האם מותר להתחבק עם נשים מפני דרכי שלום
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
אראטאר? יא! דענקער? ניין! אדרבא, ער קען עס מתיר זיין עפ"י הרב גענאק, וואס איז אסאך גרעסערע פארנעם ווי איהם אין תורה.
און פארצייל מיר נישט קיין מעשים פון ענגלאנד. איך שטאם פון דארט, מיין משפחה וואוינט נאך היינט דארט, און איך ווייס וואס איז פארגעגאנגען מיט זיין מעשים במשך די יארען דארט. קיין טראפ כבוד האט ער נישט פון די ארטאדאקסען, פון די מאדערנע ביז די אולטרא, און קיין שום השפעה קען מען נישט לייגען צו זיין קרעדיט. פארלימענט מיטגעלידער זענען נישט פרא-איזרא'על וועגען זיין רעדע'ס, און קיין איין מצוה איז נישט נזקף לזכותו. און זאג דו ווי האט מען געזען דער חכמה בהוויות העולם? וואס האט ער געזאגט וואס יעדער פרוי קען נישט זאגען על דעת עצמה? וואס פאר א גרויסע קענשאפט האט ער אונז געצייגט אז ער זאל הייסען אויף די זעלבע שטאפעל ווי כ"ק אדמו"ר מבאבוב48 למשל?

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- mevakesh
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1000
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 687 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
Re: האם מותר להתחבק עם נשים מפני דרכי שלום
ליטוואק איהר האט שוין אמאל געליינט זיינע ביכער?
ווען איהר דינגט איך אויף הלכה נו האב איך נישט קיין בפירושע ראיה אבער א דענקער איז ער לכל הדעות אפילו אויב איהר זענט נישט מסכים מיט וואס ער זאגט

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
איך בין נישט קיין ידען אין הלכה, במילא גיי איך נישט אריין אין דעם אסור/מותר נושא ווייל איך קען עס נישט.
אבער איך זעה אז דער קעפל איז באטיטלט געווארן מפני 'דרכי שלום', ווער פון דא האלט אז קלינטאן וואלט באמת געווען ברוגז ווען א געהילף זאגט איר ווען פארדעם אז דער 'ראביי' קען נישט שעיקן די הענדס 'פאר רעלידזשעס ריזאנס'??, טויזענטער אידן זאגן דאס יעדן טאג (ואני בתוכם) און מ'האט נאכנישט געטראפן די גויטע וואס זאל ווערן עפעס אויסטערליש באליידיגט פון אזא קבלת פנים, אונז לעבן היינט אין א אפענע וועלט וואס איז נישט נאר א וואן וועי ווי אינפרמאציע פון די סעקיולארע קולטור פליסט אריין און באיינפלוסט דעם היימישן ציבור. נאר ס'איז א טו וועי, און רוב גוים ( און זיכער אזא געלערנטע ווי מרס. קלינטאן, וואס האט נאנטע פארבינדונגן מיט היימישע(סקיוורא)) האבן שוין אמאל געזעהן א 'האסיד' פאר די אויגן, און פארשטייען אז זיי האבן זיך זייערע רעליגיעזע געפירעכצער און ווערן נישט באליידיגט ווען א מאנספערזאן זאגט זיך אפ פון גיבן די האנט פאר א שעשני כרצונו.
איך קען נישט הרב גענאק און איך ווייס נישט וויאזוי ער פיהרט זיך פריוואט, יא שומר נגיעה צו נישט, אבער לויט די שטורעם וואס דאס האט פאראורזאכט קוקט אויס אז מ'האט עס נישט ערווארטעט פון אים, און ער וואלט געדארפט זיין ספעציעל פארזיכטיג מיט וואס ער טוט.
אבער איך זעה אז דער קעפל איז באטיטלט געווארן מפני 'דרכי שלום', ווער פון דא האלט אז קלינטאן וואלט באמת געווען ברוגז ווען א געהילף זאגט איר ווען פארדעם אז דער 'ראביי' קען נישט שעיקן די הענדס 'פאר רעלידזשעס ריזאנס'??, טויזענטער אידן זאגן דאס יעדן טאג (ואני בתוכם) און מ'האט נאכנישט געטראפן די גויטע וואס זאל ווערן עפעס אויסטערליש באליידיגט פון אזא קבלת פנים, אונז לעבן היינט אין א אפענע וועלט וואס איז נישט נאר א וואן וועי ווי אינפרמאציע פון די סעקיולארע קולטור פליסט אריין און באיינפלוסט דעם היימישן ציבור. נאר ס'איז א טו וועי, און רוב גוים ( און זיכער אזא געלערנטע ווי מרס. קלינטאן, וואס האט נאנטע פארבינדונגן מיט היימישע(סקיוורא)) האבן שוין אמאל געזעהן א 'האסיד' פאר די אויגן, און פארשטייען אז זיי האבן זיך זייערע רעליגיעזע געפירעכצער און ווערן נישט באליידיגט ווען א מאנספערזאן זאגט זיך אפ פון גיבן די האנט פאר א שעשני כרצונו.
איך קען נישט הרב גענאק און איך ווייס נישט וויאזוי ער פיהרט זיך פריוואט, יא שומר נגיעה צו נישט, אבער לויט די שטורעם וואס דאס האט פאראורזאכט קוקט אויס אז מ'האט עס נישט ערווארטעט פון אים, און ער וואלט געדארפט זיין ספעציעל פארזיכטיג מיט וואס ער טוט.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
הרב גענאק איז פון די הרכב פון דריי רבנים פון די או. יו. כולל הרב שעכטער, ולהבחל"ח הרב בעלסקי זצ"ל.
מ'זעט אמאל א פרייע איד ווערט באליידיגט, אבער א גוי געווענדליך נישט. און איבערהויפט איינער ווי היללערי וואס האט שוין געזען טויזענטער מענטשען פון אנדערע קולטורען אין איהר לעבען.
דא איז אויך אנדעריש מחמת נאך א סבה. א רייע מענטשען איז געשאטאנען צו נעמען שלום פון איהר. ווען זי איז געקומען צו הרב גענאק, האט זי איהם געהאלדזט. דאס איז נישט סתם א כאפ פון די האנד, דאס איז א פערזענליכע באציאונג צווישען די צוויי, וואס כידוע איז אן אלטע. איך זאג נישט ח"ו אויף איהם גארנישט, ער איז נישט קיין מנוול און קיינער באשולדיגט איהם נישט, נאר די מעשה איז א שווערע מחמת דעם, און ס'איז א בזיון פאר אונז אלע. דאס איז נישט די זעלבע ווי אלע פעלער פון די פוסקים.
נאכאמאל, איך האב נישט קיין מיינונג אין די הלכה דא, און איך קום נישט גריבעלען אין יענעמ'ס ציצית. אבער דער צושטעל איז זייער שוואך.
מ'זעט אמאל א פרייע איד ווערט באליידיגט, אבער א גוי געווענדליך נישט. און איבערהויפט איינער ווי היללערי וואס האט שוין געזען טויזענטער מענטשען פון אנדערע קולטורען אין איהר לעבען.
דא איז אויך אנדעריש מחמת נאך א סבה. א רייע מענטשען איז געשאטאנען צו נעמען שלום פון איהר. ווען זי איז געקומען צו הרב גענאק, האט זי איהם געהאלדזט. דאס איז נישט סתם א כאפ פון די האנד, דאס איז א פערזענליכע באציאונג צווישען די צוויי, וואס כידוע איז אן אלטע. איך זאג נישט ח"ו אויף איהם גארנישט, ער איז נישט קיין מנוול און קיינער באשולדיגט איהם נישט, נאר די מעשה איז א שווערע מחמת דעם, און ס'איז א בזיון פאר אונז אלע. דאס איז נישט די זעלבע ווי אלע פעלער פון די פוסקים.
נאכאמאל, איך האב נישט קיין מיינונג אין די הלכה דא, און איך קום נישט גריבעלען אין יענעמ'ס ציצית. אבער דער צושטעל איז זייער שוואך.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
- האט שוין געלייקט: 470 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
ירח בן יומו האט געשריבן:
אגב, וויל איך וויסן ווען איז הרב שטיינמאן דער וואס ווייסט גארנישט חוץ תוס' מיט שו"ע, און ווען איז ער דער וואס האלט אז מ'דארף זיין מער אפן צו די גאס און צו די מציאות (ע"ע גיוס)?
פון די קופת העיר פראפאגאנדע איבער הרב שטיינמן
http://onthemainline.blogspot.com/2005/ ... ement.html
Harav Steinman first entered the main room of the office. He was amazed at the site of many stations waiting to be manned.
Why are so many stations necessary?" he asked. The telephones at the stations of the steady operators were ringing non-stop...."But how is it that a person contributes over the phone? How does the money come in?" he asked. The gabbai briefly explained how a credit card works.
"But the contributor doesn't even sign anything... he's contributing over the phone!" Harav Steinman asked again. "But what if he changes his mind?" he went on....It was astounding to see to what extent maran, shlit"a, who is immersed in Torah study day and night, is cut off from the financial nature of our daily lives in the modern world. At the same time, it was fascinating to see how quickly he caught on when the matter was outlined in the briefest detail.
די אלע הבלים איבער גיוס קומט פונם פלג הצפוני/ירושלמי מיט זייערע הפלס שרייבערלעך, זעה למשל דע בריוו פון הרב שטיינמאן, ומן המותר להאריך בדברים ידועים
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב נישט גערעדט פון די איסור, ווייל ס'איז נישט מיין ביזנעס. זיין חסרון גאווה יהודית איז יא מיין ביזנעס
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
אויב די איסור גייט דיך נישט אן, דארף דיר זיין גאוה יהדית זיכער נישט אן גיין.
און ער וואלט זיך געקענט פארלאזן אויף הרב אונטרמן וואס האלט: שאין לך ביוש גדול יותר מזה וגדול כבוד הבריות שדוחה לא תעשה שבתורה.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
זיין איסור גייט מיר נישט אן. אבער ווען א פראמינענטע איד שעמט זיך פון זיין אידישקייט, שפיגעלט עס אויף מיר און אנדערע אידען.
טאקע דער טשיף ראביי פון ענגלאנד פאר ראביי סאקס איז געווען ראביי יעקובוביץ. מ'זאגט ווען ער איז געווארען א לאר"ד, האט מען אפגעמאכט מיט'ן קעניג'ן אז ער דארף זיך נישט בוקען. ער האט אויסגערופען קבל עם ועדה אז א איד איז אנדעריש.
דער הרב סאקס איז געגאנגען אין קלויסטער פאר א חתונה אינ'ם משפחת הקעניג'ן, ער שרייבט ביכער אז אלע רעליגיע'ז זענען אייניג און קיינער ווייסט נישט קיין אמת (דער טומולט ארום דעם איז דייקא געקומען פון די מאדערנע רבנים אין ענגלאנד, וואס האבען געבעטען די חרדיש'ע עפעס צו טוהן דערוועגען), און ער האלט אין איין דרשנ'ן ווי מ'דארף געפעלען די וועלט. ער איז טאקע א פאסיגע רבי פון אזא מעשה וואס האט נעכט'ן פאסירט. איך ווייס נישט וואס איז געווען מיט דער הרב גענאק, אבער דאס וואס שטערט מיר פון די מעשה איז די זעלבע בזעיר אנפין וואס מ'זעט אויף דער ראביי סאקס. ער איז א מה יפית'ניק, און איז גורם בזיונות פאר תורה אידען אומעטום, און זיין מבהיל'דיגע חכמה און פקחות איז נאך ווייט פון אויפגעוויזען.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: האם מותר להתחבק עם נשים מפני דרכי שלום
איך מיין מ'איז דא עובר אויף בצדק תשפוט עמיתך. הרב גענאק האט נישט געוואלט מער ווי געבן די הענט, וואס דאס איז לשיטתם א מנהג ותיקין. מיסיס קלינטאן אדורכגייענדיג גיבט יעדן די הענט מיט א גרויסן פאלשן שמייכל, א מעשה פון ספליט סעקאנדס מיט יעדן איינעם, בעת וואס ס'איז קענבאר אז אלץ גייט צו זייער מעכאניש. פון די עק אויג באמערקט זי ווי איינער קומט ארויס פונעם שורה און ס'קלאר אז יענער ערווארט ספעשיל אטענטשין און אפשר האט זי אפילו געכאפט אז יענער איז עפעס באקאנט, אויטאמאטיש געט זי אים א כאפ ארום און געגאנגען ווייטער. מ'רעדט דא פון א רגע כמימרא, הרב גענאק האט עס נישט ערווארטעט און מ'זעט קלאר ווי ער גייט צוריק אביסל פארלוירן און אומגערישט.
איי, זי קען אים דאך גוט און וואלט געדארפט וויסן אז אים האגט מען נישט? קודם כל איז ער נישט איר בעסטער בוזעם פריינד, צווייטענס מ'זעט קלאר אז זי טראכט נישט און איז אויף א ראובאטיק מאוד.
איי, וואס איז מיט גאוותן של ישראל? ס'נישט געווען שייך זיך אקעגנשטעלן, ס'געווען נישט מער ווי א ספליט סעקאנד, נאך איידער וואס ווען איז שוין געווען לאחר המעשה.
דא האט איר דעם קליפ
https://vimeo.com/160025323

דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
Re: האם מותר להתחבק עם נשים מפני דרכי שלום
אז אזא תקלה איז ארויס געקומען זעהט מען בחוש ווי די ציונים זענען אין אלעס שולדיג.
.And they lived happily ever after
באבע מעשיות
באבע מעשיות
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער [הרב ]סאקס [שליט"א] ... ער שרייבט ביכער אז אלע רעליגיע'ז זענען אייניג און קיינער ווייסט נישט קיין אמת
לינק ביטע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: און איז גורם בזיונות פאר תורה אידען אומעטום,
לינק ביטע
סתם אזוי, וואס טוסטו אויב אליהו קומט און זאגט אז ער איז דער לאנג-ערווארטערטע משיח?? (האסט א צווייטער וואס איז ראוי לאותו איצטלא פון "לך יובילו מלכים שי"?)
Under influence
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
זוך די בוך the dignity of difference
דער משיח שאלה איז זיס. אן די סארט אמונות טפלות קען מען זיין חסיד נישט זיין.
דער משיח שאלה איז זיס. אן די סארט אמונות טפלות קען מען זיין חסיד נישט זיין.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- mevakesh
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1000
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 687 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
Re: האם מותר להתחבק עם נשים מפני דרכי שלום
ער האט נישט געשריבען אז אלע רעליגיעס זענען גלייך און קיינער איז נישט מער אמת נאר מער אז כל הדרכים מוליכין לאותו כוונה און ער האט עס געשריבען אביסעל צו שארף און נאכדעם אלס דרוק פון רב אלישיב און נאך האט ער אביסעל אראפגענומען און געטוישט
דא איז אנארטיקל
http://www.telegraph.co.uk/news/uknews/1422145/Chief-Rabbi-revises-book-after-attack-by-critics.html
Among the changes,which are reported in this week's Jewish Chronicle,are:
"The radical transcendence of God in the Hebrew Bible means nothing more nor less than that there is a difference between God and religion. God is universal,religions are particular . . . In the course of history,God has spoken to mankind in many languages: through Judaism to Jews,Christianity to Christians,Islam to Muslims"
becomes
"The radical transcendence of God in the Hebrew Bible means that the Infinite lies beyond our finite understanding . . . As Jews we believe that God has made a covenant with a singular people,but that does not exclude the possibility of other peoples,cultures and faiths finding their own relationship with God within the shared frame of the Noahide law".
"In Heaven there is one truth; on Earth there are truths. Therefore,each culture has something to contribute" becomes "Each culture has something to contribute to the totality of human wisdom".
"The way I have discovered . . . is that the truth at the beating heart of monotheism is that God is greater than religion; that He is only partially comprehended by any faith. He is my God,but also your God. He is on my side,but also on your side. He exists not only in my faith,but also in yours"
becomes
"The way I have discovered . . . is that the truth at the beating heart of monotheism is that God transcends the particularities of culture and the limits of human understanding. He is my God but also the God of all mankind,even of those whose customs and way of life are unlike mine".
"No one creed has a monopoly on spiritual truth" has been deleted.

- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
רבי משה פיינשטיין'ס עקשנות אין די חצות זייגער ווייזט אז ס'איז אים שווער געווען צו פארשטיין אפילו פשוט'ע יסודות'דיגע זאכן, איינמאל עס איז געווען אנדערש פון וואס ער איז אויפגעוואקסן. די אנדערע - כמעט אלע - רבנים פון יענעם דור וואס האבן נישט אויפגעפאסט דעם שינוי וואס איז אנטשטאנען אינעם זייגער, האבן כאטש נישט געשריבן קיין תשובות הין און צוריק בנושא, און פארשטייט זיך אז פון זיך אליין איז זיי דאס נישט בייגעפאלן.
כלומר: דא - אזוי ווי ביי אסאך אנדערע שאלות - איז נישטא קיין מחלוקת להלכה, די הלכה איז זייער קלאר אז נגיעה שלא בדרך חיבה איז מותר, עס איז נאר א מחלוקת במציאות. אין רוסלאנד האט געבן די האנט פאר א פרוי געמיינט עפעס אנדערש ווי אין די מערב וועלט.
און די זעלבע פארקערט. איך בין כמעט זיכער אז דער בן איש חי וואלט ווען געהאלטן אז עקטשועלי געבן די האנט פאר א פרוי איז פון די חמורות שבחמורות, אבער אין די זעלבע צייט האט ער נישט קיין פראבלעם מיט די פאטריארכישע סצענע ווי די פרוי בייגט זיך אראפ צו קושן דעם רבי'ןס האנט.

האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
או כלך לדרך זה. די גדרי חבה זענען אויך א דבר התלוי באובנא דלבא. דאס האנט געבען איז א וועג פון ווייזען אנערקענשאפט. דאס איז שוין נישט די ווייטקייט פון הונדרעטער מענטשען וואס גייען אריבער קושען א האנט. ביי א פאליטישע הפגנה איז אפשר נישט קיין פראבלעם צו געבען א האנט, אף לשיטת האג"מ.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
- האט שוין געלייקט: 470 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
אמאל איז גרינגער צו פארשטיין קאנטעקסט ווען מרעדט פון אנדערע, ווייל דעמאלטס איז מען אביסל מער פריי פון נגיעות און הנחות קדומות
די ארטיקעל קומט פון ''הארץ''
סערה בשוויץ: תלמידים מוסלמים סרבו ללחוץ את יד מורתם
06.04.2016 12:07
שלמה פפירבלט
טרוויל היא עיירה שוויצרית שלווה בת כעשרת אלפים תושבים, בקנטון בזל-לנדשאפט, מוקפת שדות, יערות, וגם אגם כמובן. למעשה, הייתה שלווה. כיום, היא במרכזה של סערה תקשורתית, ציבורית ותרבותית שטיפסה והגיעה עד לשרת המשפטים של המדינה, אשר התייחסה השבוע לפרשה באופן נחרץ וברור.
בטרוויל קיים מנהג, מימים ימימה, איש בעצם אינו זוכר מתי זה החל, שכאשר מגיעים בבוקר התלמידים לבית הספר ונכנסים לכיתה, ניצב המורה בפתח ולוחץ את ידו של כל תלמיד וכל תלמידה. עד שבוקר אחד, לקראת סיומה של שנת הלימודים האחרונה, נפל דבר בטרוויל. שני תלמידים, בנים למשפחות מוסלמיות, בני 14 ו-15, סרבו ללחוץ את ידה המושטת של מורתם. על רקע התדהמה שהשתררה, הם הסבירו, כי התוודעו לכך שדתם המוסלמית אוסרת עליהם לגעת בידה של אישה.
לא מדובר בנערים שזה עתה הגיעו לשוויץ. השניים הם בנים למשפחות מהגרים החיות במדינה כבר מספר שנים, ורוב חינוכם עבר עליהם במקום. אחרי שדווח המקרה - הם זומנו להתייצב בפני הנהלת בית הספר ובפני נציגי הוועדה הפדגוגית המקומית – שם קיבלו הזדמנות להסביר את עצמם, ושם לאחר דיון ממושך החליטה ההנהלה של בית הספר השוויצרי את ההחלטה המדהימה הבאה: באופן יוצא מן הכלל מותר לשניים שלא ללחוץ את יד המורה האישה, בתנאי שהם לא ילחצו גם את ידם של המורים הגברים במוסד... כך, לדעת ההנהלה, לא יפגע עקרון השוויון בין גברים לנשים.
אולם לאחר זמן מה, סיפור המעשה דלף לעיתון "שוויץ אם זונטג", גרר גל גדול של תגובות ופתח ויכוח ציבורי ער. "זה איום על תרבותנו", "החלטת בית הספר היא שיא של צביעות", "אין להרשות, אין לוותר על לחיצת היד", אלה היו רק חלק מכותרות המאמרים שהופיעו סביב הנושא. המורה ואיש הנהלת ארגון המורים במחוז, מיכאל וייס, הגיב ואמר: "זה מגוחך. חופש הדת אינו יכול לאפשר חריגה מסוג זה. ללחוץ את ידו של מורה הוא מנהג מקובל – כך אומר המורה בוקר טוב לתלמידיו אצלנו, מבהיר להם כי הוא כאן בשבילם. סירוב ללחוץ יד מושטת הוא גסות רוח, על גבול האלימות. בבית הספר צעד כזה הוא סירוב לקבל את סמכות המורה ופגיעה בכבודו".
נשיא ארגון מנהלי מוסדות החינוך של הקנטונים השוויצריים, כריסטוף היימן, הצטרף לדעתו ואמר: "בבית הספר כולם חייבים להתנהג באופן דומה, אין לאפשר התנהגות יוצאת דופן שכזאת". גם נשיא פדרציית הארגונים המוסלמים בשוויץ, מונטסר בן-מראד, הביע צער על ההחלטה של בית הספר. לדבריו, "אין בקוראן מראה מקום המצדיק סירוב ללחוץ את ידה של מורה אישה. חכמי דת רבים אישרו כי לחיצת יד בתור ברכה, אינה צריכה לעורר בעיה כלשהי. בית הספר היה צריך להעביר את המסר הזה – ולא להניח לתלמידים לנהוג באופן יוצא מן הכלל".
הביקורת הגיעה גם מכיוונם של אנשי מקצוע. מלורי שנוולי-פורדי, סוציולוגית המתמחה בנושא המיעוט המוסלמי בשוויץ, אמרה לעיתונאים: "בית הספר שגה. אם הנערים האלה באים ממשפחות פונדמנטליסטיות, הרי שהמוסד החינוכי הוא הגוף שיכול לתת להם דוגמאות להתנהגות חברתית ותרבותית אחרת. תפקיד המורים להעביר לתלמידים את הערכים העוסקים בשוויון בין גברים ונשים, ומתן כבוד הדדי".
הוסיפה לדיון, מן הגבהים הממשלתיים, שרת המשפטים של שוויץ סימונטה סומרוגה, אשר אמרה השבוע בתוכנית בערוץ SRF – כי החלטת בית הספר מרחיקת לכת, לדעתה "יש להיות ברור. לחיצת יד היא חלק מהתרבות שלנו ומחיי היום יום שלנו. לא זאת הדרך הנראית בעיני להתערות של מהגרים במדינה".
ראשי מחלקת החינוך של הקנטון, בעקבות הסערה, התכנסו בימים אלה לגבש החלטות בעקבות האירוע ולדון בדרך בו טיפלה בו הנהלת בית הספר. ההמלצות, נמסר, יפורסמו בקרוב. אירופה ממתינה.
די ארטיקעל קומט פון ''הארץ''
סערה בשוויץ: תלמידים מוסלמים סרבו ללחוץ את יד מורתם
06.04.2016 12:07
שלמה פפירבלט
טרוויל היא עיירה שוויצרית שלווה בת כעשרת אלפים תושבים, בקנטון בזל-לנדשאפט, מוקפת שדות, יערות, וגם אגם כמובן. למעשה, הייתה שלווה. כיום, היא במרכזה של סערה תקשורתית, ציבורית ותרבותית שטיפסה והגיעה עד לשרת המשפטים של המדינה, אשר התייחסה השבוע לפרשה באופן נחרץ וברור.
בטרוויל קיים מנהג, מימים ימימה, איש בעצם אינו זוכר מתי זה החל, שכאשר מגיעים בבוקר התלמידים לבית הספר ונכנסים לכיתה, ניצב המורה בפתח ולוחץ את ידו של כל תלמיד וכל תלמידה. עד שבוקר אחד, לקראת סיומה של שנת הלימודים האחרונה, נפל דבר בטרוויל. שני תלמידים, בנים למשפחות מוסלמיות, בני 14 ו-15, סרבו ללחוץ את ידה המושטת של מורתם. על רקע התדהמה שהשתררה, הם הסבירו, כי התוודעו לכך שדתם המוסלמית אוסרת עליהם לגעת בידה של אישה.
לא מדובר בנערים שזה עתה הגיעו לשוויץ. השניים הם בנים למשפחות מהגרים החיות במדינה כבר מספר שנים, ורוב חינוכם עבר עליהם במקום. אחרי שדווח המקרה - הם זומנו להתייצב בפני הנהלת בית הספר ובפני נציגי הוועדה הפדגוגית המקומית – שם קיבלו הזדמנות להסביר את עצמם, ושם לאחר דיון ממושך החליטה ההנהלה של בית הספר השוויצרי את ההחלטה המדהימה הבאה: באופן יוצא מן הכלל מותר לשניים שלא ללחוץ את יד המורה האישה, בתנאי שהם לא ילחצו גם את ידם של המורים הגברים במוסד... כך, לדעת ההנהלה, לא יפגע עקרון השוויון בין גברים לנשים.
אולם לאחר זמן מה, סיפור המעשה דלף לעיתון "שוויץ אם זונטג", גרר גל גדול של תגובות ופתח ויכוח ציבורי ער. "זה איום על תרבותנו", "החלטת בית הספר היא שיא של צביעות", "אין להרשות, אין לוותר על לחיצת היד", אלה היו רק חלק מכותרות המאמרים שהופיעו סביב הנושא. המורה ואיש הנהלת ארגון המורים במחוז, מיכאל וייס, הגיב ואמר: "זה מגוחך. חופש הדת אינו יכול לאפשר חריגה מסוג זה. ללחוץ את ידו של מורה הוא מנהג מקובל – כך אומר המורה בוקר טוב לתלמידיו אצלנו, מבהיר להם כי הוא כאן בשבילם. סירוב ללחוץ יד מושטת הוא גסות רוח, על גבול האלימות. בבית הספר צעד כזה הוא סירוב לקבל את סמכות המורה ופגיעה בכבודו".
נשיא ארגון מנהלי מוסדות החינוך של הקנטונים השוויצריים, כריסטוף היימן, הצטרף לדעתו ואמר: "בבית הספר כולם חייבים להתנהג באופן דומה, אין לאפשר התנהגות יוצאת דופן שכזאת". גם נשיא פדרציית הארגונים המוסלמים בשוויץ, מונטסר בן-מראד, הביע צער על ההחלטה של בית הספר. לדבריו, "אין בקוראן מראה מקום המצדיק סירוב ללחוץ את ידה של מורה אישה. חכמי דת רבים אישרו כי לחיצת יד בתור ברכה, אינה צריכה לעורר בעיה כלשהי. בית הספר היה צריך להעביר את המסר הזה – ולא להניח לתלמידים לנהוג באופן יוצא מן הכלל".
הביקורת הגיעה גם מכיוונם של אנשי מקצוע. מלורי שנוולי-פורדי, סוציולוגית המתמחה בנושא המיעוט המוסלמי בשוויץ, אמרה לעיתונאים: "בית הספר שגה. אם הנערים האלה באים ממשפחות פונדמנטליסטיות, הרי שהמוסד החינוכי הוא הגוף שיכול לתת להם דוגמאות להתנהגות חברתית ותרבותית אחרת. תפקיד המורים להעביר לתלמידים את הערכים העוסקים בשוויון בין גברים ונשים, ומתן כבוד הדדי".
הוסיפה לדיון, מן הגבהים הממשלתיים, שרת המשפטים של שוויץ סימונטה סומרוגה, אשר אמרה השבוע בתוכנית בערוץ SRF – כי החלטת בית הספר מרחיקת לכת, לדעתה "יש להיות ברור. לחיצת יד היא חלק מהתרבות שלנו ומחיי היום יום שלנו. לא זאת הדרך הנראית בעיני להתערות של מהגרים במדינה".
ראשי מחלקת החינוך של הקנטון, בעקבות הסערה, התכנסו בימים אלה לגבש החלטות בעקבות האירוע ולדון בדרך בו טיפלה בו הנהלת בית הספר. ההמלצות, נמסר, יפורסמו בקרוב. אירופה ממתינה.
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: האם מותר להתחבק עם נשים מפני דרכי שלום
אין יעדע מדינה איז אנדערש, און יעדער מצב איז אנדערש, אבער בכלליות אין א וועלט פון גלאבאליזאציע און טאלעראנץ, און סענסיוויטעט צו דעם אנדערן'ס קולטורעלע און רעליגיעזע אנשויאונגען, צוקוקנדיג ווי אנדערע אומות האלטן זיך פעסט צו זייערע טראדיציעס מאכט עס נאר שוואכער די טענה פון 'כבוד הבריות', מ'דארף זיין א מענטש, א.א.וו.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
mevakesh האט געשריבן:ער האט נישט געשריבען אז אלע רעליגיעס זענען גלייך און קיינער איז נישט מער אמת נאר מער אז כל הדרכים מוליכין לאותו כוונה און ער האט עס געשריבען אביסעל צו שארף און נאכדעם אלס דרוק פון רב אלישיב און נאך האט ער אביסעל אראפגענומען און געטוישט
דא איז אנארטיקל
http://www.telegraph.co.uk/news/uknews/1422145/Chief-Rabbi-revises-book-after-attack-by-critics.html
אין א שיעור אין 9/11 מעמאריאל, צוויי וואכן צוריק, דערמאנט ראביי זאקס איבער די התנגדות אויף זיין בוך, און זיינע שיטות:
זעה דא,
א איד פרעגט א שאלה, פארוואס הערט ער נישט אזעלכע דברי חכמה, שלום ואמת פון אנדערע ראבייס.
Under influence
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
צו די ליטסע פון אידישע רבנים / שתדלנים וואס מפני דרכי שלום זענען זיך מתחבק מיט אנדערע ג'ענדערס, קען מען צו לייגן דעם פרומע גאון, בן שפירא,
זעה דא
זעה דא
Under influence
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 397
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
- האט שוין געלייקט: 229 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל
איך האב געהאט דער שאלה לעצטענס, ווען א זכר איז געווארן א נקיבה, געטוישט זיין דזשענדער. און שטרעקט מיר אויס זיין האנט.
זיי זענען זייער סענסעטיו, און לגבי דער שטאט האבען זיי רעכטן, נישט געוואוסט וואס צו טוען. למעשה האב איך זיך אויסגעדרייט.
אבער ס'איז מיר נולד געווארן שאלה, צו ס'איז לכתחילה מותר. אדער בדיעבד אסור?

I AM SICK AND TIRED ALREADY
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 883
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 798 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל
Re: האם מותר להתחבק עם נשים מפני דרכי שלום
די שאלה ווענדט זיך אויב על פי תורה הייסט ער ווי א זכר אדער א נקיבה.
דאס מענטשעלע שפילט........
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
א רגע נאר ,מען רעדט דא פון די אייגענע ווייב אדער א פרעמדע?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)