איז עס דען נישט? דער אריה"ק האלט למשל א געלינקטער זאל לייגן תפילין אויף די לינקע האנט. וואס איז מופרך פון גאנץ תושבע"פ ע"פ נגלה.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
ריכטיג הקטן, איך בין א היבשע עם הארץ אבער הקטן איז די נייע הגדול פעלט זיך במילא נישט אויס צו רי-איטערעיטן... כדי צו שפארן אויף לייקס דארף מען זיין א לעיקוואד. באמת פארקערט היינטיגע צייטן לייקט מען ספעציעל ווען מ'אגריעט נישט מיט יענעם. ס'איז דיפלאמאטיע. כ'אנערקען און פארגין דיך אזוי א פארקערטע דעה ווי מיר אז צו ווייזן דאס דארף איך דיר לייקן. נישט אז דא האב איך נישט צוגעשטימט.
נישט אינגאנצן מן הענין אבער האט מען שוין ערגעץ גערעדט פון די נושא וויאזוי א הלכה איז במסורה מקובל ווען צו די זעלבע צייט איז דא חולקים און מ'זאגט אלו ואלו? האיך נפלו מחלוקת? משום 'משרבו תלמידי שמאי והלל שלא שימשו,' שכחו וחזרו ויסדום אדער משרפו ידיהם בסברא? און יעצט נאכן מברר זיין וויאזוי נעמט מען אהן אויבן? באשטימט גאט בכלל? איז מען מחליט דא און יעצט און די הלכה ווערט אזוי אויבן אפילו ס'איז געווען באשטימט פארקערט אדער טרעפט דער פוסק צו וואס איז אלעמאל געווען? איז נאך דא עפעס וואס איז נישט געגעבן געווארן על הר סיני?
בעצם וויל איך אויך מאכן א חילוק צווישן מגלה זיין א דרך הלימוד - א ניש פאר זיך - און צו א מסורה פון א פרט הלכה אין א דרך הלימוד וואס איז אלץ חוץ נסתר און על דרכו איז מען פותר/עס אפליייט אויף - יעדן ריר אין לעבן פון א איד.
וועט איינער פרעגן וואו מיר האבן במסורה ר' אהרן'ס דרך פון מאכן דרשהלעך צו חם האט געהאלטן פון לינת לילה און צו יצחק האט זיך פארלאזט אויפן ר"ת'ס שקיעה?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
אין מיין אשכול אויף דרכי הלימוד און אויף גרונטליך ווערען באהאווענט אין ענייני אמונה האב איך אנגערירט די נקודות, אבער הקדמת הרמב"ם לפיהמ"ש איז דא זייער נייטיג.
הקטן, א התגלות אין וואס מיר זענען נישט איבערגעצייגט אין אן אופן פון 'אין בלבו דופי' איז אונז נישט מחייב. ס'ווערט סתם א חכמה וואס איך גלויב נישט די מקובלים וואלטען מסכים געווען אוועק צו געבען זייער לעבען דערפאר
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
כ'האב געוואלט מוסיף זיין א וויכטיגע נקודה איבער די חילוק פון מעשה מרכבה אין חז"ל און דאס וואס מיר רופען היינט תורת הסוד, אלע פעלקער האבן געהאט זייערע מיטאלאגיעס איבער די אפשטאם פון וועלט און מענטש. דאס אידישע פאלק האט די אקאונט פון די תורה אט דאס צוזאמען מיט סודות היצירה איז מעשה בראשית. די גאנצע מלכותא דרקיע מיט די אלע התגלות הנביאים ובפרט דאס וואס איז מבואר אין יחזקאל, דאס איז מעשה מרכבה. די שפעטערדיגע סיסטעמאטישע תורת הסוד גיט זיך אפ מיט די צוויי אינאיינעם. יעצט אין די וועלט פון חז"ל איז מעשה מרכבה און מעשה בראשית נישט קיין מיסטיציזם, מיסטיציזם איז די פשט אז סאיז פארהאן א וועג צו פארשטיין אזאך פשוט'ערהייט, דערנאך קען מען די זאך באטראכטן מער פנימיות'דיג, אבער אין די וועלט פון חז"ל, איינמאל אזאך האט א הסבר, זאל זיין א פשוט'ע הסבר, דארף עס שוין נישט קיין אנדערע הסבר. און אנדערע ווערטער, מעשה מרכבה און מעשה בראשית זענען זאכן וואס דארף מתחילה א הסבר, דער סארט הסבר איז נישט נוגע פאר יעדן איד, ווייל דער פשוט'ער איד דארף פשוט לעבן ווי א איד מיט שמירת המצוות, וואס האט ער זיך צו מישן אין די זאכן וואס לאו כל מוחא סביל דא, און אפשר אז ער וועט וויסן די אלע פארבארגענע זאכן וועט ער דאס נאך נוצן פאר קלקול און דערפאר אין מגלין אותו אלא לצנועין, ממילא איז עס דוקא א סוד אין די בחינה, אז ס'נישט קיין זאך וואס פשוט'ע מענטשן דארפן צו וויסן, פונקט ווי להבדיל מיטאלאגיע איז נישט קיין מיסטיציזם. די זעלבע יסוד טרעפט מען אין חז"ל לגבי פרשנות. אין חז"ל איז נישטא אויף יעדע זאך א פשט און א דרש, בעולם החז"ל זענען די צוויי בכלל נישט קיין באזונדערע קאטאגאריעס, די דרש קומט נאר דארט ווי דער פשט הפשוט איז פאר זיי פראבלעמאטיש, אדער ווען זיי האבן נישט עולה על הדעת געווען צו לערנען דאס וואס מיר קענען קלערן אז דאס איז דער פשוט'ער פשט. דאס זעלבע מיט מעשה מרכבה, די סוד פון מעשה מרכבה קומט נאר מסביר זיין די פארבארגענע זאכן וואס איז נישט פארהאן דערביי א פשוט'ע הבנה. דאס שפרייט זיך אבער נישט אויס אויף אנדערע חלקי התורה, אויף דעם אופן וואס איז שפעטער נשתלשל געווארן אז יעדער ענין אדער יעדער חלק התורה האט א דרך הפשט און א דרך הדרש און א דרך הסוד.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
לעיקוואד, איך ווייס נישט פארוואס ס'ליגט אויף מיר די אויפגאבע לאור מיינע ווערטער צו ברענגן פאזיטיווע ראיות, אה"נ איך זאג עס מיט א געוויסע איבערצייגונג, ווייל דאס איז מיין כלליות'דיגע היסטארישע בליק, אבער לאמיר אביסל אנדרעש מנסח זיין מיין הערה, און זאגן אז מ'געפינט נישט אין חז"ל אז סתרי תורה האט א שייכות אינדרויסן פון מעשה בראשית און מעשה מרכבה. דאס זעלבע זעט מען נישט אין חז"ל ס'זאל זיין צוויי באזונדערע שלבים פון פשט און דרש, ( איך רעדט פארשטייט זיך נישט פון אגדה, וואס פון יעדן פסוק בפרט אין נ"ך קען מען לערנען מערערע דרשות, איך רעד בעיקר פון דרשות להוראה הלכתית, וכ"ש באם הדרשה סותר להפשט וזה שייך גם באגדה)דאס איז דאך אזוי בולט, מ'קען גראדע אויף דעם ברענגן א געוואלד מיט ראיות, נאר ס'דארף אן ערענסטן היקף וואס מאכט אביסל טעכניש שווער, אדרבה אויב מיין באהויפטונג איז נישט ריכטיג איז דוקא גרינגער צו ברענגן ראיות אויף פארקערט, איך וועל נאר לדוגמא דערמאנען די באקאנטע ברי פלוגתא ווי ר' ישמאעל און ר' עקיבא וואס זייער שורש פלוגתתם איז אלס אויב דברה תורה כלשון בני אדם צו אז ס'איז נישט פארהאן קיין תיבה מיותרת וואס קומט נישט לדרשה, איר געפינט נישט אז כאלו איינער זאל מודה זיין צום צווייטן כאלו יענער איז עכ"פ גערעכט במישור הפשטיי או הדרשיי. יעצט לגבי סתרי תורה, איינע פון די וויכטיגע טעמעס אין קבלה איז די טעמי המצוות ע"פ סוד, פארוואס געפינט מען נישט אין גאנץ חז"ל (איך רעד נישט פון זוהר אין אנדערע מפוקפק'דיגע מדרשים) אז ס'איז פארהאן טעמי המצוות ע"פ סוד, אדער גאר ס'זאל דערמאנט ווערן א טעם ע"פ סוד, נאך מער בזמן חז"ל איז שוין נישט פארשטאנדיג געווארן אסאך מצוות פון די תורה היסטאריש (כ'האב אמאל געשריבען אן אשכול דערוועגן, ס'איז פארהאן אויך חילוקים פון דרך הלימוד פון תנאים ביז אמוראים, ס'ווערט אלס מער און מער טעכניש ואכמ"ל) ס'איז פארהאן א מחלוקת אין די גמרא צי דרשינן טעמי דקרא, פארשטייט זיך אז טעמי המצוות אין חז"ל זענען דוקא אין איינקלאנג מיט הלכה, נישט ווי די שפעטערדיגע ראשונים וואס זייערע טעמים שטימען נישט מיט הלכה, אבער עכ"פ מ'געפינט נישט אין חז"ל מיסטישע טעמים אויף מצוות בכלל איבערקוקענדיג די פרק אין דורשין בקופיא בלי עיון, קען איך נישט באשלוסן גענוי וואס איז דער סכנה פון מעשה מרכבה, צו ווייל ס'איז דא דערביי גאר א גרויסע קדושה וואס קען מסכן זיין דעם לומד, צו ס'איז עפעס אן ענין פון נוקאלערע סודות אין די נישט ריכטיגע הענט, אזויווי מ'טרעפט אז געוויסע אמוראים וואס האבן זיך דערגרינטעוועט אין די סודות היצירה און האבן באשאפן אן עגלא תילתא. נאך א שטיקל הערה, די משמעות הברייתא פון אמרו עליו על ריב"ז שלא הניח מקרא ומשנה וכו' רעכנט ער נישט אויס עפעס א כלליות'גע סתרי תורה, ס'ווערט נאר דערמאנט מעשה מרכבה. .
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
מפוזרי, ייש"כ פאר די טרעפליכע מראה מקום, נאר פון דארט זעה איך דוקא א ראיה צו מיר, סתרי תורה און טעמי תורה זענען צוויי באזונדערע זאכן, סתרי תורה איז אין זיך כולל מעשה מרכבה ומעשה בראשית, טעמי תורה מיינט די טעמי המצות, און ווי מיר האבן אויבן געשמועסט איז פארהאן איבער דעם צו דרשינן טעמא דקרא, בכל אופן אפילו למ"ד דרשינן טעמא דקרא געפינט מען נישט אין חז"ל טעמים אויף רוב מצוות, ובכל אופן ס'איז א סוגיא פאר זיך, אבער עכ"פ דאס זעט מען אז סתרי תורה וטעמי תורה זענען פון די זאכן שכיסה עתיק יומין, אבער די טעם איז בכלל נישט ווייל מ'רעד דא פון טעמי התורה בפנימיות, אדרבה די חשש איז דוקא אויף די טעמים בנגלה, ווי די גמרא זאגט סנהדרין כ"א ע"ב אמר רבי יצחק מפני מה לא נתגלו טעמי תורה שהרי שתי מקראות נתגלו טעמן נכשל בהן גדול העולם כתיב לא ירבה לו נשים אמר שלמה וכו' כ'האב נאך פארשידענע הערות, ווען כ'וועל האבן צייט וועל איך מוסיף זיין.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
אה"נ טעמי תורה מוזן נישט זיין מיסטיש, אבער ס'נישט ווי דו זאגסט אז מ'רעדט דווקא פון טעמים עפ"י נגלה. סה"כ זעט מען פון די גמרא אז אין די באהאלטענע חלק תורה - תורת הנסתר - איז דא סיי סודות הבריאה והאלוקות ושמות הקדושים און סיי טעמי תורה. ס'איז אומבאגרינדעט אנצונעמען אז די רבש"ע האט נישט געקענט האבן מיסטישע סיבות אויף די מצוות. ואה"נ א נגלה'דיגע טעם וואס מ'האט נישט מגלה געווען איז אויך סודות התורה.
הנוגע לעניננו, ס'איז אלץ געווען מקובל ביי אידן אז ס'דא באהאלטענע טעמי תורה, און אז ס'קומען מקובלים און זענען מגלה טעמים עפ"י פנימיות, איז עס נישט א מחודש'דיגע זאך וואס מ'האט נישט געקענט ערווארטן.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
ס"ה וואס איך האב געזאגט איז איך האב קיינמאל נישט געהערט איינער זאל אנגעבן סיי וואספארא מקור צו די הנחה וואס טייל מקובלים גיבן אן אז תורת הסוד במובן מיסטיסיזם שפרייט זיך אויס אויף אלע חלקי התורה, ווי למשל אויך אויף טעמי המצוות, פון די אויבנדערמאנטע גמרא איז זיכער נישט קיין ראיה צו דיר ( אדרבה, ביזט מחולק? ) איך זעה פון דארט א ראיה צו מיר. אלזא, זאגסט אנדערע צוויי נקודות,1) ס'איז פארהאן אזא קבלה, 2) ס'איז אזוי מסתבר. ביידע נקודות זענען גארנישט מכריח אין דעם ענין, אט נעמט למשל דעם רמב"ם אין אנדערע ראציאנאליסטישע ראשונים וואס מינימיזירן די גאנצע סתרי תורה, מעשה בראשית איז בא זיי סייענס, און מעשה מרכבה, פיליזאפיע. פארשטייט זיך אז אין חז"ל גופא געפינט מען נישט קיין זכר צו גריכישע פיליסאפיע. אלזא דאס וואס איר טענה'ט אז ס'איז מסתבר, איז הפנים פארן רמב"ם נישט געווען מסתבר.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
כ'וויל מעיר זיין אויף דרש ופשט, וואס איך האב פריער דערמאנט אז חז"ל זענען נישט מבחין צעווישן די צוויי אזויווי די פרשני ימי הבינים. רוב דרשות אין הלכה זענען אזעלעכע סארט דרשות וואס טרעט בכלל נישט צו צום פשט, נאר זענען מוסיף זייטיגע הגדרות והגבלות ותנאים, און אויף דעם איז געזאגט געווארן אין מקרא יוצא מידי פשוטו, ד.ה. כאטש איך לערן א דרש פון א ווארט באיזה דרש מהי"ג מדות, מיינט נאך נישט אז די ווארט האט נישט א פשוט'ע באדייט. דערנאך זענען פארהאן דרשות וואס זענען מגלה דעם פשט להיפך פון די פשט הפשוט, וואס דאן איז דער פשט הפשוט דער דרש, און בשו"א דער פשט הפשוט וואס דער לומד וואלט בייגעפאלן, און דאס איז להיפך פון די פרשני ימי הבינים וואס טייטשן טייל מאל לגבי פסוקים הנוגעים להלכה ווי דער פשט הפשוט זייט ביי זייט מיט די פשט הנתגלה ע"י הדרש, ופלא אז דאס איז אויך נישט אייביג, והדבר צריך ביאור, אבל ביותר איז עס נוגע ביי דרשות אגדיות וואס טוען מרחיב זיין סיפורי התורה, וואס דאן איז שטארק פארשפרייט ביי די פרשנים אז עס איז פארהאן א דרך הפשט און דרך הדרש זייט ביי זייט און דאס איז להיפך פון די משמעות בכמה מקומות בחז"ל וואס מ'זעט קלאר אז די צוויי קענען נישט זיין איינשטימיג, מיט דעם וואס מ'זעט אז ס'דא בפירוש'ע מחלוקת'ר איבער די פשט הכתובים. דערנאך ביי אגדה איז פארהאן נאך אן אינטערסאנטע ענין לגבי דרשות, אז טייל מאל טוען די דרשות בכלל נישט מגלה זיין א פשט, פארקערט ס'האט נישט קיין שום באדייט אינעם קאנטעקסט, אזא סארט דרשה איז ליבערשט א רמז ווי איידער א פשט. לדוגמא די דרש פון אדם כי ימות באהל, וואס חז"ל אין התורה מתקיימת אלא במי שממית את עצמו באהלה של תורה, דאס איז א א דוגמא פאר א דרש וואס איז נישט מער ווי א רמז היות דער המשך הפסוק שטימט נישט ווייטער מיטן דרש, און דאס איז געווענליך אויך די דרך פון חסידישע ספרים ווי נועם אלימלך וכדומה, וואס שטעלן צו א געדאנק צום פסוק בדרך רמז. נאר אין נ"ך זענען אזעלכע סארט רמזים נישט אזוי ווייט בולט, ווייל לא מיבעיא משלי וכו' וואס די פסוקים זענען רוב מאל ממש תרי ענינים, נאר אפילו אין ישעיה, איז אויך ממש יעדע פאר פסוקים נייע זאכן פון גאולה ביז פרעניות, דערנאך גדלות הבורא.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא האט געשריבן:ס"ה וואס איך האב געזאגט איז איך האב קיינמאל נישט געהערט איינער זאל אנגעבן סיי וואספארא מקור צו די הנחה וואס טייל מקובלים גיבן אן אז תורת הסוד במובן מיסטיסיזם שפרייט זיך אויס אויף אלע חלקי התורה, ווי למשל אויך אויף טעמי המצוות, פון די אויבנדערמאנטע גמרא איז זיכער נישט קיין ראיה צו דיר ( אדרבה, ביזט מחולק? ) איך זעה פון דארט א ראיה צו מיר. אלזא, זאגסט אנדערע צוויי נקודות,1) ס'איז פארהאן אזא קבלה, 2) ס'איז אזוי מסתבר. ביידע נקודות זענען גארנישט מכריח אין דעם ענין, אט נעמט למשל דעם רמב"ם אין אנדערע ראציאנאליסטישע ראשונים וואס מינימיזירן די גאנצע סתרי תורה, מעשה בראשית איז בא זיי סייענס, און מעשה מרכבה, פיליזאפיע. פארשטייט זיך אז אין חז"ל גופא געפינט מען נישט קיין זכר צו גריכישע פיליסאפיע. אלזא דאס וואס איר טענה'ט אז ס'איז מסתבר, איז הפנים פארן רמב"ם נישט געווען מסתבר.
סה"כ קום איך זיך טאקע קריגן אויף דיין סה"כ. דו פרעגסט פון ווי זיי האבן לייסענס אריינצולייגן די טעמי המצוות אין תורת הסוד; אויף דעם זאג איך אז ס'האט אייביג געהערט צו די דאמעין.
יעצט, וואס די סודות זענען קען מען קלערן, די מקובלים אין זייער פאזיציע אלס מגלי סודות זאגן שידוע להם אז די סודות זענען מיסטישע, דער רמב"ם ווידער קען זיין האט געהאלטן אז די סודות באהאלטן עפעס אנדערש. עכ"פ איז דאס אן ענין וואס די מקובלים האבן יעדע רעכט אריינצורעדן, פונקט ווי דו ביסט מודה אז זיי האבן די רעכט זיך צו קריגן מיטן רמב"ם בנוגע מעשה בראשית.
ע"כ מיין עיקר נקודה. בנוגע דיין פשט אין טעמא דקרא און אזוי אויך בנוגע דיין שפעטערדיגע תגובה בענין פרד"ס וואלט אפשר כדאי געווען צו מאכן אן אנדער אשכול.
(האסט שוין אמאל געשריבן וועגן פשוטו של מקרא, איך האב געוואלט עפעס זאגן דארט, ועדיין לא באתי לכך).
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
איך ווינדער זיך אויפן אריינלייגן ווערטער אין מיין מויל. איך האב קיינמאל נישט גערעדט פון דעם אז מ'דארף צו האבן לייסענס אנציגעבן מיסטישע טעמים איך האב סה"כ געזאגט צוויי הנחות 1) לויט מיין אבזארוואציע געפינט מען נישט קיין מיסטישע טעמים אין חז"ל ( אויסשליסענדיג ספר הזהר) כאטש אין חז"ל ווערט געברענגט אז די טעמי המצוות זענען פארהוילן ( כדי מ'זאל נישט נכשל ווערן מיטן מאכן סברות אין חשבונות), לאור די פריערדיגע אבזארוואציע, און בכלליות מיין היסטארישע בליק איז מיר מסתבר 2) אז בעולמם של חז"ל האט סתרי תורה געמיינט מעשה בראשית ומעשה מרכבה, און האט זיך נישט פארשפרייט אין שאר חלקי התורה.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
עס איז מסתבר אז די גאנצע 'סוד' שלייער וואס די מקובלים האבן ארויפגעלייגט אויף זייער תורה קומט צו פארענטפערען די פראבלעם, היתכן אז אזא חשוב'ע חלק התורה ווערט נישט דערמאנט אין חז''ל? אויף דעם קומט די תירוץ אז עס איז א סוד און בעצם טאר מען עס נישט שרייבן\מגלה זיין ברבים, נאר יעצט מחמת עת לעשות וכו',
בעצם ווערט דאך דערמאנט סתרי תורה אין חז"ל און דאס איז א סוד וואס אין מגלין אותו אלא לצנועין, בנוסף לזה זענען דא ספרים המיוחסים לתנאים ובמיוחד ספר הזוהר המיוחס לרשב"י, ממילא דארפן די מקובלים זיך נישט צופיל פארענטפערן, די מקובלים שטייען לכאורה בעסער ווי די ראציאנאליסטישע ראשונים וואס פארלייקענען סתרי תורה במובן מיסטיזם און זיי פארטייטשן דאס פאר גאר טיעפע חכמות פון פיליזאפיע וטבע. מיין אבזערוואציע גייט מער אין איינקלאנג מיט די אקאדעמישע פארשונג אויף די געביט וואס בזמן ווען די קבלה האט אנגעהויבן נתפשט צו ווערן האט נאכנישט עקזעסטירט אן ערעור מכוח אן אקאדעמישע אפשאצונג, ווידעראום סתרי תורה ווערט דאס דאך נאך גערופן אין תלמוד. קען נאך אלץ זיין אז די שלייער פון סוד איז בפועל געווען שטארק בייהילפיג אין די התפשטות הקבלה.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
גראדעמעכעלע האט געשריבן:עס איז מסתבר אז די גאנצע 'סוד' שלייער וואס די מקובלים האבן ארויפגעלייגט אויף זייער תורה קומט צו פארענטפערען די פראבלעם, היתכן אז אזא חשוב'ע חלק התורה ווערט נישט דערמאנט אין חז''ל? אויף דעם קומט די תירוץ אז עס איז א סוד און בעצם טאר מען עס נישט שרייבן\מגלה זיין ברבים, נאר יעצט מחמת עת לעשות וכו',
לעבען זאל די קאנספעראציע
דו זאגסט דאס ניטאמאל אלס א טעאריע, סאיז גאר מסתבר!
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
כ'בין נאכנישט זיכער פונקטליך וואס ר' נהורא האלט, אבער טאמער איז עס אז אין חז"ל איז סתרי תורה דווקא אזא געוויסע נושא פון מעשה מרכבה, אדער מער בכלליות עניני חכמות אלהות, און נישט דווקא אז אין פרשת שמיני איז דא סתרי תורה, זעה איך נישט די גרויסע חילוק פון דעם ביז קבלה. אויך די מקובלים רעדן בעיקר אין דער נושא פון עניני אלקות מעשה מרכבה צו מעשה בראשית, די אלע תורות אין די פסוקים וכדומה זענען לכאורה בעיקר דרושים אדער רמזים, אבער די עיקר לימוד זייערע איז טאקע אין די חכמות מרכבה נישט אין די דרושי הפסוקים וכדומה.
די איינציגסטע זאך וואס איך זעה זאל זיין דא א חילוק איז טעמי המצוות, וואס קבלה האלט לכאורה זיכער אז עס איז דא טעמים על פי סוד, וואס זיי זענען די עיקר טעמים, ויש לעיין טאמער אין חז"ל הנגלה זעהט אזוי אויס. די סברא איז אז טאמער איז דא סודות אין אלקות וויאזוי דער קשר פון דעם מיט די וועלט ארבעט, אז אוודאי איז דא סודות אויך אין די עבודת השם וואס מען טוהט עס זאל זיין על פי די סוד, און דאס איז אוודאי מקושר לויט ווי מען פארשטייט די סודות האלהות. און טאמער מצוות זענען עבודת השם, מוז זיין סודות אלקות אין די מצוות.
די ערשטע מקובלים למשל זענען שטארק פארנומען מיט די חכמות פון די עבודה אין בית המקדש וואס די כוונות זענען וכו', עס איז לכאורה פשוט אז אויב איז דא סודות פון מרכבה אז דאס האט צוטוהן מיט דעם, און דאס זעהט מען אפילו אין די גמרא ביי די מעשית פון כהן גדול (דער קלארסטע שטיקל היכלות אין גמרא איז אין ברכות ווי ר' ישמאל האט געזעהן)
קודם וויל איך קלאר שטעלן אז איך רעד דא פון א ריין היסטארישן פערספעקטיוו, הגם היסטאריע איז נישט מיין איינציגסטע בליק אויף א זאך , איך רעספעקטיר געוויסע מקצועות אפילו פון אנדערע קוק- ווינקלען. זאגעגנדיג דאס, וויל איך זיך באציען פון א היסטארישן שטאנדפונקט. דאס וואס חז"ל ריפן סתרי תורה, איז נישט בהכרח מיסטיש אין נאטור, די סימענטיקס טוט היבש באיינפלוסן די באדייט פונעם מושג. פונקט אזויווי להבדיל מיטאלאגיע איז נישט מיסטיש אין נאטור, זעה איך נישט פארוואס מרכבה און מעשה בראשית דארפן זיין עפעס מיסטישע זאכן. דאס וואס איז אמאל זיכער, איז אז ס'איז א מיליטערישע סוד. בנוסף לזה, אפילו אלס א סודות'פולע חכמה איז ווייט פון א הכרח אז מ'רעדט דא פון א גאר קאמפליצירטע סיסטעמאטישע חכמה, פונקט אזויווי שיחת שדים ודקלים זענען נישט קיין סיסטעמאטישע חכמות, מ'קען אויך זאגן אויף ר' נחמן ברעסלאווער אז ער האט געקענט שיחת דקלים, היסטאריש האט דאס נישט קיין משמעות, איין זאך איז קלאר מעשה בראשית איז א מיסטערי, די מאדנע חזיונות ביי מראות הנבואה זענען מיסטריעז, אלזא ווער איז משיג און ווייסט די אלע סודות, אוודאי אלע חכמי הדור. ממילא, ווען ס'אונז עכ"פ קלאר אז חכמי ישראל זענען געזעצן על כל תג ותג אין די פרשה פון מעשה בראשית און חזיונות הנבואה, און אויסגעבויט א סיסטעמאטישע מהלך, דאן ביזטו גערעכט אז ס'איז מסתבר אז בהכרח מוז עס זיך אויסשפרייטן אויף טעמי המצוות אויך, ווייל א סיסטעם מוז קענען צוזאמנעמן די גאנצע שייכות פון קוב"ה ישראל ואורייתא, אבער היסטאריש איז נישט מסתבר אז ס'איז דאן אויסגעארבעט געווארן א סיסטעם, עכ"פ ס'איז ווייט פון מוכרח פונקט ווי ס'איז היינט אויך פארהאן מענטשן וואס זענען אדוק אין יהדות אן האבן חשבונות אין מהלכים נישט אין פיליזאפיע נישט אין תורת הסוד. בנוגע די ברייתא פון ר' ישמעאל בן אלישא, ארבעה נכנסו לפרדס ועוד, זיי זענען זייער ווייניג אז מ'זאל קענען אפלערנען אז ס'איז דא א סיסטעמאטישע מיסטישע וועלטס-אויסקוק, כדרכם פון אלע תולים באילנות גדולות, זענען זיי מלקט די פאר מאמרים וואס זענען במקרה מיסטיש און אויף דעם זענען זיי מוסיף פרישע ברייתות.