עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]כבוד הרב שש שליט"א
איך וויל קודם אויסנוצען די געלעגנהייט צו באדאנקן פאר די געוואלדיגע ארבייט וואס דו האסט אריינגעלייגט אין דער אשכול. איך האב געלייקט א יעדע באשרייבונג וואס דו האסט דא געלייגט אבער עס שאדט נישט אן עקסטער יישר כוח. איך בין זיכער אז אסאך אנדערע האבן זיך פונקט אזוי מחיה געווען. איך וויל נאר מעורר זיין פשוט ווייל איך טראכט אז דו האסט מעגליך נישט געטראכט דערפון אליינס. דער קעפל פון די אשכול אליין פארמאגט גענוג אין זיך אריינצושלעפן אינעם אשכול אריין א יעדער איינער וואס איז נאר געבוירן געווארן מיט די מינדעסטע נייגער אין זיך. ס'הייסט, א איד א ידען וואס שרייבט גוט און געשמאק גייט אונז דא פארציילן און אראפלייגן דעם איש פלא ונסתר דער אמשינוב'ער רבי שליט"א. מען פארציילט אז מ'האט פארלאנגט פון די עדה החרדית אז זיי זאל'ן אים מחרים זיין צוליב'ן נישט מקיים זיין אלעס וואס שטייט אין שולחן ערוך כידוע. האבן זיי אראפגעשוקט רבי מאיר בראנדסדארפער ז"ל און ער איז אוועק פון אים מלא התפעלות. רבי מאיר האט יעדעם פארזיכערט איבער דעם רבינ'ס גדלות וקדושה. אלע ווייסן צו פארציילן דער מעשה, אבער וואס האט רבי מאיר ז"ל למעשה איינגעזעהן אינעם רבי? דאס ווייסט קיינער נישט. יעצט ווען דו האסט אנגעהויבן צו שרייבן האבן מיר אלע אוועקגעפאקט די סמארטפאונס, אנגעטון די הוטן, אויסגעלאשן די עירקאנדישן און אנגעשפיצט די אויערן צו הערן.
דערווייל קומט איין תגובה נאכן אנדערע איבער די פריערדיגע אמשינוב'ער רביס וואס בעצם זענען שוין טייכן טינט באשריבן געווארן אויף א יעדער איינער פון זיי, זייערע לעבענס-געשיכטער און התנהגות איז נישט קיין סוד פאר קיינעם און אוודאי ציט נישט אינטער די נייגער פונעם מענטש. נו, האסטו דיך שיין ערקלערט אז עס פעלט אויס צו געבן אביסל קאנטעקסט כדי מען זאל קענען פארשטיין פון וואו די היינטיגע רבי קומט פון, אויף וועלכע אדני פז איז זיין עבודה געבויט. גוט, אויב אזוי לוינט זיך צו ווארטן אפאר טעג, אבי די שולחן עורך וועט זיין זאפטיג. דערווייל גייט אדורך טעג און וואכן און עס קומען מאמרים לרחצה איבער רבי מנחם, רבי מאיר'ל און רבי איציקל. מאמרים איבער ר' שמעיה מעריל, ר' מאיר מאנדלבוים און ר' נחום מאיר גערמאן. דא אויך האבן מיר מצדיק געווען לכף זכות וחכמה אז איינמאל עס האט זיך פארצויגן האסטו געוואלט מאכן די פראיעקט פאר א דבר השלם און ווי נאר דו וועסט ענדיגן וועט זיך אנהייבן גיסן די סחורה מיט וואס דו האסט אונז דא אריינגענארט. אבער ווי אנטוישט זענען מיר אלע געווארן אז עס זעהט נישט אויס ווי דו פלאנסט עפעס ערענסט דא צו שרייבן אין די נאנטע צוקונפט. איבער דער גאנצע שטיבל גיסט זיך פון דיין פעדער תגובות ומאמרים לרחצה אויף אלע ענינים בנגלה ובנסתר אבער קיין ווארט איבער דעם עמוד האש האחרון.
דו ביסט באמת קיינעם גארנישט שולדיג. דו מעגסט שרייבן וואס דו ווילסט, ווען דו ווילסט און וויאזוי דו ווילסט. איך קלער נאר אז דו וואלסט געוואלט וויסן אז מען פילט זיך אנגעפאטשט. דיין ביישרייבונג איבער בית אמשינוב איז הערליך און מייסטערפול אבער נישט פארדעם בין איך דא אריינגעקומען און נישט פארדעם האב איך מיט עקסטאז אויסגעווארט צו זעהן ווען דו לייגסט צו איין נייע מאמר נאכ'ן אנדערע. איך בין דא געקומען צו ליינען איבער די אמשינוב'ער רבי שליט"א און ער איז נישט דא צו געפונען אין דער אשכול דערווייל. איך האף אז דו וועסט דאס נישט אננעמען פאר קריטיק אויף דיין ארבייט נאר מער פאר א פריינטליכע געשריי אז עליך המלאכה לגמור ולשלם נדריך ונדבותיך.
אז מ'רעדט שוין וויל איך נעמען די געלעגנהייט צו פרעגן אפאר שאלות וואס וועלן האפענטליך שיינען א ליכט אויף דיין צוגאנצג צו באשרייבען מענטשן בכלליות ובפרט בכל הנוגע לבית אמשינוב.
1) איך האב באמערקט עטליכע מאל אין דער אשכול אז דו האסט גענוצט די סאטמארער רבי ז"ל'ס שמעק אלץ א yard stick צו מעסטן די גדלות פון אנדערע. איז דאס עפעס וואס דו נוצט אלעמאל צו מעסטן יענעמ'ס גדלות אדער איז דאס נאר עפעס וואס דו נוצט דא אויף ק"ש צוליב דעם וואס מערערע ליינער זענען פון די סאטמארער חדר און די רבי ז"ל'ס הסכמה אדער אי-הסכמה קען מכשיר זיין אדער פסל'ן א גאנצע אשכול.
2) דו באנוצט דיך זייער אסאך מיט הפרזות און הגדרות וואס איך שטיי אסאך מאל און איך ווינדער מיך צו עפעס איז ראנג מיט מיר אז איך זעה עס נישט דיין וועג. דו זאגסט עס אבער מיט אזא פשטות און קאנפידענס ווי כאילו מ'דארף זיין משוגע עס נישט צו זעהן. איך וועל געבן בלויז א דוגמא פון דיין לעצטע תגובה. "די דורכדרינגליכע הייליגע אויגן... הרה"ק רבי איציק'ל".... "גאנץ 'אמשינאוו' ליגט אויסגעשפרייט אויף זיין געזיכט". אפשר קענסטו מסביר זיין וואו פונקליך דו זעהסט דאס אין די בילדער? (איך רעד אגב נישט דוקא פון קעפשאנ"ס אויף בילדער, נאר בכלליות וויאזוי דו משל'סט אויס איינעמ'ס מהות אדער מהלך אן ערקלערן אויף וואס דו באזירסט עס.)
3) די טיטלן מיט וואס דו האסט דיך באנוצט האבן אין מיינע אויגן פארמינערט פון די קוואליטעט פון דיינע הערליכע באשרייבונגען. איך מיין אז אלץ אן ערוואקסענע מענטש איז מיר שווער אנצונעמען ערענסט א באשרייבונג וואס טיילט צו די מדריגות פון אלע אבות, יוסף הצדיק, משה רבינו, דוד המלך, דער רמב"ם, רשב"י, אר"י הקדוש און די בעש"ט, צוזאמען מיט אלע טיטלען וואס מען טרעפט אין אלע בענדער פון שו"ת שבט הלוי פאר א יעדער איינציגסטע פון די אמשינוב'ער רביס. איך זאג נישט אז עס איז נישט אמת וואס דו שרייבסט, איך זאג ס"ה אז עס איז שווער זיך צו אידענטיפיצירן מיט אזעלכע אויסער-וועלטליכע מלאכים. איך ווייס אז איך אליינס בין דא מגזים ארויסצוברענגן מיין נקודה אבער איך האף אז דו כאפסט מיין פוינט.
נאך מער האט עס מיך אביסל אפגעווארפן ווען איך האב געליינט דיינע באשרייבונגען אויף די אידן וואס האבן זיך כלומר'שט געדרייט ביי רבי איציקל. איך בין זיכער אז אלע האבן זיך געדרייט דארט one time or another, איך בין אבער נישט זיכער ווי ווייט זיי אליינס האבן זיך געהלטן פאר "חסידים" פון רבי איציקל. איך בין נישט קיין יונגערמאנ'טשיק און איך קען כמעט א יעדער איינער פון די אידן first hand. אבער נישט דאס באדערט מיר. מיר האט מער געבאדערט אז מען האט זיי אויסגעשטעלט ווי כאילו מען רעדט דא פון די סאמע גרעסטע גדולי הדור. געשמאק? יא. חשוב? מן הסתם. ערליך? פארוואס נישט. אבער פארוואס עפעס פעלט אויס צו מאכן ר' מאיר מאנדלבוים אין א "הגה"צ"? וואס איז שלעכט מיט הרה"ח? איז עס דען נישט מער פאסיג? ר' שלמה קופיץ איז געווען גאר א חשוב'ע יונגערמאן אבער ווען דו שרייבסט ווען ע"ה אנשטאט זצ"ל וואלט מען געקענט איינשפארן א צינישע שמייכל. און די ראכמיסטריווקע רבי גייט באזוכן אסאך קראנקע אידן אין שפיטאל און האט מיט זיי שיינע חסיד'שע שמועסן. ר' נחום מאיר גערמאן איז טאקע אן איש האשכולות און האט געדאווענט מעגליך אין אמשינוב, אבער ווייל איך דאווען אין די וויזניצער בית המדרש אויף מיין גאס מאכט עס מיר נישט א מענדעליסט טראץ דעם וואס איך פארברענג שיין מיט מיינע קאו-מתפללים און טרינק מיט זיי לחיים א יעדע טאג.
שוין, דער תגובה האט זיך געצויגן צעהן מאל אזוי לאנג ווי געפלאנט. איך האף אז דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער ווי א שטארקע אינטערעסע צו כאפן א בליק מאחורי הפרגוד אינעם קאפ פון די טאלאנטפולע שרייבער הנקרא אדנירם און צו פארשטיין זיין מהלך המחשבה וכתיבה בכלל, ובפרט בנוגע לבית אמשינוב. און אפילו אויב דו פלאנסט נישט צו שרייבן ווייטער איבער די נושא העומד בראש האשכול האב איך נישט חרטה אז דו האסט מיר דא אריינגענארט (כאטש עס פילט אזוי) ווייל למעשה האב איך הנאה געהאט. ויה"ר שתזכה לעלות מעלה מעלה ולילך מחיל אל חיל בב"א.
.[/justify]

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הוגה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
שוין, הוגה טיילט שוין פעטש.
ונתארכה לכדי אשכול מיוחד...
יעצט, אויב באמערק איך גוט, איז הער הוגה א מייסטער אין גיין צווישן די טראפנס... מ'קען מאריך זיין אבל אין לי פנאי.

הוגה האט געשריבן:[justify]כבוד הרב שש שליט"א
1) איך האב באמערקט עטליכע מאל אין דער אשכול אז דו האסט גענוצט די סאטמארער רבי ז"ל'ס שמעק אלץ א yard stick צו מעסטן די גדלות פון אנדערע. איז דאס עפעס וואס דו נוצט אלעמאל צו מעסטן יענעמ'ס גדלות אדער איז דאס נאר עפעס וואס דו נוצט דא אויף ק"ש צוליב דעם וואס מערערע ליינער זענען פון די סאטמארער חדר און די רבי ז"ל'ס הסכמה אדער אי-הסכמה קען מכשיר זיין אדער פסל'ן א גאנצע אשכול.[/justify]
הוגה, דא האב איך דערמאנט איינס:
מפוזרי האט געשריבן:
להערה: ס'שוין צום צוייטען מאל וואס דו דערמאנסט דעם אלטן קאפיטשניצער מיטן טיטול היה חביב אצל הסאטמארער, דאכט זיך ער האט געהאט נאך מעלות אויך.דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
הער אויס, דער משזר איז א קליג סוחר און קאן די טעקניקס דא. האסטו נאך נישט באמערקט אז א גבאי צדקה/מוסד/בעל דרשן וויל אויפטרייבן שטיצע, געלט, אויסהערער, (לייקס) עט ער אלטץ א' מאסט' אייביג טרעפן א שייכות פון סאטמארער רב צום צוועק...
_ _ _ _ _ _
משזר ס'נאך אין פלאן צוריק צו קומען ליינען (און לייקען) דאס גאנצע חומר!
כבוד הרב הוגה שליט"א.
איך וועל דיר ענטפערן כסדר דבריך.
קודם כל וויל איך דיר באדאנקן פאר דיינע לויב רייד. ווען א ניק באדאנקט יענעמ'ס שווערע הארעוואניע, און נאכדערצו ווען מ'אנערקענט אז יענער האט אריינגעארבעט אין זיינע תגובות, און ק"ו בן בנו של ק"ו ווען דער ניק וואס באדאנקט איז אזא חשוב'ע פערזענליכקייט ווי [tag]הוגה[/tag] בכבודו ובעצמו, נעם איך דאס במלוא חפניים. דער מהריי"צ האט געזאגט: 'חזקה על תעמולה שאינה חוזרת ריקם'. יעך זאג: 'חזקה על חנופה שמתקבלת על הלב', און אפילו ווען מ'זעט קלאר ווי יענער חנפ'ט...
[center]האשכול אודות אמשינאוו, ואדמור"י אמשינאוו בכלל.[/center]
יעצט איז אזוי: ווען איך האב מחליט געווען צו באשרייבן דעם היינטיגן אמשינאוון רבי'ן, האב איך אינזין געהאט אט דאס - צו באשרייבן נאר דעם היינטיגן רבי'ן. אודאי פאסט צו מאכן א שיינע 'אריינפיר' צו מסביר'ן אביסל 'אמשינאוו' באופן כללי, און עווענטועל איז אוודאי שיין צו באשרייבן די פריערדיגע רבי'ס, כדי צו כאפן א בליק איבער די מהלכים און דרכים פון אמשינאוו [פון וואס דער היינטיגער רבי האט אסאך גענאשט], אבער די חשבון איז געווען צו שרייבן בקיצור צוצוקומען צום פונקט וואס דאס איז - דער היינטיגער רבי שליט"א. נאר ווי - שוין היינט - באקאנט, ליידט אדנירם פון א כראנישע קראנקייט [וי"א: מעלה] וואס רופט זיך 'אריכות'. איך האב טאקע מקצר געווען אנהייב בראשי השושלת, אבער מיט די צייט האט זיך עס אנגעהויבן ציען מער און מער, מיט נאך נקודות און נאך נקודות, אזוי אז ס'איז געווארן אן אשכול איבער אמשינאוו בכלל, און לאו דווקא איבער דער היינטיגער רבי דייקא.
אזויפיל יא. דאס וואס דו טענה'סט אז זיי זענען שוין באשריבן געווארן אסאך מאל ביז יעצט, איז א טעות. אין אידיש עכ"פ, זענען זיי קיינמאל נישט באשריבן געווארן אפילו א צענטל פון וואס איך האב זיי באשריבן, און אפילו אין לשה"ק איז עס קיינמאל נישט באשריבן געווארן אזוי מסודר דבר דבר על אופנו, נאכדערצו מיט פסיכאנאליזן, אריינצוקריכן אין די שורש פון אמשינאווע געדאנקנסגאנג, אזויווי די דרך שונה של כל אדמו"ר ואדמו"ר בשושלת אמשינאוו. עכ"פ דאס איז א נייע שיינע ארבעט, וואס האט זיך שוין געלוינט צו שרייבן.
ווייטער דאס וואס דו לייגסט אראפ אז קיינער איז נישט געווען אינטערעסירט אין זיי, איז אומריכטיג פשוט קוקנדיג אויף די תגובות פונעם עולם. אוודאי איז דער 'עיקר' דער היינטיגער רבי, אבער די רבי'ס ביז אים האבן אויך געצויגן גרויס אינטערעסע, און מ'האט זיך אסאך אויסגע'טענה'ט, נאכגעפרעגט, און זיך מחיה געווען מיט די באשרייבונגען ביז יעצט אויך. אדרבה, גיי אדורך די אכצן בלעטער, און איבער פופציג קאפיטלען, וועסטו זען ווי א שיינע ציבור איז געווען מעורב אין די באשרייבונגען מיטן גאנצן קנאק.
[center]אודות האדמו"ר מאמשינוב שליט"א.[/center]
און צום לעצט, איז דאך אוודאי נוגע א הסבר איבער מיין נישט באשרייבן דעם היינטיגן רבי'ן. איז קודם כל וואלט איך דיך געוואלט פרעגן: דו האלסט טאקע אז כ'האב געזוכט אריינצונארן דעם עולם מיט באשרייבונגען אויף יעדן איינעם א חוץ דער נושא האשכול? דו מיינסט טאקע אז כ'האב נישט גענוג חומר צו שרייבן אויפן היינטיגן רבי'ן? איך ווייס מער איבער די היינטיגע רבי ותהלוכות חייו, ווי איבער די רבי'ס ביז אים, און אויב ביי די פריערדיגע האב איך געדארפט נאכקוקן אן א שיעור מקורות, פעלט נישט אויס קיין פערטל פון די מקורות כלפי דעם היינטיגן רבי'ן, וואס איך קען פון די נאנט זיין דרך ואורחות החיים. איז אוודאי דא א סיבה פארוואס איך האב אים נאכנישט באשריבן, אבער אוודאי ווען כ'האב אנגעהויבן צו שרייבן איז עס געווען במחשבה תחילה אים צו באשרייבן.
והיה כי ישאלך בנך, נו פארוואס טאקע האסטו אים נאכנישט באשריבן? ואף אתה אמור לו, מפני כבודו של הוגה וועל איך מגלה זיין דברים צנועים [ומכאן ואילך, איז גוט צו דן זיין לכף זכות ביי אנדערע געלעגנהייטן, און אנדערע ניקס צוגלייך], אז נאכן שרייבן אזוי לאנג איבער אמשינאוו און נאך, האט מען זיך פארבינדן מיט מיר פון א געוויסע אויסגאבע, און זיי האבן מיר געאפערט אז כ'זאל באשרייבן דעם היינטיגן רבי'ן אין זייער אויסגאבע, פאר גוט באצאלט. נו, 'ביזנעס ביפאר פלעזשור', און דערפאר האב איך נאכנישט באשריבן דעם היינטיגן רבי'ן. אויב חברי ק"ש זענען גרייט מיר צו באצאלן וויפיל זיי אפערן, וועל איך עס באשרייבן דא - טראצדעם וואס יענע פלאטפארמע איז פיל מער מכובד אין גאס, טאקע צוליב דעם וואס כ'האב מתחילה געזאגט אז כ'וועל עס באשרייבן דאהי. אבער אויב מ'וויל מיר נישט באצאלן דא, מיין איך אז אפילו מצד מענטשליכקייט האב איך קיין חיוב מוותר צו זיין אויף די שיינע סומע געלט, וואס עס איז ווערד. אזויפיל יא, בין כך ובין כך, גלייב איך אז די הוספות ומילואים וועל איך אריינלייגן דא אין ק"ש, און ע"פ פשטות וועט דאס זיין כאטשיג די זעלבע מאס חומר וואס וועט אריינגיין אינעם אויסגאבע, פשוט מטבע הדברים אז אן אויסגאבע איז באגרעניצט סיי אין מקום און סיי אין וואספארא זאכן מ'קען באשרייבן, והמבין יבין.
[center]אודות הטענות שלך על דרך כתיבתי.[/center]
יעצט לאמיר גיין צו דיינע שאלות איבער מיין סעריע ביז יעצט:
1) ווי שוין אויסגעשמועסט אויבן, און דא אויך דורך אנדערע ניקס, איז סאטמארע רב בכלל נישט מיין מעסטונג שטעקן איבער גדלות גדולי ישראל. סאטמארער רב איז פשוט געווען א לייב בחייו כבמותו, און רוב חסידים אין אמעריקע זענען געפאלן אונטער זיין השפעה. ווען איך שרייב אז סאטמארער רב האט אויך געהאלטן פון פלוני אלמוני, איז עס פשוט אויף צו בארואיגן זיינע אנהענגערס למיניהם, וואס זענען בדרך כלל מער סקעפטיש ווי אנדערע קרייזן, צו האלטן פון א גדול פון א צווייטע קרייז.
[אגב האב איך א טעאריע, א שטיקל פסיכאנאליז איבער סאטמארער רב, פארוואס ער האט טאקע געגליכן די סטיל צדיקים ווי דער אלטער קאפישניצער, באיאנער, אמשינאווער, ודומיהן. ווייל ער זעלבסט איז געווען א לייב וואס פלעגט שניידן שטיקער, געוויינט און געיאמערט, געקאכט און געזידט, בקיצור נוסח רביזכיסעיאגענעליינע. טרעפנדיג ערליכע אידן וואס גייען בצדי דרכים, שטילע אצילות'דיגע ערהויבענע אידן, בעלי חסד מיט א פשטות, וכדומה, איז ער פשוט געפאלן פאר זיי. דייקא די שוני האט אים צוגעצויגן צו זיי. און מצד שני, די וואס זענען געווען היבש צוקריגט מיט אים, זענען געווען די מערסטע דומה צו אים אין געוויסע הינזיכטן, ואכמ"ל].
2) מעגליך אז איך בין א פשוט'ער שוואנץ, וואס האלטנדיג פון די אמשינאווע רביים 'זע' איך וואס אנדערע פארפעלן צו זען. אבער לדעתי איז נישט אזוי שווער דאס צו פארשטיין, נאכן אדורכליינען די לענגערע אשכול על חמישים פרקיו. 'גאנץ אמשינאוו ליגט אויסגעשפרייט אויף זיין געזיכט' מיינט, אז די ערנסטקייט, תמימות, און איידלקייט, זענען שטריכן וואס מ'זעט גלייך אויף יענע בילד. ביי אנדערע רבי'ס קען מען אפשר זען צוקאכטקייט, מסירות נפש, קנאות, שארפקייט, זיסקייט, וכו', איש איש כפי טבעו. אויף זיין פנים זעט מען זיין טיפישע התנהגות לאורך חייו. וכהנה ביי רוב 'טיטלען' וואס כ'האב אים געגעבן. פארט לא אכחש אז ס'איז געשריבן מער ע"ד ה'שרייבעריי', וואס די דרך איז פשוט צו שרייבן באופן זה אן קיין דעקונג, הגם איך האב יא פרובירט צו שרייבן כפי מחשבותי און נישט סתם לשם פאמפע בעלמא.
3) ווייטער איבער די הפלגות בשבחי האדמורי"ם לבית אמשינאוו, כאפ איך נישט פונקטליך וואס דו מיינסט. אויב די עצם באשרייבונגען שטעלן אוועק א דמות פון איינער וואס לפי החשבון מוז אויסקומען מער הייליג ווי דער אריז"ל בעש"ט וכו', וואס זאל איך טון? אויב דו מיינסט סתם תוארים בדוגמת איש אלקים קדוש וכדומה, דאן זייט וויסן אז כ'האב בכלל נישט געשריבן קיין הפלגות, און סאטמארער רב'ס נוסח המצבה, און אפילו ר"ש באבובער'ס נוסח המצבה, זענען צען מאל שטערקער. הוי אומר, לפי נוסח זמנינו האב איך נישט מפליג געווען. ועיעו' בסמוך.
דאס זעלביגע איז כלפי דיין טענה אז רבי מאיר מאנדלבוים האט באקומען א טיטל הגה"צ, און רבי שלמה קופיץ האט באקומען א זצ"ל. סתם לידיעתך, ר"מ מאנדלבוים איז היינט דער חשוב'סטער איד אין אמשינאוו ב"פ, און יעדער איינער ממש וואס קען אים, וועט אים באטיטלען כאטשיג אלס הגה"צ. ער וואלט געווען אן אדמו"ר אין סיי וועלכע חצר - ווען נישט דעם וואס אין אמשינאוו דרייען זיך ארום אזעלכע לייבן כאילו זיי זענען פשוט'ע שלעפער'ס. ר"ש קופיץ איז נישט געווען סתם א חסיד, טאקע געווען א טשיקאווער אמשינאווער טיפוס, אבער זיין טיטל אלס זצ"ל האבן שוין אפאר אנדערע קהילות מקדים געווען אים צו געבן, טאקע קענענדיג דעם מענטש - מיט זיינע ווערטלעך השגורות על פיו תמיד. ער איז געווען אן אייגנארטיגער איד, וואס אויב יעדע שמויגער איז א ז"ל, איז ער זיכער א זצ"ל. אודאי אין אן אויסגערעכנטע וועלט וואלט מען מדקדק געווען מיטן טיטל 'צדיק', אבער אין היינטיגן וועלט ווען יעדע נערוון קריכער וואס זיין דרשה ווערט פארקויפט שטייט אויף אים לכה"פ הרה"ג, דאן פארדינען אמת'ע דערהויבענע אידן די טיטל הגה"צ, און אויב נישט איז עס - לפי ערך זמנינו - פשוט א בזיון אין זיי. פארפאלן, אזוי ארבעט די וועלט און כ'זע נישט אז פונקט ביי זיי זאל איך געבן די זעלבע תוארים ווי פאר א שמענדריק שבשוק.
[center]החשובים שהוסתובבו אצל האדמו"ר מאמשינאוו זצ"ל.[/center]
ווייטער דיין פראבלעם מיט די אידן וואס האבן זיך געדרייט ביי אים, אז זיי זענען נישט געווען זיינע חסידים, נאר האבן געדאווענט דארט ותו לא, איז ווייטער א טעות פון דיין נישט פארשטיין אמת'דיג ווי ווייט איך בין געגאנגען מיטן אמת לאורך הפרקים. אלע נעמען וואס איך האב דערמאנט, האבן זיך געהאלטן פאר עמטליכע אמשינאווע חסידים ממש [א חוץ דער קאסובער, וואס כ'האב טאקע געשריבן אז כ'ווייס נישט קיין פרטים].
אין דעם איז נכלל הגה"ח רבי נחום מאיר גערמאן שליט"א, וואס האט געגעבן א דרשה אין אמשינאוו ווי דערמאנט במקומו, וואו ער האט קלאר ארויסגעברענגט אז ער איז געווען א חסיד ממש פון רבי איציק'ל (כ'האב מיך אפילו געווערטלט מיט אים, אז כ'האב נישט געוואוסט אז א באבובער קען זיין א חסיד פון א צווייטע רבי אויך... ער האט מיטגעלאכט אבער האט מיר דירעקט אויך קלאר געזאגט אז ער איז געווען א חסיד ממש, כאטש אוודאי איז זיין עיקר רבי געווען ר"ש מבאבוב).
די סיבה איז גראדע אויך פשוט, איינער וואס האט דארט געדאווענט און געזען די התנהגות פון אים נאכאנאנד, איז געווען אוממעגליך נישט צו ווערן זיינס א חסיד. אזוי איז רבי מאטל זילבער מסטיטשין געווארן זיין חסיד, אזוי איז רבי נחום מאיר גערמאן געווארן זיין חסיד, און אזוי איז אויך מיין טאטע געווארן זיין חסיד.
מער וואלט איך נאר געקענט מסביר'ן פנים אל פנים... און איך האף אז כאטש האט מיין פעדער עטוואס אויסגעקלארט ענינים הצריכים ביאור ובירור. אלנפאלס, כ'האב מגלה געווען עפעס וואס כ'האב באהאלטן א לאנגע צייט, ולידיעתך - ס'איז געווען א גרויסע סעקרעפייס מצדי, ותוצאותיו מי ישורנה. ולא עשיתי אלא לכבודך בלבד - איינער וואס איז א טאלאנטפולע קאפשטיק [נישט נאר 'שרייבער'. למען ה', כ'בין פלעין א צייטונג שרייבער? ] און איז ווערד די הקרבה מצדי. וכל הברכות שנתת לי יחולו גם על ראשך אמן.
הכ"ד ידידו המברכו בלונ"ח,
אדנירם.

[justify]איך האב נישט וואס מוסיף צו זיין דא בעצם נאר ממש געציילטע שורות. איך האב נישט געהאט קיין טענות אז דו האסט נישט באשריבן די רבי שליט"א און דו ביסט בעצם קיינעם שולדיג א התנצלות. איך האב ס"ה געמיינט אז דו וואלסט געוואלט וויסן אז עס זענען דא וואס פילן זיך אנגעפאטשט. אנגעפאטשט מיינט נישט אז דו האסט זיי אנגעפאטשט, נאר אלץ זימן לבנים ומצא שחורים. איה"נ דיין באשרייבונג אויף די אדמורי בית אמשינוב זענען הערליך שיין אבער איך גלייב אז דו פארשטייסט אליין אז נישט פארדעם איז רוב עולם געקומען, פונקט ווי דו פארשטייסט אז מען גייט נישט אין די וויזניצער אשכול צו הערן דרכי עבודתם פון די צמח צדיק אדער די אהבת ישראל, און פונקט ווי דו פארשטייסט אז אין אן אשכול וואס איר קעפל הייסט "דאס לעבן און שאפן פון רבי משה"לע סיגוט'ער זצ"ל" קומט מען נישט ליינען די היסטאריע פון שושלת סיגוט. למעשה האב איך הנאה אז דו האסט געטון די קלוגע שריט פון עס טון פאר פרנסה. (איך האב מיך שוין לאנג געווינדערט פארוואס דו פארקויפסט נישט רוב פון דיינע ארטיקלן פאר געלט.)
אויף אלע דיינע אנדערע נקודות האב איך שוין מעיר געווען מיין בליק דערויף אין מיין לעצטע תגובה. איך ווייס דאך אז דו האלטס בפשטות אנדערש ווי מיר, ווען נישט וואלסטו דאך נישט געשריבן אזוי. איך זעה נישט וואס דו זעהסט און איך בין טאקע נישט קיין שוואנץ. די מטרה פון שרייבן און מיטטיילן א דעה איז ווייל אויב איינער האלט אזוי, מסתמא זענען דא אנדערע וואס האלטן אויך אזוי און עס איז אלץ גוט צו געדענקן אז עס איז דא אן אנדערע וועג אנצוקוקען זאכן. די פאקט אז "אזוי שרייבט מען" טוישט גארנישט. כלל ישראל החרדי איז באשאנקען מיט האגיאגראפיעס (און מצבות) לרחצה אזש מען קען מאכן א קאפי פעיסט פון איינעם צום צווייטע. ווען מען באשרייבט אזעלכע צדיקים און פיינע אידן אן די אלע הפרזות האט עס א טעם. איך קלער אז דו ביסט בכלל נישט משיג וואס עס שטערט מיר און איך בין עס תולה אין דיין זיין א הייסע אמשינוב'ער חסיד (שוואנץ כלשונך). איך דריי מיך אבער אסאך מיט אמשינוב'ער חסידים און איך האב זיי נאך קיינמאל נישט געהערט רעדן אזוי. מעגליך אז דא איז מער א סארט פנימי שפראך. אלענפאלס איז וויכטיג צו וויסן אז פאר א דרויסענדע איז עס אביסל קאמיש.
אויב אלע "חסידים" פון רבי איציקל זענען געווען אזאנע "חסידים" ווי רבי נחום מאיר גערמאן, דאן בין איך מסכים. מען וועט דאך אויף מיר אויך שרייבן איין טאג אז איך בין געווען אדוק בלב ונפש צו השרף האלוקי הקוה"ט מקרעטשניף זצ"ל. אבער ביי מיר האט דאס אן אנדערע באדייט.
.[/justify]
אויף אלע דיינע אנדערע נקודות האב איך שוין מעיר געווען מיין בליק דערויף אין מיין לעצטע תגובה. איך ווייס דאך אז דו האלטס בפשטות אנדערש ווי מיר, ווען נישט וואלסטו דאך נישט געשריבן אזוי. איך זעה נישט וואס דו זעהסט און איך בין טאקע נישט קיין שוואנץ. די מטרה פון שרייבן און מיטטיילן א דעה איז ווייל אויב איינער האלט אזוי, מסתמא זענען דא אנדערע וואס האלטן אויך אזוי און עס איז אלץ גוט צו געדענקן אז עס איז דא אן אנדערע וועג אנצוקוקען זאכן. די פאקט אז "אזוי שרייבט מען" טוישט גארנישט. כלל ישראל החרדי איז באשאנקען מיט האגיאגראפיעס (און מצבות) לרחצה אזש מען קען מאכן א קאפי פעיסט פון איינעם צום צווייטע. ווען מען באשרייבט אזעלכע צדיקים און פיינע אידן אן די אלע הפרזות האט עס א טעם. איך קלער אז דו ביסט בכלל נישט משיג וואס עס שטערט מיר און איך בין עס תולה אין דיין זיין א הייסע אמשינוב'ער חסיד (שוואנץ כלשונך). איך דריי מיך אבער אסאך מיט אמשינוב'ער חסידים און איך האב זיי נאך קיינמאל נישט געהערט רעדן אזוי. מעגליך אז דא איז מער א סארט פנימי שפראך. אלענפאלס איז וויכטיג צו וויסן אז פאר א דרויסענדע איז עס אביסל קאמיש.
אויב אלע "חסידים" פון רבי איציקל זענען געווען אזאנע "חסידים" ווי רבי נחום מאיר גערמאן, דאן בין איך מסכים. מען וועט דאך אויף מיר אויך שרייבן איין טאג אז איך בין געווען אדוק בלב ונפש צו השרף האלוקי הקוה"ט מקרעטשניף זצ"ל. אבער ביי מיר האט דאס אן אנדערע באדייט.
.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
און יעצט וועל איך מוסיף זיין מיינע געציילטע שורות...
כאמור, איך האב אנגעהויבן שרייבן בדעה תחילה צו רעדן פונעם היינטיגן רבי'ן. שפעטער האב איך טאקע געזען, אז אפילו כ'וועל באשרייבן דעם היינטיגן רבי'ן פאסט זיך ענדערש אלס תואר האשכול 'חצר אמשינאוו' וכדומה, אבער את הנעשה אין להשיב. לקראת הסוף האב איך זעלבסט איינגעזען די אבסורד, אז לכאורה וועל איך ניטאמאל באשרייבן דעם היינטיגן רבין', און דאן איז די קעפל ממש ליצנות. אבער כנ"ל, את הנעשה כבר אין להשיב.
ווייטער איבער די טיטלען. כוונתי לומר, אז אויב כ'זאל נישט שרייבן ווי איך האב געשריבן, איז עס לדעתי א זלזול אין די אידן, ווען כהיום באקומט יעדער שמויגער חשוב'ע טיטלען. ווען ס'וואלט געווען אן עולם האמת, וואלט איך מיך געהאלטן צום מינימום פון טיטלעריי, אבער כ'וויל דאך נישט אז מ'זאל מדמה זיין די דערהויבענע אידן צו שמויגער'ס. זהו ותו לא. ווען אונז וועלן רעדן פא"פ, וועל איך אוועקווארפן די טיטלען, ווייל דו וואלסט נישט געגעבן קיין שום טיטל פאר א שמויגער שבשוק.
צום לעצט, רבי נחום מאיר גערמאן האט דירעקט געזאגט אז ער איז געווען א חסיד פון רבי איציק'ל, על אף זיין עיקר רבי איז געווען ר"ש באבובער. קענסט אים אנקוקן פאר א מגזם, אבער איך האב אים זעלבסט ציטירט. גראדע איז עס מיר אויך געווען א היבשער שאק, און איז טאקע מתחילה נישט דערמאנט געווארן צווישן די חסידים הנודעים. די אנדערע דארט, זענען גראדע עמטליכע אמשינאווע חסידים, אינקלודינג רבי מאטל זילבער.
ידידך עוז
.

- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
הוגה האט געשריבן:[justify]. מען פארציילט אז מ'האט פארלאנגט פון די עדה החרדית אז זיי זאל'ן אים מחרים זיין צוליב'ן נישט מקיים זיין אלעס וואס שטייט אין שולחן ערוך כידוע. האבן זיי אראפגעשוקט רבי מאיר בראנדסדארפער ז"ל און ער איז אוועק פון אים מלא התפעלות. רבי מאיר האט יעדעם פארזיכערט איבער דעם רבינ'ס גדלות וקדושה. אלע ווייסן צו פארציילן דער מעשה, אבער וואס האט רבי מאיר ז"ל למעשה איינגעזעהן אינעם רבי? דאס ווייסט קיינער נישט. יעצט ווען דו האסט אנגעהויבן צו שרייבן האבן מיר אלע אוועקגעפאקט די סמארטפאונס, אנגעטון די הוטן, אויסגעלאשן די עירקאנדישן און אנגעשפיצט די אויערן צו הערן.
.[/justify]
אינטערעסאנט, זייט ווען האט די עדה החרדית פראבלעמען מיט דאס וואס שטייט אין שולחן ערוך (און סהאט נישט מיט די ציונים)?! לדעתי ווען די עדה זאל ווען ארויסשטעלן ליילעכער קעגן דעם אמשינוב׳ער און שיקן אפאר סיקריקין צו זיין הויז שרייען ״גיוואלד וואלט עס געווען לכבודו פונ׳ם אמשינוב׳ער.
- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
ריכטיג האט געשריבן:ירא שמים האט געשריבן:ריכטיג, וואס איז דאס?
שושן פורים (אן אלטע, נישט פון דעם יאר) ביי ר' מאטל זילבער.
אגב, דארט הערט מען ווי מ'דערמאנט אז ר' מאיר דארף באלד אנקומען.
דאס באציהט זיך צו הגה"צ רבי מאיר מאנדלבוים שליט"א, וואס ווי דערמאנט במקו"א רופט אים רבי מאטל זילבער צו טאנצן מיט אים שושן פורים, זייענדיג נאנטע ידידים נאך ביי רבי איציק'ל אמשינאווער.
אפאר וואכן צוריק האב איך געליינט אין דער צייטונג א באשרייבונג איבער די 'לענדפילד שול' אין מאנטיסעלא, וואו עס איז אויך געברענגט געווארן די סיפור חיי אבי רב הקהילה - הרב בנציון כאנאוויטש שליט"א, וואס שמו מעיד עליו אז ער איז א ליובאוויטשער חסיד כמה דורות.
בתוך דבריו האב איך מיך אנגעשטויסן אין די פאלגענדע טיפישע אנעקדאט אויף הרה"ק רבי שמעון שלום מאמשינוב זי"ע, ווען ער האט זיך אויפגעהאלטן אין שאנכיי [ווי אויבנדערמאנט].
"זייענדיג אין שאנכיי, איז זיין [-הרב כאנאוויטשעס פאטער] ברודער שמואל אברהם נישט געזונט געווארן. מיין טאטע האט שווער געארבעט מיט דאקטוירים און שפיטעלער. דער אמשינאווער רבי איז געווארן פארמישט, ער איז איינמאל געגאנגען מיט מיין טאטן דעם לאנגן וועגן ביז צום שפיטאל, צו פארזיכערן אז שמואל אברהם וועט עסן אום יום כיפור!".
איי איי איי, נאר געווען איין רבי שימעלע.
בתוך דבריו האב איך מיך אנגעשטויסן אין די פאלגענדע טיפישע אנעקדאט אויף הרה"ק רבי שמעון שלום מאמשינוב זי"ע, ווען ער האט זיך אויפגעהאלטן אין שאנכיי [ווי אויבנדערמאנט].
"זייענדיג אין שאנכיי, איז זיין [-הרב כאנאוויטשעס פאטער] ברודער שמואל אברהם נישט געזונט געווארן. מיין טאטע האט שווער געארבעט מיט דאקטוירים און שפיטעלער. דער אמשינאווער רבי איז געווארן פארמישט, ער איז איינמאל געגאנגען מיט מיין טאטן דעם לאנגן וועגן ביז צום שפיטאל, צו פארזיכערן אז שמואל אברהם וועט עסן אום יום כיפור!".
איי איי איי, נאר געווען איין רבי שימעלע.
- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
[center]דריי און פופציגסטע קאפיטל:
א טיפישע וואורקע ניגון, ופירושו.[/center]
עס איז באקאנט די אלט פארצייטישע ניגון [אדאפטירט דורך שלמה'לע קרליבך]:
געוואלד'זשע ברידער וואס שלאפט איר - 1,2,3,4
ס'איז שוין צייט צו גיין דאווענען/לערנען - 1,2,3,4
נישט קיין דאווענען, נישט קיין לערנען,
יא געגעסן - יא געשלאפן - - -
איז וואס'זשע טויגסטו אויף די וועלט?
מיט וואס וועסטו קומען אויף יענע וועלט?
אן ענליכע ניגון זינגט מען אין חב"ד:
עסן עסט זיך, טרינקען טרינקט זיך,
וואס זאל מען טאן, אז ס'דאוונט זיך נישט?
עסן עסט זיך, שלאפן שלאפט זיך,
וואס זאל מען טאן אז ס'לערנט זיך נישט?
איי איי איי ייאיי, וכו'...
*
אין אמשינאוו ווידער, איז דא א ניגון [וואורקע ניגון], וואס קומט ארויסברענגען ממש דאס פארקערטע.
עסן און טרינקען איז א פראבלעם? דאס איז דען אויף וואס מיר דארפן וויינען? מיר דארפן בכלל טראכטן וועגן די נעגאטיווע זייט, אז ס'עסט זיך, טרינקט זיך, און שלאפט זיך, אבער ס'לערנט און ס'דאוונט זיך נישט? לא ולא! דער עיקר איז צו געדענקן גאט, און פרובירן זיך צו האלטן אין די ריכטיגע שינעס.
געטריי צום געדאנקנסגאנג וואס וואורקע פארקערפערט אין זיך, זאגט די ניגון אן איפכא מסתברא'דיגע חידוש, וואס נאר כהיום איז אזא מהלך המחשבה געווארן חלק פון די ספעקטרום ביי די נייע משפיעים ומחזקים.
די ווערטער פונעם ניגון גייען ווי פאלגענד:
אז ס'גייט א איד אויף גלייכע שטיינער,
פאלט ער אראפ און צוברעכט זיך די ביינער,
ער וואלגערט זיך ארום יארן יארן,
ביז ער קומט קיין וואורקע צו פארן.
נישט געדאוונט, נישט געלערנט,
נאר דעם בורא עולם נישט דערצערנט,
יא געשלאפן, יא געגעסן,
נאר דעם בורא עולם נישט פארגעסן.
*
אין אמשינאוו/וואורקע, האט מען גענומען דעם ניגון זייער ערנסט, און ס'דא פשטים אין די ווערטער פונעם ניגון.
בקיצור נמרץ: צומאל גייט א מענטש אויף כלומר'שטע 'גלייכע שטיינער' אבער דאס גאר ברענגט אים זיך צו צוברעכן די ביינער [והכונה לענינים רוחניים]. ער וואלגערט זיך ארום מיט פארשידענע מהלכים, זה אומר בכה וזה אומר בכה, אבער זיי געבן אים נישט די כלים צו בלייבן א נארמאלע מענטש און פארט טפח מעל גבי קרקע.
ביז ער קומט אן קיין וואורקע, וואו מ'לערנט אים אויס א נייע מהלך אין אידישקייט: טראכט נישט פון דיינע זאכן וואס דו האסט געטון אומריכטיג, לייג אריין דיין קאפ אין די פאזיטיווע חלק, דו ביזט א חלק אלוק ממעל, דו ביזט גאטס באליבטע קינד, דאס זאל דיר ברענגען א גרויסע מאס שמחה אז הגם דו ביזט נישט געשטיגן אין מדריגות, איז די עצם פאקט אז דו פארגעסט נישט פונעם באשעפער גענוג א חשוב'ע זאך.
די אומגעזאגטע תוצאה דערפון איז, אז דאס זעלבסט וועט אים ברענגען צו העכערע מדריגות, ווען אנשטאט קוקן ווי ווייט ער האלט, וועט ער זיך פשוט מתעלה זיין דורכן זען די גרויסקייט פון יעדע קלייניגקייט וואס ער טוט פארן באשעפער, זאל אפילו זיין דער פשוט'ער פאקט אז ער דערצערנט אים נישט.
*
א זאך וואס איז נישט אויסגעשמועסט געווארן אין דעם סעריע ארטיקלן, אבער איז ראוי לציון, איז די גרויסע מאס הארציגע ניגונים לבית וואורקע.
זיי האבן ריכטיגע פארצייטישע דביקות'דיגע ניגונים, נישט קיין מארשן סטיל, ניטאמאל די פארקוועטשקייט וואס חב"ד שטעלט פאר [וואס מ'דארף זיין אין די ריכטיגע גיסטע עס צו ליב האבן, הגם פערזענליך בין איך הייס פאר חב"ד'סקע ניגונים], נאר טיפישע הארץ רייסנדע תנועות געמישט מיט א פשטות. בקיצור, ס'פאסט אריין אינעם 'וואורקער מהלך'...
דא קענט איר הערן דעם אויבנדערמאנטן וואורקער ניגון, וואס איז זייער א הארציגע תנועה.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1358
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 915 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל
טאקע זייער הארציג, מהערט גלייך אז דאס איז נישט קיין היינטיגע ניגון, ווער איז דער זינגער?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סמבטיון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- קאמענטירער
- ידיד ותיק
- הודעות: 768
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
- געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
- האט שוין געלייקט: 306 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל
אדנירם האט געשריבן:כ'ווייס נישט. ער איז לכאורה אן אלכסנדר'ער חסיד, ווייל דאס איז א ניגון פון א טעיפ וואס חצר אלכסנדר האט ארויסגעגעבן [כידוע איז אלכסנדר א צווייגעלע פון וואורקער חדר].
---
כ'האב צוגעלייגט א שטיקל ביאור להניגון, במשנת אמשינאוו.
מיר געפעלט דיין ''ביאור'' אויף דער ניגון, סאיז אזוי מין חב''ד'סיק אז מקען גאר ניט משער זיין, צו געבען ביאור אויף א ניגון און אריינלערנען פשט אין די קרעכצעדיגע קנייטשען פון א ניגון...
...
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
זייער שיין, שש.
איך האב מקבל געווען דעם צווייטן האלב פונעם ערשטן טייל כזה:
גיבט ער א געשריי, אוי וויי,
לאמיר צום הייליגען רבי'ן צוריקפארן.

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1029
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
- האט שוין געלייקט: 1704 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל
Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
די וואך אין בלאט ציבור 14 איז דא די בילד
Sent from my LG-K120 using Tapatalk
Sent from my LG-K120 using Tapatalk
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..