ווען זענען מיר געווארן קרעציג?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 43
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 12:38 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל
ווען זענען מיר געווארן קרעציג?
טוט זיך א טריאומפ פון נצחון אויף די גרופעס און די נייעסער אז ס׳איז אריינגעקומען איינער און גייט איינמאל פאר אלעמאל לייגן קדם אין פלאץ.
וואס איז? פארוואס פרייט מען זיך אזוי, זייער פשוט, זיי רעכענען זעקס דוללער א פלעשל גרעיפ דזשוס, במילא קומט זיך זיי צו ווערן באגראבן.
שטעלט זיך א קשיא, דער זעלבער קדם שטעלט צו אנדערע ברענדס גרעיפ דזשוס פאר שפאט ביליג, דער זעלבער קדם שטעלט צו בחינם גרעיפ דזשוס פאר ווער ס׳מאכט נאר א חלוקה פאר פסח און דעמאלטס שטייסטו און די פילסט אן א מיני ווען מיט גרעיפ דזשוס אזש אז מ׳נעמט די מנחה-מעריב גארטל אלץ א מיטל צו פארמאכן דאס טראנק, און לאמיר נישט פארגעסן אז ס׳דעקט דיר ביז חנוכה, נו וואס ביזטו אזוי בייז, סאיז אינגאנצן דריי חדשים וואס די קויפסט גרעיפ דזשוס די אנדערע ניין חדשים שטעלט דיר עס קדם צו, נו וואס שימפסטו?
צו ווייסטו אפילו אז מ׳האט אייביג געקענט קויפן אנדערע פאר ווייניגער ווי האלב פון קדם? א מכה, דיר גייט נישט אן די פרייז, דיר גייט סך הכול אן אז קדם מאכט געלט, שלעכטער מענטש!
איך אלץ חלק פון דער אמעריקאנער אידנעטום שטאלציר אז די קדם קאמפעני וואס האט אונז צוגעשטעלט א סעלעקשאן פון די בעסטע וויינען, און האט אימפאטירט יעדער גוטער וויין צו דער כשרע׳ר מארקעט, און טיילט וויין בחנם פאר פסח, מאנאפלירט די אידישער מארקעט. לאנג לעבן צו זיי, נאר אזעלעכע זאלן ווייטער מאנאפעלירן אונזער מארקעט!

- ליפא
- חבר ותיק
- הודעות: 2159
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
- האט שוין געלייקט: 2314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל
איך נעם נישט קיין צד. אבער אויב רעדסטו פארוואס מענטשן זענען בייז אויף קדם קענסטו נישט אויסלאזן זייערע מאניפולירנג איברן גאנצע גראסערי פון קדם ביז גפן, הדר, גליקס און ווער ווייסט וואס נאך. מענטשן זענען בייז אז ער וויל יעדן ארויסשטעלן. מ'האט געשמועסט לעצטענס אז ער קומט ארויס מיט א מילכגיע ליין פראדוקטן און ער קען דאך אזוי יעדן אונטערברענגן ווייל יעדע גראסערי מוז צו עם צו קומען.
בד''וו אין מיין גראסערי צאל איך 4 דאלער א פלאש, נישט זעקס.
בד''וו אין מיין גראסערי צאל איך 4 דאלער א פלאש, נישט זעקס.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: ווען זענען מיר געווארן קרעציג?
איך ווייס נישט פון די חלוקה בחנם. צו מיר איז עס נישט אנגעקומען.
תומכי שבת זאגט מיר אז זיי באקומען שוואכע נדבות פון זיי און נאר בתנאי אז מ'האט געקויפט זייער פראדוקטען א גאנץ יאר, און נישט פון זייער קאנקורענצען
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
תומכי שבת זאגט מיר אז זיי באקומען שוואכע נדבות פון זיי און נאר בתנאי אז מ'האט געקויפט זייער פראדוקטען א גאנץ יאר, און נישט פון זייער קאנקורענצען
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 330
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל
איך וועל דיר זאגן פארוואס איך פריי מיך אזוי שטארק וועגן זייער קאמפעטישן. 1, קאמפעטישן איז זייער גוט פארן קאנסומער. נישט קיין חילוק ווי אזוי דו ווילסט עס דרייען, וואספארא צדיקים זיי זענען. 2,זייער צדקה קומט נישט פון גוט הארציגקייט נאר פשוט א ביזנעס דעסיזשן כדי זיי זאלן האבן וואס צו ענטפערן ווען מען האט טענות אויף זיי. אדרבה, ווייז מיר ווי זיי האבן געטוהן סיי וועלכע גרויסע צדקות אדער אויפטוען מיט זייער געלט. עס איז דא קלענערע עשירים ווי זיי וואס האבן אויפגעטון סאך מער פארן אידנטום בכלל אדער זייער קהילות בפרט אויף א ריזיגן פארנעם. 3, איך ווייס ערשט האנטיג ווי אזוי זיי באהאנדלען זייערע ארבעטערס וואס פאסט אפילו נישט פאר א גוי. נאך מער זייערע גוי'אישע ארבעטערס באהאנדלען זיי בעסער ווייל זיי האבן מורא אז מען זאל זיי נישט מסרן. זייערע גוי'אישע ארבעטערס זענען אין די יוניאן אין לכבוד דעם באקומען זיי ריטייערמענט פענשן פאנדס, די אידישע ארבעטערס, חוץ פון א פאר, לאזן זיי נישט זיין אין די יוניאן. כהנה וכהנה. מיין באטאם ליין איז נישט אז מען דארף זיי לכבוד דעם אינטערברענגען און אויפהענגן, נאר ווען זיי באקומען א קאמפעטישן זאלן זיי נישט שיקן קיינעם דא אויפברענגען וואס פארא רחמנות זיי זענען אדער וואס פארא צדיקים זיי זענען אז מען זאל זיי שטיצן. סך הכל זענען זיי ביזנעס לייט, טאקע קארגע מענטשן אבער נאך אלס ביזנעס לייט און מיט ביזנעס קומט קאמפעטישן און זיי זאלן עס נעמען ווי עדאלטס און נישט קומען וויינען דא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום yatzmachp, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
דעת זקנים האט געשריבן: דער זעלבער קדם שטעלט צו בחינם גרעיפ דזשוס פאר ווער ס׳מאכט נאר א חלוקה פאר פסח
טוה מיר א טובה לייג ארויס צוויי נעמען פון מענטשן אין אמעריקא וואס האבן באקומען בחנם גרעיפ דזשוס פון קדם פאר א חלוקה, אז די ווילסט נישט ברבים שיק מיר אין אישי
ווייל איך קען מער ווי צעהן מענטשן וואס פירן אהן חלוקה'ס און זיי באקומען נישט בחנם.
אויב גיבסטו מיר צוויי נעמען און איך קען זיי רופן וועריפייען און עס איז אמת גיי איך בלי נדר עד יום מותי נישט אריין נעמען אין מיין מויל קיין גרעיפ דזשוס אדער וויין פון א אנדערע קאמפעני!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליפא האט געשריבן:איך נעם נישט קיין צד. אבער אויב רעדסטו פארוואס מענטשן זענען בייז אויף קדם קענסטו נישט אויסלאזן זייערע מאניפולירנג איברן גאנצע גראסערי פון קדם ביז גפן, הדר, גליקס און ווער ווייסט וואס נאך. מענטשן זענען בייז אז ער וויל יעדן ארויסשטעלן. מ'האט געשמועסט לעצטענס אז ער קומט ארויס מיט א מילכגיע ליין פראדוקטן און ער קען דאך אזוי יעדן אונטערברענגן ווייל יעדע גראסערי מוז צו עם צו קומען.
בד''וו אין מיין גראסערי צאל איך 4 דאלער א פלאש, נישט זעקס.
כאטש וואס איך בין אנגעווייטאגט אז זיי האבן ארויסגעלייגט הדר פון ביזנעס. ווייל איך קען דעם (געוועזענעם) בעה"ב פערזענליך. און היינט איז ער א צובראכענער איד. בשעת וואס אמאל איז ער געווען א גרויסער עושר און אן איש מכובד אין די קאמיוניטי וואו ער איז אויפגעוואקסן. און נאכדערצו מיט די הסכמה פון די אזויגערופענע דין תורה , וועלכע האט געפסק'נט לטובת די הערצאג משפחה.(דאס איז אן אינטרעסאנטע קא-אינסידענס אז די ד"ת וועט אייביג פסק'נען לטובת דעם מוצלח/עושר. מעג ער האבן אפגעטון כל דבר אסור שבעולם. ואכמ"ל). אבער לגבי די צווייטע נקודה פון ..."ליפא"...איז די איבערגעטריבענע פרייז פון 6 דאללער פאר א באטל גרעיפ דזשוס בכלל נישט זייער שולד. דאס ווענדט זיך אין די גראסערי סטאר. א טייל רעכענען 6 דלר. און א טייל רעכענען אין די געגנט פון 4דלר...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יצמח פ.: ווען מ'קען, וואלט איך דיר געגעבן אן אויספלאץ פון לייקס. ווייל זייער א סאך פון אונזערע אידישע ביזנעסלייט (שטייצעך, נישט אלע.) ווילן עס האבן אלע דריי וועגן. כבוד אין ביהמ"ד.שארן געלט אין קעשענע. און אין די זעלבע צייט אונטערדרוקן די אידישע ארבעטערס און זיי באהאנדלען מיט'ן גרעסטן ביזיון. אבער נישט די גוי'אישע. ווייל פון זיי האבן זיי מורא...!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
יא, אוודאי... נאך אן ארגאניזאציע. ווייל אונז הא'מיר נישט גענוג.....
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: ווען זענען מיר געווארן קרעציג?
א ביטערע וויץ וואס מ'פלעגט זאגען אין די געטא'ס ביים צווייטען וועלט'ס קריג.
ווען די דייטש ימ"ש האבען איינגענומען פולין אין שנת ת"ש, האט דער היטלער געשטעלט איינער האנס פראנק ערלעדיגען די אידען אין פולין. נאך א פאר מאנאטען איז ער צוריק געפארען קיין ברלין אפגעבען א באריכט צו זיין באס.
ער האט אויסגעשמועסט אלס וואס ער האט 'אויפגעטוהן' אין פולין, געהארגעט, געפייניגט, געגאנב'ט און אלעם. היטלר האט נישט געכאפט קיין התפעלות. צום סוף האט פראנק געזאגט "און איך האב געגרינדעט אידישע זעלבסט-הילף ארגאניזאציע'ס".
"אה! דאס איז אויפגעטוהן!" האט איהם דער דייטש באדאנקט