דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה

מחשבה, השקפה ועיון
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ירא שמים האט געשריבן:מיר האבן דא אין שטיבל איינע פון די גדולי המקובלים בדורנו הרב ר׳ [tag]לעיקוואד[/tag] אפשר קומט איר אביסל אויפקלערן דעם ענין?

ער האט א מנהג נאר אנצוקומען ווען קיינער עקספעקט אים נישט...

אלנפאלס, יעצט אז מיר עקספעקטן אים שוין נישט, קען ער שוין זיכער אנקומען...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ער האט נאך שמות הקדושים, ווי למשל [tag]פארשוויגען[/tag] און [tag]יצחק לאווי[/tag]

איך רוף עם נישט, איך דערמאן נאר פשוט די שמות הקדושים אז ער זאל נתגלה ווערן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

דער כוזרי זאגט נישט אז נאר דארט וואו עס איז אנוועזנד געווען מיליאנען אידן קען זיין אמת.
ווען תורת יאשקע איז זיך נישט מנגד צו תורת מושה וואלט דאס געקענט זיין אמת.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה

שליחה דורך טמיר »

די ניק יצחק לאווי שיינט מיר צו האבן געווען א זיוף

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

זאגט מיר איינער יעצט אין אישי, אז ליטוואק קוקט אלעס פון עפעס א סיסטעמאטיש ליטוויש תורה'דיג קוק- ווינקעל, ממילא די אלע היסטארישע הסברים האט נישט קיין שום השפעה.
נו קען זיין ער איז גערעכט
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך נעם עס פאר א קאמפלימענט, ייש"כ. אבער איך קען פארשטייען די היסטארישע הסבר, אבער ס'איז פיל שוואכער ווי דער הכרח פון תורת הנגלה. איך האב געזאגט א חבר נעכטן נאכט "ס'איז א בי סברא, און נגלה איז אן איי סברא", וש"י

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:לגבי די מקור און די סמכות פון קבלה (בעיקר קבלת האר''י וכדומה) איז וויכטיג צו נעמען אין באטראכט דאס וואס לעצטיגע חוקרים האבן באוויזן אז אסאך פון די יסודות פון קבלה האבן שטארקע ענליכקייטן צו מושגים פון די ניאו פלאטאניק צווייג פון פילוסופיה,

Sent from my GT-I9192 using Tapatalk

איך האב אמאל געלייענט אן ארטיקל פון איינער פון די אלטע משכילים וואו ער צונעמט אזוי דעם ענין מיט מקורות, ער האט מיר אזוי אפגעקילט אז איך האב נישט געקענט אנקוקן קיין חסידיש ספר פאר אפאר חדשים.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

צופיל הנחות דא...

אין לי כרגע זמן, נאר לגבי דער אר"י, איז די צושטעל צום שולחן ערוך דייקא יא גילטיג. ער זאגט נישט אין די וועלט אריין זאכען אלע זיינע יסודות בויט ער אויף זוהר און אויף יסודות פון פריערדיגע מקובלים במיוחד דער רמק וואס האט דורכגעטוהן און צאמגענומען די יסודות פון זוהר ראשונים ואחרונים, דער אריזל רעדט אסאך מאל בקיצור ובסיכום ער נעמט פאר א פשטות אסאך יסודות אבער ווער עס קען גוט די שרשים והקדמות ווייסט אז ער איז נישט סתם מחדש ווי מן השמים בכלל מער ווי דער שולחןמערוך איז מחדש. אוודאי האט ער זיינע קנייטשען און חידושים וואס איבער דעם לערנט מען מען איז מפרש מדינגט זיך וכו, אבער די סוגיות האבען אלע שרשים און מקורות פריער. ממילא דער וואס נעמט אן דער זוהר און בכלל דער מסורה פון קבלה בויט זיך דאס פונקט ווי אין נגלה מיט א סדר, בכלל נישט בי סברות, לערן אביסעל פרדס רמונים (וואס דער ארי בויט כמעט אויף אלע זיינע מסקנות) ווי אלעס מוז האבען א מקור בגמרא וסברא און ער איז מפלפל ומדייק עד קוצו של יוד ממש ווי אין נגלה.

פארוואס פונקט דער ארי איז אזוי מפורסם געווארען איז אזא שאלה ווי פארוואס פונקט ר יוסף קארו מיט זיינע שולחן ערוך איז אזוי אנגענומען, אויף דעם איז די תירוץ בערך היסטאריע גירוש ספרד און המצאת הדפוס. אבער לגבי די יסודות איז די ציור וואס מהאט דא געגעבן פשוט א טעות במציאות.
I have a dream
Martin Luther King ~
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

בכלל די הנחה וואס ליטוואק מאכט אז כאילו אז אין נגלה איז דוקא ראיות דאס וואס איז מכריע, איז היבש איבערגעטריבן , מ' האט היבש התבטלות צו פשטים פון די ראשונים. אז ס'קען נישט קומען היינט איינער- אין ארטאדאקסיש אידישקייט פון וואס ליטוואק באטראכט די הבחנה- אין זאגן אנדערע פשטים און סברות אקעגן וואס איז מוסכם אין די ראשונים, קען ער נישט בייטן קיין שום הלכה על סמך זה, ממילא האט דאס נישט צוטאן מיט ראיות, נאר צו א געוויסע עקסטענד, אבער איך קלער אז ליטוואק, טאקע ווי כ'האב אויבן דערמאנט, האלט אז די גאנצע שרשרת פון התפתחות הפרשנות על תושב"פ איז עפעס סיסטאמאטיש אויסגעבויט מיט ראיות מוכחות וואס איז אוממעגליך צו טשאלאנדזשען.
וכן עד"ז פון פריער ארויף אלע אוקימתות און חסורי מחסרא'ס און דרשות שטימען עפעס עד להפליא.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה

שליחה דורך טמיר »

מורנו @לעיקוואד מיר ווארטן צו הערן מער באריכות

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה

שליחה דורך טמיר »

נאך א שטארקע קשיא (אפשר שוין דערמאנט געווארן). אויב איז קבלה פון די עיקרי התורה - און לויט מאנכע די עיקר - פארוואס זענען געווען / דא אזויפיל גדולים וואס האבן נישט עוסק געווען אין קבלה, א שטייגער ווי רעק"א די שאג"א ועוד הרבה? ודוחק לומר אז די אלע האבן יא געלערנט באהאלטענערהייט און קיינער האט נישט געוואוסט

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טמיר האט געשריבן:נאך א שטארקע קשיא (אפשר שוין דערמאנט געווארן). אויב איז קבלה פון די עיקרי התורה - און לויט מאנכע די עיקר - פארוואס זענען געווען / דא אזויפיל גדולים וואס האבן נישט עוסק געווען אין קבלה, א שטייגער ווי רעק"א די שאג"א ועוד הרבה? ודוחק לומר אז די אלע האבן יא געלערנט באהאלטענערהייט און קיינער האט נישט געוואוסט

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk

קבלה האט מען דוקא נישט געלערנט בפרהסיא, והכי קרא שמו 'תורת הנסתר' לעומת 'נגלה'.

רעק"א דערמאנט אפאר מאל תורת הקבלה.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה

שליחה דורך דעת תורה »

לעיקוואוד, סאם האו איז אנגענומען אז דער אר"י האט יא / נישט מקבל געווען מפי אליהו, אבער גילויים איז דאס זיכער. אנדערש ווי דו לייגסט עס אראפ.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איז די שפראך פון גילוים מיט אליהו וכו' דארף א הסבר, מען קען אבער נישט צונעמען די פאקט אז דער ארי זאגט קיינמאל נישט כה אמר אליהו ס'געווען די עולמות אזוי און די פרצופים אזוי, ער זאגט אלעמאל דער זוהר זאגט.. און עס איז מדוייק... און פשט אין זוהר איז אזוי און אזוי.. און פריערדיגע מקובלים זאגען שוין.. דאס איז וואס ער זאגט בפירוש (בפרט אין די פריערדיגע כתבים זיינע און די וואס זענען מכתיבת ידו, ווי ער ווייזט מער די יסודות אין זוהר), חוץ פון דעם וואס הבקי בכתבי המקובלים הקודמים זעהט ווי ער בויט כסדר אויף זיי.

מיט די פאקט קען מען זיך נישט דינגען. מיט וואס איז "אנגענומען" ווייס איך נישט וויאזוי זיך צו דינגען. דאס וואס שטייט איז דא אסאך מאריך זיין אבער באופן כללי איז פשוט אז גילויים איז נישט עפעס הוקאס פוקאס דאס מיינט נאר ווי די גמרא זאגט אז איינער איז מכוון צו א תנא הייסט דאס א גילוי וואס ער איז מכוון לאמיתה של תורה. וכו' כפי שיש להעמיק בזה. דער אריז"ל פארציילט אליינס ווי ער האט געהארעוועט אין זוהר און אליהו הנביא האט עם גאזאגט יפה פירשת אדער צריך אתה לעיין עוד בזה להשיג הפשט.
I have a dream
Martin Luther King ~
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נעקסטיים זיי דיך בעסער מסביר.
מעגליך אז דער אר"י האט פארקויפט זיינע יסודות אריין אינעם זוהר, פשוט אז ער איז נישט געקומען זאגן אז ער שרייבט א חלק חדש להזוהר. אבער זיינע רעיונות זענען נייע רעיונות. מבהיל'דיג נייע רעיונות. אנדערש ווי דער רמ"ק, וואס איז בעיקר א מכריע צווישן אלטע, נאר לייגט צו במוחו הכביר דרושים און העמקות, איז דער אר"י א מחדש גדול אין מושגים וואס מ'האט פריער נישט געהערט [הגם ער איז געקומען נתלה ווערן באילן גדול, אריינקוועטשן אז דאס האבן זיי געמיינט. משל לחידושי הגר"ח והרמב"ם... ואין המשל דומה להנמשל].

יוסף אביב"י אין זיין הערליך מקיף'דיגע ספר אויף תורת האר"י, צולייגט זייער שיין זיינע יסודות, ודברים החודשים שיצאו מפיו, מה שלא אמרו קודמיו, ואכמ"ל.


אז מ'רעדט שוין, יהא בואך לברכה.
זעט אויס אז די ריכטיגע קיצל ברענגט דיך צוריק...
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה

שליחה דורך ירא שמים »

די אר״י ברענגט אסאך די זהר אבער די מקובלים הקודמים דוכט זיך ברענגט ער נישט כמעט, א
אגב די אר״י ברענגט אמאל די פרדס?
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

איך זעה אז מען האט מיר נישט גוט פארשטאנען, מיין צושטעל צו נביאים איז געווען אז אזוי ווי א נביא האט געקענט ווערן א נביא דורך וואס אנדערע נביאים האבן מעיד געווען אויף איהם, און ער האט נישט געדארפט ברענגען מקורות אויף אלע זיינע פסקים, (ליטוואק וויפיל עס ווועט דיר נישט שמעקן האט הרב שך פילע זאכן געהייסן טוהן אן קיין מקור) די זעלבע איז דער אר"י אנגענומען אלס הייליג ווייל גדולי אומתינו הגדולים בנגלה ובנסתר האבן אזוי אנגענומען והם הם העדות עליו ופשוט הוא.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ייש"כ לעיקוואוד. איך ווייס נישט גענוג פרטים אין דעם, אבער די שאלה האב איך אמאל געפרעגט פון מורי הגריא"וו זצ"ל (לעיקוואוד ווייסט וועמען איך מיין) און זייעדיג אביסל מיד האט ער אנגעהויבען שמועס'ן. ער האט דעמאלס געזאגט "יא, דער מושג פון רפ"ח ניצוצות שטייט אין ערגעץ נישט, ניטאמאל ברמז. דער אריז"ל האט עס גענצליך מחדש געווען". איך האב דעמאלס נישט געוואוסט אז דער גר"א האלט ס'איז עפעס נישט פון אריז"ל. ער האט אויך געזאגט אז דער רש"ש האט אליינס מחדש געווען אויך. ווען מ'האט איהם ווייטער געפרעגט האט ער שוין געזאגט אז ס'איז טאקע מאדנע און ער ווייסט נישט, כדרכו בקדש.
מיין נקודה שטערט מיר פון אן אנדערע ווינקעל. איך קען אזעלכע וואס לערנען נאר קבלת הגר"א, קיינמאל נישט רמח"ל, א צווייטע לערנט נאר מתלמידי הבעש"ט. וויאזוי איז מען מכריע די זאכען? ס'איז דא הוכחות ענדליך צו הלכה? איך ווייס אין הלכה איז אויך נישט דא קיין הונדרעט פערצענטיגע הוכחות, אבער א גאנג אין הארץ האט מען

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

https://iluyedaativ.wordpress.com/2014/ ... 8%D7%99-2/
איך ווייס נישט ווער דער שרייבער איז, און ווי קראנט יענער איז, נאר לויט ווי יענער זאגט איז טאקע קבלת האר"י אויסגעבויעט אויף די מאמרי הזוהר, מיט גאר שטארקע איינצעלהייטן. צוגאב דערצו, האט ער אליין אלס א מיסטיקער אויך מחדש געווען נייע מושגים. איז דאס ממש ווי איך האב פריער געזאגט אז א מיסטיקער דארף נישט קיין ראיות, ער זעהט וואס ער זעהט, זיינע תלמידים דארפן נישט קיין ראיות ווייל זיי זענען דאך אויך מיסטיקער, ובפרט אז בדרך כלל איז די מיסטיציזם קלאר באגרינדעט אויפ'ן זוהר מיט א משנה סדורה, גיט דאס אוודאי צי א נאמנות.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליטוואק, כ'מיין אז די גר"א האט געהאלטן אז רפ"ח איז נישט מפי אליהו, אבער פונעם אר"י איז דאס זיכער.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך זעה נישט ווי די אלע פרטים טוישען די זאך. אוודאי האט ער חידושים גרויסע צו קליינע. און סדא פרטים וואס מווייסט נישט קלאר דער מקור זייערע. דער גרא למשל האלט אז אלעס שטייט אין זוהר חוץ אפאר פרטים דינגט ער זיך. דאס איז אלעס נישט אנדערש ווי אין נגלה וואס סאיז דא א סדר השתלשלות א מסורה יעדער לייגט צו און איז מחדש כפי כוחו ודרכו. און איינער פארשטייט די סוגיות זעהט ער ווי דאס ארבעט. רוב מענטשען, אפילו רוב מקובלים, פארשטיין בכלל נישט די שרשי הסוגיות זעהט זיי אויס איינער רעדט א נייע שפראך מיט א נייע קלארקייט ווי ער איז מחדש פון הימל ארויס, ואין הדבר כן. אפשר איז דא מער חידושים ווי אין נגלה אפשר ווייניגער, דער מהות פון מסורה איז אבער נישט אנדערש ווי אין נגלה.

(דער ארי ברענגט דער רמק און רופט עם אפילו מורי. אזוי אויך ברענגט ער גאונים און אנדערע מקובלים, נייתי די בי עס ונחזי)


די פארשידענע מהלכים קריגען זיך נישט אין עיקרים אלע זנען מודה סדא צען ספירות 5 פרצופים וכו, סאיז א חילוק פון הסברים סגנונות דרכי הלימוד. ממאכט דא רשימות פןן קבלות ווי א חוקר וואלט געמאכט רשימות פום הלכות די בריסקע הלכה די סאטמערע הלכה די חזונאישניקע הלכה ווי זיי זענען אנדערע תורות. אמת זיי זענען אנדערש אבער זיי רעדן פון די זעלבע תורה. און יעדער לערנט כפי זיין רבי אדער זיין געשמאק. סאיז שווער דאס מסביר זיין אן לערנען די גאנצע זאך אבער בורג מיט אשלג מיט מורגנשטרן מיט אייזנבאך מיט זילבערמאן מיט רמחל מיט גרא מיט רמחל לערנען די זעלבע קבלה און וואלטן זיך פארשטאנען איינע די אנדערע ווען זיי טרעטן אריין אים זעלבער בית מדרש.. (אחר קבלת הארי, לפניו איז אביסעל מער שינויים)

ווי נהורא נפישא זאגט, אויך אין נגלה קומט א חוקר אום זאגט קוק די גמרא נעמט זיך נישט פון די משנה און די משנה נעמט זיך נישט פון די חומש סדא נייע מושגים וואס ווערן נישט דערמאנט אפילו ברמז, וכו וכו. אלעס אמת סדא דיוקים און חידושים און הוספות אבער מזעהט ווי עס האט א השתלשלות. נאר אין נגלה איז מען צוגעוואוינט און מפארשטייט באופן כללי לגבי קבלה רעדט מען ווי א גוי וואלט גערעדט אויף נגלה.
I have a dream
Martin Luther King ~
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

איך ווייס גאר נישט איבער קבלה, אבער מטבע הדברים איז אין נגלה סאך מער נוגע דאס בויען הנחות איינס אויפן אנדערען מיט מער פונקטליכקייט, וויבאלד נגלה איז א אפענע שפראך וואס מ'טוט וויזשיאולייזן א קונקרעטע מציאות, ווען ס'קומט אבער צו מיסטיסיזם, זענען סתירות סאך שוואכערע קושיות אויף צו בויען ווייטער הנחות, וויל מיט איין קליינע בחינה קען מען פארענטפערן די סתירה, איז עס נישט אזוי, לעיקוואד ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ריכטיג האט געשריבן:ליטוואק, כ'מיין אז די גר"א האט געהאלטן אז רפ"ח איז נישט מפי אליהו, אבער פונעם אר"י איז דאס זיכער.

קוק אין דער בית רבי וואס איך האב צוגעצייכענט. דארט רעדט ער ארום אז דער גר"א האט געהאלטען די גאנצע זאך איז נישט מפי אליהו, און רפ"ח ניצוצות איז א טעות פון די תלמידים.
לויט דער ספר וואס איך האב דערמאנט אין די אריגינעלע אשכול פון ארי נוהם - אלו ואלו דברי א"ח, איז דאס גאר די נקודת המחלוקת צווישען דער גר"א און חסידיזמוס (וואס שפיגעלט זיך אפ היינט צווישען בערעל בעלעגלה און לפ"ב [SMILING FACE WITH SMILING EYES])

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט