ביזנעס אין די נאמען פון חסד

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

ביזנעס אין די נאמען פון חסד

שליחה דורך בת קול »

דורך נישטערנדיג די ארכיוון האב איך געטראפן שמועסערייען איבער קאמפעטישן און מאנאפאלי, און עס האט מיר ארויף געברענגט אין זכרון א טעמע וואס איז מיר זייער נאנט צום הארצן.

איך וויל ברענגען צום ארענא די טעמע פון חסד אין די חרד'ישע וועלט.

ס'איז קיין ספק נישט, אז ביי די וועלכע האבן נישט קיין שום פליכט צו טוהן חסד, ווערט עס נאר געטוהן משום כבוד זיכעריי, צוליב אדווערטייסינג מעטאדן, אדער א גילטי אדער גוטע פילינג. ביי אידן אבער, געברויך דאס צו זיין נאר ווייל מיר זענען בעלי רחמנים, גומלי חסדים, און ווייל אזוי ווערט געפאדערט פון אונז. פריוואטע פארדינסטן קומען נישט אריין אינעם חשבון.

איך בין אבער לעצטנס אויפגעשוידערט געווארן, ווען איך האב געדארפט צוקומען צו אפאר חסד ארגענעזאציעס צוליב פרייליכע סיבות, ווי אויך, נישט אזעלכע שמחה'דיגע סיבות. איך וויל נישט רעדן קיין שלעכטס אויף קיין שום איד, און אוודאי נישט אויף די געטרייע וואלאנטירן וואס געבן אוועק פון זייער טייערע צייט לשם מצוה. די היינטיגע חסד ארגענעזאציעס זענען אבער געווארן א געהעריגער ביזנעס פעלד, מיט ריכטיגע קאמפאטישין.

איך האב גארנישט אנטקעגן קאמפעטישין. קאמפעטישין איז בעצם א גוטע זאך, אבער נישט ווען מען דילט מיט משפחות וואס זענען שוין פארנומען מיט א פעקל צרות, וואס אויף זיי לאזט זיך עס אויס.

איך האב עטליכע פערזענליכע ביישפילן, אבער אלץ א נייעם מעמבער בין איך נישט קלאר ווי אפען מען מעג דא שמועס'ן אויף קאווע שטיבל.
אויב וועט עס האבן א שטיקל תועלת, און אוועקנעמען אביסל גאוה פון די אלע חסד מאכערס אויפן הויכער טראן, וועל איך פאבליצירן מיין וויי געשריי אויף די אלע אזוי גערופענע כלל טוערס.

ביטע מיר מודעה זיין אויב איר האלט עס וועט עפעס קענען אויפטוהן, און אויב עס איז דא ערלויבט אויסצושמועסן מער באריכות.
.I got voices in my head.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויב נישט דא, וואו דען?

אדרבה, ק"ש רייסט אראפ אלע מאסקעס. רייס דו אויך אראפ מאסקעס. אבער פארקערט, צו בא'שגצ'ן חסד ארגעניזאציעס אן דערציילן פרטים וואס באשטעטיגן דאס, איז אומריכטיג צו טון.

געגאנגען, אהער מיט די מעשיות!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עס איז אן עון פלילי צו ניצן פאציענטן אלטץ א וואפן [אפי' אומ'דירעקט] אנטקעגן א צווייטער ארגענעזאציע אפענענט.

אדרבה, פארצייל וואס די ווייסט. דא איז דער פאסיגסטער ארט דערפאר.
אבער מיט שכל, נישט מיט (איבער -) געפיל!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בת קול האט געשריבן:איך האב גארנישט אנטקעגן קאמפעטישין. קאמפעטישין איז בעצם א גוטע זאך, אבער נישט ווען מען דילט מיט משפחות וואס זענען שוין פארנומען מיט א פעקל צרות, וואס אויף זיי לאזט זיך עס אויס.

קאמעפטישען איז דער פראבלעם? אדער די סאלושען? ביטע זיי מסביר.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

א וויכטיגע טעמע!
און דער וואס האט פאזיטיווע איבערלעבעניש'ן מיט צדקה ארגאניזאציע'ס, זאל אויך אהער שרייבען. איך האב ביידער אין מיין לעבען, אבער די שלעכטער זענען נישט וועלט'ס ארגאניזאציע'ס, נאר לאקאלע אין לעיקואווד, וואס ס'האט נישט קיין פשט מפרסם צו זיין ווי ס'מאכט נישט אויס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

חי לייפליין א געוואלדיגע מוסד טוט אויף א געוואלד.
אבער איך האב געהערט פון עטליכע אז זיי האבן א געפערליכע שווארצע זייט, בפרט אין מעמאריעל שפיטאל ווי זיי האבן א מאביל געפארקט דארט... צו קענען תיקף קער נעמן ווען עס גייט נישט פונקט לויט זייער גוסטע.
און זיי סטראשענען פאמיליע מיטגליד און אנדערע עסקנים מיט די ערגסטע מסירות, צומאל לאזן זיי נישט אריין משפחה צו זייער חולה....
איך האב געהערט אז איין באקאנטע עסקן מטעם RCCS אויב טרעט ער איבער די שוועל פון מעמאריעל ווערט ער ארעסטירט אויפן פלאץ!

טייערע ידידים דאס האב איך געהערט פון עטליכע אדרבה זייטס מברר אנדערש.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

אנגעפאנגען האט זיך עס אין שמחה מויד.
דור ישרים האט געמאלדן אז זיי קומען אראפ צו אונז אין כתה קעיר נעמען פון וואס מען ברויך קעיר נעמען. רוב פון אונז האבן אפילו נישט געוויסט פארוואס פינקטלעך די פראצעדאר פעלט אויס, נאר אז ס'איז פאר שמחה'דיגע זאכן, און ס'גייט זיין לעבעדיג. מ'נעמט בלוט, אפאר חברה העלן חלש'ן, מ'גייט טרינקען אראנזש זשוס און עסן ראגעלעך.
מ'האט אונז געגעבן א גאנצע פאק פאפירן אונטער צו שרייבן, אונז 16 יעריגע חברה האבן געטוהן ווי מ'האט אונז געהייסן,אינטערגעשריבן, געצאלט דעם געפעפערטן פרייז פון 400 מאות, און זיך געגרייט אויף די שטעכעריי אקציע.
-----
בשעה טובה ומצלחת, מ'גרייט זיך אויף א בשוי. מיין כלה ערלעדיגט דור ישרים, און איך דארף נעמען איבעריגע טעסטן צוליב א מעדיקאלע קאנדיציע אין די משפחה. האממיר אראפגערופן א באקאנטן, זאל דורך פירן די טעסטן. ווארט מער אויף אן ענטפער פון דור ישרים א וואך, צוויי, די נערווען פלאצן שוין פון אנגעצויגענקייט. רוף מער דעם באקאנטן. ער האט פראטעקציע ביי פילע labs, און מ'פרעגט- "אַווי לאנג ברויך דאס געדוירן?"
זאגט ער, "כ'העל אייך באקומען די רעזאלטאטן." מיט די בלוט וואס מען האט געטשעקט די מעדיקאל קאנדישאן, קען מען דורך לויפן די זעלבע טעסטן וואס דור ישרים מאכט, פאר א נישטיגן 10 צענט א טעסט.

אומר ועושה. מזל טוב! ענבי הגפן וענבי הגפן. העממיר אויפשטעלן א הערליכן שטוב.
-----
2 וואכן שפעטער: די טעלעפאן קלינגט ביי די מחותנים. "ווער רופט?"
"דור ישרים, איר דארפט די רעזאלטאטן?"
"אה! ס'קומט אונז א מזל טוב! די שידוך איז געשלאסן געווארן צוויי וואכן צוריק. מ'האממער באקומען די רעזאלטאטן פון אנדערע טשאנאלן."
----
ס'צייט פאר די נעקסטע קינד אין משפחה אויפצושטעלן א שטוב. מ'רופט דור ישרים פאר די רעזאלטאטן, און זייער ענטפער: "מ'קען אייך נישט געבן קיין רעזאלטאטן."
"וואס הייסט?" אלע בנינים פון קעיק און לחיים, חתונה קליידער, און שמייכל'דיגע בילדער, ווערן צושאסן אין אן אויגן בליק.
"ס'איז דא א פראבלעם מיט די רעזאלטאטן?"
"מיר קענען איין נישט ענטפערן."

מען הויבט אן אריינמישן עסקנים און גוטע אידן, בוז מען ווערט געוואר אז די פראבלעם איז גאר די פריערדיגן קאפל.
"ווען מען שרייבט זיך איין ביי דור ישרים חתמ'נט מען אז מען וועט נישט נעמען קיין טעסטן ערגעץ אנדערש."
-----

א חוצפה און א העזה. נישט קיין שום פראבלעם צוריק צו האלטן א שידוך, פשוט ווייל א 16 יעריגע בחור האט אינטער געקאטשקעט אפאר פאפירן, וואס ער ווייסט ניטאמאל זייער באדייט.
דאס איז שוין אויסער די פאקט, אז זיי האבן בכלל נישט געוויסט פארוואס מען האט געטעסט ערגעץ אנדערש, און אז נאכ'ן צאלן פיר הונדערט טאלער, האבן זיי נאר געהאט די רעזאלטאטן נאך 4 וואכן פון ווען מען האט עס געבעטן, ווען מיר האבן עס גרינג געקענט באקומען אין איין טאג נאכ'ן צאלן צען צענט א טעסט!

נאכ'ן ווערן גוט פארשעמט ביי די נייע מחותנים, און זיך בוקן כורים ביז דר'ערד, איז די שידוך ענדליך געשלאסן געווארן.
----
נישט קיין וואונדער מען טאר די טעסטן נישט נעמען ערגעץ אנדערש. אז די וועלט וועט געוואר ווערן ווי גרינג, שנעל, און ביליג, מען קען מאכן די טעסטן, וועטאך איינער עפענען א קאמפעטישן חלילה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בת קול, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

א צרה און משפחה.
מיין קליינער נעפיו נעבעך וואלגערט זיך אין שפיטאל מיט יענע מחלה.
די טעג לויפן דורך, און זיי ווערן גארנישט גרינגער. דאס קינד קרענגט, איז קראנק, און עקט קרענקי בוז די עלטערן צופלאצן שיעור.
ער וויל נישט דעיע עסן, וויל נישט יענץ שפילן, וויל נישט גיין שלאפן, און לאזט בשום איין אויפן נישט נאנט קיינעם, אויסער די עלטערן.
קומען אריין וואוילע ארגענעזאציעס. כפים און חי לייפליין שיקן וואלאנטירן. סאטמארע ביקור חולים און חי לייפליין שיקן פיינע עסן. די עלטערן זענען זעך מחי'.
אדער אזוי וואלט געדארפט צו זיין.
אין אמת'ן איז די מאמע ביזי טרעטן אויף לויזע אייער.
דאס קינד האט נאר ליב איין וואלאנטיר- פון כפים, ווי אויך האט ער נאר ליב די ברייט באקאנטע היימישע עסן פון סאטמארע ביקור חולים.
איז אבער דא א פראבלעם. מ'דארף דאך אויך באקומען טובות פון חי לייפליין- וואס זיי האבן די מאנאפאלי אין שפיטאל. אפילו די נורסעס אין שפיטאל ווייסן פונקטלעך וועם מען מעג אריינלאזן, און וועלכע וואלנטירן זענען אָף לימיטס.

דארף די אויסגעמיטשעטע מאמע פון דאס קראנקן קינד, זיין ביזי קאנטראלירן די וואלאנטיר און עסן טאנץ.
"קום נישט יעצט- די נורס איז אָן דוּטִי."
"ברענג די עסן פונעם אנדערעם טיר, א חי לייפליין וואלאנטיר איז ביים אנדערן זייט."

און אלץ פארוואס? אז די גאנצע וועלט זאל וויסן אז אונזער ארגענעזאציע טוט די מערסטע! איז שטיצט אונז!
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: ביזנעס אין די נאמען פון חסד

שליחה דורך mevakesh »

איך קען נישט פונקטליך די מעשה אבער דאס איז א ברייט באקאנטע פאקט אז הרב עקשטיין איז א שווערע מענטש
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

נאך איבער די נושא
viewtopic.php?f=24&t=1406&start=0
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: ביזנעס אין די נאמען פון חסד

שליחה דורך טמיר »

בת קול, קענסט אפשר בעסער מסביר'ן דיין ערשטע מעשה? וויאזוי באקומט מען אזא טייערע טעסט פאר 10 סענט?
בכלל, היינט קאסט גארנישט 10 סענט. אז דו ווילסט באקומען מעדיקעל רעקארדס אויף פאפיר, קאסט יעדע בלאט 75 סענט!
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ביזנעס אין די נאמען פון חסד

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ס'איז דא א איד אין אנטווערפען ראזנער וואס פיהרט א קעמפף מיט דור ישרים וועגען דעם

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

מיין באקאנטן וואס האט אונז די טובה געטוהן זאגט מיר, אז פאר די וואס ארבייטן מיט די labs טאג טעגליך קאסט נישט מער ווי צען צענט אויף יעדע זאך וואס מען וויל טעסטן.
אזוי ווי ער איז אין די ליין האט ער עס אונז געקענט טוהן.
איך גלייב נישט אז דור ישרים צאלט צופיל מער פון דעם פער טעסט.
(אפילו אויב זיי וואלטן געטעסט פאר 400 קרענק וואלט עס זיי נישט געקאסט מער ווי 40-45 דאללער.)
.I got voices in my head.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

בת קול האט געשריבן:מיין באקאנטן וואס האט אונז די טובה געטוהן זאגט מיר, אז פאר די וואס ארבייטן מיט די labs טאג טעגליך קאסט נישט מער ווי צען צענט אויף יעדע זאך וואס מען וויל טעסטן.
אזוי ווי ער איז אין די ליין האט ער עס אונז געקענט טוהן.
איך גלייב נישט אז דור ישרים צאלט צופיל מער פון דעם פער טעסט.
(אפילו אויב זיי וואלטן געטעסט פאר 400 קרענק וואלט עס זיי נישט געקאסט מער ווי 40-45 דאללער.)

איך גיי נישט זאגן ביזט א ליגענער, אבער ווי ווייט איך ווייס איז דור ישרים זייער געשיקט מיט'ן געבן רעזולטאטן.

וועגן די פרייז ? אקעי, איך דארף הערן וואס זיי האבן צו זאגן, איך האב נישט קיין אנונג וואס זיי טשעקן, און וואס פונקטליך דו האסט געטשעקט
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

אויב מען נעמט די טעסטן אפאר יאר פריער האבן זיי געווענטליך טאקע די רעזאלטאטן גלייך- אבער אויב דארפן איינע פון די צדדים א rush, נעמט עס זיי אפאר וואכן.
זיי זאגן עס קלאר ווען זיי ווילן אז א גאנצע כתה זאל עס נעמען יונג.
אין any פאל, אזוי האט זיך עס אפגעשפילט ביי אונז. צו עס גייט אזוי צו ביי זיי געווענטלעך, קען איך נישט וויסן.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
וזרח השמש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 58
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 3:24 am
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

Re: ביזנעס אין די נאמען פון חסד

שליחה דורך וזרח השמש »

וואס איך האב מיטגעהלטן איז געווען, פאר בערך צען יאר צירוק, ווי חיי לייפליין איז געווען א ארגנזציע, אויס געזעהן ווי נארמאל, מיט ארויסהעלפן חולי ישראל אין זייער מצב

אבער פאר די קרית יואל'ע חולים האט פאר עפעס א סיבה נישט געווען קיין וואלנטירן עווליבעל, איז געווען אפאר וואלנטירן אינטערן פליגעל אחים ביחד (צי סהאט שוין אזוי געהייסן דעמאלט? גדענק איך נישט ) און נאכן רעדן צי הערשל כץ, אז ער זאל צישטעלן פאר קרית יואל אויכט, דארט איז ליידער אויכט דא קראנקע אידן

אזוי ווי זיי האבן געזעהן אז עס נישט דא וואס צי טיען, האבן זיי אליינס אנגעהויבען צי גיין, צי סאיז געווען אינדערהיים צי און האספיטאל, ביז סאיז געווארן אפישעל ארגנזציע ידידים קרית יואל

און פון דארט ביז חיי לייפליין איז אנגעקימען קיין קרית יואל האט שוין נישט געדארט לאנג, און מיט געברנגט א פראבלעם מיט קאמפטישען, און נאך לויפן משפחת זאלן נעמען זייערע סערוויס, וואס גייט אן ביזן היינט'טגען טאג ווי זיי הערן אז ידידים איז דארט, הייב זיי אן צי דרייען א קאפ פון די אזוי אנגע'ווייטאג'טע עלטערן אז מען זאל נעמען זייערע וואלנטירן
געדענק! נאך יעדע נאכט שיינט די זין אויף
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

נישט צו לאנג צירוק, בין איך געווען מיט א קינד אין שפיטאל (אין א שפיטאל וואס מ'טאר עכט נישט גיין, נאר ווען מ'האלט שוין 10 מינוט צו די גסיסה).
יעדע פאר שעה זענען אנגעקומען פרישע עסקניותן און געפרעגט די מצב פונעם קינד, און מיט וואס מ'קען העלפן. (כ'האט האלט נישט מיטיילען מיין קינדס מצב מיט אייך איך קען אייך נישט און איר קענט מיר נישט, און ס'נישטא קיין גרעסערע שלעכטס פאר קיין מענטש ווי א אומגעבעטענע טובה) די מערסטע אראפ געדרייט דאס של ראש איז געווען חי לייף ליין.

ב''ה כ'האב געוויסט וואס כ'האב צו טאן, און כ'האב זיי באלד געוויזען ווי דער טיר איז, און זיי איידל געבעטען צו פארמאכן די טיר פון די צווייטע זייט.

מ'דארף נישט צו זיין צו קליג:

אר. סי.סי עס. איז א מוסד וואס קיינער נישט קיין טענות. זיי העלפן יעדען חולה מיט אלעם וואס ס'איז נאר שייך. און דער מוסד ווערט געפירט דירך איידעלע חסידישע יודן. אויפן שענסטען אופן וואס ס'איז נאר שייך. ווי ס'פאסט פאר א הייליגע חסד ארגענעזאציע.

חי לייף ליין איז א מוסד וואס יעדער האט טענות. ס'ווערט געפירט דירך הארטע פארביסענע ביאוקראטען, וואס זיצען אויף אויף א געשוואלענע געהאלט. און אויב איר האט א קראנקע קינד, דארפט איר פאר זיי צושטעלן א ליסטע פון אלע משפחה מיטגלידער וואס האבן געלט אז מ'זאל זיי קענען גוט אויסזייגען מיט א שמיץ אריבער. און אויב צו אייער שלעכט מזל האט איר נישט קיין פארמיליע מיטגלידער מיט א פאר טאלער. וועלן די שלעכט-הארציגע ביאוקראטען טרעפן א וועג פאר זיי קענען "טעכניש" נישט העלפן... ס'איז אן ארגענעזאציע וואס שלאגט זיך מיט יעדען. און פירן זיך צו פאציענטען וואס רעדען זיך איין אז מ'דארף צו זיי צוקומען ווי משוגענע הונט...

נישט אומזיסט האט חי לייף ליין קיינמאאל נישט געהאט קיין הצלחה ביים היימישען עולם.
טהור עיניים
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 02, 2012 3:11 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך טהור עיניים »

אפשר קען מען מודיע זיין ווער איז דאס חי לייפליין און ווער איז דאס אר סי סי עס.

איבער דור ישרים ווייס איך פון אייגענע עקספיריענס אז זיי זענען געפערליכע חיות, סיי מיט ארויססאקן גרויסע געלטער פאר ראש טעסטס און סיי מיטן לאזן ווארטן לאנג פאר רעזולטאטן. עס וואלט געווען כדאי ווען איינער מאכט קאמפאטישן מיט זיי פאר דעם מינימאלן אפצאל וואס אזא סערוויס דארט קאסטן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דור ישרים ערקלערט זיך דען אלס א חסד ארגינעסאציע???
בסך הכל האט ער מאיזה סיבה מייסד געווען די מושג, און געמאכט אלס א ביזנס, ער לאזט דען נישט צו קאמפאטישן?
ער נעמט געלד פון די ציבור? ער בעט א פרייז פאר זיין פראדוקט.

RCCS רופא חולים האט מייסד געווען הרב החסיד ר' הערשל קאהן א סוקסעספול ביזנס מאן קיין לשם שמים עד היום!
פייער אפפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 09, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

Re: ביזנעס אין די נאמען פון חסד

שליחה דורך פייער אפפער »

אלס איינער וואס האלט מיט אביסל פון די נאנט וואס טוט זיך אין די שפיטעלער ליידער מאחינו בני ישראל, בין איך אויפגעשוידערט געווארן ליינענדיג וויאזוי "בת קול" מאכט א כלל פון אלע ארגענזאציעס אז זיי זענען נאר דא פאר געלט.
מיסטער בת קול הייבט אייך אן אביסל בעסער נאכפרעגן ביי מענטשן וואס האבן ליידער געדארפט אנקומען צו די וואוילטעטיגע ארגענעזעישאנס זיי וועלן דיר אלע זאגן בפה מלא אז אן דעם וואלטן זיי נישט געקענט אנגיין זיי וואלטן אינטער געבראכן,
און אדרבה אז די ווילסט שטעל דיר אליינס אראפ ביי א שפיטאל פאר איין טאג און קוק פון די נאנט וואסערע חסד סדרייט זיך דורך אין יעדע שעה פון טאג
אוודאי סאיז אייביג דא יוצא מן הכלל סאיז ליידער אויך דא ארגענעזאציעס וואס זענען נאר דא פאר זייערע ביזנעס אבער רובא דרובא זענען דא בלויז ווייל זיי האבן א יודיש הארץ און זיי קענען נישט צוקוקן וויאזוי זייערע יודישע ברודער ליידן צאם

Sent from my SM-G900T using Tapatalk
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ביזנעס אין די נאמען פון חסד

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

געדענק, דא איז נישט אייועלט

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליטוואק, בארואיג זיך. ער זאגט אן אמת'ע נקודה, ביודעי ובמכירי.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: ביזנעס אין די נאמען פון חסד

שליחה דורך דעת תורה »

איך האב גענומען די דור ישרים טעסט אלס אינגער בחור, כ'געדענק נישט אזא האר אויפשטעלנדע פרייז. אבער לא דכירנא אינו ראיה
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
פארשפארט