אדנירם האט געשריבן:געפילטע, צו זיין אפן אין האנעסט, כ'שפיר עפעס זייער אומבא'טעמ'ט מיט דיין טענה. עפעס שמעקט זייער נישט גוט.
קודם כל, מישטו צאם צוויי אנדערע זאכן: 1. אריינלאזן פרויען/פרויען ניקס, 2. אריינלאזן פרויען בילדער. די שייכות צווישן די צוויי איז בעצם נול, אויסער אויב דו זוכסט פשוט 'דורכצוברעכן' עפעס אין א חרד'ישן פארום. אויב דו האלסט אז דער שפיץ פראבלעם איז פשוט אז מ'הערט נישט 50% פונעם עולם [די פרויען], דאן וואו קומט אריין דיין צווייטע חלק איבער פרויען בילדער? זעט אויס אז דו ווילסט פשוט אז מ'זאל נישט 'מחמיר' זיין אין ק"ש, אבער נישט אז דו האסט א פראבלעם בעצם מיטן נישט 'הערן' די עזרת נשים'ס געדאנקנסגאנג.
האמת אגיד, דעם אשכול האב איך מתחילה געשריבן וועגן דאס אריינלאזן פרויען. נאר צום סוף ווען כ'האב צוגעלייגט דעם נקודה אז מיר זענען די פאן טרעגען פון נארמאלקייט, און וויאזוי מיר קענען האבן טענות אויף סאסייעטי וואס רוקט זיך אויף רעכטס ווען מיר אליינס טוען די זעלבע איז מיר איינגעפאלן אויך צוצולייגן דעם פונקט פון בילדער. ביזט מסתמא גערעכט אז ס'איז צוויי באזונדערע נושאים און זיי געהערן צו א באזונדערע שמועס.
אדנירם האט געשריבן:
ווייטער, דיין ערשטע טענה כשלעצמה, האבן שוין פארשידענע חברים דא אפגעענטפערט, זה בכה וזה בכה, אם משום הלכה, אם משום חשש פריצות, ואם משום חשש משוגעים. איך מיין אבער, אז בעיקר דארף מען פארשטיין דיין אישו מיט א 'פרויען' ניק דייקא. וואס איז שלעכט אז א פרוי קומט אריין מיט א מענערישע ניק? זי קען ווייטער זאגן אלס וואס זי האלט, נאר אין א מאנטל פון א מאן. אויב דיין פראבלעם איז נישט די פאקט אז ק"ש האט נישט 'דורכגעבראכן' א פרישע גדר, נאר דיין פראבלעם איז טאקע בתמימות אז דו ווילסט הערן די פרויען שטימע אויף יעדע נושא, דאן ווער האלט זיי אפ פון אריינקומען מיט א מענערישע ניק? און אין פאקט, זענען זייער מעגליך דא אזעלכע פרויען וואס דו ווייסט גארנישט דערפון.
כבר עניתי ע"ז לעיל.
געפילטע פיש האט געשריבן: דאס זאגן אז זיי קענען אריינקומען אונטערן שלייער פון גענדער נוטראלע נעמען איז אזויווי איינער זאגט דיר אז דו מעגסט אריינקומען אין פארק, מעגסט אפילו זיצן אויפן באנק, אבער ווייז נישט ארויס אז דו ביזט א איד. דאס גופא איז א געפערליכע דעסקרימינאציע וואס מאכט זיי נישט זיין וועלקאם דא.
געפילטע פיש האט געשריבן:מאנכע זענען טאקע אוועק וויבאלד ס'איז זיי אומבאקוועם זיך צו שרייבן בלשון נסתר ובלשון זכר. ס'איז דעגראגירנד, ס'איז אומ'יושר.
אדנירם האט געשריבן:
חוץ מזה, דיין טענה פאר זיך איז אויך היבש מאדנע. דו טענה'סט אז די טענות ותגובות וואס קומען פון א פרויערישע מח, זענען א וויכטיגע חלק אין א ויכוח וכדומה. איך דינג מיך נישט דערויף, אבער מצד שני איז אויך קלאר אז ס'איז דא א געוויסע עדיפות אין א ויכוח בלויז צווישן מענער וואס רעדן איין שפראך. און אין אנדערע ווערטער, ביידע זייטן האבן אירע מעלות און חסרונות, כ'ווייס נאר נישט פארוואס די מעלה פון 'יא' שמועסן מיטן פרויערישן מין, איז אזויפיל שטערקער פון א מענערישע שמועס צווישן זיך. און נאכמער, אז לכבוד דעם זאל שוין גאנץ ק"ש נישט זיין אינטרעסאנט. און נאכמער, אז דו זאלסט אונז וועלן פארקויפן אז אויף אנדערע פלעצער קען מען יא כאפן אזא שמועס מיט פרויען. אויף אידיש? א פייג. זאת ועוד, כדברי קאווע טרינקער, וגם לזה נתכוונתי בדברי אלה.
זיי מסביר דיין טענה אז האבן נאר מענער האט מעלות. ס'הערט זיך ווי א טיש שיעור ג' בחורים וואס לאזן נישט צו קיין קליינע שיעור ב' בחורים וועגן דא רעדן די עדאלטס. און נאכאמאל, מ'רעדט דא פון ישרות און נארמאלקייט אויך.
אדנירם האט געשריבן:ווייטער דיין צווייטע טענה ווייזט נאר ווי לאנג דו ביזט שוין נישט קיין נארמאלע תושב אין ק"ש. מ'לייגט דא ארויף בילדער, קליפס, און וואס נישט, פון פרויען [נישט אלע ברום הצניעות], ואין פוצה פה ומצפצף. דיינע טענות זענען דומה צו די טענות פון אסאך אנדערע ניקס וואס בלאנדזשן דא אריין פון צייט צו צייט, פשוט אפצוקוועטשן זייערס אנע טראפ דעקונג. העלאו? איינער איז דארט? ר' איד, קאווע שטיבל - וויפיל זי האט געצויגן צו רעכטס בעניני דעות - איז סאך מער ליבעראל בנוגע בילדער, ווי אמאל. צייט דאס איינצו'חזר'ן.
ביזט גערעכט אז איך דריי זיך שוין נישט דא אזוי אפט, און אויב ביזטו גערעכט איז טאקע זייער גוט. קודאס טו יו.
אדנירם האט געשריבן:און צום לעצט, עם כל הכבוד [ויש הרבה] לגעפילטע. ווען לעיקוואד טענה'ט אז ער קומט נאר צוריק אויב מ'זאגט ווער קאפיטאן איז, און ווען הוגה טענה'ט אז ער קומט נאר צוריק אויב מ'מאכט אן עליטע סטיל פארום [בעניני דעות], און ווען געפילטע טענה'ט אז ער קומט נאר צוריק אויב פרויען קומען דא אריין אין די מאסן, דאן טוישט זיך גארנישט. שיין עלמיר אויסזען אויב מ'וועט זיך אנהייבן צושטעלן צו יעדן ניק'ס [ווי חשוב ער זאל זיין] נערוו. דאס בעסטע וואלט געווען, ווען מ'איז זיך מטכס עצה וואספארא נקודה וועט מאכן רוב אלטע גווארדיע צוריקקומען בבת אחת. אויב אזא נקודה איז נישט פארהאנען, דאן איז - לדעתי - דיין אשכול גענצליך איבעריג.
איך האב נישט צוגעשטעלט דא קיין אלטימאטום, איך סטראשע נישט, איך זאג נישט קבלו דעתי, נישט געזאגט אז איך קום נישט אהער ווילאנג מ'טוישט נישט די תקנות, און אויך נישט צוגעזאגט אז כ'קום יא צוריק אויב מ'טוישט יא. נאר ווען די שטיבל האט זיך געהאלטן ביים פארמאכן האט זיך ערוועקט אין מיר א נאסטאלגיע, און אפאר חברים האבן מיר גע'אישי'ט פארוואס איך קום שוין קיינמאל נישט אריין, און כ'האב אנגעהויבן צוריק צו קלערן אויפן סיבה. כ'וועל ענק נישט איינרעדן אז דאס איז די איינציגסטע סיבה, כ'ווייס אליינס נישט. כ'בין שוין היינט סאך מער פארנומען אין די ארבעט ווי צוויי דריי יאר צוריק, כ'פלעג האבן שעות ליידיג וואס כ'האב געקענט טון וואס כ'האב געוואלט, היינט האב איך דאס שוין ב"ה\ליידער נישט. אבער דאך פארברענג איך נאך גענוג און נאך צייט אויף אנדערע קבוצות, סאציאלע נעטווארקס למיניהם, און כ'האב געקלערט וואס טאקע האט מיר געפעלט דא וואס איך האב געטראפן דארט. ביז כ'בין אנגעקומען צום החלטה אז די שמועסן ציען זיך אינטערעסאנטער און מער אינהאלטספול דארט ווי דא, וועגן די דייווערסעטי וואס הערטש דארט וואס דא איז עס נישט בנמצא.
איך קום נישט דא מיט קיין שום אטאריטעט, און אויב קוקסטו נאך מיין גאנצע היסטאריע דא אין שטיבל וועסטו נישט טרעפן איך זאל פארבירן ארויפצווינגען מיין מיינונג אויף יעדן, איך האב קיינמאל נישט גענוצט סעניאריטעט אלץ א טענה. מיין מיינונג איז פונקט אזוי ווערט ווי דער שפאגל נייער ניק אין שלום עליכם אשכול. סך הכול האב איך געקלערט איך זאל אויסלופטערן מיינע מחשבות דא מיט גוטע אלטע פריינט, און הערן וואס איר האט צו זאגן. לאזט דעם עולם מחליט זיין וואס זיי ווילן דא.
אדנירם האט געשריבן:געפילטע זעלבסט האקט. אאוטש, דו ביזט מעיד יותר מאלף עדים וואס דיין כוונה איז. ס'איז נישט דאס 'נישט הערן די ווייבער שול', ס'איז דיין פראבלעם מיט 'אכשר דרא'. דאס מאכט דיינע טענות זינלאז, און אביסל פארפירעריש. דו ווילסט עפעס אדורכברעכן אין ק"ש, כדי ס'זאל זיך נישט אכשר דרא'נען, אדער דו ווילסט פשוט תמימות'דיגערהייט הערן דאס מיינונג פונעם בעסערן מין?!
פארפירעריש, אדורכברעכן, תמימות, איך וויל נישט גארנישט, דו האסט אן אנדער מיינונג ווי מיר? כל הכבוד. קאווע שטיבל פלעגט זיין מיין לעבענ'ס ליניע, היינט אבער פעלט מיר עס נישט אויס, ס'דא גענוג פעלדער וואו צו פאשען. אבער אלעמאל וועל איך שפירן א געוויסע נאנטשאפט אהער, יעדער בלייבט איבער מיטן טעם פון אשתו הראשונה, און איך וויל זען דעם פלאץ דא בליען, און זיין א שטאלץ פאר יהדות החרדית אשר לא כרעו לבעל. איך האב נגיעות אין וויאזוי איך וויל ק"ש זאל אויסזען? שור! אבער דאס נעמט נישט אוועק פון מיין "תמימות'דיגע" סיבה פארוואס איך פארברענג דא היינטיגע צייטן ווייניגער ווי אמאל.