אוודאי איז עס נישט אמת, ווייל עס איז קעגען דעמאקראטיע און פרידאם אוו ספּיטש, אבער עס איז עפעס וואס זיי וועלען טוהן ווי נאר זיי וועלן האבען די מעגליכקייט צו טשעינזשען די געזעץ, למשל, די ישיבה אין מאנרא איז הארט נעבען א סעלל פאון טאוער, אבער עס איז נישט געווען קיין אינטענעט סערוויס אין קיין איינע פון די ישיבה בנינים פאר אפאר יאהר [חוץ ניסן און תשרי ווען עס איז בין הזמנים] ווייל זיי האבען אריינגעלייגט סאפיסקירטע זשעמערס, ביז ספּרינט וואס האט געהאט די טאוער דארטען האט געזעהן אז זיי האבען צופיל מעינטענענס פראבלעמס צילוב זשעמינג זענען זיי נאכגעגאנגען די פראבלעם און געטראפען אז די ישיבה על קברו [וואס איז אפיציעל א קאלעזש, וואס נעמט e-rate עיין ערכו] האט אילעגאל ארייגעלייגט זשעמערס, האבען זיי אייגעמאלדען פאר סופר/עקשטיין אז זיי גייען זיך ווענדען צו די FCC
איבעריג צו זאגען אז די מוראה של מלכות האט זיך געטוהן זיינס,
אבער אין ארץ ישראל וואס איז א געזעצלאזע מדינה מיט דריטע וועלט סטאנדארטען איז נישט דא קיין סך וואס מקען טוהן איינמאהל יענקל ליצמן ווערט ''שר התקשורת'' און באשליסט צו פארקוקען אויף אינטערנעט פרייהייט אין חרדישע געגענטער
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
מיין יונגעל קומט היינט אהיים פון חדר און זינגט א ניגון מי שיש לו ספארטפאן יש לו המן בכיסו וואס דארף איך טוען? זאל איך עס אוועקמאכן אז איז נאריש? איך וויל דאך נישט אז ער זאל זיין אנדערש פון די אנדערע זייט וויל איך נישט ער זאל מיינען אז עס א גוטע זאך
גערעכט הרב שצם איך זיך דער ריכטיגער נוסח וויאזוי דאס קלאר צו מאכן און גוט אראפלייגען פאר די קינדער אפשר פארלאנגט זיך א באזינדערע אשכול פאר דעם איך האב נאר נישט דער רייכע שפראך צו צולייגען אלע צדדים
זאג אים אז יא טאקע דער מיסטריעזער טמא'נער המן סמארט פאון איז געפערליך, אבער אסאך טאטעס און דו בתוכם האבן א געהעריגע מרדכי סמארט פאון, לאו דוקא דער זיגל פון א היימישע פילטער נאר די אקטיוויטעטן איז מרדכי סטיל.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
mevakesh האט געשריבן:הרב שמעקעדיג איך האב הנאה פון דיין אפטאמיזם אבער לדעתי זענען די חברה מצליח אסאך מער ווי דו מיינסט
שמעקעדיג - כאפט אייך אריבער קיין בני ברק, אלעד, מודיעין עלית, אשדוד רובע ז' ג' וכו' און זאגט מיר וויפיל סמארט פאונס איר טרעפט, אוודאי איז דא פלענטי, אבער די גרויסע מאיאריטעט האט נישט, די זעלבע זאך איז אין שיכון סקווירא, כתר אין מאנסי ודומיהם [מן הסתם איז אויכעט אזוי ביי די א''ג בני תורה אין לייקוואוד וואס זיצען אין כולל, ליטוואק פון בודאפעסט וועט וויסען, למשל ביי ר' אלי' בער אין שטאט קענסטו נישט טרעפען קיין סמארט-פאונס]
ממילה מצדם איז די מערכה ווייט פון פארלוירען, והא ראיה עס האט געארבעט ביז יעצט אין מערערע פלעצער
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
אמת אין א"י איז די מערכה שטארק, אבער אין אמעריקע? רעד זיך נישט איין. לעיקוואד, סקווירא, אא"וו, א ריזיגע עולם האט, און די נומערן פון די סמארטפאון באנוצער וואקסט כסדר לפי הצורך, שטייצעך מיט פילטערס, און אסאך באהאלטן אויך, זיי זענען נישט באקוועם זיך צו דרייען אין סמעדרעש מיט המנ'ס און עמלק'ס, אבער ביודעי ומכירי, מיין (ביסעלע) ריסערטש ווייזט מיר אז עס איז אזוי,
אודאי אין ביהמ"ד איבעראל קוקט אויס ווי די "מגיפה" פון די המנ'ס זענען אויסגעראטן, ווייל די רבנים וואס האקן דערויף קענען אסר'ן בתוך שלהם, און מען נעמט צו הילף די פרומע מתפללים וואס זאלן מוחה זיין (בדרכי נועם... וואטעווער), אבער גיי גיב א קוק ביי סיי וועלכע אידישע מסיבה אינדרויסן פון ביהמ"ד, צב"ש שמחות, דינערס, און אפילו רבי'שע חתונות, און גיב א קוק וויפיל פראצענט פארמאגט מאושר פליפ-פאונס אן טעקסט און וויפיל האבן סמארטפאונ'ס.
ס'איז קלאר ווי די טאג אז די חברה טראכטן נישט שכל'דיג, זיי אליינס זענען דאס מודה, זיי ווייסן אז מען דארף עס לצורך פרנסה (כאטש לדעתי מיט א פילטער מעג מען אויך שלא לצורך פרנסה, ואכמ"ל), אבער זיי זאגן אז פרנסה איז פון הימל ממילא זאל מען אוועקווארפן דעם פאון, און די וואס דארפן דעם אינטערנעט זאלן נוצן "שבת גויים"... עס איז אן אבסורד, דער פראבלעם איז וויבאלד נאר זיי מעגן לייגן זייערע פלאקאטן אויף די ווענט און ליפלעטן אין די בתי מדרשים קען זיך דאכטן אז זיי האבן די אויבערהאנט, און ווען משיח וועט קומען וועט מען זעהן אז נאר 2-3 פראצענט פון כלל ישראל האט גענומט די כלים פון המן, אבער די איבריגע זענען געווען מופרש פון די אלע זאכן... אבער צו די מערכה האט עפעס מיט רעאליטעט? זייער שוואך.