פאעזיע: די ישיבה יארן

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
יאפטשיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 8:25 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

פאעזיע: די ישיבה יארן

שליחה דורך יאפטשיק »

ס'בענקען זיך די זיסע יארן מיינע
ווען איך פלעג אין בעט ליגן
אין די דאלמעטארי פון ישיבה קטנה
און זיך שלאגן מיט די מאסקיטן און פליגן

אויף אן אלטן מאטראץ אדורכגעזייעט מיט אלעם
א קישן איינגעקוועטשט, געשלאפן גאר אסאך
א דאכענע אין א ציעך אויפגענייעט פון די מאמען
געשלאפן גאנצע בייגעלעך, און זיך אויסגערוהט צום זאך

זעמער אזוי געפאפן, עטליכע בחורים אין א צימער
הויעך געשנארכעצט און געכראפעט ביינאזאם
די זייגער, געלאזט אפאר קלאנגען, דערנאך געווארן א שטומער
איך דריי זיך אויס צום וואנט, אנטשלאף ווידער, ס'איז די בעסטע טעם.

מ'קאכט זיך און מ'בראט זיך, מ'ווייקט זיך אין געלעגער
צווישן איין שלאף אין צווייטן, איך קלאץ אויפן דאך
דער משגיח קומט שוין וועקן, אזא רשע א פעיגער
ער קען רעדן צום וואנט, ער פארלאזט דעם צימער גלייך

אום ווינטער, ס'איז א פראסט, קוים דער צימער איז געהייצט
אונטערן דאכענע איך וויקל מיך, ווי א ראגעלע איינגעהילט
דער אלטער הייצונג אין ווינקל האט זיך ווי מיט מיר גערייצט
איך פארגלייז די אויגעלעך, קיין קעלט מער נישט געפילט

דער מנהל ער קומט צוגיין, זיינע טריט עס הערט זיך שווער
אין דאכענע טיפער די קאפ איך גראב אריין, לאמיך צורוה דו שוואנץ
די טיר עפנט זיך, ער איז דא, עס איז קיין קלער
א כראפעריי קאפעלע הילכעט אפ, ס'ווילט זיך לאזן אויף א טאנץ

ער גייט פון בעט צו בעט, ברומט עפעס ארויס
קיינער גיבט קיין בלינק, די צער איז גאר גרויס
די לעקטער אנגעצונדן, די פענסטערס אויפגעמאכט
ער שרייט, רעגט זיך, קיינער רירט זיך נישט. ער ווערט צוקראכט.

איי איי איי. שלאפן און פאפן, ציען און רוהען.
אוועק אלע זארגן, אוועק אלע ווייען
מ'שלאפט ביזן טיפן מארגן, און ביז דער נאכט קומט צוגייען
א צוועלעפערל נישט איבערצוהאקן, פארלייגט מען גרויסע מיען

זומער עס איז ווארעם פייכט, און יומעד
מיט די פליגן פיר איך קאמפן, די בלוט צעפערלעך ווי תמיד
די ערקאנדישן א הויכע גערודער, לאזט זיך הערן
מ'ווערט דערצו געוואוינט, צו שלאפן טוט שוין מער נישט שטערן.

איי איך בענק און בענק צו דיזע צייטן
מען האט נאכט מיט טאג געטוהן אויפבייטן
אין בעט זיך מחזק געווען איינער מיטן צווייטן
אוי די גוטע זכרונות וועלן אייביג מיר באגלייטן.
shas
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 09, 2012 10:48 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך shas »

אהה איך פיל מיך ממש דארט!
קווארטין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2012 10:42 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך קווארטין »

יאפטשיק, כ'ליין דיין פאעזיע מיט אפעטיטן
כאטש כ'וואלט זיי נאך אלץ נישט מיט היינט פארביטן
יעדע פעריאד האט זיך זיין פלאסס און איבעל
דער עיקר אז דו שרייבסט אזא שיינע פאעזיע דא אין קאווע שטיבל
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

א פאעזיע איבער שלאפן. אזא איידיע?
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

געוואלדיג!

(סארי אשכולות אויפוועקער, דא שלאפט מען)
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
פארשפארט