שרגא האט געשריבן:מעגליך האט דער שואל באקומען די איידיע אז חסידים גייען נישט עסן אין קיין רעסטוראנטס פון מרת פעלדמאן וואס האט אזוי געשריבן אין איר בוך (אפילו זי בכבודה ובעצמה איז פלענטי ארויס עסן, נאר ווי אנדערע פונקטן וואס זי האט געזוכט צו מאכן דעם מערסט ראדיקאלן איינדרוק אויף חסידים, אנשטאט זיך האלטן צו פאקטן.
ווי אנדערע איינרעדענישן אויף אידן וואס האבן זיך אנגעהויבן פון ביכער (און פילמס), קען דער אשכול דינען אלס דער ערשטער סימן פון דער פרישער איינרעדעניש וואס האט זיך מעגליך אנגעהויבן. שרייבער און פארשער אויף חסידים אינעם צוקונפט וועלן מעגליך צוברענגען פון די געוועזענע חסידקע וואס שרייבט אזוי. דארפן זיי דען א בעסערע באווייז ווי אייינע וואס האט ארויסגעגעבן די אינערליכע סחורה האט דאס געשריבן. פרוביר לייקענען.
שרגא שטעלט אראפ כאילו דבורה פעלדמאן האט דא עפעס געזויגן פון פינגער. דבורה פעלדמאן איז מגזים אין איר נעגאטיווקייט אויף אונזער ציבור, און קעגן דעם איז געווארן א נייע באוועגונג פון מגזים זיין אין אפּפרעגן דבורה פעלדמאן. דער שילדערונג פון דעם היימישען ציבור אלץ צוריקגעצויגן פון עסן אין רעסטוראנטן מענער און ווייבער איז זיכער אמת ויציב. ביי גאטליב אין וומסב"ג וועסטו אפילו טרעפן א מחיצה. ביי היימישע האטעלן און קעמפס וועסטו טרעפן די דיינינג רום פאר די משפחות ווערט פלוצלינג קיטוניות קיטוניות, און דאס איז זיכער נישט נאר פאר די מטרה פון נישט זען דיין שכנ'ס געראנגל מיט די לאנגע לאקשן.
כאפ א בליק אין דיין געווענליכע רעסטוראנט און זעלטן וועסטו טרעפן א מאן און א ווייב זיצן צוזאם און עסן אדער פיטערען די קינדער. זיכער וועסטו טרעפן די געהאקטע בערד זיצן אינאיינעם מיט די דענים סקירטס, און צומאל פיטערן זיי א קינד אדער צוויי, אבער דער חברה זענען "נישט" א חלק פון די געווענליכע היימישע ציבור וואס שיקט די קינדער אין אידיש רעדנדע מוסדות. אויב טרעפסטו יא מענער משלנו זיצן, איז דאס בדרך כלל דאנערשטאג ביינאכט ווען די מענער זיצן באקוועם אין די ווייבער שפרינגן כאילו זיי זיצן אויף מורישקעס, און טאמער פאקסטו שוין יא א היימישע קאפל שפרינגן זיי ביידע.
למעשה צו מ'מעג יא אדער נישט ע"פ תורה זיצן מיט די ווייב אין א רעסטוראנט קען מען דן זיין לכאן ולכאן. אויף פארשידענע אופנים קען מען זיכער מקיל זיין, למשל א זיווג שני דעיט, וואס זיצן אין א היימישען רעסטוראנט איז זיכער ענדערש ווי ערלויבן די היימישע גרושים זיך גיין טרעפן אין אויסגעלאסענע ערטער. אבער אפילו דארט ווי א אינגערמאן פילט אז ס'איז וויכטיג פאר שלום בית אד"ג דארף ער לכאורה שטארק נעמען אין באטראכט די וואס וועלען זיך ח"ו אפלערנען פון עם און גיין אין רעסטוראנטן צוזאמען מיט די ב"ב אפילו ווען ס'איז נישט אזוי דרינגענד. לכאורה איז דערפאר מער כדאי פאר אן אויסגעהאלטענעם אינגערמאן וואס פילט אז ער מוז מחמת סיבה גיין מיט די ווייב, אז ער זאל גיין קיין קראון הייטס אדער פלעטבוש, וואס דארט וועט ער נישט מכשיל זיין אנדערע תמימי לב וואס וועלן זיך אפלערנען פון עם.