דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
מען דערציילט אז דער מלבי"ם בעפאר ער האט געשריבן זיינע לעגענדארע חיבורים און פירושים, איז ער געגאנגען לערנען קבלה ביי די ישיבה פון רבי הערשעלע מזידיטשוב זצ"ל. ער האט געזאגט אז ער מוז קענען קבלה בעפאר ער פארפאסט זיינע חיבורים. איך ווייס נישט די קראנטקייט פון די מעשה, אבער א שטיקל ליכט ווארפט עס ווי שטארק קבלה איז געווען ריגארדעט פאר א נישט חסיד ווי הגאון דער מלבי"ם. אז מען רעדט שוין פון ר"ה מזידיטשוב, איז באקאנט די אינטערסאנטע משל ווי ער איז מסביר די חילוק פון די זוהר, אריז"ל, ובעש"ט. איך גלייב די עולם קען די משל.
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
געוואלדיג האט געשריבן:איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט אז ער איז נישט געווען א חסיד, אין פאקט האט ער זיך געהאלטן אלס א תלמיד און חסיד פון הרה"ק ר' הערשעלע זידיטשובער כידוע.
יא ווייל ער האט געלערנט בישיבתו, מען זאגט אז ווען ער זאגט רבי אין זיינע חיבורים מיינט עס ר' הערשעלע. אבער וויפיל מיינע ידיעות טראגן מיך איז ער נישט געווען קיין חסיד.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
האט ער געשריבן עפעס אויף קבלה אויך? כ'מיין אז נישט. ער איז ס"ה געגאנגען לערנען צו זיין מושלם אין אלעס
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
נהורא נפישא האט געשריבן:איך ווייס גאר נישט איבער קבלה, אבער מטבע הדברים איז אין נגלה סאך מער נוגע דאס בויען הנחות איינס אויפן אנדערען מיט מער פונקטליכקייט, וויבאלד נגלה איז א אפענע שפראך וואס מ'טוט וויזשיאולייזן א קונקרעטע מציאות, ווען ס'קומט אבער צו מיסטיסיזם, זענען סתירות סאך שוואכערע קושיות אויף צו בויען ווייטער הנחות, וויל מיט איין קליינע בחינה קען מען פארענטפערן די סתירה, איז עס נישט אזוי, לעיקוואד ?
ניין. עכפ נישט אין די אידישע מיסטיזים. די אידישע קאפ פון מדייק זיין אלעס ווי עס שטייט מפלפל זיין האט זיך נישט אפגעשטעלט ביי קבלה.. אין אידישע קבלה ספרים ומפרשים לערנען זיי פונקט ווי אין נגלה, עכפ רובם, מען אינטרעסירט זיך נישט קיין סאך אין די מיסטיסיזם מער ווואס שטייט. אים דעם איז קבלה אנדערש פון רוב אנדערע מיסטיזם אז מלערנט עס אזוי.
א בחינה איז נישט קיין ערגערער תירוץ ווי צוויי דינים, וואס לויט דעם דארף מען פארענטפערן די אנדערע פלאץ די צוויי דינים וכו, עס איז נישט כל הפושט יד נותנים לו.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
לעיקוואד, מ'רעדט שוין דא אביסל אבסטראקט, אז מ'זאל קענען זען דא ווי פונקטליך ביזט חולק אויף מיר, אדרבה די ברענגסט אביסל בעסער ארויס וואס איך האב געמיינט. וואס איך טענה איז, מיסטיסיזם איז בטבע הדברים אן ענין פון גזירת הכתוב, אוודאי איז פארהאן סברות פון הירארכיע און השתלשלות, אבער מ'קען רעדן פון השתלשלות וויאזוי מ'וויל, די השתלשלות איז אן ענין פון א גזירת הכתוב, יעצט ווען דו קומסט מיט ר' חיים' ס צוויי דינים, איז דאס די זעלבע זאך, ר' חיים איז א גרויסער קונסטלער מיטן אויפקומען מיט נייע הבחנות פון דינים, ס'איז א קונסט, אבער ס'איז דאך א פרייע וועלט, ווייל הבחנות וואס זענען נישט געבויט אויף פארוואס נאר אויף וואס זענען זייער לייכט אויפצוקומען, מ'דארף נאר זיין גענוג ת"ח אז די הבחנות זאל נישט סותר זיין די היקף הסוגיא, די זעלבע מיט בחינות איז אזעלעכע סארט הבחנות וואס אודאי איז דא דערביי א הסבר, אבער די גענויע הגדרה איז עפעס אזא סארט גזירות הכתוב, יעצט דו זאגסט אז אלעס איז געבויעט אויף דיוקים, ר'חיים'ס חידושים זענען אויך געבויעט אויף דיוקים אויף סתירות הרמב"ם וכדומה, אלזא דאס טאקע האב איך געמיינט.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
אפשר זאל מען אראפברענגען אפאר משלים כדי צופארשטיין בעסער. ברענג אראפ אפאר מושגים פון קבלה און חידושים און לאמיר זען אויף ווי ס'איז געבויעט.
למשל:
שלשה קווים, ד' יסודות, נשמה, תיקונים, שורטוט, זיווג העליון (ושכינה) אין סוף, א"א, ז"א ועוד וכו'. די אלע זאכן האבן עפעס א יסוד אין זוהר הקדוש, איז דא חלקים פון דעם וואס זענען חידושים?
למשל:
שלשה קווים, ד' יסודות, נשמה, תיקונים, שורטוט, זיווג העליון (ושכינה) אין סוף, א"א, ז"א ועוד וכו'. די אלע זאכן האבן עפעס א יסוד אין זוהר הקדוש, איז דא חלקים פון דעם וואס זענען חידושים?
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
ייש''כ בן אדם. דאס וויל איך בעטען אויך. ברענג אפיר איין משל, איין סוגיא און ווייז די השתלשלות הענין, פון די ערשטע מקורות ביז צום אריז"ל. אז ס'איז צו שווער אפצושרייבען, ביטע שרייב כאטש א מראה מקום.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
דאס וועל איך שוין דארפן איבער לאזן פאר לעיקוואד. איך בין נישט בקי בתורת האר"י, כ'האב עס פשוט נאר ארויפגעברענגט. אבער וויפיל איך האב אריינגעקוקט אין די קליינע אותיות איז דאס מלא חשבונות ע"ג חשבונות אז מ'דארף זיך צומאל האלטן דאס קאפ. ס'זעט נישט אויס ווי ער קומט מאכן חידושים נאר ענדערש ווי מ'איז מסביר און בויעט אויף די פריערד'גע כללים.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
העי דא איז קאווע שטיבל נישט כולל מקובלים, דער שיעור אין סוגיא וועט מען מאכען דארט..
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
איך קען דעם אדרעס...
-----
כ'שפיר ממש כשזה קם זה נופל.
א גאנץ יאר שריי איך 'לעיקוואד, חזור בך', יעצט ווען איך גיי - קומט ער צוריק.
וואו איז יושר???!
-----
כ'שפיר ממש כשזה קם זה נופל.
א גאנץ יאר שריי איך 'לעיקוואד, חזור בך', יעצט ווען איך גיי - קומט ער צוריק.
וואו איז יושר???!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
געוואלדיג האט געשריבן:איך זעה אז מען האט מיר נישט גוט פארשטאנען, מיין צושטעל צו נביאים איז געווען אז אזוי ווי א נביא האט געקענט ווערן א נביא דורך וואס אנדערע נביאים האבן מעיד געווען אויף איהם, און ער האט נישט געדארפט ברענגען מקורות אויף אלע זיינע פסקים, (ליטוואק וויפיל עס ווועט דיר נישט שמעקן האט הרב שך פילע זאכן געהייסן טוהן אן קיין מקור) די זעלבע איז דער אר"י אנגענומען אלס הייליג ווייל גדולי אומתינו הגדולים בנגלה ובנסתר האבן אזוי אנגענומען והם הם העדות עליו ופשוט הוא.
ער ה אט פארשטאנען. ער פרעגט וועלכע פריעדיגע, צו פון זיינע רעבעס, האבן אים געקרוינט ספעציפיש אין קבלה; ווי כאילו אים די עקיוואלאנט פון הוראה אין נגלה געגעבן? דאס איז נאכנישט פארענטפערט. דאס אז ער אדער אנדערע זאגן אליהו הנביא איז נישט גענוג.
אני לכשעצמי בין מסופק אויב דערויף גילט דער מושג פון הוראה און מסורה וואס מ'זאל באדארפן קענען פאר יעדעם איבערצייגן, אויב איז קבלה ביי דעפענישן עפעס וואס איז אייביג געווען און דארף פארבלייבן געהיים און בלויז פאר די עליטע. ועוד, במילה עקסטאטיק איז א שאלה פון כישוף, ע"ז, חוקות הגוי, אמונות טפילות וכו' אבער איסאטעריק עסארטיסיזעם איז א נייע דימענסיע צו די הלכה וואס איז באמת געגיבן געווארן צוזאמען מיט די נגלה באותו מעמד טאקע אויף די שפראך פון נגלה וואס האט פאר'ן פשוטן מענטש זיך געהערט טאקע בלויז דאס נגלה אבער דער בעל מקובל וואס קען די יסודות - האט בו בזמן פארשטאנען די תורה אויפ'ן טיפערן דימענסיע - וואס טוט זיך אלס אפ ע"פ קבלה אויבן - כוונות..וועלטן..רמ"ק.,. וואטעווער....און ווען ס'איז זיך סותר מיט הלכה איז פשוט אז נאר פאר די פלעינע מענטש קוקט אויס אזוי אבער ע"פ האמת איז דער טיפערע באדייט נישט בלויז גובר - נאר דאס איז די איינציגע שפראך - פאר דעם בן עליה. (און ווען הקטן זאגט אז ווען תורת יאשקע וואלט זיך נישט סותר געווען מיט תורת משה וואלט דער כוזרי אים נישט שולל געווען - אמער, יעצט אז קבלה איז זיך סותר מיט הלכה, דארף כאטשיג דער מכלל הן אתה שומע לאוו פונעם כוזרי; דער העדר פון א התגלות פומבית להמון הנמסרת לדורות - אים שולל זיין?!)
דער חילוק צווישן נגלה און נסתר וואס ליטוואק מאכט אינו נראה בעיני ווייל סברא, לאגיק און ראציאנאל טוישט זיך אויך מיט די תקופות לויט די קולטור אין וועלכער דער למדן לעבן. אז אמאל איז פשוט געווען נפש תחת נפש, איז היינט פשוט אז אפ' לעולמית איז נישט פראפארציענאל אדער הילפבאר. דערפאר קען אמאל א סברא פון א ראשון אין נגלה - זיין צום היינטצייטיגן פארשטאנד - אויף דעם זעלבן מדרגה ווי אן "אזוי איז" פונעם אריז"ל אין נסתר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
טאמבל סאס האט געשריבן: אז אמאל איז פשוט געווען נפש תחת נפש, איז היינט פשוט אז אפ' לעולמית איז נישט פראפארציענאל אדער הילפבאר. דערפאר קען אמאל א סברא פון א ראשון אין נגלה - זיין צום היינטצייטיגן פארשטאנד - אויף דעם זעלבן מדרגה ווי אן "אזוי איז" פונעם אריז"ל אין נסתר.
אין די פעלער וואס מ'נעמט אזוי אן להלכה, יא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
וואס מיינט נפש.תחת נפש? אז מ'הארגעט א רוצח? דאס איז היינט אויך, נאר מ'האט פראקטיש נישט קיין דיינים דערפאר. טאמער דו מיינסט עין תחת עין, דער רמב"ם זאגט אונז שוין אז ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין טאג וואס מ'האט עס פארשטאנען כפשוטו
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
אין פארגעשריטענע מדינות הרגט מען נישט. כהאב מיך באצויגן צו דעם געדאנק אין אלגעמיין אפילו ביי די ניט אידן. או ירצה וועלן מיר רעדן פון די תורה - זעסטו למשל אז מהאט געדארפט א רמבם דאס צו מחדש זיין. ביז דאן איז עס פשוט פשט געווען מסתבר. און דער ערשטער צו טוישן האט אויך געמיזט זאגן 'ווייל אזוי איז' וויבאלד די טענה פון צייטן איז נישט גענוג - א ראיה האסטו אז היינט שניידט מען נאך אויך הענט אין געוויסע מדינות. און עפ תורה דארף נייע צייטן זיכער נישט זיין טענה גענוג. אלא מאי, סאיז קולטור און וויסענשאפט וואס טוישט סברא - עס וועל עז נאך פיהלע הנהגות ארום וואס האט זיך געטוישט פריערט -און כלפי די מסורה צו פארענטפערן זאגט מען 'אזוי איז עס' והתורה במקומה עומדת. מיט וואס איז קבלה אנדערש? אז די עצם לימוד שטייט נישט אויף לאגיק בכלל? דאסי דאך די טייטש פון קבלה?! וכן קען מען טראכטן פארקערט, אויב האט עמיצער פארן רמבם געטראכט אז סוואלט נישט געקענט קיינמאל האבן געמיינט ליטעראל וואלט אים סברא אפי' הנשענת ע"ג הוראה ומסורה נישט געהאלפן. מ'וואלט אעם נישט געגלייבט. ס'וואלט זיך נישט איינגעגעסן. צייטן זענען נישט רייף און אויך איז ער נישט פאפולער ווי דער רמבם.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איך פארשטיי נישט וואס איהר רעדט.
דער רמב"ם איז נישט מחדש אין זיין הקדמה לפיהמ"ש, ער לייגט אוועק וויאזוי ס'איז געווען. איך ווייס נישט פון קיין חולק און די זאכען זענען נישט גערעדט אין אן אופן פון פלפול התורה וואס דער זאגט אזוי און א צווייטער פארקערט. אלזא, דער אויבישטער האט געזאגט פאר משה רבינו צו שרייבען עין תחת עין, און איהם געזאגט אויסעווייניג אז ס'מיינט נישט כפשוטו נאר ממון. משה רבינו האט עס געלערנט פאר זיין תלמידים, ובראשם יהושע, וואס האט עס ווייטער געלערנט מיט זיין תלמידים וכו' וד"ל. שפעטער האבען די רבני בית המדרש זיך ארומגעטענה'ט ווי דער אויבישטער האט עס מרמז געווען. ס'האט קיינער נישט געזאגט אז ס'איז געווען איין טאג ביי אידען וואס מ'האט אפגעשניטען א האנט אלס אן עונש פאר'ן אפשניידען א האנט. און יעדער איד וואס האט עפעס מקבל געווען פון תורת משה האט אזוי געוואוסט אז טייטש אין עין תחת עין מיינט ממון. אן ע"ה האט אפשר נישט געוואוסט, אבער זיין מיינונג איז נישט נוגע לגבי עפעס ואוס ער ווייסט נישט.
יעצט בנוגע קבלה אז ס'קומען אן א פאר חברה און זאגען אז מיר האבען דאס מקבל געווען איש מפי איש פון משה רבינו, פארוואס זאלען מיר גלויבען? און ווען ס'קומט איינער א נייע מענטש און זאגט 'כך מקובלני מפי אליהו', פארוואס זאלען מיר גלויבען? הגע בעצמך, מיט א שטיק צייט נאכ'ן אריז"ל איז געקומען א איד אין רוסלאנד און אויסגערופען אז ער האט דריי זאכען מקובל מפי אליהו - אז מ'זאל זאגען הלל מיט א ברכה ע"פ ביים מצה באקען, אז מ'זאל אויסזאגען תהלים פאר'ן דאווענען שבת און אז מ'זאל אויסטוהן די תפילין ר"ח פאר אשרי ובא לציון. ט'האט איינער מיט שכל איהם געהארכט? איינער אן א פארטיי נגיעה מאכט זיך צוטוהן פון די זאכען? אוודאי נישט. ווייל נישט אזוי פיהרט זיך א איד, און אונזער תורה האט א טיפערע מקור ווי סתם בלינדע אמונה אין א בשר ודגים, ווי גרויס ער און זיין יחוס זאלען נאר זיין. איז וואס איז דער אריז"ל אנדעריש?
ר' [tag]לעיקוואד[/tag] זאגט אונז אז ס'איז יא דא א קבלה פון פריערדיגע ביז צו די גאונים, וואלט איך געוואלט וויסען וואס און ווען, כאטש א ביישפיל א מראה מקום צו קענען נאכקוקען. ביזדערווייל האב אביסל געקוקט אין די הקדמת הראב"ד פון ספר יצירה און ער זאגט אלס מדעת עצמו, עכ"פ אזוי זעט עס אויס. רס"ג ברענגט טאקע פון גמרות און מדרשים, עכ"פ דאס ביסל וואס איך האב געזען, אבער ס'איז טאקע א קורצע פירוש, נישט מיט די היקף פון די ראב"ד.
דער רמב"ם איז נישט מחדש אין זיין הקדמה לפיהמ"ש, ער לייגט אוועק וויאזוי ס'איז געווען. איך ווייס נישט פון קיין חולק און די זאכען זענען נישט גערעדט אין אן אופן פון פלפול התורה וואס דער זאגט אזוי און א צווייטער פארקערט. אלזא, דער אויבישטער האט געזאגט פאר משה רבינו צו שרייבען עין תחת עין, און איהם געזאגט אויסעווייניג אז ס'מיינט נישט כפשוטו נאר ממון. משה רבינו האט עס געלערנט פאר זיין תלמידים, ובראשם יהושע, וואס האט עס ווייטער געלערנט מיט זיין תלמידים וכו' וד"ל. שפעטער האבען די רבני בית המדרש זיך ארומגעטענה'ט ווי דער אויבישטער האט עס מרמז געווען. ס'האט קיינער נישט געזאגט אז ס'איז געווען איין טאג ביי אידען וואס מ'האט אפגעשניטען א האנט אלס אן עונש פאר'ן אפשניידען א האנט. און יעדער איד וואס האט עפעס מקבל געווען פון תורת משה האט אזוי געוואוסט אז טייטש אין עין תחת עין מיינט ממון. אן ע"ה האט אפשר נישט געוואוסט, אבער זיין מיינונג איז נישט נוגע לגבי עפעס ואוס ער ווייסט נישט.
יעצט בנוגע קבלה אז ס'קומען אן א פאר חברה און זאגען אז מיר האבען דאס מקבל געווען איש מפי איש פון משה רבינו, פארוואס זאלען מיר גלויבען? און ווען ס'קומט איינער א נייע מענטש און זאגט 'כך מקובלני מפי אליהו', פארוואס זאלען מיר גלויבען? הגע בעצמך, מיט א שטיק צייט נאכ'ן אריז"ל איז געקומען א איד אין רוסלאנד און אויסגערופען אז ער האט דריי זאכען מקובל מפי אליהו - אז מ'זאל זאגען הלל מיט א ברכה ע"פ ביים מצה באקען, אז מ'זאל אויסזאגען תהלים פאר'ן דאווענען שבת און אז מ'זאל אויסטוהן די תפילין ר"ח פאר אשרי ובא לציון. ט'האט איינער מיט שכל איהם געהארכט? איינער אן א פארטיי נגיעה מאכט זיך צוטוהן פון די זאכען? אוודאי נישט. ווייל נישט אזוי פיהרט זיך א איד, און אונזער תורה האט א טיפערע מקור ווי סתם בלינדע אמונה אין א בשר ודגים, ווי גרויס ער און זיין יחוס זאלען נאר זיין. איז וואס איז דער אריז"ל אנדעריש?
ר' [tag]לעיקוואד[/tag] זאגט אונז אז ס'איז יא דא א קבלה פון פריערדיגע ביז צו די גאונים, וואלט איך געוואלט וויסען וואס און ווען, כאטש א ביישפיל א מראה מקום צו קענען נאכקוקען. ביזדערווייל האב אביסל געקוקט אין די הקדמת הראב"ד פון ספר יצירה און ער זאגט אלס מדעת עצמו, עכ"פ אזוי זעט עס אויס. רס"ג ברענגט טאקע פון גמרות און מדרשים, עכ"פ דאס ביסל וואס איך האב געזען, אבער ס'איז טאקע א קורצע פירוש, נישט מיט די היקף פון די ראב"ד.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
וואס איז נוגע קבלה און מסורה, דער אריזל און רמק נעמען זיכער אן אז דער זוהר איז פון תנאים, און נעמען עם אן אלץ א מכריע אין אלעס בנוגע קבלה, וואס פשט אין זוהר זאגן שוין גאונים ראשונים ואחרונים, פון תשובות רב האי גאון למשל וואס דער פרדס ברענגט ביז ספר הבהיר רמב"ן וכו' וכו', וואס איז שייך צו דינגען אויף א מסורה פון תנאים. די זעלבע איז דא ספר יצירה וואס איז פון זמן התנאים, און אביסעל שפעטער די ספרי היכלות און נאך ספרים. אפילו די וואס גלייבען נישט די ייחוס הזוהר לרשב"י אדער די תשובות הגאונים, ווי רוב חוקרי הקבלה, זענען אויך מודה אז עס איז דא א מסורה פון ענייני קבלה פון זמן המקרא עד היום הזה, וויאזוי דער קבלה זאל זיך האבען אפגעטייטשט יעדער זמן כפי דרכו.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~