אלזא, פרייט זיך ליבע ברידער!
[center]***[/center]
אינעם עפאכע פון אכשר דרא, ווען יעדער פרובירט צו כאפן אלערליי ענינים'לעך וואס וועלן אים מאכן הייליגער. א שטייגער, אלטמאדישע קנויטן פאר די חנוכה לעכט, א צאנזע גראבע גארטל להפסיק בין לבו לערוה, און צוויבל אין די אייער כדי ער זאל נישט אריינפאלן ביי די סטרא אחרא ח"ו, איז אויך דא אן ענין פון עסן פיש מיט די הענט דייקא, און נישט מיט קיין גאפל. צוויי סיבות זענען דא דערצו: איינס, ווייל א גאפל איז א מאדערנע זאך. און צווייטנס, ווייל וויבאלד צדיקים ווערן מגולגל אין פיש, איז נישט איידל צו שטעכן דעם צדיק מיט א גאפל.
איך ווידער, עס דייקא יא מיט א גאפל. איבעית אימא קרא, איבעית אימא סברא. אויב די פראבלעם איז אז ס'איז א מאדערנע זאך, וואלטן די הייליגע אדמורי"ם שיחיו אוודאי נישט געהאט אזא מאדערנע זאך ווי אן עיר קאנדישאן אינדערהיים, און אזא טריפה'נע זאך ווי טשערי לייטס אויפן קאר. אלא על כרחך, אז לא חיישינן להכי.
שוין אפגערעדט, אז מ'קען עסן מיט א לעפל, און עסן מיט די הענט איז נישט קיין תירוץ.
איבעית אימא סברא. ווען איך נעם די געפילטע פיש אין טעלער'ל אריין, טראכט איך צו מיר: שטעכן דעם צדיק? ער איז דאך שוין צוריבן געווארן, געקנאטן געווארן מיט מעל, און צום סוף אפגעבריט געווארן אויפן פייער. דער צדיק איז שוין 'נאם' [Numb], ער שפירט שוין גארנישט, מיין שטאך מיטן גאפל וועט שוין נישט קיין סאך אויסמאכן...
איי די שטיקל סעלמאן? אויף דעם טענה איך, אז אויב דער צדיק איז געווען אזא טיפש, אריינצופאלן אין אדנירם'ס הענט, דאן קומט זיך אים אפאר גוטע שטעכעס...
ווידער מיין פאטער האט מיר געזאגט, אז טאקע וויבאלד דער צדיק איז מגולגל געווארן אינעם פיש, איז ער מקפיד 'יא' צו שטעכן דעם פיש. הפנים, דער צדיק איז מגולגל געווארן כדי צו באקומען זיין תיקון, נו אפשר פעלט זיך אויס נאך א גוטע שטאך צוצוקומען צום תיקון בשלימות?!...
[center]***[/center]
איך גיי אין גאס אין כתר ווילעדזש [וויזשניץ מאנסי, וואס האט פאר'חורבה'ט מאנסי. ואכמ"ל], און איך דערקען א פריש געבאקענע חתן אינמיטן ימי השבע ברכות, גייט אין גאס אנעם שטריימל בעקיטשע. צו מיין וואונדער, ערקלערט ער מיר אז דער רבי האט געזאגט אז ער וויל נישט אז די חתנים זאלן גיין אין גאס אין שטריימל בעקיטשע מיטן פרישן ווייבל, ווייל דאס ציט בליקן און קען מעגליך ברענגען הרהורים, וד"ל.
נו, גאנץ פארשטענדליך פארן היינטיגן פויבסטליכער פון פויבסט סטיל 'אכשר דרא'.
אפאר מינוט שפעטער זע איך גאר אן אייניקל פונעם רבי'ן, אנגעטון מיט די שמונה בגדים, שפאצירט זיך מיט זיין נייעם ווייבל אין ימי השבע ברכות, אנגעטון ווי א חתן. צו מיין 'בייז וואונדער', הער איך אז דער רבי האט געזאגט אז זיינע קינדער זענען אן אויסנאם, און מעגן יא גיין אין גאס בשרביטו של מלך - חתן דומה למלך.
נו, דאס איז אויך גאנץ פארשטענדליך אינעם היינטיגן רבי'שן קולטור. מאי דעל חברך תיאסר, עלך לא קאי.
בסדר גמור, פאר דעם קענען רבי'ס מאכן חתונה תקנות - ווען זיי מעגן אויפרייסן מיט זייערע געלט פארשווענדערישע חתונות, זיי קענען אינפארסירן שטריימל רעוואלוציעס - וואס איז נישט מאסנגעבנד ווען דער מדובר איז זייערס אן אייניקל, און זיי רעדן פון אלערליי פרצות בחומת הדת - חוץ בגנות המחלוקת וואס אפעקטירט בעיקר נאר איין עליטע חלק פונעם פאלק.
פארט אבער האט מיר געארט, אז די 'הרהורים' וואס מ'קען קריגן פון זען דעם נייעם ווייבל, איז דאך אן ערנסטן פראבלעם. שפעטער האב איך מיך בארואיגט, זעט אויס אז דער רבי ווייסט, אז פון זען זיין אייניקלטע'ס צורה - וועט קיינער קיין הרהורים נישט קריגן...
[center]***[/center]
עס איז הימל און ערד, און דאנאלד טראמפ.
אנטשולדיגטס, עס איז הימל און ערד און דאנאלד טראמפ, און בערני סענדערס.
א מין אנשיקעניש. ווען די געיעג פאר פרעזידענטשאפט האט זיך אנגעהויבן, און טראמפ האט צום פינף טויזנטסטן מאל געמאלדן זיין קאנדידאטור, האבן עס מענטשן אנגענומען אזויווי די פריערדיגע פיר-טויזנט-ניין-און-ניינציג מאל. נעמליך, מיט א שמייכל און 'וואס נאך איז נייעס?'. פאקטיש, איז דאס שוין איינמאל נייעס. דער משוגע'נער האט ערנסטע שאנסן צו געווינען, עכ"פ די רעפובליקאנע קאנדידאטור.
ערגער פון דעם איז נאך דער צווייטער בריה משונה בערני סענדערס. ווען ער האט געמאלדן זיין קאנדידאטור, האט קיינער דאס נישט אויפגענומען מיט א שמייכל, קיינער האט ניטאמאל געהערט די נייעס. ווער איז בכלל דער פארריקטער סאציאליסט? פאקטיש, ווערט די נייעס אלס היציגער מיט זיין מעגליכקייט איבערצונעמען די דעמאקראטישע באזע, און זאגאר דאס ווייסע הויז - וואס איז לעצטנס פארשווארצט געווארן [און ער וועט דאס גענצליך פארשווארצן].
צוריקגייענדיג אכציג יאר, האבן מיר געהאט דעם קאמוניסט 'סטאלין' אין רוסלאנד, און דעם דייטשן נאצי 'היטלער' אין דייטשלאנד. אכציג יאר שפעטער, האבן מיר דעם קאמוניסט 'בערני סענדערס' און דער נייער היטלער 'דאנאלד טראמפ', וואס האבן ביידע די מעגליכקייטן זיך אריינצובאקומען אין ווייסן הויז. איך עקספעקט שוין אז א רוזוועלט אין דייטשלאנד, אדער טשורטשיל אין רוסלאנד, זאל ראטעווען די וועלט פון די נייע נאציס און קאמוניסטן...
צו אלעמען, איז דער נייער סטאלין גאר א איד, און היטלערס קינדער זענען אויך אידן. שיין זעען מיר אויס...
ווער זעט שוין די קעפלעך אין די צייטונגען: 'ערשטע אידן אין ווייסן הויז'?!
[center]***[/center]
און לכבוד דעם חודש פון 'ונהפוך הוא'.
מיין טאטע האט מיר לעצטנס געזאגט, אז ער וויל איינפירן די היפוך פונעם דבר. דהיינו, אויב ס'איז דא 'דבר והיפוכו', און דער 'דבר' איז שוין ברייט באקאנט, דאן וויל ער איינפירן דעם 'היפוכו' וואס קען זיין וויכטיגער פונעם זאך זעלבסט. לאמיך ברענגען אפאר דוגמאות:
- ער האלט פון איינפירן 'תיקון פרטי'. מ'שטיינס געזאגט, מענטשן זאגן 'תיקון כללי' און פארגעסן צו מאכן א תיקון פרטי...
- מיר זענען בארינגלט מיט סכנות מבית ובמחוץ. מיין טאטע טענה'ט, אז ס'איז א סכנה צו לעבן, 'מ'קען נאך חלילה שטארבן'...
- אדמורי"ם זאגן: סוף דבר הכל נשמע, את אלקים ירא וגו'. וויאזוי זענען זיי עס מקיים? זיי האלטן נאך ביים 'סוף דבר הכ"ל נשמע', דער 'הכל' איז עפעס וואס קלינגט זיי קענטליך. נעמליך, 'הכסף יענה את הכ"ל'...
- עס איז ידוע דער מאמר החכם: א געזאגטע ווארט קען מען נישט צוריקנעמען. מיין טאטע האלט אז די שטעקן האט צוויי עקן: פונקט אזוי קען מען צומאל מער נישט זאגן א גוטע ווארט, וואס מ'וואלט ווען געקענט זאגן פריער...
- עס איז ארויסגעקומען 'גדולים' קארטלעך פאר קינדער. דאס זענען בילדער פון אדמורי"ם וכדומה. מיין טאטע וויל ארויסקומען מיט 'קטנים' קארדס. דאס וועלן זיין בילדער פון א.ג. 'קטנים', וואס זענען נישט אין די ליגע פון אויבנאן אידן, וואס האבן געטון פאר כלל ישראל מער פון אסאך פון די 'גדולים' קארדס. למשל, דער מייסד פון הצלה, שומרים, ח"י לייפליין, חסד, חברים, ביקור חולים, וכו' וכו' וכו'. זאלן די קינדער זיך כאטש אויסלערנען, אז מ'קען טון פאר אנדערע אידן [אויך] אן גיין מיט א גאלדענע בעקיטשע.
- ביי לוויות זאגט מען שטענדיג: דער נפטר זאל 'איינרייסן' פאר די קינדער, די אלמנה, וכו'. מענטשן פארגעסן אז דער נפטר האט א גרויס פעקל פון א גאנץ לעבן, ענדערש זאלן מיר 'איינרייסן' פארן נפטר, אז ער זאל אנקומען אין גן עדן, און נישט פארקערט...
- און צום לעצט, א שארפע געדאנק: מענטשן קענען זיין די גרעסטע רשעים, אפטון אלע סארט געמיינהייט, און אלעס מצדיק זיין אונטערן שלייער פון 'פאליסיס'. כלומר, דאס איז מיין פאליסי. איינמאל ס'איז א 'פאליסי', איז ער נישט סתם עפעס א רשע, ער איז גאר א נארמאלע מענטש וואס מאכט פאליסיס, און ער גייט זיך נישט בייגן פון זיינע אויסגע'חשבונ'טע פאליסיס [ישיבה סיסטעם, קלינג אייך אין די אויערן?! ס'איז נוגע פאר יעדן יחיד פונקט אזוי, איש בפאליסיותיו].
דערפאר זאגט מיין טאטע: איך האב נאר איין שיטה, מיין שיטה איז - נישט צו האבן קיין שיטה... און אפילו דאס, איז אויך נישט קיין שיטה!... [כלומר, צומאל פעלט זיך יא אויס א שיטה].
[center]***[/center]
האט מיר א קלוגע איד נאכגעזאגט, אז דריי מהלכים פון די לעצטע פאר הונדערט יאר, זענען אראפגעקומען כדי צו פארבעסערן א געוויסע נקודה, און למעשה זענען זיי די מערסטע לקוי אין דעם.
ואלו הם: דרך החסידות, דרך הלימוד של רבי חיים בריסקער, ודרך המחשבה של חב"ד.
חסידות איז אראפגעקומען כדי מקרב צו זיין פשוט'ע אידן, און למעשה איז דא דער גרעסטער ריחוק צווישן אן אדמו"ר און א פשוט'ער איד. חסידות איז אראפגעקומען מרבה צו זיין אהבת ישראל, און למעשה איז די מערסטע מחלוקת און שנאה ארויסגעקומען דורך חסידות.
חב"ד איז דאך ר"ת חכמה בינה דעת. חב"ד פארקויפט טיפע חסידות, נישט פשוט'ע רעיונות ווי התקשרות לצדיקים, מקוה וטהרה, וכדומה. נאר טיפע געדאנקן פון אור אין סוף, שבירת הכלים, צמצום, וכו'. חכמה בינה און דעת. היינט צוטאגס, אז מ'געבט א קוק אויפן דורכשניטליכער ליובאוויטשער חסיד [נישט די 'געווארענע', נוסח ונבנתה], זעט מען אלעס חוץ פון דעת...
בריסק איז דער עמוד פון אמת. נישט קיין פשט'לעך אין לערנען, נישט קיין פלפולים וואס זענען נישט אמת, נישט דוחק'דיגע פשטים 'אבי צו זאגן אן אייגענעם פשט', נאר יורד זיין לגופו של ענין מיט א מעסער שניידנדע אמת. די גאנצע עולם הישיבות האט נאכגעפאלגט רבי חיימ'ס מהלך, און יעדער פאררופט זיך אלס חלק פונעם דרך פון רבי חיים בריסקער. אבער היינט צוטאגס, זעט מען אז די מערסטע פלפולים של דופי, די נארישסטע פשטים אין גמרא, און מערסט דחוק'דיגע מהלכים אין א שווערן רמב"ם, ווערט געזאגט דורך די ליטווישע דוגלי שיטת בריסק.
הפנים, הגולם קם על יוצרו.
איך טענה שוין לאנג אויף געוויסע חסידות'ן, אז זיי זענען אדער טוען דאס פארקערטע פון די שיטת המייסדים, אפרט ולא אפרש:
- ברסלב איז מיוסד אויף שמחה. ס'נישטא קיין חסידות מיט אזויפיל אנגעזעצטע מענטשן ווי אין ברסלב.
- אין סלאנים/לעכאוויטש רעדט מען כסדר פון שבירת מידת הגאוה. נישטא קיין חסידות מיט גרעסערע בעלי גאוה ווי סלונים.
- חב"ד איז מיוסד אויף חכמה בינה ודעת. די היינטיגע פארגרעבטע יוגנט איז די ווייטסטע פונעם אפשטייטש חב"ד.
- באבוב איז דאך א שטיק צאנז. נישטא קיין 'שענערע' רוזשינע חסידות, ווי די בא'חנ'טע באבובע...
און די ליסטע קען גיין ווייטער און ווייטער...
[center]***[/center]
מיין זיידע ז"ל איז געווען א חכם ונבון. ער איז אמאל אריינגעקומען אין ביהמ"ד, און ארומגעגאנגען פרעגן מיט געמאכטע תמימות: וואו שטייט דער מאמר חז"ל 'אחד המקיף ואחד הניקף, ובלבד שיכוין את לבו לשמים'?! ער האט דערנאך דערציילט, אז א שיינע פאר תלמידי חכמים האבן זיך געקראצט דעם שטערן פרובירנדיג צו דערמאנען 'וואו טאקע' זיי האבן שוין באגעגנט דעם מאמר חז"ל...
פארוואס דערצייל איך עס ענק? ווייל דאס איז דער מענטשליכער מח, ס'דא געוויסע געדאנקן וואס קוקן אים אויס פשוט און פארשטענדליך, אבער נאך א סקונדע טראכטן קאסט עס א שמייכל.
מיין פעטער איז אמאל אריין קויפן א נייע 'לוח' פארן קומענדיגן יאר. אזוי אדורכבלעטערנדיג דעם לוח ביזן סוף יאר, באגעגנט ער זיך מיטן לעצטן טאג, 'ערב ראש השנה' פונעם קומענדיגן יאר. זעט ער, אז דארט שטייט דער באקאנטער מימרא: 'תכלה שנה וקללותיה, תחל שנה וברכותיה'.
מיט א שמייכל דרייט ער זיך ארום צום מוכר, און זאגט אים: קוק, דער בעל הלוח וואונטשט אונז שוין אז דער קומענדיגער יאר זאל זיין פיל מיט קללות, און ער פארזארגט זיך שוין און וואונטשט סוף יאר אז 'תכלה שנה וקללותיה'...
אזא פנים טראגן מיר, ווען אלעס קומט שוין מיטן פערטיגן נוסח.
נוסח פראדיקטעבל...
[center]***[/center]
אולי המשך יבוא אי"ה.