די גלאררייכע היסטאריע פון אידישקייט אין איטאליע
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: די גלאררייכע היסטאריע פון אידישקייט אין איטאליע
זיינע איייניקלעך זענען שוין געווען משומדים און מלשין געווען אויפן ש"ס וגרמו לשריפתה, ל"ע.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: די גלאררייכע היסטאריע פון אידישקייט אין איטאליע
נו, שני גויים בבטנך
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

מפוזרי האט געשריבן:ואני כן שמעתי אז דערפאר הייסט ער בחור וויבאלד ער איז געווען א בוכער.
דא זאגט ער, "ווייל ער האט געשריבן א ספר "הבחור."
http://www.daat.ac.il/encyclopedia/value.asp?id1=1956
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: די גלאררייכע היסטאריע פון אידישקייט אין איטאליע
מפוזרי האט געשריבן:זיינע איייניקלעך זענען שוין געווען משומדים און מלשין געווען אויפן ש"ס וגרמו לשריפתה, ל"ע.
ויטוריא אליאנו און זיין ברודער שלמה רומאנו (יוהן באפטיסטא), קינדער פון זיין טאכטער. אים אליין האט מען געמארדזשענט צוליב וואס ער האט געלערנט תורה מיט קריסטליכע גייסטליכע.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
וואס איז מיט עמנואל הרומי, אויך אן אינטערסאנטער פארשוין, א גרויסער משורר, געשריבען סונאטעס, סאטירישע, ראמאנטישע ( דברי חשק) דאס איז דאן געווען די סטייל, אסאך פיוטים געשריבען, אסאך זענען מייחס יגדל אלקים צו אים, איך דענק נישט צו ס'איז ריכטיג, עכ"פ א שטארקע איש מכובד אין די קהילה, אבער ר'יוסף קארוי וואס איז עכ"פ נישט געווען אין זיין מדינה אסר'ט מיטן שטרענגסטן צו דרוקן אדער לייענען זיינע ראמאנסן.
די חיד"א ברענגט אן אינטערסאנטע המלצה, אז אויף איוב, איז גוט צו לערנען די פירוש פון אבן עזרא, אויף תהילים, איז גוט צו לערנען מיט'ן רד"ק, און משלי איז גוט צו לערנען מיט'ן פירוש פון עמנואל.
ס'דא די באקאנטע ווערטעל, אחרי מות- קדושים-אמור, אז נאכ'ן טויט ווערט מען הערשט אסאך מאל פארוואנדעלט אין א קדוש, דאס ווארט שרייבט עמנואל אין זיינע פון זיינע שירים.
זיינע שירים קען מען ליינען אויפן וועבסייט בן יהודה, וכאמור אפילו לדעת השולחן ערוך איז נישטא וואס חושש צו זיין אויף זיינע שאפונגען וואס זענען נישט פון די ראמאנטיק דזשאנרע.

למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: די גלאררייכע היסטאריע פון אידישקייט אין איטאליע
טאמבל סאס האט געשריבן:מפוזרי האט געשריבן:ואני כן שמעתי אז דערפאר הייסט ער בחור וויבאלד ער איז געווען א בוכער.
דא זאגט ער, "ווייל ער האט געשריבן א ספר "הבחור."
http://www.daat.ac.il/encyclopedia/value.asp?id1=1956
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז א טעות. ער האט שוין געהאט דעם כינוי בחור פריערט, פארקערט דאס איז איינע פון די טעמים פארן רופן דעם ספר הבחור, אזוי שרייבט ער אליין אין הקדמה. איך נעם דאס פון ר' שלמה באבער'ס ספר אויף אים, ער אליין איז משער אז ס'איז א תרגום פונעם דייטשן נאמען יונג.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
טאמבל סאס האט געשריבן:דער ענגלישער פריי-מ-עניסטער דעיוויד קאמעראן איז אן אייניקעל פון אליהו בחור. http://www.telegraph.co.uk/news/politic ... eople.html
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
נהורא נפישא האט געשריבן:ער האט געשריבן א אידיש נאוועל בבא דאנטוניע, עפעס אזוי, אן איבערזעצונג פון א פופולערע נאוועל, פון דעם שטאמט די אויסדרוק באבע מייישע
וכבר הארכתי בכל זה, מיט נאך אינטרעסאנטע אינפארמאציע במקום אחר (זעט אויס מ'האט נישט גענוג געליינט מיין הארעוואניע...):
אדנירם האט געשריבן:[justify][center]חכמת הדקדוק [ותרגומים].[/center]
ספרי רבי אליהו בחור.
די וואס האבן שוין געהערט פון רבי אליהו בחור, ווייסן אז מ'רעדט פון א שעפערישער שרייבער און דענקער, און 'בחור הזעצער', פון איטאליע. ווייניג ווייסן אז ער איז א היימישער געבוירענער אין דייטשלאנד וואס אדאנק דעם האט ער גאר געשריבן ביכער אין אידיש, צווישן זיי נאוועלן און ראמאנטישע ביכער איבערגעזעצט פון גוי'אישע מקורות. אדאנק איינע פון די מעשה ביכלעך אויף אידיש, וואס ער האט א נאמען געגעבן 'בבא ד'אנטונא', האט א יעדע נאוועל געהייסן א 'בבא-בוך', און פון דארט איז נשתרש געווארן די ווארט 'באבע מעשה'... געלעבט האט ער בערך בתקופת גירוש שפאניע [ארום 500 יאר צוריק], און זיין אור-אור-אור [כ'ווייס נישט וויפיל מאל] איז דער היינטיגער ענגלישער פרעמיער מיניסטער 'David Cameron'. במשך הדורות האבן אסאך חוקר געווען דעם מאדנעם פערזענליכקייט זיינע, דא האט איר א בוך אויף אים בשם 'תולדות אליהו התשבי', וואס דער באקאנטער חוקר באבער האט ארויסגעגעבן.
עכ"פ צוריק צום ענין: ער איז געווען א גרויסער מדקדק ובקי בלשון הקודש ולשון הארמית, און צוליב דעם האט ער ארויסגעגעבן א שיינע פאר ספרים אדורכצוטון די ווערטער, און עד היום הזה זענען זיינע ספרים ברייט באנוצט און ווערן כסדר איבערגעדריקט. לאמיר אראפברענגען זיינע חיבורים, 'ספר התשבי', 'ספר הבחור', 'מסרת המסורת', 'ספר הרכבה', און צום לעצט: זיין ספר אויף אראמישע תרגום [וואס 'אראמיש' פארדינט בעצם א באזונדער קאפיטל], 'ספר מתורגמן'. ווי אויבנדערמאנט, האט ער אויך געשריבן א פירוש אויפן דקדוק ספר 'מהלך שבילי הדעת' פון רבי משה קמחי.[/justify]
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: די גלאררייכע היסטאריע פון אידישקייט אין איטאליע
הרב שש, בשם כל הקהל הקודש, איר נעמט אן מיט א פשטות אז מיר קענען ליינען אזוי גיך ווי איר קענט שרייבן. ס'איז א טעות מעיקרו.
איין אדנירם איז פארהאן!
גיב אונז אביסל צייט. מיר שמאטשקענען אויס יעדעס ווארט דיינעם!
איין אדנירם איז פארהאן!
גיב אונז אביסל צייט. מיר שמאטשקענען אויס יעדעס ווארט דיינעם!
מפוזרי האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:מפוזרי האט געשריבן:ואני כן שמעתי אז דערפאר הייסט ער בחור וויבאלד ער איז געווען א בוכער.
דא זאגט ער, "ווייל ער האט געשריבן א ספר "הבחור."
http://www.daat.ac.il/encyclopedia/value.asp?id1=1956
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז א טעות. ער האט שוין געהאט דעם כינוי בחור פריערט, פארקערט דאס איז איינע פון די טעמים פארן רופן דעם ספר הבחור, אזוי שרייבט ער אליין אין הקדמה. איך נעם דאס פון ר' שלמה באבער'ס ספר אויף אים, ער אליין איז משער אז ס'איז א תרגום פונעם דייטשן נאמען יונג.
[tag]מפוזרי[/tag], און אייגנטליך ר"ש באבער, איז גערעכט.
ער געבט דריי טעמים פארן נאמען הבחור, און די דריטע טעם איז: 'בעבור היות שם כנויי משונה, ובשם בחור אכונה'...
עי' כאן די לעצטע ווערטער פון זיין הקדמה לספר הבחור.