מורא'דיגע איינפאל פאר די אינטערנעט-מערכה-פירער

קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

מורא'דיגע איינפאל פאר די אינטערנעט-מערכה-פירער

שליחה דורך קאווע טרינקער »

מקום הניחו לי. ס'איז מיר א חידוש אז ביזן היינטיגען טאג איז קיינער-דערווייל נישט אויפגעקומען מיט אזא פשוטע ענדגילטיגע סעלושען!

די פראבלעם?

פשוט. ס'ליידער דא אידן, מיט לאנגע בערד און פיאות, דאווענען אפילו מיט מנין, לייגן רבינו תם'ס, עסן בני תורה מצות וכו' וכו', אבער! ס'אלץ נאר בחיצוניות. ליידער ליידער, בפנימיות, ביי זיך אין טאש, האבן זיי א .. יא.. רח"ל א סמארט פאון, און מאנכע אפילו אנע פעין-אין-די-העק פילטער.

חכמי סיטיהאוויץ-אסיפה, און דער ממשיך הרב ראבינאוויטש, פראבירן מיט אלע כוחות אינטערצוברענגן דעם סמארטפאון בכלל, און דעם אייפאון בפרט. – ס'גייט אבער נישט. דר'עולם באהאלט עס אין די טאש, ולא נודע כי באו.

אלזא, די עצה צו וויסען אויב יענער האט א (גוטע) פילטער?

פשוט! מ'זאל מאכן א סמארט-פאון-דידעקטער-עפפ. דאס הייסט אזוי, ווען אימער עמיצער וואס האט א סמארט פאון קומט אין דיין ד' אמות, זאל דיין פאון קענען דידעקטען אויב די אנדערע סמארט פאון האט בכלל א פילטער, און אויב יא, וועלכע לעוועל-פילטער ס'האט! – לויט די ריספאנס, וועט דיין סמארט פאון זינגען אן אנדערע ראבינאוויטש קארטל!

צו מנדב זיין דעם עפפ, ביטע פארבינט זיך אין אישי.

וגם חרבונה זכור לטוב.
Under influence
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

כהער אס די עפפ איז שוין ארויסגעקומען לאור נאכן נדבת לבו פון גוטע אידן, אבער תיכף ומיד האבן די פרקי עול, די שוואכע עלעמענט ביניינו ארויסגעקומען מיט א סקענער (ענדליך וואס ס׳דא אין קטר) וואס לאסט וויסען טאמער דרייט זיך איינער אין די געגענט מיט די כלי, אין מ׳קען עוואידען די סקען פון אדורך גיין
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל

שליחה דורך מור וקציעה »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
סיטיהאוויץ-אסיפה

:like :like :like

די פראבלעם איז אז ווייניגער ווי צוויי פראצענט האבען בכלל סמארט-פאונס [לויט די מפורש'דיגע ג'חתמ'טע צעטלעך פון די מוסדות], און פון די צוויי פראצענט נישטיגע נומער וואס האבען יא סמארט-פאונס זענען דאך רוב קלים וריקים וואס וועלען נישט געהעריג אריינלייגען די עפפ,

און ווער רעדט נאך פון עהרליכע שולן ווי סאיז גאר זעלטען אז א אייפאון איד זאל דארט בכלל אריין טרעטן


מ''מ אחר העיון נ''ל בעז''ה העצה היעוצה לזה
אז מדארף ארויף לייגען די דעטעקטארס וואס וועלען קלינגען ביי יעדען טויער פון יעדע שול, ישיבה, כולל אא''וו, אזוי וועט מען גראד וויסען אויב אן אומווערדיגע פארשוין קומט אריין, און אין איינוועגס וועט מען אויכעט פארדינען אז טאמער עפעס אן או טי די וועט אריינשפאצירען שבת נאכמיטאג ר''ל מיט אויסגעפּאפענע באקען מיט א אייפאון אין טאש (וכמו שאירע לאברהם פרסטר בשולחן הטהור בדובר שלום 5) וועט די אלארעם פייפען אזוי אז מוועט אים ארויסבאגלייטען מיט קולות ''שגץ ארויס'' כמנהגינו מקדמת דנא
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קוקט אויס ווי עס ווערט א רעאליטעט....

http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=17773
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

מור וקציעה האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:
סיטיהאוויץ-אסיפה

:like :like :like

די פראבלעם איז אז ווייניגער ווי צוויי פראצענט האבען בכלל סמארט-פאונס [לויט די מפורש'דיגע ג'חתמ'טע צעטלעך פון די מוסדות], און פון די צוויי פראצענט נישטיגע נומער וואס האבען יא סמארט-פאונס זענען דאך רוב קלים וריקים וואס וועלען נישט געהעריג אריינלייגען די עפפ,

און ווער רעדט נאך פון עהרליכע שולן ווי סאיז גאר זעלטען אז א אייפאון איד זאל דארט בכלל אריין טרעטן


מ''מ אחר העיון נ''ל בעז''ה העצה היעוצה לזה
אז מדארף ארויף לייגען די דעטעקטארס וואס וועלען קלינגען ביי יעדען טויער פון יעדע שול, ישיבה, כולל אא''וו, אזוי וועט מען גראד וויסען אויב אן אומווערדיגע פארשוין קומט אריין, און אין איינוועגס וועט מען אויכעט פארדינען אז טאמער עפעס אן או טי די וועט אריינשפאצירען שבת נאכמיטאג ר''ל מיט אויסגעפּאפענע באקען מיט א אייפאון אין טאש (וכמו שאירע לאברהם פרסטר בשולחן הטהור בדובר שלום 5) וועט די אלארעם פייפען אזוי אז מוועט אים ארויסבאגלייטען מיט קולות ''שגץ ארויס'' כמנהגינו מקדמת דנא


כהאב געהאט געטראכט אז די מיט די צייט וועלן ישיבות לייגען א טשיפ אויף אלע זייערע בחורים און זיי וועלן קענען מיטהאלטען פונקטליך ווי יענער איז געווען און אויך ווען..
...
פארשפארט