נהורא נפישא האט געשריבן:לאמיר איין מינוט רעדן פון היינט צוטאגס, געדאנקן וואס זענען געווען בגדר חידוש ביים אויפקום פון די אינלייטמענט זענען היינט פון די זאכן וואס זענען פשוט בתכלית הפשטות, היינט צוטאגס אין די מערב וועלט, איז דאס שעלטן א צווייטן נאר וועגן יענעמ'ס אמונות נישט אקצעפטירבאר, עד כדי כך אז מ'קריגט דערפאר דעם באליידיגונגס טיטול "פונדאמענטעליסט", פאר יעדען בר בי רב דחד יומא פון די פאבליק סקאול סיסטעם איז עס א דבר פשוט.
ס'גרינגער צו רעדן פון גייגער און דאס נישט צו כאפן, דערפאר לשם המחשה, איז דא איינער אינעם היינטיגן דור, וואס דו וואלסט גענוצט דעם קללה שר"י נאר פארן האבן א אמונה מיט וואס דו ביזט מחולק.
וואלט געפאסט צו שרייבן אויף היינטיגע רעפארם ראבינער שר"י.
וואלטסטו געשריבען שר"י אויף גרשם שלום וואס האט מגשם געווען תורת הקבלה.
וואלסטו געשריבען שר"י אויף זלמן שכטר
כבר מילתי אמורה כמה פעמים, כ'וועל זיך נאך איינמאל באציען דערצו:
גייגער איז געווען א רשע מרושע, א להכעיס'ניק, איינער וואס איז געקומען פון טראדיציאנאליזם צו מייסד זיין א נייע מהלך אין אידישקייט, און איינער וואס האט געפירט מענטשן אין תהום אריין - האבנדיג רעספעקט צו אן אמאליגן ת"ח.
אויב דו זעסט סיי וואספארא שייכות צווישן אים, און היינטיגע רעפארם ראבינער'ס, ביזטו לאקי. אין מיינע אויגן איז זייער איינציגסטער שייכות אז זיי ביידע הייסן אפיקורסים לדוגלי ארטאדאקסיע.
זלמן שכטר וואלט איך בכלל נישט אריינגעברענגט דא. כ'מיין אז דו האסט יא א ידיעה אין זיין פערזענליכקייט, ער קומט נישט דא אריין [און פאר די געלט קענסטו שוין מקדים זיין זכרי' פראנקעל].