וויפיל איך האב אין שטיבל געליינט וועגן פורים איז דאס געקומען אין באגלייטונג פון א נעגעטיווע בליק, די חברה וואס מאכן זיך ווי שכורים דיר צו קענען האגן ווי לבן יעקב'ן זעהן צו ער האט עפעס ווערדפול באהאלטן, צו די שמעק פון די מאכלי יו"ט וואס האבן געמאכט חזרה דורכן האלז פונעם יעניגן, אדער גאר די געלט גייעריי.
אבער איך בין נישט קיים שותף צו דעם און עס שטערט מיר אז עס ווערט נאר ארויס געברענגט די חלק פון פורים, איך האב שוין ב"ה היבש יארן געהאלטן דעם יו"ט פורים אין אסאך שטעט און מקומות אונטער פילע אומשטענדן, און אלס איז דאס געווען מיין פעיוועריט.
צו זעהן די אמת'דיגקייט פון די מענטשהייט, ווי אזוי דער זעהט נישט קיינעם חוץ פון השי"ת, יא עס איז אזוי שיין צו זעהן ווי דער זעלבער וואס נעכטן האט ער אזוי ערנסט מסביר געווען די חורבן פון גיוס קען היינט ווען זיינע מחיצות פאלן אוועק צו גיין צו א סאלדאט און איהם ארום האלזן מיט א עכטע ליבשאפט הוי אומר דאס בין איך באמת, צו ווען איך זעה א בחור וואס איך קען איהם גוט אלס יענער תנא קמא און יעצט זיצט ער אין א ווינקל וויינען צו השי"ת וטהר לבינו לעבדך באמת, אדער ווען איך אליין נאך כמה וכמה כוסות משקה טרעף איך אין מיר גאר א אנדער געוואלדיג פון וואס איך קען א גאנץ יאר, צו זעהן ווי צענדליגער מענטשן וואס זייער שייכות צווישן זיי איז נישט מער ווי די הענט וואס האלט זיי צוזאמען, טאנצן מיט אזא אהבה ואחוה ושלום ורעות, די אלע וואס אין מקוה און אין ביהמ"ד ווילן נישט רעדן צו יענעם, ווייזן ארויס זייער עכטע ליבשאפט ווען די חומות פאלן אוועק, די גרעניצן ווערן אפן, די מענטשהייט טרעפט זיך מיטן אמת.
ווי שיין איז דאס די שיכורים וואס קומען אריין און פראבירן מיט אלע כוחות צו ווייזן ווי נישט שיכור זיי זענען פאלנדיג אוף אלע זייטן, צו דער וואס פראבירט מיט שולד געפילן צו אויפרייניגן מיט זיינע אייגענע הענט א צובראכענע גלאז וואס ער האט בטעות צובראכן, ווי אמת'דיג איז דאס ווי שיין איז דאס.
מען רעדט דא כסדר פון די פראבלעמען און ווייפל מען עקלט זיך פון זיי, עס זעהט אויס ווי די שרייבער דא טרינקט קיינער פורים, אפשר איז דאס די סיבה, עניוועי איך האב זייער ליב דעם יו"ט מיט די אמת'דיגקייט וואס עס ברענגט מיט.
אוי ווי זיס, פורים
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
אוי ווי זיס, פורים
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
Re: אוי ווי זיס, פורים
בין איך דער איינציגסטער דא וואס ווערט nauseous פון די ניגון ״אם מצאתי חן בעיניך המלך, ואם על המלך טוב תנתן לי נפשי בשאלתי ועמי בבקשתי״ [emoji443] - איך רעד שוין נישט פון שיק שוין משיח וכו׳ איך רעד פון די ״תנתן לי, תנתן לי, תנתן לי, תנתן לי, תנתן לי, תנתן לי, תנתן לי, נפשי, נפשי בשאלתי ועמי בבקשתי, עס גריצעלט נאך ערגער פון די אייז קרום טראק סאנג.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: אוי ווי זיס, פורים
איך ווייס נישט ווי דו ביסט געווען. איך טרינק יא און איך זיץ דארט רואיגער ווי א גאנץ יאר.
מיין פראבלעם, זייט אלס אינגעל, איז דער לחץ פון פורים. איך האב קיינמאל נישט מצליח געווען פארשאפען עפעס געלט, א האלבע טאג האב איך נישט וואס צו טוהן, און דער צווייטע האלב טרינקט מען און ברעכט מען. איך ווייס אז א פאר טעג וועט עס נעמען ביז ס'גייט ארויס פון די סיסטעם. ס'קען זיין ווייל פון די פערצען יאר ביז א פאר יאר נאכ'ן חתונה בין איך נישט געווען אין די היים פורים, נאר אלס ביי פרעמדע אדער אין ישיבה, האב איך אלס געשפירט אומבאקוועם.
איך האב זיך געמוזט איינפיהרען זיך אראפצולאזען פון די לחץ צו האבען א געשמאקע צייט און צוגייען צום טאג ווי א פשוט'ער טאג מיט א פאר מצוות צוגעלייגט.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מיין פראבלעם, זייט אלס אינגעל, איז דער לחץ פון פורים. איך האב קיינמאל נישט מצליח געווען פארשאפען עפעס געלט, א האלבע טאג האב איך נישט וואס צו טוהן, און דער צווייטע האלב טרינקט מען און ברעכט מען. איך ווייס אז א פאר טעג וועט עס נעמען ביז ס'גייט ארויס פון די סיסטעם. ס'קען זיין ווייל פון די פערצען יאר ביז א פאר יאר נאכ'ן חתונה בין איך נישט געווען אין די היים פורים, נאר אלס ביי פרעמדע אדער אין ישיבה, האב איך אלס געשפירט אומבאקוועם.
איך האב זיך געמוזט איינפיהרען זיך אראפצולאזען פון די לחץ צו האבען א געשמאקע צייט און צוגייען צום טאג ווי א פשוט'ער טאג מיט א פאר מצוות צוגעלייגט.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא