קאווע שטיבל: כל המהנה את חבירו הוא 'נהנה' תחילה.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
[NAMELESS]

קאווע שטיבל: כל המהנה את חבירו הוא 'נהנה' תחילה.

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]לרגל מיין פינף הונדערט'סטע תגובה:[/center]

לאמיר אייך דערציילן א ווירקליכע פאסירונג (נעמען און יארן פארדרייט) וואס האט זיך אפגעשפילט אפאר יאר צוריק [און איז ערציילט געווארן דורך לימנוב'ער רב פון וומסב"ג במקהלות עם בביהמ"ד סטאלין ב"פ, ביי א דרשה פון 'ארגון שיעורי תורה'], און מען זעט וויאזוי א וועלטל דרייט זיך:


[center]א.[/center]
שלמה חיימאוויטש איז געווען זיין נאמען. א הויכער, פעסט געבויטער, ברייט ביינערדיגער בחור, וואס איז געווען היבש דיק און נאך עלטער, און קיין שידוך איז אים נישט געגאנגען. אין אמת'ן אריין, איז שלמה נישט געווען דער גרעסטער תנא קמא אין ישיבה, אבער ער איז געווען א וואויל בחור'ל וואס איז נאכגעגאנגען דעם נארמאלן [?] פראטאקאל פונעם ישיבה סיסטעם, אבער די ישועה איז פשוט נישט אנגעקומען. יודעי דבר האבן געוואוסט איבערצוגעבן, אז אפילו שלמה האט געמאכט א בא'טעמ'טער איינדרוק אויף די מיידלעך מיט וועם ער האט זיך געהאט געטראפן, זייענדיג א פיינער מענטש מיט מאניערן, האט אבער זיין אויסערליכער דיקקייט איבערגעוואויגן [תרתי משמע] דעם וואגשאל לכף חובה, און אזוי האט ער זיך געטראפן אויסגעשפילט איינמאל נאכן אנדערן.

די יארן זענען געלאפן, און שלמה איז געווארן גאר אן אלטער בחור. זיינע חברים האבן אנגעהויבן האבן קינדער, איינס נאכן אנדערן, קדישים, ברית'ן, און פדיון הבן'ס, זענען אפגעראכטן געווארן מיט פרייד דורך זיינע נאנסטע חברים, אבער אויף שלמה האט דער מזל ווי איבערגעהיפט. כסדר האט ער זיך געטראפן מיט נאך מיידלעך, און כסדר האט זיך דאס אפגעשטעלט נאכן ערשטן פגישה. שלמה איז געווען היבש אנגעזעצט, אבער האט באוויזן אנצוהאלטן א נארמאלע סדר היום, און מיט דעם - אויך זיין גוטן נאמען.

אין יאר תשס"ז, ביי די זעקס און צוואנציג - א שארפע נומער ביי א טיפישער חסיד'ישער בחור, האט ער זיך געטראפן מיט א צוואנציג יעריגע מיידל. ווי עס האט פאסירט מיט אלע אנדערע, האט זי געקוקט מיט א קרום אויג אויף זיין געבויטער גוף, און אין איינוועגס נתפעל געווארן פון זיין גוטסקייט און בא'טעמ'טקייט. און דאן האט עס פאסירט ---


[center]ב.[/center]
צען יאר פריער, שנת תשנ"ז.

אין שפיטאל 'מעייני הישועה' אין בני ברק, איז פארגעקומען א 'בלוט-דרייוו'. אלע בחורים פון ישיבות, מיידלעך פון שולעס, יונגעלייט פון כוללים, און פרויען פון הויז זענען געקומען טון די געוואלדיגע חסד פון געבן בלוט. דארטן איז דאס סאך מער איינגעפירט און וויכטיג ווי דא אין אמעריקע, וויבאלד עס קומען ליידער פאר פיל מאל מלחמות וואו מען נויטיגט זיך פאר בלוט פאר די סאלדאטן אויף די שלאכטפעלדער, און דארט זענען סאך מער מענטשן איבערצייגט צו געבן זייער בלוט, וויסנדיג אז כמעט אייביג וועט א צווייטע איד נהנה זיין פון אים, און אפשר וועט ער גאר ראטעווען א צווייטענ'ס לעבן. וכל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא.

שלמה חיימאוויטש איז אויך געווען פון די בחורים'לעך וואס זענען געקומען געבן אביסל בלוט. א יונגער בחור'ל, זעכצן יאר אלט, פול מיט לוסט און לעבן איז ער געווען, ווען מען האט ארויסגענומען די פאר פלעשעלעך בלוט פון זיין געבויטן גוף. קוקנדיג אויף זיין סעמפל בלוט, האט א מיני-מהומה אויסגעבראכן אין שפיטאל. דאקטוירים זענען געקומען צו לויפן מיט איין אטעם צו שלמה'ן, אים איינמעלדנדיג אז ער האט יעצט א געלעגנהייט צו ראטעווען א אידיש קינד פון טויט ממש!


[center]ג.[/center]
א יונג מיידל פון צען יאר אלט, איז רבקי ווייסבערג געווען, ווען מען האט איר ל"ע דיאגנאזירט מיט א שרעקליכער קראנקייט אין די בלוט. איר גאנצע בלוט איז געווען פאר'סמ'ט, און מ'האט דריגענד געדארפט ארויסנעמען איר גאנצע בלוט און אריינגלייגן פרישע ריינע בלוט [אין אן ענדליכן שריט ווי ביים מחלה ממארת לוקימיע רח"ל]. דער פראבלעם איז נאר געווען, אז זי איז געווען א 'בלוט טייפ זיראו', און דאס איז כמעט נישט געווען בנמצא אינעם בלוט באנק פונעם שפיטאל. דעמאלס איז נאכנישט געווען אזוי גרינג צו באקומען בלוט, און אודאי נישט פון דעם אומ'שכיח'דיגן בלוט טייפ 0, אויף אזא ברייטע פארנעם ווי אנפולן א גאנצע גוף מיט נייע בלוט. דאס מיידל איז נעבעך אפגעלעגן אין שפיטאל וואך נאך וואך, און איר מצב האט זיך דראסטיש פארערגערט, ביז די דאקטוירים האבן געזאגט אז אויב ס'וועט נישט אפירקומען קיין פאסיגע בלוט אין די נעקסטע וואך, וועט זי דאס ליידער נישט איבערלעבן.

און דאס איז ווען שלמה חיימאוויטש האט אריינשפאצירט תמימות'דיגערהייט אין שפיטאל. נעמענדיג בלוט פון אים, האט מען געזען אז ער איז א בלוט טייפ זיראו, און ער איז 'קעניינעהארע' פעסט געבויט, אזוי אז מ'קען נעמען פון אים בלוט אז ס'זאל גיין א רויעך. מ'האט דאס איינגעמאלדן פאר שלמה, צולייגנדיג אז אפילו ער וועט ווארשיינליך ראטעווען אן אידיש נפש, וועט ער אבער היבש דארפן ליידן פאר דעם. מ'וועט אים דארפן אריינלייגן אין שפיטאל, וואו מ'וועט צובינדען מאשינען צו אים, און מ'וועט פשוט 'סאקן' בלוט פון אים, צוליב זיין אויסערגעווענליכע 'מעלה' אז ער איז דיק און געבויט און האט אסאך בלוט וואס מ'קען ארויסנעמען. ער וועט זיין מער טויט ווי לעבעדיג פאר צוויי וואכן!! ווייל מ'וועט אים קוים איבערלאזן עפעס בלוט כדי לחיות, און ער וועט דארפן ליגן אין בעט פאר צוויי וואכן אין א ציה, אבער דורכדעם וועט ער ראטעווען א מיידל פון -בפשטות- זיכערן טויט.

אין שלמה איז איינגעגאנגען אויף דעם - נאכן איינמעלדן די עלטערן. ער האט זיך מוסר נפש געווען, מקריב געווען חלבו ודמו בפשיטות, צו ראטעווען א צווייטן. אפגעלעגן צוויי וואכן אין שפיטאל, ניטאמאל געוואוסט ווער די חולה איז, און אודאי זיך נישט טרעפנדיג מיט די געראטעוועטע, איז ער אהיימגעגאנגען מיט א סיפוק אז ער האט 'מציל געווען נפש אחת מישראל'.

---
פארוואס ער האט דאס דערציילט פארן מיידל ביים 'בעשאו', איז מיר אומבאקאנט. יש אומרים אז ער האט געוואלט ארויסברענגען אז אפילו זיין 'חסרון' קען זיין א מעלה, און יש אומרים אז אן אצבע מן השמים האט געפירט דערצו אז ער זאל דאס דערציילן. וואס איז זיכער איז, אז דאס מיידל האט אנגעהויבן וויינען זאגנדיג: "איך בין דאס מיידל וואס דו האסט געראטעוועט"!!! דער ראטעווער מיטן געראטעוועטער, האבן צוזאמען אויפגעשטעלט זייער לעכטיג אידיש שטוב, וואס מיר קענען זיך ניטאמאל פארשטעלן די הייליגע יסוד אויף וואס דאס איז געשטעלט געווארן.

האט זיך שלמה אויסגעדריקט: "געמיינט האב איך, אז איך ראטעווע א פרעמדע אידיש קינד, כ'בין זיך מקריב חלבי ודמי פאר א 'צווייטן', בין איך צום סוף געוואויר געווארן אז געהאלפן האב איך גאר מיך זעלבסט. כ'האב געראטעוועט מיין אייגן 'פלג גופא', און בעצם - ווען נישט דעם פארליר איך מיין זיווג הגון מן השמים".

וואס מען טוט, טוט מען פאר זיך...


[center]ד.[/center]
דרייט זיך דא עפעס א 'אדנירם' אויפן געוועב, אנגעלאדנט מיט סחורה: היסטאריע, ביאגראפיעס, וויסנשאפט, פאליטיק, פאעטן, הומאר, אביסל פילאזאפיע און אביסל תורה ומחשבה. על כל פנים אזוי האט ער געמיינט. קריכנדיג איבער שטעט און דערפלעך אין ווערטואלן וועלט, האט ער אנגעטראפן פארשידענע מענטשן מיט פארשידענע מיינונגען, וואו ער האט משפיע געווען אביסל, ביז ער איז אנגעקומען צום נייעם דעסטינאציע: שערי ה-'קאווע שטיבל'.

מיטן גאנצן שטאלץ און פראכט, האט ער געעפנט די טירן פון זיין פרעכטיגן קארעטע, ארויסגעשפאנט ווי אן עלעגאנטן פריץ, און זיך געגרייט און געשארפט די פעדער צו 'משפיע' זיין, 'מהנה' זיין, און 'משמיע' זיין מיינע געדאנקען און מיינונגען פאר די חברים דא. האב איך געמיינט...

צו מיין וואונדער, האט זיך אנטפלעקט פאר מיינע אויגן אן ערהאבענעם בילד: חכמים ונבונים, בעלי תריסין בהשקפה, בעלי מחשבה ביהדות, פילאזאפן און משכילים, מאמינים און הומאריסטן, סאטמארע ווי בעלזע, סקווערע ווי איזשביצע, חסידים ווי ליטאים, זיצן דא און זענען משפיע דברי חכמה אויף אן אבנארמאלן שטאפל. די מ"ט שערי בינה ווערן אנטשידן אויף מייסטערהאפטיגע אופנים, אזש די שבע חכמות פארשטעקן זיך אין די ווינקלן פאר בושות.

צו לעיקוואד און כעלמער מגיד זי"ע מיט זייערע טיפזיניגע געדאנקען, צו יאיר מיט זיין איפכא מסתברא, צו ונבנתה העיר מיט זיינע הימל שפאלטנדע ידיעות, יואליש מיט זיינע ברייטע קענטעניסן געמישט מיט הומאר, אפטעמיסט - און זיינע פארגייער קופערניקוס און משה געציל - מיט זיין בייסיגע הומאר, מאראנצןזאפט מיט זיינע ביאגראפיעס, שמעקעדיג ארומנעמענדיג יעדן נושא און אשכול, געוואלדיג מיט זיינע געוואלדיגע הערות, געפילטע פיש און הוגה מיט זייער פילאזאפיע, ראשעקאל מיט זיין איידעלע צוגאנג, טאמבל סאס מיט זיין אוואנטורע, בערל בעל עגלה מיט זיינע הערות מחכימות, רויטע וואנצעס' הומאר און פאעט, יואב'ס געשמאקקייט, ליטוואק'ס ליטווישקייט..., ברסלבער'ס השקפת החיים, גראדעמעכעלע'ס איידלקייט און אריסטאקראטיע, חקרן'ס היסטאריע, דער געוואגטער יונגעל'ס געוואגטקייט, איך אויך מיט זיינע זאפטיגע תגובות, כוכב וואס איז אן אינטערנאציאנאלער כוכב, דעת תורה און ראש הישיבה מיט זייער קלארע אמונה, מאטי'ס כליל המעלות, און איך קען גיין אזוי on and on מיט יעדן איינעם, הזמן יכלו והם ושבחיהם לא יכלו [ויסלחו לי אלו שלא נזכרו כאן, כולם אהובים כולם ברורים].

האב איך געמיינט אז כ'וועל זיין דער משפיע, בין איך צו מיין גרויס פרייד געוואויר געווארן אז דאס איז אן עיר מלאה חכמים וסופרים, הוגי דעות ויודעי ספר, פון וואו איך קען נאשן און נאשן נאכאנאנד, בא ללמד ונמצא לומד ולומד. אז אין די אונטער צוויי חדשים דא, האב איך קונה געווען אן א שיעור ידיעות בכל מכמני התורה והויות העולם. זאל דאס זיין א דאנק אשכול פאר די טייערע חברים דאהי, וואס זענען מוסיף - יעדער כפי כוחו - דברי חכמה אין דעם געשמאקן קאווע שטיבל. ווי האט מען נאר פריער געזאגט:


וואס מען טוט, טוט מען פאר זיך!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יעצט זע איך, אז אן ענדליכן מעשה האט שעפטל שוין געשריבן אמאל.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אדנירם, איך גיי ניסלעך פאר דיר!
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
[NAMELESS]

Re: קאווע שטיבל: כל המהנה את חבירו הוא 'נהנה' תחילה.

שליחה דורך [NAMELESS] »

טאמבל סאס האט געשריבן:אדנירם, איך גיי ניסלעך פאר דיר!
[NAMELESS]

Re: קאווע שטיבל: כל המהנה את חבירו הוא 'נהנה' תחילה.

שליחה דורך [NAMELESS] »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:אדנירם, איך גיי ניסלעך פאר דיר!
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

שיינע שטיקעל, :like


(אגב סאיז בלוט טייפ אוו - O, נישט זיראו - 0)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ראשעקאל האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:אדנירם, איך גיי ניסלעך פאר דיר!

רבותי, עטס נוצטסט אויס אלע ניסלעך. באלד וועט שוין גארנישט פארבלייבן צום שלום זכר...

-----
עניהאו, ייש"כ פאר די עידוד וחיזוק, און געדענקט:

וואס מען טוט, טוט מען פאר זיך...
באניצער אוואטאר
מה הוא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 10, 2015 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל

שליחה דורך מה הוא »

שש צוגעברענגט צו טרערן, און נאך מיטן צוצייכענען די מעשה פון שעפטל געווען דאפעלט…
א דאנק!
און א מזל טוב צו דיין 500.. מיר טוען ב"ה אסאך גענוסן פון דיר
יעצט בלייבט נאר איבער צו ווארטן אויפן:
וואס מען טוט, טוט מען פאר זיך...
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אתי חמש מאות שלך ודחי אלף שלי, מיינע טויזענט קומט נישט צו צו דיינע 500 תוכן'פולע און באלערנדע אשכולות און תגובות כן יתן ה' להלאה,

יישר כח.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רבותי, ס'לאזט זיך קוים גלייבן, אבער ס'איז א פאקט:
אין א קנאפע וואך, פון מיטוואך ביז מיטוואך, האב איך געשריבן איבער 100 פרישע תגובות [האפנטליך צום זאך]!!!
און מ'האלט מיר ביי איבער זעקס הונדערט תגובות! בעז"ה.

כה יתן ה' וכה יוסיף, להנות וליהנות.

-------
און [tag]שמעקעדיג[/tag], הייב שנעל אן שרייבן נאך, ווייל כ'האלט שוין באלד פאראויס פונעם זקן השבט... :D
מנחם אבראמאוויטש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

שליחה דורך מנחם אבראמאוויטש »

Today you, tomorrow[left][/left] me
http://www.nytimes.com/2011/03/06/magaz ... .html?_r=0[left][/left]
גיי צו גן-עדן פֿאַר דעם קלימאַט, גיהנום פֿאַר די געזעלשאַפט - מארק טוויין
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געוואלדיג האט געשריבן:אתי חמש מאות שלך ודחי אלף שלי, מיינע טויזענט קומט נישט צו צו דיינע 500 תוכן'פולע און באלערנדע אשכולות און תגובות כן יתן ה' להלאה,

יישר כח.

און יעצט שטיי איך שוין בעפאר מיין 1,000'סטע תגובה!
----
ועי' כאן.
[NAMELESS]

מעלדונג לכבוד החברים היקרים שיחיו

שליחה דורך [NAMELESS] »

ב"ה איך האלט יעצט ביים ענדיגן א קיילעכיגע יאר זייט איך בין אריינגעקומען אין ק"ש צוערשט - דעם דרייסיגסטן אין מערץ.

נאכן אריינקלערן אין דעם א שטיק צייט, בין איך געקומען לכלל החלטה אז איך קען נישט פארבלייבן אויף ק"ש. דאס פארנעמט צופיל פון מיין צייט, און ערלויבט מיר נישט צו טון פיל וויכטיגערע זאכן ווי שרייבן און מגיב זיין דברים כסדרן.

איך וועל אריינפאלן פון צייט צו צייט, אמאל צואווארפן א הערה'לע צוויי, אבער מיין אומאפיציעלע קאריערע אלס שרייבער בה"א הידיעה, איז לכאורה א פארגאנגנהייט.


אין דעם צייט וויל איך אויסדריקן מיין דאנק פאר אלע חברים שיחיו, און די הנהלה. עטס האטס נישט קיין מושג וויפיל כ'האב אלס איינגעקויפט אין ק"ש, סיי ידיעות בכל המכמנים, סיי נייע מהלכים המחשבה, סיי הומאר אין א שווארצן טאג, סיי מענטשליכע סקילס, און וואס נישט.

מכל מלמדי השכלתי, ומקאווע שטיבל יותר מכולם.


א גרויסן דאנק אייך, און כל טוב,
ידידכם, אדנירם.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: קאווע שטיבל: כל המהנה את חבירו הוא 'נהנה' תחילה.

שליחה דורך ירא שמים »

[emoji25]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ירא שמים האט געשריבן:[emoji25]

גלייב מיר אז איך וויין אויך מיט, אבער שוין א שטיק צייט וואס די געדאנק ווערט שארפער ביי מיר. יעצט אין א סימבאלישן טאג, אויף מיין 'יארצייט', קען איך ענדיגן מיין קאריערע בכי טוב.

איך וועל ענק שטענדיג געדענקן, צום גוטן.

קשר קען מען האלטן באישי.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

קאפיטאן אלערט.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך גלייב אז פארשידענע ספעקולאציעס וועלן שווימען, אבער קיין איינס איז נישט אמת.

איך קען נישט מוכיח זיין אז איך בין נישט קאפיטאן, און אין אמת'ן אריין גייט מיך נישט אן אז דו דמיונ'סט אזוי [אביסל גייט מיר יא אן, ווייל ס'דא וואס קענען אדנירם, און זיי קענען מיך נאך אטאקירן פארן פירן דעם וועבזייטל]. אבער אזויפיל יא, צופיל מענטשן קענען מיר מיט מיין ניק נאמען אדנירם. איך וואלט קיינמאל נישט געטרויעט אנצונעמען די פירערשאפט פון ק"ש.

אלנפאלס, כ'בין מקבל תנחומין און דברי ברכה, אבער טרייבטס נישט קיין ליצנות.
איך מיין עס ערנסט.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

כ'וועל נישט ניצן קיין מליצות, עיני עיני ירדה מים, ועל זה לבי דוי, ועל זה בכה טאמבל וכו'. איך וועל אויסדרוקן מיינע געפיהלן פשוט און אמת'דיג גענוי ווי זיי פיהלן. "ס'באדערט מיר! כ'האב זייער ליב צו לייענען וואס דו שרייבסט. זעהענדיג דיר אין שטיבל האב איך מיר בארוהיגט אז זי איז נאכנישט פארלאזט. כ'האב מיך אויך נישט געדארפט אזוי שעמען אריינצופאלן. אם אתה כאן... יעצט וועט עס מיר דויערן ווייסעך ווי לאנג צו ספאטן דיין נייע ניק. כ'וועל אבער קיינמאל נישט זיין זיכער צו ס'איז טאקע דיר - אדנירם. יעצט אז כ'וועל עמיצן זאגן אז כ'קען אדנירם וועט ער מיר זאגן - יעע, אבער ער איז דאך שוין נישט דארט... ווען כ'וועל מיך אויפוועקן א יאר ארום און לייקן אדער ציטירן וואס דו האסט אצינד געשריבן (כ'האב גראדע נאך אסאך צו לייענען פון דיר. את חטאי אני מזכיר) וועט עס זיין ווי זאגן א קדיש אדער פרעגן א שאלה פון א טויטן, א פיור חסד של אמת. כ'האב נאך אסאך צו טראכטן דערוועגן. כ'וועל ענדיגן מיט א קרעכץ. בלייבט נאר איבער צו האפן אז מיט דיין נייע ניק וועסטו זיך נענטער רוקן צו מיין שמאל דוחה. אולי קארגן אויף די שר"י אויף גייגער.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

:( :oops:
אויוויי! וויאזוי וועט ק''ש אויסזעהן אן שש?
איינער וויל מנדב זיין קאווע?
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

יא יא שש, נער הייתי גם זקנתי, אסאך אזעלכע געזעגענוגנס בריוון האב איך שוין מיטגעהאלטן, אבער כל באי' טייטש דער רבי איז לא ישובון. איינמאל מ'טרינקט פון די ביטערע מים המאררים אין ק"ש איז נישטא קיין וועג ארויס. כ'האב הנאה האסט געשריבן אז דו וועסט נאך שרייבן פון צייט צו צייט, אזוי האסטו א וועג ארויס, און וועסט נישט מוזן עפענען א נייע ניק...

(ס'איז א ווערטל, כ'האף דו גייסט נישט.)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טאמבל סאס האט געשריבן:כ'וועל נישט ניצן קיין מליצות, עיני עיני ירדה מים, ועל זה לבי דוי, ועל זה בכה טאמבל וכו'. איך וועל אויסדרוקן מיינע געפיהלן פשוט און אמת'דיג גענוי ווי זיי פיהלן. "ס'באדערט מיר! כ'האב זייער ליב צו לייענען וואס דו שרייבסט. זעהענדיג דיר אין שטיבל האב איך מיר בארוהיגט אז זי איז נאכנישט פארלאזט. כ'האב מיך אויך נישט געדארפט אזוי שעמען אריינצופאלן. אם אתה כאן... יעצט וועט עס מיר דויערן ווייסעך ווי לאנג צו ספאטן דיין נייע ניק. כ'וועל אבער קיינמאל נישט זיין זיכער צו ס'איז טאקע דיר - אדנירם. יעצט אז כ'וועל עמיצן זאגן אז כ'קען אדנירם וועט ער מיר זאגן - יעע, אבער ער איז דאך שוין נישט דארט... ווען כ'וועל מיך אויפוועקן א יאר ארום און לייקן אדער ציטירן וואס דו האסט אצינד געשריבן (כ'האב גראדע נאך אסאך צו לייענען פון דיר. את חטאי אני מזכיר) וועט עס זיין ווי זאגן א קדיש אדער פרעגן א שאלה פון א טויטן, א פיור חסד של אמת. כ'האב נאך אסאך צו טראכטן דערוועגן. כ'וועל ענדיגן מיט א קרעכץ. בלייבט נאר איבער צו האפן אז מיט דיין נייע ניק וועסטו זיך נענטער רוקן צו מיין שמאל דוחה. אולי קארגן אויף די שר"י אויף גייגער.

כ'פלאן נישט צו קומען מיט א נייע ניק, און אנדערש ווי אנדערע - אויב כ'בין מחליט אז כ'וויל יא צוריקקומען, וועל איך עס טון מיט מיין ניק 'אדנירם' מיט וואס איך שעם זיך גארנישט... מיין עגא הייסט מיך נישט צוריקקומען מיט א נייע ניק.

חוץ מזה, כבר אמרתי אז כ'פלאן נישט גענצליך צו פארלאזן דעם מקום קדוש, נאר צו ענדיגן מיין גאר אקטיווע שרייבערישע ראלע. כ'וועל אריינפאלן מפעם לפעם, ליינען, לייקן, הנאה האבן פון צוגעקומענע לייקס..., צולייגן א תגובה'לע דא און דארט, און שוין.

אזוי אויך, איז דער אישי קעסטל אייביג א פלאץ אויסצוטוישן אינפארמאציע, זיך באקענען פון די נאנט, וכדומה. ביזט מער ווי וועלקאמען.

------
כוכב האקט. יפה כיוון, אמאל אמאל צוריקקומען מיט די ניק. וואס פעלט אויס א נייע?
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: קאווע שטיבל: כל המהנה את חבירו הוא 'נהנה' תחילה.

שליחה דורך טמיר »

א גרויסע שאד.
אלפאנס, א גרויסן דאנק אויף אלעס ביז אהער

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

ער שפינט און דרייט מיטן עולם, ער גייט ווייטער ברימען ווי א לייב.
ער בלייבט דא געהעריג.
אין אמשינוב איז יעצט פורים קטן, ר'איז אביסל בגילופין.

שש, וועסט נישט בייזערען אויפן חשד, וואר?
פארשפארט