעצטיגען נומער, ממש תורה לשמה (ה' דגושה). איר מאמר רופט זי "אונזער זייט פון די מחיצה: אן אפענע בריוו". זי באקלאגט זיך זייער אויף די התנהגות מצד הגבאים והמתפללים בנוגע די ווייבער-סעקשען. ס'נישט דא גענוג פלאץ; מ'רייניגט נישט ווי ס'באדארף; וכו'. בתוך הדברים שרייבט זי אזוי:

Another unrelated, yet common, problem in shuls is that the women often do not know what is going on. One of the times of the year when this is the most relevant is on Tish’ah be-Av. Much of the service is unfamiliar because it is only recited once a year. Therefore, at times, in order to know what to do, like whether to sit or stand, it is necessary to follow the example of the leaders of the congregation. The difficulty arises in shuls where the mehitsot are tall, so that women who are sitting on the floor are unable to see what is happening in the men’s section. They are, therefore, unable to follow the example of those who are informed, and often cannot even see when the aron is open to know that they should be standing. Since the men can see what is happening, few realize that the women are confused and so no one announces what is happening. A related problem frequently occurs after keri’at ha-Torah (the reading of the Torah), when the congregation says “ve-zot ha-Torah.” In some shuls,the women are unable to see the Torah when it is being lifted and do not know when to say this phrase. In both of these cases, there is no malice felt toward the women and the inconvenience to them is unintentional. Yet, with some awareness, these issues can be easily resolved.

ווי קען מען צוקוקען די צער פון א בת ישראל און נישט וויינען. זי איז טאקע מודה בכתב מלא אז דאס איז נישט קיין תוצאה פון שנאה (אוודאי אזוי, ווער האט פיינט פרויען?) דאך, איז דאס א פארנאכטלעזיקייט וואס קען גרינגערהייט אויסגעגראד ווערן.

איז אזוי, בנוגע איר פראבלעם אז פרויען זעהן נישט די כתב (און ממילא ווייסען זיי נישט ווען צו מקיים זיין די מצות עשה פון זאגן "וע-זאוט הא-תוראה") איז דאך דא אן עצה, וואס איך האב שוין מציע געווען לעצטע וואך, די גבאי זאל אהין געבען פאר די בעל-הגבה א בלעכעלע מיט פונקטליכע אנווייזונג, אדער אפשר א שטיקל קליפ וואס ווייזט גענוי די געדרייכעץ לינקט צו רעכטס און צוריק, בקיצור.

אבער די פראבלעם פון תשעה באב, וואס זייט די חורבן הבית (ליין: וואס פרויען קומען תשעה באב אין שוהל – בית"ו זו אשתו) ווייסען נישט די פרויען וואו דער leaders of the congregation האלט ביים דעם קינות (אין מענער שוהל ווייסט מען יא?), און ווען די "ארון" איז אפען (ס'דא פתיחת הארון בתוך הקינות? שמע קולנו?) איז איר עצה פון קליינע מחיצות (וואס זי איז מרבה מיט טעמים לשבח) נישט אזוי הילפיג, צוליב דעם וואס דער גאנצער עולם איז דאך סייווי למטה מעשרה, ממילא איז דאך דא א מסך המבדיל בכל אופן. חוץ אויב זי מיינט פאר-צו-שלאגען אז אפילו די ערשטע צעהן טפחים זאל אויך זיין געמאכט פון גלאז. ווער ווייסט?

כ'האב אייביג געמיינט אז די מענער זענען געווען דיע וואס האבן פארלאנגט נידריגע מחיצות, יעצט זעה איך אז דאס איז א תוצאה פון פרויען רעכטען מצד זיי.

גראדע, אין די שוהל (אין NJ) וואו איך דאווען פון צייט צו צייט (ווען ס'איז כלו כמעט כל הקיצים) איז דא א מחיצה עשרה, א לומד'ישע פארשטייט זיך, און ס'איז נאר דא איין סארט סידור פאר אלע מתפללים, אן ארטסקרול סידור (אייכלער'ס, אפילו אין פלעטבוש, פארקויפט דאס נישט. עס פארמאגט א מי-שברך פאר חללי צה"ל, וואס מ'זאגט שטייעדיג. בד"וו איך פארשטיי נישט פארוואס שמחה-ואורה – וואס lists די טייטש פון די most שווערע ווערטער – און אזוי אויך די פיר עקיגע ייייטב לב סידור האט אויסגעלאזט דעם תפילה, דער רעבי זי"ע פלעגט דאך פארפירען אויף זייערע פארלוסטען כידוע פאר די מיליונע מקורבים, איז פארוואס זאל מען נישט א תפילה טון אויף לעתיד?). און וויבאלד אלע מתפללים – צוריק צו מיין שוהל – זענען אויף די same page איז דערפאר נוצבער א טאוועל מיט נומערען (נאך א מזל די שותה"ק דברי יואל – קרעדיט: positive.yid, האט מתיר געווען די גוישע נומערען אין א בית מקדש מעט) אויף די מזרח וואנט, וואס די קומענדיגע שול'ס ווייס-פרעזידענט (טוט יעצט אין קירוב) טוט דאס קאנטרולירען מיט גרויס חכמה. און אזוי ווייסען אלע, אפילו די מענער, וויפיל pages מ'דארף נאך cover'ען.

מאכט נישט קיין טעות, אויף אלע אידן געוואונשטען טעכטער אין SCW.
המשך יבוא
Under influence
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

קאווע טרינקער האט געשריבן:איך דערמאן זיך יעצט אן עפיזאד. דאס ערשטע מאל וואס איך בין אריין אין היכל הבית המדרש, זעה איך, נישט ווייניגער נאר מער, א guy זיצט און לערנעט מאור ושמש! ארכבותי דא לדא נקשן, פארדעם בין איך געקומען דא? דאס קען מען דאך זעהן ממש דא, אין תולעת יעקב ס'מדרש. ווי א בליץ אין מוח איז מיר ארויפגעשווימען די מוצאי שבת מעשה פון ר' איייזיק ר' יעקל'ס חלום פון עפעס אן אוצר אונטער א בריק. מוסר השכל הסיפור, כידוע: דער אוצר ליגט ביי דיר, צו דיין האנט! גיי נישט, קריך נישט, זוך נישט! דו האסט אלעס דא! און ממש דאס מיינט דער פסוק "ובקשתם משם", דו זוכסט דארט! אבער "ומצאת וגו' בכל לבבך", ס'איז ביי דיר (אין משיבין על הדרוש).

גראדע האב איך אויך פונקט אנגעטראפן דעם גוי מיט א ״מאור ושמש״ אין דעם האנט. עס איז מיר געווען א פליאה עצומה בין איך צוגעגאנען און אים געפרעגט מאי האי? האט ער מיר פארציילט די גאנצע מעשה, לאמיר אים איבערגעבן דאס ווארט;
בעצם האב איך אנגעפאנגען צו סטאדיען די בייבליק ווערק פונעם מיימאנעדיס. לערנענדיג דערין א לענגערע צייט בין איך נתפעל געווארן פון זיין טיפן פארשטאנד און קלארקייט. איין טאג האב איך מחליט געווען צו באזוכן א אידישע שטאט, צו זען פון דערנאנט וויאזוי עס קוקט אויס דאס לעבענס שטייגער אין א אידישע געגענט.
למעשה נאך לענגערע וואלגערנישן פונעם נידריגרען מזרח זייט ביזן הויכן מערב זייט בין איך אנגעקומען אין א געגענט וואס הייסט ווילאמסבורג. איך בין אריין אין א גרויסע סיניגאג אויף ראדני סטריט און פראבירט צו כאפן א שמועס מיט איינער פון די מעמבערס. קודם האט מען מיך אינגאנצען נישט אנגעקוקט, נאך אפאר מינוט האב איך ענדליך געטראפן עפעס א סיניאר וואס האט מיך געפרעגט צו איך זיך דא איינעם. זייענדיג פארלוירן האב איך געכאפט אז פונקט היינט איז די יארצייט פונעם מיימאנעדיס, האב איך אים דערציילט אז איך שטודיר די ווערק פונעם מיימאנעדיס און איך וואלט געוואלט הערן אביסל מער איבער אים.
דער סיניאר עפענט אויף אפאר אויגן ברעמען ״מיימאנעדיס״?! ווער איז דעס? זאג איך אים וואס הייסט ווער, ער האט דאך געשריבן די אידישע געזעץ ביכער. אה! יא מין ראמבאם... מיימאנעדיס שמיימאנעדיס אויך מיר א נאמען...
פארציילט ער מיר אז דער רמב״ם חוץ פון זיין גרויסע חכמה איז ער אויך געווען א גרויסע דאקטאר. אויף זיין תקופה אין דאקטעריי ווערט פארציילט אסאך חכמות ווי ער האט באוויזן איבער צוקליגען מענטשן וואס האבן אים געוואלט שטעלן שטיינדלעך אין וועג. איך האב מוראדיג הנאה געהאט צו הערן אלע זיינע חכמות.

דעם קומענדיגן זוממער איז מיר אויסגעקומען נאכאמאל צו זיין אין ווילאמסבורג, דאס מאל שוין געהאט נאך א אדרעס בין איך צוגעגאנגען צו דעם סינגאג אין ראדני.
כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשנייה. איך האב מיך ארומגעדרייט דארטן א לענגערע צייט ביז איך האב ענדליך אנגעטראפן דעם זעלבן סיניאר וואס האט באווילגט מיך אנצוקוקען. יענער האט מיך שוין דערקענט פון פאריגעס מאל, ער קוקט מיך אן מיט אזא בליק ווי צו זאגן - וואס טוסטו נאכאמאל דא? האב איך אים פארציילט אז איך בין דא געווען אין די געגענט און עס האט מיר זיך פארגלוסט נאכאמאל צו זען דעם פלאץ.
אזוי רעדענדיג, באמערק איך ווי ביי א זייטיגע טישל איז דא קעיק מיט ברוינפן. עס איז מיר געווען אינטערעסאנט אז אין א סיניגאג זאל מען עסן און טרינקן. האב איך אים געפרעגט וואס עס איז פשט דערפון, האט ער מיר געזאגט אז מען סעלעברעיט היינט א יארצייט פון א חסידיק ראביי, וואס האט געהייסן עפשטיין. האב איך אים געפרעגט וואס עס איז געווען די גדלות מיט דעם ראביי, ער האט אויך געשריבן אידישע געזעץ ביכער?
האט ער אנגעפאנגען פארציילן ווינדערליכע געשיכטעס, פערד און וואגן פארן דורך גאנצטע מדינות אין עטליכע סעקונדן, טויטע ווערן לעבעדיג, פריצים שטארבן, אליהו הנביא באווייזט זיך אין וועלדער, מלאך מיכאל אין מקוה, וכו׳.
פרעג איך דיר, אז איך האב אזוי גרויסע ראביי וואס באווייזט אזעלכע ווינדערליכע זאכן, פארוואס זאל איך ענדערשט לערנען די ביכער פונעם מיימאנעדיס וואס האט זיך אויסגעצייכנט נאר אין חכמה...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אזא לץ!!!! כ'ציטער די הנהלה וועט איבער געבען די קול מבשר שיעור פאר דיר...

בד"וו. כ'האב גראדע, אמת'דיג גערעדט, גע'כאפט א שמועס, צווישען אנדערע, בנוגע דעם מאור-ושמש לערנער. האט ער מיר מסביר געווען ווי אזוי צו לערנען ..יא.. מאור ושמש.. אויף אן אינטלעקטואלע אופן. ס'איז אן אריכות, אי"ה אין א צווייטען שיעור.

אז מ'רעדט שוין, נקוט כללא זו בידך
אז ס'גייט שווער איז דאס א סימן אז ס'איז א גוטע זאך.
אז ס'גייט גרינג איז דאס סיעתא דשמיא.
Under influence
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

מיט אזא פעדער ווי דיר האסטו זיך בכלל נישט וואס צו זארגן! הלוואי זאל איך אנקומען צו די קנעכל פון דיין פיס...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ערשט יעצט געליינט דא, און איך קען מיר נישט איינהאלטען פון געלעכטער. דער שפייאכץ פליסט, דער נאז טראפקעט, די אויגען שטראמען, אזא געלעכטער קומט נישט אזוי יעדען טאג. דאס איז מעין וואס די גמרא זאגט אונז אז מ'קען שוין זען היינט א בחינה פון משיח'ס צייטען. איך האב מקיים געווען א בחינה פון אז ימלא שחוק פינו (איי, דער איסור? אונס רחמנא פטריה!)
ביטע גייען ווייטער, איך וויל הערען וועגען די עשרת השבטים. מ'דערציילט עפעס פון הרב אהרן קאטלער אויף דער ספר, ווען דער מחבר איז געקומען קיין אמעריקא פארקויפען זיין ספר. ס'איז דא עפעס א מעשה סתם אזוי אין לעיקוואוד וועגען גייען זוכען די עשרת השבטים, איך האב שטארק געלאכט ביים הערען די מעשה, 'כמיין, דאס פעלט אויס אין לעבען נאך צען שבטים? קוים וואס מ'גיבט זיך אן עצה מי די צוויי וואס אונז הא'מיר דא היינט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מ'קען אפשר אריינכאפען פאר'ן סתימת הגולל. ביטע מיטטיילען אינ'ם ענין פון קול מבשר, איידער ס'איז צו שפעט. [tag]קאווע טרינקער[/tag] ביטע! איך בעט דיר ברחמים! לאז אונז נישט דארשטיג.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ס'דא שו"ת קול מבשר פון הגאון ר משולם ראט טשערנאוויצער רב וואס איז געוען א גרויסע עילוי, אין אויך א גרויסער דורש ציון, בקיצור, א קאלירפול פיגור.

מ'זאגט אז ער האט זיך אמאל משתתף געווען ביי א שמחה בבית בעלזא- וויזניץ אינדערהיים ווען ער האט געווינטשען מז"ט האט מהרי"ד זי"ע זיך אנגערופען צום אהב"י זי"ע "יא יא, ענק מיט ענקער מחותנים".

פין ויקיפדיה:

תולדות חייו:
נולד בגליציה למשפחת חסידי טשורטקוב. למד תורה אצל הרב יעקב וידנפלד, אב"ד הרימלוב, הרב אברהם שטינברג בעל 'מחזה אברהם' ואב"ד ברודי, והרב מאיר אריק. כבר בגיל 13 נודע בעולם היהודי כ"העילוי מהורנדקה" , סופרו עליו סיפורי גאונות והוא השתדך עם בתו של הגביר שטינהולץ. בשנת תרנ"ג, בהיותו בן 18 הוסמך לרבנות ונישא לארוסתו. הזוג הצעיר היה סמוך על שולחן אבי הכלה במשך ארבע שנים במילניצא. בשנת תרנ"ט מונה לרב בקהילת חרסקוב (חורוסטקוב), לאחר שהרשים את יהודי העיר בשבת מבחן ששהה בעיר. רוב גדול של תושבי העיר בחרו ברב ראטה, אולם חסידי הוסיאטין סירבו לקבל רב שלא מהחוג שלהם ובחרו רב אחר ששימש במקביל לרב ראטה‏.

בחרסקוב היה הרב ראטה פעיל בארגון "מציון תצא תורה" שיסדה בית ספר ברוח המזרחי בחרסקוב. בשנת תרס"ו יסד ישיבה בעיר וכיהן בה כראש ישיבה. במהלך מלחמת העולם הראשונה שהה בווינה‏. בשנת תרפ"א השתתף כציר בקונגרס הציוני ה-12.
בשנת תרפ"ט, עבר לכהן כרב בסוצ'אבה (שכונתה שאץ), ולאחר שש שנים עבר לכהן כאב בית דין בצ'רנוביץ והחל משנת 1936 כיהן בראשות הישיבה במקום‏. לאחר הכיבוש הנאצי, הוברח תמורת שוחד רב מצ'רנוביץ לבוקרשט ועלה לארץ ישראל בשנת תש"ד‏ ומונה לדיין בבית הדין הרבני הגדול וחבר במועצת הרבנות הראשית‏. בשנות ה-50 של המאה ה-20 פרש לביתו בבני ברק‏.

אשתו הראשונה נפטרה עליו בחייו ולאחר זמן נישא ללאה בת רבי פינחס מנחם מענדל רובין מסערט, שמילא את מקום אביו רבי שמואל שמעלקא כאדמו"ר בסערעטה בוקאווינא (סירט, בוקובינה).
נפטר בחיפה והועלה לקבורה בירושלים בחלקת הרבנים בבית הקברות סנהדריה. על שמו רחובות בשכונת בית וגן בירושלים‏, בשכונת קריית הרצוג בבני ברק, בנתניה (תחת השם הרב משולם ראט) וקריית שמואל (על שם ספרו "קול מבשר").

השקפותיו:
את הישיבה בערי חרסקוב יסד על שיטת הלימוד ההדרגתית של המשנה, "בן חמש למקרא, בן עשר למשנה וכו'". הרב מאיר שפירא מלובלין לפני שפתח את ישיבתו בלובלין שלח אליו מכתב ובו ביקש את חוות דעתו באשר לסדרי הישיבה ואופן הלימוד‏.
הרב ראטה היה מזוהה עם הציונות הדתית, וזכה לביקורת על עמדותיו הציוניות. עם זאת, היה מוערך גם על חוגים חרדיים אשר יצאו נגד שימוש במילים חריפות בביקורת עליו‏. הוא ויתר על תפקידי רבנות בקהילות חשובות כמו לבוב אשר התנו את קבלת הרבנות בהפסקת התמיכה בציונות.
כתב תשובה המחייבת אמירת הלל ביום העצמאות אך התנה את אמירת הברכה בהשגת הסכמה מצד רוב גדולי ישראל‏.
התנגד בנחרצות לתנועה הקונסרבטיבית ובעקבות זאת סירב לקבל את פרס הרב קוק ביחד עם פרופסור שאול ליברמן אשר כיהן כמרצה בבית המדרש לרבנים באמריקה של התנועה הקונסרבטיבית‏.

ספריו:
שו"ת קול מבשר, הוצאת מוסד הרב קוק, תשט"ז.
מבשר עזרא, על פירוש אבן עזרא לתורה, כולל הקדמה עם קורות חיי המחבר. לסוף הספר מצורף תוכנית הלימודים של הישיבה בחרסקוב.
מבשר ירושלים על התלמוד הירושלמי.
רגלי מבשר על משנה תורה להרמב"ם.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: לאמיר לערנען "קול מבשר", שמעו ותחי.

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מ'דערציילט אויף איהם גוזמאות אין לערנען. אין די טאלנא פאפירען איז געשטאנען אז ווען נישט דער פאליטיק שטייט ער העכער ווי דער חזו"א. איך גלויב עס נישט, אבער אויף א צווייטען דערציילט מען נישט אזוי. דער טשעבינער רב פלעגט זיך טשאטשקען מיט איהם אין לערנען.

ווען איך האב געלערנט הלכות גיטין, האב איך געהערט אזוי. איינער פון די רבנות האט געוואלט איינפיהרען א כתובה אויף לשה"ק און נישט אראמיש. ער האט מסדר געווען א טייטש פון די כתובה. ר' משולם האט איהם געוויזען אז יעדער ווארט האט געהאט א גרייז.
דוכט זיך די סאטמארער האבען עפעס א מעשה אויף איהם.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט