אדנירם האט געשריבן:ב"ה איך האלט יעצט ביים ענדיגן א קיילעכיגע יאר זייט איך בין אריינגעקומען אין ק"ש צוערשט - דעם דרייסיגסטן אין מערץ.
נאכן אריינקלערן אין דעם א שטיק צייט, בין איך געקומען לכלל החלטה אז איך קען נישט פארבלייבן אויף ק"ש. דאס פארנעמט צופיל פון מיין צייט, און ערלויבט מיר נישט צו טון פיל וויכטיגערע זאכן ווי שרייבן און מגיב זיין דברים כסדרן.
איך וועל אריינפאלן פון צייט צו צייט, אמאל צואווארפן א הערה'לע צוויי, אבער מיין אומאפיציעלע קאריערע אלס שרייבער בה"א הידיעה, איז לכאורה א פארגאנגנהייט.
אין דעם צייט וויל איך אויסדריקן מיין דאנק פאר אלע חברים שיחיו, און די הנהלה. עטס האטס נישט קיין מושג וויפיל כ'האב אלס איינגעקויפט אין ק"ש, סיי ידיעות בכל המכמנים, סיי נייע מהלכים המחשבה, סיי הומאר אין א שווארצן טאג, סיי מענטשליכע סקילס, און וואס נישט.
מכל מלמדי השכלתי, ומקאווע שטיבל יותר מכולם.
א גרויסן דאנק אייך, און כל טוב, ידידכם, אדנירם.
I don't 'like' that!
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
אדנירם האט געשריבן:ב"ה איך האלט יעצט ביים ענדיגן א קיילעכיגע יאר זייט איך בין אריינגעקומען אין ק"ש צוערשט - דעם דרייסיגסטן אין מערץ.
נאכן אריינקלערן אין דעם א שטיק צייט, בין איך געקומען לכלל החלטה אז איך קען נישט פארבלייבן אויף ק"ש. דאס פארנעמט צופיל פון מיין צייט, און ערלויבט מיר נישט צו טון פיל וויכטיגערע זאכן ווי שרייבן און מגיב זיין דברים כסדרן.
איך וועל אריינפאלן פון צייט צו צייט, אמאל צואווארפן א הערה'לע צוויי, אבער מיין אומאפיציעלע קאריערע אלס שרייבער בה"א הידיעה, איז לכאורה א פארגאנגנהייט.
אין דעם צייט וויל איך אויסדריקן מיין דאנק פאר אלע חברים שיחיו, און די הנהלה. עטס האטס נישט קיין מושג וויפיל כ'האב אלס איינגעקויפט אין ק"ש, סיי ידיעות בכל המכמנים, סיי נייע מהלכים המחשבה, סיי הומאר אין א שווארצן טאג, סיי מענטשליכע סקילס, און וואס נישט.
מכל מלמדי השכלתי, ומקאווע שטיבל יותר מכולם.
א גרויסן דאנק אייך, און כל טוב, ידידכם, אדנירם.
גבאים סאיז נישט קיין יושר אז סאיז נישט דא קיין דיסלייק קנעפל שש די קענסט עס נישט טון
אחד העם האט געשריבן:ער שפינט און דרייט מיטן עולם, ער גייט ווייטער ברימען ווי א לייב. ער בלייבט דא געהעריג. אין אמשינוב איז יעצט פורים קטן, ר'איז אביסל בגילופין.
שש, וועסט נישט בייזערען אויפן חשד, וואר?
כ'בייזער זיך נישט, און דו ביזט נישט דער ערשטער מיר צו פרעגן/חושד זיין דערוועגן.
איך נעם עס פאר א קאמפלימענט, אז יעדע געלונגענע נייע ניק איז מען חושד אין 'אדנירם' [אין פארום לדעת נט. האב איך אויך זוכה געווען מ'זאל מיר אנקוקן ווי די חשוב'סטע ניקס, געדאפלט]. איך האף אז פאר אים וועט עס אויך זיין א קאמפלימענט...
אלנפאלס, איך גיי לשם גיין ממש. נישט אויף צו שפילן מיט ניקס, און מיטן עולם.
נישטא גענוג ווערטער צו באדאנקן אויף ביז אהער, מיר האפן אז דיין אריינפאלן וועט זיין ווי מער, איין זאך איז יעדער מודה בין איך זיכער, אז קאווע שטיבל מיט א [tag]אדנירם[/tag] איז אן אנדערען דערהער.
און משזר איז אן איזרעלי. מתובל בתבלין כדבעי, שארף און שפיציג. מסתבר... אן איזרעלי משולח! לויט וויפיל ער האט שוין געשריבן אין אזא קורצע תקופה, איז מסתבר אז זיין איינציגסטע אפהאלט פון שרייבן איז ווען ער לויפט מיט די קליינגעלט אין האנט צווישן די שטיבלעך אין שומר שבת.
קוקט אויס אז נאך די אלע חדשים האט זיך צוזאם געקלעקט גענוג פאר די טיקעט אהיים צו פארן.
נ.ב אויב די דארפסט אויף יו"ט נאך א קעסטל ציבאלעך אדער בוריקעס פון שישא פארבינדט זיך אין אישי.
כ'האב געלייגט אן אויג אויף דיר שוין מיט א שטיק צייט צוריק, אויף א געוויסע בחינה קען מען זאגן עד שלא שקעה שמשו של זה זרחה של זה, פארשטייט זיך דאס איז נאר טאמער דו וועסט שרייבן גענוג אפט אויף צו קענען זיין א מעין פון רבינו שליט"א.
יעצט רבותי, ס'ווערט דא א גרויסע חלל מיטן אפפיץ פון רבינו שליט"א, מ'בעט די תלמידים זאלן יעדער נעמען עפעס א חלק אויף צו קענען ממלא זיין דעם חלל, יעדער לפי כחו. ועתה יגדל נא כח הק"ש כאשר דברנו לאמר. מיר גייען אי"ה אלע זיך נעמען שרייבן מער אפט און מער תוכנ'דיג ביתר שאת וביתר עז.