טעכנעלאגיע פון מיינע אייניקלעך'ס קוק ווינקל
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

טעכנעלאגיע פון מיינע אייניקלעך'ס קוק ווינקל.
עס איז נישט ספק און מיין מוח אז די דור אין וואס מיר זענען, די דור וואס מיר ציען אויף אונזערע קינדער זענען אויפן וואגשול, מען וועט נאך קוקן אויפ אונזער דור מיט די זעלבע שפאקטיוון וואס מיר קוקן נאך אלע פריערדיגע גענעראציעס, ווי למשל די דור וואס האט מיטגעמאכט די וועלט קריג קוקן מיר נאך יעדען אויף וועים מען קען פארשטן האבן זיי געקענט פארמיידן דעם חרבן, וואס האבן זיי געטיען דערצו אז עס זאל קומען, איז עס געוועין בלויז א ביטערע גזירה אדער ציונות איז די גורם, זה בכה וזה בכה יעדער איינער קען זאגן וואס ער קומט ארויס פון זיין פארש אקציע צי באשילדיגן אדער ריינוואשן די דור, ווער האט געהייסן לויפן ווער האט געהייסן בלייבן, וועלכע רבי עס האט אפגעפיצט און ווער עס איז ציריק געפארן, ווער עס האט עפעס געטיען און ווער עס האט זיך פארשטעקט, וכן אויפ אלע אנדערע דורות, מיט זייערע צרות אדער גיטע פאסירינגען, פארשט מען נאך איז עס געוועין לטוב, אדער בייגעשטייערט צים אורך הגלות, און דאס שליסט נישט אויס די דור פונעם חרבון בית ראשון ושני, ווי מען ווינדערט זיך אויפן דור אין חז"ל, צי זיי האבן שלעכטס געטיען אדער נישט, וואס זייער חטא איז געוועין, איז געוועין בארעכטיגט די מרידה.
ווען מען איז אינעם פראבלעים אדער מצב איז זייער שווער צי מאכן די ריכטיגע באשלוס, ווייל מען האט נישט די גאנצע ארים, און געוועינטלעך ווען מען איז אין פעקל איז באמת שווער זיך ארויפ שלעפן אויפן העכסטן זעיגל און ארים קוקן מיטן שפאקטיוו ארויס אויפן ווייטן האריזאנט, מען ברויך נעמען עפעס ריזיקעס, ווידעראים צי קומען נאכן מצב און זאגן העטעך פעטעך איז טאקע זייער גרינג, די באשילדיגן פליען אלע זייטן, און געווענטלעך נישט ביושר, מיט דעם אלעם קוקט מען ציריק אלע מאל אויפ היסטאריע ווער עס זענען געווען די בראווע, אדער נאכלעסיגע, האט אייזענהויער געמאכט די ריכטיגע באשלאס צי גיין די דעי יענעם טאג טראץ די שווערע וועטער אדער איז געווען נאכלעיסיג אדער בראוו די זעלבע מיטן שיסן די אטעם באמבעס, בשעת מעשה איז שווער דן זיין אבער א גרויסע מחלוקה דורך אויס היסטאריע וועט אנטשיידן ווערן איין טאג, אדער למשל איז בוש 2 געוועין גערעכט אדער נישט, וועט מען דן זיין פאר הינדערט יאר ביז עס וועט פארצייכענט ווערן אזוי אדער אזוי, סוף כל סוף וועט מען זען און וויסן.
אויך איז וואר דורכאויס היסאטריע פון אלע דורות אז בשעת דער דור איז און שוואונג איז אלע מאל דא די קאמפלעקס וואס ריפט זיך אם הראשונים כמלאכים אני כחמורים, פארוואס פונקטלעך עס איז אזוי פארשטיי איך נישט ווען די מציאות איז אז אינזערע עלטערן האבן נישט געהאט די אינפארמאציע וואס מיר האבן, און ווען קלאר איז דאך אז מיר זענען פיל מער פארגעשריטן ווי אמאל, און סיי וועלכע הינזיכט זענען מיר פיל מאל מער געלינגען, אבער דאך זענען אלע פארנימען זיך בעינקען צים איר אלטען אמאל, ווען הינער האבן געלייגט אייער אין די בעק יארד, גיי פארשטיי, אבער זיכער איז אז און הינדערט יאר פון איצט וועט מען רעדן פון אינזער דור, די זעלבע ווי מיר רעדן פון די די צייטן פון צאנזע רב.
אינזער דור איז דער דור וואס גייט דורך א אימפארמיידליכע טראנספערמאציע, אזעלכעס וואס די ביז היינטיגע דורות האבן לכאורה נישט געקענט אפילו חלומען, נעמליך די טראנספארמעישן וואס טעכנילאגיע ווירקט אויס אויף אידן און אידישקייט. א טראנספערמעשן וואס איז אימפארמיידלעך, און וועט פריער אדער שפעטער ממילא פאסירן, נאר די פראגע פון צייט, פונקט גענוי ווי אלע לעצטיגע מערכות וואס מען האט מכלומרשט ג'אסרט בכל תוקף און צום סוף מותר געווארן לכתחילה, א שטייגער ווי דער קאמפיוטער וואס ווער עס געדעינקט געוועין אסור פאר לכל הפחות פינף ביז צעין יאר, ווידיא געוועין ממש חזר טרייף, און נאך פיל ערגער פון טעלעוויזן, און איז היינט אינסטאלירט און אלע היימישסטע זיילן אפילו פון די וואס גלייבן נישט דעם עירוב.
ברויך מען זיך מאכן א חשבון הנפש פון אלע פריערדיגע גזירות זענען זיי געוועין לטוב, איז מען גערעכט געוועין, אדער וואלט מען עס געברויכט האלזן און מאכן די בעסטע חלק פון אידישקייט, א שטייגער ווי בילדער, עס איז נישט קיין סוד אז עס האט פארמאגט א איסור וחרם חמור, און נאר א מיעוט שבמיעוט האבן נאך די איסור און זייער איסור ביך, אבער גאנצענע אינדאסטריען פיגערירן בלויז פון בילדער פון אלעמען הייליג.
קאלידזש און טעלעוויזן איז אויסריסן פונעם כלל, און וועט לכאורה געדעינקט ווערן לרוב דיעות לטוב, פאר יארן ארים ווען מען וועט ציריק קוקן ווער עס איז געוועין גערעכט, די האנט זייגער מערכה, שייטל וכדומה ווייסע היטלעך, אלעס וועט פארנעמען א בלאט אין היסטאריע, צי עס איז דער באנד פונעם שטן אדער געווען סתם איבערגעטריבן, וויל איך זאגן מיין חידוש אז ביי זמן הטעכנעלאגיע נעמט מער נישט קיין גאר לאנגע צייט צי זען ווען מען באגייט א טעות, סך הכל עטליכע יאר, און דאס טוט מיר וויי, ווייל נאר חסידים אדער בעסער געזאגט פרימע מאכן דעם ביטערען טעות, אז מען פארמיסט טעכנעלאגיע און די אויגן פונעם איגענט, און דאס איז לדעתי א טעות מוחלט אויף וואס מען גייט באצאלן א פייערדיגן פרייז, ווייל טעכנעלאגיע שטעלט זיך נישט פאר קיין חסידים, נאר מיר בלייבן אינטערוויילאכץ, נאר מיר בלייבן אלטמאדיש, און א צייט וואס אלט מאדיש איז בכלל נישט געוועין אינזער שטאלץ, נאר עפעס א לעצטיגע תורה.
פארשטייט זיך אז איך רעד נישט פונעם חלק האיסור ווי חלילה טריפה בילדער אדער נישט גיטע וועפ זייטלעך, איך רעד פון די עצם ענין פון טעכנעלאגיע, ווי פראדראמען, ווי גיטע ניצבארע סמארט פאון'ס, וואס ווערן אוועק געמאכט אלס שקצעריי דורך די רשעי עמינו באשלייערט מיט פרימקייט און רשעותדיגע רעטאריק, און ווי עס זעיט יעדע תינוק בר בן יומו אז אלע גדולי ישראל זענען ביד ובעצה אחת מיט די וואס מאכן די קארטלעך און קארטון מעילערס און וואס זענען מוצא שם רע אויפן הייליג פאלק, און אויפ די וואס ווילן מיר זאלן וואקסן ציריקציוועיגס, די וואס וואלטן געוואלט זען א כלל ישראל וואס רייט אויף פערד און וועגענער ווייל נאר אויף א פערד קען מען זוכה זיין צי קפיצת הדרך.
ווען מיר זאלן ווען זוכה זיין צי נארמאלע מנהיגים וואלטן מיר אויסגעזען כאטש ווי און די מאדערענע קרייזן ווי זיי שטייגן און פאבלעצירן זייער תורה וואס איך בתוך יעדע נארמאלע מענטש זעיט די מעלות, ווי שיין זייערע תורות ווערן פארשפרייט דורך אויס די אינטערנעט, און פון חסידים זעט מען גארנישט נאר אויף איר אלטע טעיפס פון ר' זלמן לייב פילופ און יואלי לעבאוויטש אויף קאלמע, און קול הלשון, אבער געהעריג תורה ווי אש.קאם ישיבה.נעט, לדעת.אינפא, און הינדערטע אנדערע סייטס איז לא נגע ולא פגע, ווייל עס איז חזר טריפה, האבן מיר טאקע נישט אזעלכע גיטע רעידנערס ווי ראביי יוסף יצחק דזשעיקאבסן אדער אזעלכע שרייבערס ווי ראביי יונתן סאקס, איר באקומט דעם פונקט וואס איך מאך, אויב נישט איז ווייל איר שטאדירט נישט דעם אינטערנעט, א שוד, ווייסט איר אז קיין שום שווערע קשיא פון ש"ס איז נישטא וואס גוגל פרעיגט נישט.
על כן וויל איך דא מוחה זיין אויף אינזער דור פארן נישט האלזן טעכנעלאגיע פון יעדע אנגעל, סיי פון א תורה שטאנדפונקט, און סיי פון א פרנסה, ווייל היסאריע וועט פון אייך שינדען די הויט נישט פארשוינען, עס וועט אנקוקן די כת אוסרים ווי מיר קוקן היינט אויפן איסור קעיגן דעם שעדליכן האנט זייגער, אדער די איסור קעגן ווידיא און בילדער אז אויף יעדע בילד איז שורה א רוח טומאה, אדער די גרויסע חסידים וואס נעמען נישט קיין דרייווערס לייסענס, ווייל דרייוון איז מאדערן.
צייט בלייבט נישט שטיין און היסטארי ווערט נאר קליגער, די וועלט בלייבט נישט שטיין, ווען אינזערע קינדער און איינעקלעך וועלן אינז פרעיגן און די עלטערע יארן, עלטער זיידי פארוואס קען מען נישט טרעפן קיין איין אידיש ווארט חוץ נערישע בילדער ווי זיי טאנצען אדער עסן פרוכט, פון דיינע חסידישע רביס אויף גוגל וואס וועלן מיר זיי ענטפערן, פארוואס האבן זיי פארדאמט די וויכטיגסטע מתנה וואס האט געטוישט די מענטשהייט, וואס וואלט געוועין ווען די תורה וואלט געוועין עקסעסעבל לויט אינזערע שיטות, פארוואס זעיט מען נאר מאדערענע זאכן נישט קיין היימיש ווארט, ווי אזוי וועלן מיר זיי קענען קוקן און פנים אריין ווען די חזקה איז דאך קלאר אז אין אדם מוריש שקר לבניו, מיר וועלן זיי מיזן זאגן דעם אמת, אז אינזערע רבנים האבן זיך טועה געוועין אדער געוועין ביטערע היפאקריטן, אזוי ווי די פאקט וועט ממילא זיין. ווייל די רבעלעך האבן און אלעם געזעין גילוי עריות, אלעס האבן זיי געקוקט מיט פארדאכט, און עטליכע פארפרימטע קארטוניסט האבן אפגעמאלן די אינטערנעט ווי דער שטן אליין, און האבן געמאכט א טעות.

Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: טעכנעלאגיע פון מיינע אייניקלעך'ס קוק ווינקל
די אמת ווייסטעך יעדער, ברגע די אינטערנעט ווערט א נחלת הכלל (כולל די אלע פארטעמטע שוואנץ קעפ), קענען די אלע רבנים פארמאכן ס'געשעפט, די אינטערנעט פיטערט סאך מער בכמות ובאיכות פון סיי וועלכע רב ס'זאל נאר זיין, און קיינער וועט כמעט נישט קוקן אויף זייער זייט. (חוץ פון אפאר שמאטע שאלות וכדו').
אין אנדערע ווערטער, דאס איז זייער לעצטע פראיוו צו ראטעווען 'זייער' ביזנעס (דורך אוועקנעמען אונזערס).
אין אנדערע ווערטער, דאס איז זייער לעצטע פראיוו צו ראטעווען 'זייער' ביזנעס (דורך אוועקנעמען אונזערס).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1358
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 915 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל
און וואס זאל איך טוהן, אז איך זיץ ביים קאמפיטער אגאנצן טאג,און איך האב שוין אלעס געזעהן און געהערט, און דאך קען איך נישט טרעפן דארט די טעם פון א ר"ה אינטער מיין רעבע'ס דאך? איך האב נאך אויך נישט געטראפן פארוועם זיך אויסצוגיסן סהארץ ווען מעשטייט אין אן עת צרה, קען מיר די אינטערנעט העלפן ווען איך וויל פרעגן מיין רבי צו זאל איך יא טוהן דעם שידוך אדער נישט? קען איך באקימען אויפן אינטערנעט א ווארימע ברכה צו יעדע געלעגענהייט אדער ווען איך שפיר אז איך קען ניצן אן ערליכע יוד'ס הדרכה ? סא כבודך במקומו מונח, אבער איך דיסעגרי א 100%.
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
פליקער איך וועל דיר צוגעבן נאך א פוינט. ווען ס'שוין יא דא א וועבזייטל פון חסידים איז אלעס געלט געלט געלט וועסט נישט טרעפן סתם אזוי סערוויס פאר די קאמיוניטי. למשל , ובלכתך בדרך , קרן שמואל ישי' זיי האבן ביידע וועב סייטס וואס קאסטן געלט משאכ ביי די ליטווישע אדער אפילו חבד איז דא וויפל דו ווילסט נישט פאר בחינם , ווי Torah any time , yeshiva וכו'
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
[justify]די ארגסטע פון אלעמען איז, אז אנדערש ווי למשל טעלעוויזע ווי מען האט עס ארינטערגעריסן, און למעשה פארמאגן רוב חסידים נישט קיין טעלעוויזיע, איז דעריבער מער נישט וויכטיג צו האקן אויף טעלעוויזע. ווידעראום אינטערנעט פארמאגן א ריזן מאיריאטעט קאמפיוטערס, אינטערנעט, פילטערס, נישט פילטערס, סמארט פאונס וכדומה. עס איז נישט קיין מלחמה פון אינדערויסן עס איז א מלחמה פון אינעווייניג. מען קאמפט נישט דא 'נישט אריינצולאזן טעלעוויזיע', מען האדעוועט קארטאנס פון אינעווייניג קעגן אינטעגראלע חלקים פון אונזערע לעבן. מען שרייבט קארטאנס אויפן קאמפיוטער, מען ליפערט עס דורך אינטערנעט צו די 'דבר יום ביומו', און עס ווערט דעסריבערט צו די סמארטפאונס די נאכפאלגענדן טאג. ווילסט וויסן אויב די עולם האט סמארטפאונס? גיי צו א חתונה! צו א טיי אווענט! אדער צו א מסיבה!
איראניש איז אז עס פירט זיך א מערכה ווי גלייך די דבר יום ביומו ווערט געשריבן דורך א גוי אין טשיינע, און דערנאך ווערט עס געפעקסט צו פרינט אוט. מען איז מסמה את העניים דורך אריינלייגן האלאפטסעס אין די אויגן, ווי גלייך די אינטערנעט איז אזאך וואס געפינט זיך נאר ביי מאדערן ארטאדאקסישער אידן. און מען זוכט אויסצורייסן די פאר סמארטפאונס ממחנינו. דער אמת איז מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן, און די זמן איז שוין אין טיפע פראסעס. וויאזוי האט מיר א ליבאוויטשער פרוי פאריגע וואך געזאגט, איך געדענק נאך ווען ליבאוויטש איז געווען חזיר טריף אין סאטמאר, היינט זע איך ביי אלע איווענטס און דרשות פיל מיט סאטמארע אידן. די קול קורא'ס פון די כ' יארן האט שוין אויסגערינען. איך בין געווען עמעזעט וויאזוי זי האט גערעדט פון די אינטערנעט וויאזוי יעדע זאך קען מען נוצן לרע או לטוב. זיי לעבן דערמיט, זיי וואקסן דערמיט אויף, און ווייסן וויאזוי זיך אומצוגיין מיט די פגעי הזמן.[/justify]
איראניש איז אז עס פירט זיך א מערכה ווי גלייך די דבר יום ביומו ווערט געשריבן דורך א גוי אין טשיינע, און דערנאך ווערט עס געפעקסט צו פרינט אוט. מען איז מסמה את העניים דורך אריינלייגן האלאפטסעס אין די אויגן, ווי גלייך די אינטערנעט איז אזאך וואס געפינט זיך נאר ביי מאדערן ארטאדאקסישער אידן. און מען זוכט אויסצורייסן די פאר סמארטפאונס ממחנינו. דער אמת איז מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן, און די זמן איז שוין אין טיפע פראסעס. וויאזוי האט מיר א ליבאוויטשער פרוי פאריגע וואך געזאגט, איך געדענק נאך ווען ליבאוויטש איז געווען חזיר טריף אין סאטמאר, היינט זע איך ביי אלע איווענטס און דרשות פיל מיט סאטמארע אידן. די קול קורא'ס פון די כ' יארן האט שוין אויסגערינען. איך בין געווען עמעזעט וויאזוי זי האט גערעדט פון די אינטערנעט וויאזוי יעדע זאך קען מען נוצן לרע או לטוב. זיי לעבן דערמיט, זיי וואקסן דערמיט אויף, און ווייסן וויאזוי זיך אומצוגיין מיט די פגעי הזמן.[/justify]
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
פרייוויליג האלט דאס פאר א סוד, ווייל זיי וועלן נאך ארים שיקן דילטירן.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
Re: טעכנעלאגיע פון מיינע אייניקלעך'ס קוק ווינקל
פרייוויליג האט געשריבן:איך האב גראדע נאכקיינמאל נישט געהערט פון א האנט זייגער מערכה.
איך ווייס נישט צי די ביזט אהערגעבלוזן געווארן דורך א שדפון, אדער האט מען דיך ארויסגעווארפן פון א עראפלאן מיט א פארעשוט, האסט קיינמאל נישט געטראכט פארוואס רביס גייען נישט קיין הענט זייגער, אדער ר' טודרס, פריעדמאן,פוליפ, וויינבערגער גייען נישט קיין האנט זייגערס, מיין באבע איז געוועין עלול אויף רציחה אויב האט זי געזען א קינד אדער אייניקל מיט דעם האנט זייגער, עס איז געווען אנגענימען ביי די אנגארישע אז נאר באנדערענע גייען מיט האנט זייגער, חסידישע גייען מיט טאשן זייגערס עד היום הזה.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
פרייוויליג האט געשריבן:אט אזוי, דו קענסט מיך זען טאקע פליען מיטן זייגער:
דעס איז א אויסנאם'ס פאל, ווייל דו האסט פונקט נישט דיין וועסטל ווי אויפציהענגען די טאשן זייגער
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
סמבטיון האט געשריבן:און וואס זאל איך טוהן, אז איך זיץ ביים קאמפיטער אגאנצן טאג,און איך האב שוין אלעס געזעהן און געהערט, און דאך קען איך נישט טרעפן דארט די טעם פון א ר"ה אינטער מיין רעבע'ס דאך? איך האב נאך אויך נישט געטראפן פארוועם זיך אויסצוגיסן סהארץ ווען מעשטייט אין אן עת צרה, קען מיר די אינטערנעט העלפן ווען איך וויל פרעגן מיין רבי צו זאל איך יא טוהן דעם שידוך אדער נישט? קען איך באקימען אויפן אינטערנעט א ווארימע ברכה צו יעדע געלעגענהייט אדער ווען איך שפיר אז איך קען ניצן אן ערליכע יוד'ס הדרכה ? סא כבודך במקומו מונח, אבער איך דיסעגרי א 100%.
סמבטיון: די אלע זאכן וואס דו רעכנסט אויס אז דו קענסט נישט באקומען פונ'ם אינטערנעט, נאר דורך די פערזענליכע השתתפות פון דיין רעבי'ן און זיינע (איהרע) חסידים, איז נישט קיין תרתי דסתרי און אדרעסירט נישט די די קשיות און הנחות וואס פליקער האט דא אראפגעלייגט. פארקערט. די קשיא איז נאך שטערקער. פארוואס זעהט מען נישט אויפ'ן אינטערנעט ווי דיין רבי שליט"א לערנט פאר א שיעור אין די סוגיא פון ר' חנינא סגן הכהנים אדער תקפו כהן...?!. ס'הייסט איינס פון זיינע רעטארישע שאלות איז א ביסל דרך אגב'דיג. וואס איז אייגנטליך אויך שווער געווען פאר מיר....פארוואס זעהט מען אונזערע רעבעס נאר עסן די זעלבע רינדעכיגע קעיק און טרינקען גרעיפ דזשוס אין זילבערנע בעכערס אין א גרינעם מיטוואך. אדער דאנערשטיג....?! פארוואס קענמען נישט למשל אויף גוגל טרעפן ווי דער הוידו-נאנאשער אדער שאראש-פאטיקער, אדער גאר חאצאצקער רבי (דער עכטער. נישט ר' וועלוול) פארלערנען א שיעור פון אן ארטסקראלל געמארע. אדער גאר פון שטיינזאלץ, רח"ל מהאי דעתא. נאר מ'זעהט כסדר איבערגעחזר'ט די זעלבע בילדער ווי מהרז"ל שליט"א טרינקט גרעיפ דזשוס פון א זילבערנע בעכער. און די העיליגע סקווירא'ער רעבע שליט"ע וועלכער איז איהם געקומען באזוכן איז מכובד אויפצושניידן די רינדעכיגע קעיק...ותו לא....?!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
פרייוויליג האט געשריבן:איך האב גראדע נאכקיינמאל נישט געהערט פון א האנט זייגער מערכה.
פרייוויליג: דו ביסט שוין געבוירן שפעט (נולד מאוחר...

- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
איך בין נישט אזוי נאעיוו, איך ווייס אז חסידים האבן ממאס געווען האנט זייגערס, נאר איך האב נישט געוויסט פון קיין ספעציעלע מערכה. חסידים האלטן זיך אפ דערפון צוליב תכשיטי נשים, וואס איז אזוי אבסורד ווי צו אסר'ן שיך ווייל פרויען גייען אויך מיט שיך.
דער ערשטע האנט זייגער האט אויסגעקוקט אזוי:

עס איז געווען פון גאר אנפאנג א צירונג פאר א פרוי, וואס האט זיך עווענטועל טרענספארמיט צו א האנט זייגער. די היינטיגע האנט זייגערס האט מיט פרויען ווי שיך האט מיט פרויען. אונזערע dont ask dont tell באבל האט באוויזן צו מאכן פון תשכשיטי נשים א nonsense
דער ערשטע האנט זייגער האט אויסגעקוקט אזוי:

עס איז געווען פון גאר אנפאנג א צירונג פאר א פרוי, וואס האט זיך עווענטועל טרענספארמיט צו א האנט זייגער. די היינטיגע האנט זייגערס האט מיט פרויען ווי שיך האט מיט פרויען. אונזערע dont ask dont tell באבל האט באוויזן צו מאכן פון תשכשיטי נשים א nonsense
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
פרייוויליג: איך האב ערגעץ געהערט א ווארט נאכגעזאגט בשם הרה"צ ר' ישכר דוב מ'בעלזא זי"ע. אז א יונגערמאן נאכ'ן חתונה האט זיך אנגעטון א האנט זייגער און אוועקגעלייגט דעם טאשן זייגער. איז זיין שווער געגאנגען זיך באקלאגן צום בעלזער רב. דער רב האט איהם געלאזט רופן (אזוי ווי דער שטייגער פון די סיפורי מעשיות איז) און ער האט איהם געפרעגט ..."וועלכע טראפ שטייט אויף דעם ווארט ..."וימאן"...ביי יוסף הצדיק און די אשת פוטיפר...שטייצעך ער האט געענטפערט..."א שלשלת"...האט איהם דער בעלזא'ער רב געזאגט...אויב די שלשלת גייט אראפ גייט דער וימאן אויך אראפ. וד"ל.
יעצט 'עט קומען אן אונגערישער. אדער א גאליציאנער און ר'עט פרעגן א שאלת תם...נו' וואסי די דזשאוק...?!
יעצט 'עט קומען אן אונגערישער. אדער א גאליציאנער און ר'עט פרעגן א שאלת תם...נו' וואסי די דזשאוק...?!
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
Re: טעכנעלאגיע פון מיינע אייניקלעך'ס קוק ווינקל
אקעי געניג מיט די האנט זייגער מערכה, האסט עפעס א טעכנעלאגישע מופת מיט א רבי